- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
יעדעס יאָר אין דער צײַט דערמאָנען מיר די ייִדישע קולטור־טוער, מיטגלידער פֿונעם ייִדישן אַנטי־פֿאַשיסטישן קאָמיטעט, וואָס דער סאָוועטישער רעזשים, אין שפּיץ מיט סטאַלינען, האָט דעם 12טן אויגוסט 1952 דערשאָסן. בסך־הכּל, זײַנען רעפּרעסירט געוואָרן 110 מענטשן, באַשולדיקט אין ייִדישן נאַציאָנאַליזם, בורזשואַזן ציוניזם, פֿאַרראַט און אַנדערע זינד. איין מאָל, אין גיכן נאָך דער פּובליקאַציע פֿונעם שטאַרק־געלויבטן "ייִדיש־פֿראַנצייזישן ווערטערבוך" אין 2002, וואָס ניבאָרסקי האָט געהאַט צונויפֿגעשטעלט מיט בערל ווײַסבראָט, האָט ביינפֿעלד זיך צערעדט מיט ניבאָרסקין וועגן דעם בוך, און געזאָגט: "דו ווייסט, יצחק, אַז אײַער ווערטערבוך האָט געמאַכט אַ רושם נישט בלויז אין פֿראַנקרײַך. ס׳וואָלט געווען כּדאַי צו מאַכן אַן ענגלישן נוסח. מע דאַרף נאָר געפֿינען אַ מענטש, וואָס קען ייִדיש, ענגליש און פֿראַנצייזיש." ניבאָרסקי האָט אים אָנגעקוקט און געשטעלט אַ פּשוטע פֿראַגע: "נו?" ביינפֿעלד האָט זיך פֿאַרטראַכט אַ רגע. צי וואָלט ער אַליין טאַקע געקאָנט דורכפֿירן אַזאַ פּראָיעקט? ער האָט געוווּסט, אַז דאָס וועט נישט זײַן גרינג, ווײַל ער האָט נישט הינטער זיך אַזאַ אָרגאַניזאַציע, ווי די מעדעם־ביבליאָטעק. פֿון דעסטוועגן האָט ער געענטפֿערט: "לאָמיך זען וואָס איך קען טאָן." נאָכן אַהיימפֿאָרן קיין באָסטאָן, האָט ער בעת אַ טרעפֿונג פֿון "די כאַליאַסטרע" (אַ ייִדיש־קלוב אויפֿן נאָמען פֿון די אַוואַנגאַרדיסטישע ייִדישע שרײַבער אין וואַרשע אין די 1920ער יאָרן) פֿאַרפֿירט אַ שמועס וועגן די מעגלעכקייטן פֿון צונויפֿשטעלן אַ ייִדיש־ענגליש ווערטערבוך, ניצנדיק ניבאָרסקיס און ווײַסבראָטס אינפֿאָרמאַציע־באַזע. צו זײַן איבערראַשונג, האָט חיים באָכנער — אַ לינגוויסט און קאָמפּיוטער־פּראָגראַמירער, וועלכער האָט לעצטנס געהאַט פֿאַרלוירן זײַן שטעלע — דערקלערט: "איך וואָלט געוואָלט אַרבעטן מיט דיר." ס׳איז אויסטערליש צו טראַכטן, אַז אויף אַזאַ ריזיקער טעריטאָריע ווי אוקראַיִנע, וואָס זי שפּילט אַזאַ גרויסע ראָלע אין דער ייִדישער געשיכטע, זאָל מען הײַנט דאַרפֿן זוכן ייִדן מיט ליכט. אָבער דער אמת איז, אַז מען פֿאָרט הײַנט אַהין ניט אַזוי אָפֿט צו זוכן לעבעדיקע ייִדן, ווי טויטע: אויף קבֿר־אָבֿות, צו פֿאַרשיידענע דענקמאָלן, פֿאַרוואָרלאָזטע שטעטלעך און בית־עולמס. אַזוי איז אויך מיט מיר: איך בין געקומען מיט דער מאַמען, כּדי צו באַזוכן איר היימשטאָט, אָדעס, ווי אויך דער באָבעס שטעטל, בערשאַד. מיר האָבן דאָ אויך לעבעדיקע קרובֿים, אָבער ווײַטע; אַזעלכע, וואָס איך דאַרף אויסניצן מײַנע מאַטעמאַטישע קענטענישן, כּדי צו באַשטימען, ווי אַזוי מיר קערן זיך אָן. די פֿרוי האָט מיר נישט געגלייבט אַפֿילו, ווען איך האָב איר געוויזן עטלעכע ביכער אויף ייִדיש, אַרויסגעגעבן אין מאָסקווע אין די 1960—1980ער יאָרן. זי האָט זיך אָבער פֿאַרטראַכט אויף אַ מינוט און געמאַכט אַ חידושדיקן אויספֿיר: די דאָזיקע ביכער מוזן זײַן אַ רעזולטאַט פֿון עפּעס אַ קאָמוניסטישער קאָנספּיראַציע. די סאָוועטישע מלוכה האָט געוואָלט ווײַזן דעם מערבֿ, אַז זי רודפֿט נישט די ייִדישע קולטור, און צוליב דעם אַרויסגעגעבן אַ קליינע צאָל ייִדישע ביכער ספּעציעל מיט אַזאַ ציל. אונדזערע לייענער ווייסן, אַז דעם 12טן אויגוסט, 1952, נאָך אַ פֿאַרמאַכטן טריבונאַל, זענען אין מאָסקווע דערהרגעט געוואָרן די פֿירנדיקע סאָוועטישע ייִדישע שרײַבער. סטאַלינס רעגירונג האָט זיי באַשולדיקט אין שפּיאָנאַזש, פֿאַרראַט און אַנדערע שווערע פֿאַרברעכנס. צי דער דאָזיקער טרויעריק־באַרימטער געריכט־פּראָצעס איז געווען אַן אַקט פֿון ברוטאַלן אַנטיסעמיניזם, צי אַ טייל פֿון סטאַלינס אַלגעמיינער פּאַראַנאָיע, אַכזריות און טאָטאַליטאַריזם; ווי מע זאָל עס נישט דעפֿינירן, האָט דער מאָרד פֿון דער שרײַבער־עליטע פּאַראַליזירט די אַנטוויקלונג פֿון ייִדישער קולטור אינעם ראַטן־פֿאַרבאַנד ביז כרושטשאָווס תּקופֿה. לויט חיים ביידערס "לעקסיקאָן פֿון ייִדישע שרײַבער אין ראַטן־פֿאַרבאַנד" איז זלמן סקודיצקי געבוירן געוואָרן אין 1906 אין זשיטאָמיר, און אין 1922 האָט ער אָנגעהויבן שטודירן אינעם קיִעווער ייִדישן פּעדאַגאָגישן טעכניקום. ער האָט אים פֿאַרענדיקט אין 1926 און געוואָרן אַ לערער אין אַ ייִדישער שול. ווײַטער האָט ער שטודירט אין דער עטנאָגראַפֿישער סעקציע בײַם קיִעווער אינסטיטוט פֿאַר ייִדישער קולטור, און דאָרטן איז ער געוואָרן אַ מיטאַרבעטער אין 1931. די סעקציע האָט אַדורכגעפֿירט פֿאָלקלאָר־עקספּעדיציעס אין די שטעטלעך פֿון אוקראַיִנע, און סקודיצקי און זײַנע מיטאַרבעטער האָבן געזאַמלט ס‘רובֿ פֿון די לידער געדרוקטע אין די צוויי בענד, פֿון די אונטערנעמונגען. די מוזיק צו די לידער האָט מען, צום באַדויערן, נישט פֿאַרשריבן און ניט געדרוקט. "פֿאָלקלאָר־לידער: נײַע מאַטעריאַלן־זאַמלונג, באַנד איינס" איז אַרויס אונטער דער רעדאַקציע פֿון מאיר ווינער, אין מאָסקווע, 1933. "פֿאָלקלאָר־לידער: נײַע מאַטעריאַלן, באַנד צוויי" איז געדרוקט געוואָרן מיט דרײַ יאָר שפּעטער אין 1936. נאָך איידער די צוויי בענד זענען דערשינען האָט סקודיצקי זיך קונה שם געווען ווי אַ פֿאָלקלאָריסט צוליב זײַן פֿאָרשונג "וועגן פֿאָלקס־באַאַרבעטונגען פֿון גאָטלאָבערס לידער" אין דער מינסקער "צײַטשריפֿט", און זײַן אַרבעט "וועגן פֿאָלקלאָרישן אַרבעטער־ליד". מיט אַ וואָך צוריק, אין דער פּרשה "ואתחנן", האָבן מיר געלייענט, ווי משה רבינו האָט געבעטן דעם אייבערשטן אים אַרײַנצולאָזן קיין ארץ־ישׂראל. פֿון דער גשמיותדיקער פּערספּעקטיוו, איז משה ניפֿטר געוואָרן חוץ־לאָרץ, כּדי מכפּר צו זײַן אויף די עבֿירות פֿון ייִדן. ברוחניות, ווי עס ווערט דערקלערט אינעם ספֿר "זרע־קודש" פֿונעם ראָפּשיצער רבין, איז ער אָבער יאָ אַרײַנגעקומען אינעם לאַנד, ווי דער קאָלעקטיווער ג־טלעכער גײַסט פֿונעם גאַנצן כּלל־ישׂראל. |