- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
אַזוי איז שוין, זעט אויס, באַשערט, אַז די טראַגישע קאַלענדאַר־דאַטע פֿון 11טן סעפּטעמבער 2001, וועט זיך אינעם ייִדישן לוח דרייען אַרום ראָש־השנה — צו מאָל שפּעטער און צו מאָל פֿריִער, ווי אַ בלוטיקער צייכן, וואָס דערמאָנט שוין נישט נאָר די ייִדן — דער גאַנצער וועלט, פֿון וואַנען צו דערוואַרטן די סכּנה. (אײַנדרוקן פֿון דער 28סטער יערלעכער אינטערנאַציאָנאַלער קאָנפֿערענץ פֿון ישׂראל-לימודים אין חיפֿהער אוניווערסיטעט) אַנטעקגן דעם אַלגעמיינעם היינטיקן פֿינאַנציעלן קריזיס אין ס'רובֿ אַקאַדעמישע אַנשטאַלטן, זעט אויס דאָס פֿעלד פֿון אַקאַדעמישע ישׂראל-לימודים (Israel Studies בלע״ז) ווי אַ בליִענדיק פֿעלד. נישט ווייניקער פֿון 560 רעפֿעראַטן אויף איבער 120 סעסיעס זענען אָפּגעהאַלטן געוואָרן בײַם חיפֿהער אוניווערסיטעט במשך פֿון דער דרײַ־טאָגעדיקער קאָנפֿערענץ פֿון ישׂראל-לימודים, וואָס איז פֿאָרגעקומען פֿונעם 25סטן ביז דעם 27סטן יוני. דער טיטל פֿון דער הײַיאָריקער קאָנפֿערענץ איז געווען "מולטיקולטורעלע ישׂראל אין אַ גלאָבאַלער פּערספּעקטיוו: צווישן איין געזעלשאַפֿט און אַ סך געזעלשאַפֿטן". דו ווידער שטאַרבסט און ווידער, איידער פֿאַלן זיך גיסן אָן מיט גאָלד די בלעטער אַיעטוועדער זאָל ווערן פֿאַר צווײַג־און־שטאַם אַ גוטער בעטער בעת ווינטער־שנייען ווערן שוין פֿאַרגרייט אין סאַמע האַרץ פֿון האַרבסט
Sowjetische Politik gegenüber Deutschen, Polen und anderen Diaspora- Nationalitäten 1917-1938. München: R. Oldenburg, 2009. די פֿראַגע, צי סטאַלין האָט געהאַט אין זינען אַרויסצושיקן די רוסישע ייִדן אין דער סיבירער וויסטעניש בלײַבט עד־היום ניט דערקלערט. פּראָפֿעסאָר גענאַדי קאָסטירטשענקאָ, דער גרעסטער רוסישער מומחה אין סטאַלינס ייִדישער פּאָליטיק, באַטאָנט אין זײַנע גרונדיקע פֿאָרשונגען, אַז ער האָט ניט געזען קיין שום אַרכיוואַלע מקורים וועגן אַזעלכע פּלענער. אין אַלע אַנדערע פֿאַלן, ווען סטאַלין האָט דורכגעפֿירט מאַסן־דעפּאָרטאַציעס פֿון גאַנצע פֿעלקער, האָט מען צוגעגרייט אַזעלכע אָפּעראַציעס מיט אַ סך התמדה, און דאָס האָט איבערגעלאָזט אַ צאָל שפּורן אין פֿאַרשידענע אַרכיוון. דעם האַרבסט לערן איך פֿאַרן ביז-גראַדויִר-עולם אַ קורס פֿון רוסיש-ייִדישער געשיכטע (און כ’האָב דווקא אַ קלאַס פֿון גאָר אַ נישקשהדיקער גרייס). קוק איך, פֿאַרשטייט זיך, אַרײַן אין כּלערליי ביכער, כּדי דערפֿרישן אין מײַן זכּרון פֿאַרשיידענע פּרטים פֿון די געשעענישן אין צאַרישן, סאָוועטישן און הײַנטיקן רוסלאַנד. האָב איך זיך פּלוצעם געכאַפּט, אַז הײַיאָר, און דווקא אין אויגוסט און סעפּטעמבער, קען מען אָפּמערקן אַ שטיקל יוביליי. די רייד גייט וועגן דער ערשטער צעטיילונג פֿון פּוילן, אין יאָר 1772. דאָס הייסט, אַז מין 240 יאָר צוריק האָט זיך, אין תּוך אַרײַן, אָנגעהויבן די רוסיש-ייִדישע געשיכטע. אויב פֿריִער פֿלעגן ייִדן זיך נאָר אַרײַנכאַפּן קיין רוסלאַנד, איז זינט 1772 האָט זיך אין לאַנד באַוויזן אַ שטענדיקע ייִדישע באַפֿעלקערונג. ווי מיר ווייסן, האָט מען פּוילן צעטיילט נאָך צוויי מאָל, אין 1793 און 1795, און סוף-כּל-סוף האָט אַזאַ לאַנד אויפֿגעהערט צו עקזיסטירן, לכל-הפּחות ווי אַן אומאָפּהענגיקע מדינה. בינו-לבינו איז רוסלאַנד, וואָס האָט תּמיד געציטערט פֿאַר דער “שעדלעכער השפּעה" פֿון ייִדן, באַרײַכערט געוואָרן מיט אַ ריזיקער ייִדישער באַפֿעלקערונג. דאָס הייסט ניט, אַז שוין סוף 18טן יאָרהונדערט האָבן זיך באַוויזן ייִדן, וואָס האָבן זיך געהאַלטן פֿאַר “רוסישע". דאָס איז געווען אַ לאַנגער פּראָצעס; שוין אָפּגעשמועסט פֿון דעם, וואָס אַ גרויסער חלק ייִדן האָבן זיך קיין מאָל ניט אויפֿגעהערט צו האַלטן פֿאַר פּוילישע. “רוסישע ייִדן" איז, בכלל, אַ טערמין, וואָס שפּיגלט אָפּ ניט אַזוי די געאָגראַפֿיע, ווי די קולטור און די שפּראַך. ס’רובֿ “רוסישע ייִדן" זײַנען דאָך געווען, און בלײַבן, תּושבֿים, געוועזענע צי איצטיקע, פֿון אוקראַיִנע, ווײַסרוסלאַנד, מאָלדאָווע וכ’. "איר שטייט הײַנט אַלע פֿאַרן אייבערשטן, פֿון אײַערע ראָשים און עלטערע, ביז אײַערע קינדער, האָלצהעקער און וואַסערשעפּער". דער נאָמען פֿון דער הײַנטיקער פּרשה — "נצבֿים" — מיינט "איר שטייט". משה רבינו האָט פֿאַרזאַמלט אַלע ייִדן, כּדי זיי אַרײַנצוברענגען אַלע צוזאַמען אין אַ קאָלעקטיווער פֿאַרבינדונג מיטן אייבערשטן. |