- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
די עליה איז אַ פּועל־יוצא פֿון אַ רעזאָלוציע, דורכגעפֿירט פֿון פּרעמיער בנימין נתניהוס קאַבינעט אין אָקטאָבער, צו דערלויבן 275 מיטגלידער פֿון דער בני־מנשה, זיך צו באַזעצן אין ישׂראל במשך פֿון די קומענדיקע צוויי חדשים. די וואָך איז געקומען די ערשטע גרופּע פֿון 53 מענטשן. די בני־מנשה וווינען הײַנט אין די אינדישע שטאַטן מיזאָראַם און מאַניפּוּר, און זאָגן, אַז זייערע אָבֿות האָבן זיך דאָרט באַזעצט, נאָך דעם ווי די אַשורים האָבן זיי פֿאַרטריבן, אינעם 8טן יאָרהונדערט פֿאַר דער איצטיקער צײַט־רעכענונג. אינעם 19טן יאָרהונדערט האָבן בריטישע מיסיאָנערן זיי געשמדט צו דער קריסטלעכער רעליגיע, אָבער במשך פֿון די פֿאַרגאַנגענע 60 יאָר, האָבן זיי זיך אומגעקערט צו ייִדישקייט. מײַקל פֿרוינד, דער דירעקטאָר פֿון "שבֿי־ישׂראל" — אַ ישׂראלדיקע אָרגאַניזאַציע, וואָס העלפֿט די "פֿאַרלוירענע" און "באַהאַלטענע" ייִדן איבער דער וועלט — איז מיטגעפֿאָרן מיט זיי אויפֿן עראָפּלאַן, און האָט געזאָגט דעם "פֿאָרווערטס", אַז די שטימונג איז געווען זייער אַ רירנדיקע. "די בני־מנשה ווײַזן בטבֿע נישט אַרויס זייערע געפֿילן אין דער עפֿנטלעכקייט," האָט פֿרוינד געזאָגט דעם "פֿאָרווערטס". "אָבער ווען מיר האָבן געלאַנדעט אין בן־גוריון פֿליפֿעלד, האָבן זיי אויסגעשאָסן אין אַ געשריי און אַפּלאָדירט. בײַם טויער האָבן זיי אויף אַ קול געמאַכט אַ שהחיינו, און געזונגען די ׳התּקווה׳. אַ צאָל פֿאַרבײַגייער, ישׂראלים און טוריסטן, זענען צוגעקומען און מיטגעזונגען מיט זיי." "זיי האָבן געוואַרט אַזוי פֿיל יאָרן פֿאַר דעם מאָמענט; איז עס, אַוודאי, געווען זייער עמאָציאָנעל," האָט געזאָגט צבֿי כאַוטע, אַ מיטגליד פֿון דער בני־מנשה, וואָס האָט עולה געווען מיט צען יאָר צוריק, און איז געקומען באַגריסן די נײַע אימיגראַנטן אויפֿן פֿליפֿעלד. "אַ סך פֿון זייערע קרובֿים וואָס וווינען דאָ, זענען אויך געקומען; מענטשן, וואָס זיי האָבן נישט געזען יאָרן לאַנג, האָט מען זיך אַרומגעכאַפּט און געוויינט." וויכטיק אויף אַזעלכע אונטערנעמונגען איז צו מאַכן שלום מיטן פֿאַקט, אַז ס׳איז פּשוט אוממעגלעך צו טאַנצן מיט איין תּחת אויף אַלע חתונות. אויב מע פּראָבירט "בשום-אופֿן נישט צו פֿאַרפֿעלן" דעם פֿערטן צי דעם פֿינפֿטן "גאָר וויכטיקן פּאַנעל", אָדער דעם צווייטן צי דריטן קבלת-פּנים אין איין טאָג, — פֿאַלט מען ממש פֿון די פֿיס. וואָס איז אפֿשר יאָ נייטיק — פֿאָרצולייגן צו גרינדן אַ נײַע "אָקופּירט עיי. דזשיי. עס!" באַוועגונג, וואָס זאָל דורכמאַרשירן דורך די גאַסן און סקווערן פֿון שיקאַגע, אַרײַנגערעכנט דעם באַרימטן "היימאַרקעט סקווער", און פֿאָדערן אַן אַכט שעהדיקן אַרבעטסטאָג אויף דער קאָנפֿערענץ. אָבער דאָס איז נאָר מײַן פּערזענלעכע מיינונג... דעם אמת געזאָגט, רעדט זיך וועגן זייער אַ וויכטיקער אונטערנעמונג און דער סימן דערצו ליגט אין די גאָר אינטערעסאַנטע פּאַנעלן וואָס איך האָב באַזוכט און אין זיי זיך באַטייליקט. בײַם ערשטן פּאַנעל, אונטער דעם טיטל "ייִדישע אָפּקלאַנגען צום ראַסיזם נאָכן חורבן", דוד סלוצקי (מאָנאַש־אוניווערסיטעט), דן דזשיי. פּאַקעט (טרוי אוניווערסיטעט), און שירלי גילבערט (אוניווערסיטעט פֿון סאַוטהאַמפּטאָן) — האָבן באַהאַנדלט די טעמע אין דרײַ פֿאַרשידענע געאָגראַפֿישע ערטער. בקיצור, מין איז אַ גאַנצע תּורה, אַ וויסנשאַפֿט פֿאַר זיך, וואָס איז געוואָרן זייער פּאָפּולער אין דער אַקאַדעמישער פֿאָרשונג זינט די 1970ער יאָרן, ווען די געזעלשאַפֿט האָט צוביסלעך אָנגעהויבן אַכטונג געבן אויף די רעכט פֿון פֿרויען, האָמאָסעקסואַליסטן, און אַנדערע באַעוולטע גרופּעס. פֿאַר וואָס די גראַדויִר־שול האָט מיך אויסגעקליבן צו זײַן דער לערער־אַסיסטענט אין דעם קורס איז מיר ניט קלאָר, ווײַל אַ מענטש וואָס ווייסט ווייניקער פֿון מיר וועגן מין און זעקס דאַרף מען זוכן מיט ליכט. אָבער דערפֿאַר איז דער קורס געווען אַ גאָלדענע געלעגנהייט אויסצופֿילן די בלויזן אין מײַן דערציִונג, ספּעציעל וואָס שייך פֿרויען. ווײַל, דער עיקר, האָט דער קורס באַהאַנדלט די ראָלע פֿון פֿרויען אין דער ייִדישער געשיכטע, און ס׳איז אפֿשר ניט קיין חידוש, אַז כּמעט אַלע סטודענטן זײַנען אויך געווען פֿרויען. דער ניסתּר האָט דעמאָלט געלעבט אין כאַרקאָוו, די הויפּטשטאָט פֿון דער סאָוועטישער אוקראַיִנע. אָבער מיט דעם אַריבערטראָגן פֿון דער הויפּטשטאָט קיין קיִעוו אין 1934 האָט זיך זײַן סיטואַציע געערגערט. מיט דעם אַרויספֿאָרן פֿון די צענטראַלע פֿאַרלאַגן און קולטורעלע אַנשטאַלטן אין דער נײַער הויפּטשטאָט האָט דער ניסתּר אָנגעוווירן זײַן פּרנסה. דאָס האָט אים דערוועגט צו ווענדן זיך נאָך הילף צו דעם ברודער מאָטל אין פּאַריז, וועלכער איז דעמאָלט שוין געוואָרן אַן אײַנגעשטעלטער קונסטהענדלער׃ "בפֿרט איך וועל נישט קאָנען פֿאַרדינען, ווײַל מײַן אַרבעט בײַ די פֿאַרלאַגן איז אַ טעכנישע — איבערזעצונגען און רעדאַקטור פֿון שפּראַך און סטיל. דאָס איז אַזאַ אַרבעט, וואָס אויב מ׳געפֿינט זיך אויפֿן אָרט, באַקומט מען זי, אויב ניט, גיט מען זי אָפּ אַן אַנדערן; דעם, וועלכער וווינט אין דער זעלבער שטאָט." און ווײַטער דערקלערט דער ניסתּר די סיבה, פֿאַרוואָס ער קאָן טאָן נאָר אַ טעכנישע אַרבעט׃ "דאָס, וואָס איך האָב געשריבן ביז אַהער, איז בײַ אונדז איצט שטאַרק אָפּגעפֿרעגט, ס׳איז זייער אַ געשלאָגן אַרטיקל. סימבאָליזם האָט אין ראַטנפֿאַרבאַנד קיין אָרט ניט. און איך, ווי דיר איז באַוווּסט, בין פֿון אַלע יאָרן אַ סימבאָליסט — איבערגיין פֿון סימבאָליזם צו רעאַליזם איז פֿאַר אַ מענטשן, ווי איך, וועלכער האָט אַ סך געהאָרעוועט אויף צו פֿאַרפֿאָלקאָמען זײַן מעטאָד און אופֿן פֿון שרײַבן — זייער שווער. דאָס איז נישט קיין פֿראַגע פֿון טעכניק, דאָ מוז מען ווי אויף ס׳נײַ געבוירן ווערן; דאָ מוז מען איבערקערן די נשמה אויף דער אַנדערער זײַט." אַזוי צי אַזוי, אָבער דער ניטל שאַפֿט עפּעס אַן אידעאָלאָגישע פּראָבלעם. וואָס זאָל אַ ייִד טאָן אין אַזאַ טאָג? דאָ, אין ענגלאַנד, האָב איך געקענט אַ ייִדישע משפּחה, וואָס האָט אָפּגעמערקט דעם ניטל — זיי האָבן דעם מינהג געבראַכט פֿון דײַטשלאַנד. און איך קען אַ האַלב-ישׂראלדיקע משפּחה, וועלכע מאַכט פֿון דעם אַ יום-טובֿ. דאָס הייסט, אַז אין קלויסטער גייט מען, פֿאַרשטייט זיך, ניט, אָבער מע זיצט בײַ אַ טיש אָנגעשטעלט מיט טראַדיציאָנעלע ניטל-מאכלים, און מע קויפֿט מתּנות איינער דעם אַנדערן. איך ווייס, אַז אין ניו-יאָרק האָבן ייִדן געפֿונען אַ צולהכעיסדיקע סגולה פֿאַרן ניטל — מע גייט אין קינאָ. איך וואָלט, אַ פּנים, געטאָן דאָס זעלבע, אָבער מיר איז קיין מאָל ניט אויסגעקומען צו זײַן אין ניו-יאָרק אין דער דאָזיקער צײַט. האָבן מיר, מײַן ווײַב און איך, אַן אייגענע סגולה — מיר פֿאָרן ערגעץ אַוועק פֿון ענגלאַנד. הײַיאָר האָט דער ניטל אונדז פֿאַרטראָגן קיין איטאַליע, אין אַן אָרט, וואָס הייסט אַבאַנאָ טערמע — אַ טערמאַלער קוראָרט ניט ווײַט פֿון דער באַרימטער שטאָט פּאַדוע. האָטעלן פֿון אַבאַנאָ טערמע האָבן באַסיינען מיט וואַרעם וואַסער, אַזוי אַז מע קען שווימען אין דרויסן אַפֿילו ווינטערצײַט. אַ סך סיבות מאַכן פּאַדוע באַרימט. ס׳איז גענוג צו דערמאָנען, אַז דער אוניווערסיטעט איז דאָרטן איינער פֿון די עלטסטע אין דער גאָרער וועלט — אין יאָר 1222 האָט ער שוין זיכער פֿונקציאָנירט. אין דעם דאָזיקן אוניווערסיטעט, וועלכער איז ניט געווען אונטער דער השגחה פֿונעם פּויפּסט, האָבן זיך געלערנט אויך ייִדן, בפֿרט אין דער מעדיצינישער שול. הונדערטער דאָקטוירים, וואָס זײַנען פֿון דאָרטן אַרויס, האָבן געשפּילט אַ וויכטיקע ראָלע אין אינטעלעקטועלן לעבן פֿון אייראָפּעיִשע ייִדן. דער צווייטער טייל פֿון חמישה־חומשי־תּורה, “שמות", וועלכן מיר האָבן אָנגעהויבן לייענען די פֿאַרגאַנגענע וואָך, הייבט זיך אָן מיט אַ דערציילונג וועגן דעם, ווי יעקבֿס משפּחה האָט זיך באַזעצט אין מצרים. מיט דער צײַט, איז די ייִדישע באַפֿעלקערונג אינעם לאַנד געשטיגן און געוואָרן שטאַרקער; דער נײַער מיצרישער קיניג, וועלכער האָט נישט אָנערקענט יוספֿס פֿאַרדינסטן פֿאַר זײַן מלוכה, האָט באַשלאָסן, אַז די ייִדן שטעלן מיט זיך פֿאָר אַ פֿרעמדע סכּנותדיקע גרופּע. |