Video Banner
‫פֿון רעדאַקציע

דעם לעצטן מוצאי־שבת איז אינעם שטעטל מאָנסי, לעבן ניו־יאָרק, פֿאַרברענט געוואָרן די שיל, וואָס האָט געהערט צו דער אולטראַ־אָרטאָדאָקסישער באַוועגונג "נטורי קרתא", באַקאַנט מיט איר אַנטי־ציוניסטישן צוגאַנג...

ווער איז שולדיק אין דער שעדלעכער אַקציע, איז דערווײַל נישט קלאָר, אָבער די שׂרפֿה ווערט פֿאַרבונדן מיט יענעם "ברידערלעכן קוש", וואָס איז אַזוי דעמאָנסטראַטיוו געוויזן געוואָרן אויף אַלע טעלעוויזע־קאַנאַלן, און וואָס די איראַנישע פּראָפּאַגאַנדע־מאַשין האָט אַזוי פֿיפֿיק אויסגענוצט, בעת דער פּאַסקודנער אַנטי־חורבן־קאָנפֿערענץ.


פּאָליטיק

דער רעזולטאַט פֿון דעם באַזוך, וועלכן די סטייט-סעקרעטאַרין קאָנדאָליזאַ רײַס האָט אָפּגעשטאַט אין ירושלים, איז געווען ענלעך צום רעזולטאַט פֿון דעם שטאַרק רעקלאַמירטן פֿאַרמעסט צווישן די פֿוטבאָל-רעפּרעזענטאַנצן פֿון ישׂראל און ענגלאַנד, וואָס איז פֿאָרגעקומען אין דער זעלבער וואָך אויף דעם פֿוטבאָל-סטאַדיאָן אין רמת־גן. דער רעזולטאַט פֿון 0:0 איז געווען אַ דערוואַרטער, כּמעט אַפֿילו אַ פֿאַרלאַנגטער, און דאָך — אַנטוישנדיק. אַזוי אויפֿן פֿוטבאָל-סטאַדיאָן און אַזוי אויך אין דער פּאָליטיק אויפן מיטעלן אָריענט.


פּובליציסטיק
פֿון איתן פֿינקעלשטיין (דײַטשלאַנד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

שבת, דעם 27סטן מערץ האָבן די פֿירער פֿון 27 לענדער, מיטגלידער פֿונעם אייראָפּעיִשן פֿאַרבאַנד, זיך צוזאַמענגענומען אינעם הויז פֿון דער בערלינער אָפּערע, כּדי צו הערן בעטהאָווענס סימפֿאָניע #5, אויסגעפֿירט לכּבֿוד דעם 50סטן יאָרטאָג זינט ס׳איז אויפֿגעקומען דער אייראָפּעיִשער פֿאַרבאַנד; נאָכן קאָנצערט, זײַנען אַלע געסט אויפֿגענומען געוואָרן אין דער פּרעזידענט־רעזידענץ. בײַם בראַנדענבורגער טויער, וווּ עס זײַנען אויפֿגעשטעלט געוואָרן 27 "נאַציאָנאַלע" געצעלטן, האָט מען דעם המון מכבד געווען מיט נאַציאָנאַלע מאכלים און זיי פֿריילעך געמאַכט מיט פֿאַרשידענע אַטראַקציעס, אין וועלכע עס האָבן זיך באַטייליקט די באַרימטע פּאָפּ־שטערן.


קהילה־לעבן
די אָפֿיציעלע מבֿינים פֿונעם קאָנקורס פֿאַרזוכן די געפֿילטע פֿיש

בוענאָס־אײַרעס (ייִט״אַ) — די טוריסטן, וועלכע האָבן שפּאַצירט איבערן מאָדערנעם אײַנקויף־צענטער פֿון פּאַלערמאָ־האָליוווּד, האָבן לעצטנס געהאַט אַ שטיקל סורפּריז. צווישן די מאָדערנע קונסט־גאַלעריעס און גאָרמיי־רעסטאָראַנען בײַם "קאָסטאַ־ריקאַ און אַרמעניע פּלאַץ" האָט מען דעם 24־25סטן מערץ אָפּגעהאַלטן דעם צווייטן "געפֿילטע פֿיש פֿעסטיוואַל" — אַ פֿאַרמעסט אויסצוקלײַבן די געשמאַקסטע געפֿילטע פֿיש.


ליטעראַטור
פֿון אַ. זאַכאַרענקאָוו (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

"פּאָעטן און בעטלער, מוזיקאַנטן און נבֿיאים, זעלנער און שווינדלער, מיר, קינדער פֿון דער האַרבער רעאַליטעט, נייטיקן זיך כּמעט נישט אין עפּעס אַ דמיון, ווײַל אונדזער גרעסטע שוועריקייט איז — מיר האָבן קיין מיטלען ניט אויף צו מאַכן אונדזער לעבן אַ ביסל מער גלייבווירדיקער".
ג.ג. מאַרקעז. פֿון זײַן נאָבעל־פּרײַז־וואָרט


רעליגיע
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

פֿון דער הײַנטיקער וואָך אָן וועט די רובריק אַרום דער וואָכן־פּרשה און די יום־טובֿים געפֿירט ווערן פֿון אונדזער קאָרעספּאָנדענט מ. אַלקין. "מה נשתּנה?" — מיט וואָס וועט דער נײַער פּרשה־אָפּטייל זיך אונטערשיידן פֿונעם פֿריִערדיקן קאָלום, "תּורה־געדאַנק", געפֿירט פֿון ה. מאַניעווסקי?

דער נײַער אָפּטייל, וואָס וועט הייסן "פֿונעם אייביקן קוואַל", וועט באַקענען די לייענער מיט מער פֿילאָסאָפֿישע, פּסיכאָלאָגישע און מיסטישע אַספּעקטן פֿון דער תּורה, ווי אויך וועגן די פֿאַרבינדונגען צווישן ייִדישקייט און דער מאָדערנער וויסנשאַפֿט. די נײַע רובריק "פֿונעם אייביקן קוואַל" האָט בדעה צוצוציִען אַ ייִנגערן לייענער, וואָס אינטערעסירט זיך מיט די פֿראַגעס פֿון ייִדישער טראַדיציע און רעליגיע.