- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
מיללער האָט געמאַכט אַ פֿאָרשלאַג, אַז מען זאָל די נײַע צײַטונג רופֿן "פֿאָרווערטס". איך האָב געגלויבט, אַז מען דאַרף אַן עכט־ייִדישן נאָמען. אָבער אַ געראָטענעם ייִדישן נאָמען פֿאַר אַ צײַטונג איז ניט גרינג צו געפֿינען, און "פֿאָרווערטס" הייסט דער הויפּט אָרגאַן פֿון דער גרויסער סאָציאַליסטישער פּאַרטיי פֿון דײַטשלאַנד. איז מיללערס פֿאָרשלאַג אָנגענומען געוואָרן איינשטימיק. פֿון בוך זכרונות "בלעטער פֿון מײַן לעבן" פֿון אַב. קאָהאַן
אַ גוטער בײַשפּיל פֿון אַזאַ לעבנס־שטאַנדהאַפֿטיקייט קאָן זײַן דער נאָמען "פֿאָרווערטס". צום ערשטן מאָל האָט ער אָנגעהויבן צו קלינגען ווי אַ נאָמען פֿון אַ דײַטשישער פּובליקאַציע "Vorwärts", וועלכע איז דערשינען אין פּאַריז אין 1844. די צײַטונג פֿלעגט אַרויסגיין צוויי מאָל אין דער וואָך און האָט עקזיסטירט בלויז איין יאָר. און דאָך האָט זי איבערגעלאָזט אין דער געשיכטע אַ ממשותדיקן שפּור, ווי דער ערשטער אידעאָלאָגישער צענטער פֿונעם אייראָפּעיִשן סאָציאַליזם און קאָמוניזם, וואָס האָבן דעמאָלט אָנגעהויבן צעשפּרייטן די פֿליגלען. צווישן די מחברים זײַנען געווען אַזעלכע גרויסע רעוואָלוציאָנערן און דענקער ווי קאַרל מאַרקס, פֿרידריך ענגעלס, מיכאַיִל באַקונין און אַנדערע. עס זײַנען דורכגעגאַנגען 32 יאָר, און אין 1876, אונטער דעם זעלבן נאָמען הייבט אָן דערשײַנען די צײַטונג פֿון די דײַטשישע סאָציאַל־דעמאָקראַטן. דער וואָכנבלאַט "Vorwärts" גייט אַרויס אין לײַפּציג און ווערט פֿאַרשפּרייט איבער גאַנץ דײַטשלאַנד, ווי אויך אין עסטרײַך, שווייץ און פּוילן. ער ווערט איינע פֿון די פּאָפּולערסטע לינקע אויסגאַבעס אין אייראָפּע און פֿאַרשפּרייט אַקטיוו די סאָציאַליסטישע און סאָציאַל־דעמאָקראַטישע אידעען, וואָס ווערן גיך אַריבערגעבראַכט אין אַמעריקע. (פֿון "פֿאָרווערטס", אַפּריל 17, 1912) די "טיטאַניק", דער טיטאַן פֿון די דאַמפֿערס, די גרעסטע, בעסטע, טײַערסטע דאַמפֿשיף אין דער וועלט, דער לוויתן פֿון די ימים, האָט געמאַכט איר ערשטע רײַזע, איר "בתולה־רײַזע", איר "מײַדן־טריפּ" איבערן אַטלאַנטישן אָקעאַן און איז געזונקען אין דער טיפֿעניש. (פֿון אונדזער אַרכיוו) איר זענט נישט סענטימענטאַל? וויפֿל אָרט פֿאַרנעמט אין אײַך יצחק־לייבוש פּרץ? גייט, ביטע, אין תּל־אָבֿיבֿ אויף סוף אַלנבי־גאַס. איר אָנהייב איז בײַם ים־ברעג, און בײַ איר סוף הייבט זיך אָן די גאַס עליה. און אָט: ראָג אַלנבי־עליה איז אַ גאַס, לינקס, און אַ שילדל אויפֿן ראָג מויער: י. ל. פּרץ (אויך אויף ענגליש און אַראַביש). שטיי אַ ווײַלע: דיקע וואָנצעס איבערן מויל, אַ פּנים וואָס איז עקזאַלטירט, רויט, שיִער־נישט אַפּאָפּלעקסיש; אויגן — האַלב־אַרויסגעשטאַרצטע; אַריסטאָקראַט? האַלבער אַדוואָקאַט? גמינע־באַאַמטער אין מתים־אָפּטייל? ר׳ למה פֿון "די גאָלדענע קייט"; יוחנן וואַסערטרעגער, דער מקובל? טיפֿע פֿאָלקסטימלעכקייט, חסידישע דערהויבנקייט, אוניווערסאַלער וועלטשמערץ? טראַגישער קינסטלער, פֿאַמיליען־פּערזענלעכע ווייטיקן; ברייטע האַנט פֿון אַ געבער, איבערמענטש, נאַציאָנאַל־מאָנומענטאַלע פֿיגור; בײַנאַכט אויפֿן אַלטן מאַרק, אין פּאָליש אויף דער קייט, דער טרעגער פֿון שלום־בית. אַ צאָל פֿאַקטאָרן און געשעענישן האָבן געשטופּט דעם "פֿאָרווערטס" אין דער דאָזיקער ריכטונג — פֿון אַנטי-נאַציאָנאַליזם צו אַ "שטילן" נאַציאָנאַליזם. איך וועל דאָ דערמאָנען נאָר איין סיבה, דהײַנו: די צעשפּאַלטונג אין 1921, ווען מער אינטערנאַציאָנאַליסטיש־געשטימטע סאָציאַליסטן זײַנען אַוועק צו די קאָמוניסטן. דאָס הייסט ניט, פֿאַרשטייט זיך, אַז דער עולם, וואָס איז פֿאַרבליבן מיטן "פֿאָרווערטס", איז באַשטאַנען פֿון גאָלע נאַציאָנאַליסטן. אָבער די לאָגיק אַליין פֿון בויען אַ מין וואַנט צווישן זיך און די קאָמוניסטן האָט געפֿאָדערט צו באַטאָנען און פֿאַרשטאַרקן די אונטערשיידן מיט זיי. דאָס הייסט, אַז טאָמער בײַ זיי איז עפּעס געווען שוואַרץ, איז אויף דער זײַט געוואָרן ווײַס. די אַלגעמיינע נטיה צו שאַפֿן אַ ווידעראַנאַנד איז תּמיד געווען זייער אָנזעעוודיק. די אידעאָלאָגישע שינויים אין די פֿריִע 1920ער יאָרן קען מען באַמערקן אויך אין דעם אונטערקלײַב פֿון נײַע זשורנאַליסטן. אַזוי האָט זיך אין יאָר 1924 צווישן די שטענדיקע מיטאַרבעטער פֿון "פֿאָרווערטס" באַוויזן חיים ליבערמאַן (1890—1963), (פֿון "פֿאָרווערטס", דעצעמבער 24, 1978) דער ביז איצט נישט אָפּגעשאַצטער פֿאַרדינסט פֿון יצחק באַשעוויס איז דער וואָס שוין אין די אָנהייב 1930ער יאָרן, מיטן דערשײַנען פֿון זײַן "דער שׂטן אין גאָרײַ", האָט ער צעבראָכן די אָפּגערעדטע פֿאָרמעס און טאַבוס אין דער ייִדישער ליטעראַטור. נאַטירלעך האָט אין דער קלאַסישער ייִדישער פּראָזע אויך ביז באַשעוויסן געשפּילט די קאָמפּאָזיציע פֿון נאַטור און מענטש, גענוי אַזוי ווי אין אַלע ליטעראַטורן. אָבער בנוגע דעם מענטש, ביז וועלכער גרענעץ צו שילדערן אים אין זײַנע לײַדנשאַפֿטן און שטאַרקע באַגערן, האָבן געהערשט צוימען און אָפּגערעדטע פֿאָרמעס. אַזוי איז אויך ווי פֿאַרמענטשלעכט געוואָרן די נאַטור אין זיסלעכקייט. (אַן איבערבליק פֿון דער פֿרויען־זײַט צווישן 1919 און 1979) במשך פֿון די ערשטע פֿופֿציק יאָר פֿונעם "פֿאָרווערטס", איז דער ציל פֿונעם רעדאַקטאָר, אַב קאַהאַן, געווען זייער קלאָר: נישט בלויז איבערגעבן די נײַעס צו די ייִדישע אימיגראַנטן אויף אַ שפּראַך וואָס זיי האָבן געקענט, אָבער אויך העלפֿן זיי אַרײַנצופּאַסן זיך אין דער אַמעריקאַנער געזעלשאַפֿט; בפֿרט — צו ווערן אַקטיווע מיטגלידער פֿון דער אַלגעמיינער אַרבעטער־באַוועגונג. דער קינסטלער שמואל זאַגאַט (1890—1964) איז געבוירן געוואָרן אין ליטע און האָט פֿון 1912 ביז 1919 אָנגעפֿירט מיט אַ "קאָמיקס"־רובריק אין דער ניו־יאָרקער צײַטונג "וואַרהײַט". נאָך דעם האָט ער געשאַפֿן זײַנע קאַריקאַטורן פֿאַרן "פֿאָרווערטס" מער ווי פֿערציק יאָר. אַ בוך מיט זײַנע צייכענונגען איז געדרוקט געוואָרן אין 1972 נאָך זײַן טויט. אין 1976 האָט דער "מאַגעס"־מוזיי, אין בערקלי, קאַליפֿאָרניע, אויסגעשטעלט זײַנע ווערק. ער איז אויך באַקאַנט פֿאַר זײַנע פֿאָטאָגראַפֿיעס פֿונעם ייִדישן לעבן אויף דער איסט־סײַד. שמואל זאַגאַט איז געווען מער לינק־געשטימט ווי דער "פֿאָרווערטס", און אין דער זעלבער צײַט וואָס ער האָט געדרוקט די הומאָריסטישע קאַריקאַטורן האָט ער אויך, אונטער פֿאַרשיידענע פּסעוודאָנימען, אָפּגעדרוקט זײַנע אַנדערע פּאָליטישע ווערק אין די לינקע ייִדישע און ענגלישע פּובליקאַציעס אין די 1930ער און 1940ער יאָרן. יוסף רומשינסקי און זײַן ראָמאַן "דער דריטער דור" אינעם "פֿאָרווערטס"־אַרכיוו האָבן מיר געפֿונען דעם כּתבֿ־יד פֿונעם ראָמאַן "דער דריטער דור" פֿונעם קאָמפּאָזיטאָר יוסף רומשינסקי. ער איז געבוירן געוואָרן אין ווילנע אין 1881, און איז אין דער יונגט געוואָרן אַ "נאָטן־פֿרעסער" — דאָס הייסט, געהאַט די פֿעיִקייט און געווען פֿליסיק אין לייענען מוזיק־נאָטן. בײַ זײַנע קנאַפּע 20 יאָר, האָט ער שוין דיריגירט מיט כאָרן, שטודירט קלאַסישע מוזיק און אָנגעהויבן שאַפֿן זײַנע אייגענע ווערק. צוליב דעם פּריזיוו (מיליטער־דינסט) איז ער אַוועקגעפֿאָרן קיין לאָנדאָן אין 1903, און אָנגעקומען קיין אַמעריקע אין 1904. דאָ, ווערט ער אין גיכן איינער פֿון די וויכטיקסטע קאָמפּאָזיטאָרן אין דער געשיכטע פֿונעם אַמעריקאַנער ייִדישן טעאַטער. ער האָט אויך געשאַפֿן ליטורגישע ווערק, און בכלל געוואָרן אַן אָנפֿירנדיקער כּוח אינעם אַמעריקאַנער ייִדישן טעאַטער. ער איז געשטאָרבן אין 1956. (פֿון "פֿאָרווערטס"־אַרכיוו, פֿעברואַבער 13, 1964) זייער חשובֿער רעדאַקטאָר דער חתם־סופֿר האָט באַמערקט, אַז זינצהיים איז געווען "מגלה טפּח ומכּסה טפֿחיים" — דאָס הייסט, אַז ער האָט זיך געגעבן אַן עצה, ווי אַזוי צו געבן באַפֿרידנדיקע ענטפֿערס אויף נאַפּאָלעאָנס קשיות, און פֿאָרט נישט אַרויסצוזאָגן אַזעלכע ענינים, וואָס וואָלטן געקאָנט ברענגען דעם אימפּעראַטאָר אין כּעס. אויב מע לייענט איבער געוויסע דאָקומענטן, וועלכע זינצהיים האָט אונטערגעשריבן, באַווײַזט זיך אַ מערקווירדיקער, אַפֿילו אַ ראַדיקאַלער, חילוק אינעם געדאַנקען־גאַנג פֿון די דאָזיקע צוויי רבנים. זינצהיים איז געווען באַקאַנט אין זײַן תּקופֿה ווי דער גרעסטער תּלמיד־חכם אין פֿראַנקרײַך. זײַן וויכטיקער גמרא־פּירוש, "יד דוד", זענען פֿאַרעפֿנטלעכט געוואָרן אין אָפֿענבאַך, אינעם יאָר 1799, און איז איבערגעדרוקט געוואָרן אין די 1960ער יאָרן דורך "מכון ירושלים". צום מערסטן איז ער אָבער באַקאַנט ווי דער ראָש פֿון נאַפּאָלעאָנס סנהדרין, וועלכער האָט באַהאַנדלט און גוטגעהייסן די תּשובֿות אויף 12 קשיות, וועלכע דער פֿראַנצויזישער אימפּעראַטאָר האָט געפֿרעגט בײַ די ייִדישע אָנגעזעענע פּערזענלעכקייטן און מנהיגים. נאַפּאָלעאָן איז געבליבן צופֿרידן מיט די ענטפֿערס, און האָט געשטעלט זינצהיימען ווי דעם ערשטן הויפּט־רבֿ פֿון דער "צענטראַלער קאָנסיסטאָריע" — אַן אָרגאַניזאַציע, וועלכע ווערט נאָך אַלץ באַטראַכט ווי די וויכטיקסטע ייִדישע אינסטיטוציע אין פֿראַנקרײַך. אין די יאָרן פֿון זײַן אַרבעט אין "פֿאָרווערטס" האָט ראָבינס, אַ חוץ פֿילצאָליקע אַרטיקלען, אָנגעשריבן אַ ראָמאַן און אַ צאָל פּיעסן, אַרײַנגערעכנט די מעלאָדראַמע "אויף דער זיבעטער עוועניו", וואָס מע האָט אין די מיט-1930ער געשפּילט אין טעאַטער אויף דער צווייטער עוועניו. אומגעקומען איז ער צוליב אַן אַוואַריע פֿון אַן עראָפּלאַן, אויפֿן וועג קיין מאַיאַמי. ער איז געווען איינער פֿון די 20 אומגעקומענע פּאַסאַזשירן. די איבעריקע 81 לײַט זײַנען פֿאַרבליבן לעבן. דעם 18טן אַפּריל 1935, האָט ראָבינס פֿאַרעפֿנטלעכט אַן אַרטיקל וועגן דעם "הײַנטיקן פּסח אין אַמעריקע". פֿון דעם דאָזיקן גרויסן אַרטיקל האָב איך אויסגעקליבן דעם פֿראַגמענט, וואָס הייסט "דער ‘אַמעריקאַניזירטער’ סדר". מיר שײַנט, אַז לעאָ ראָבינס האָט געשאַפֿן אַ בילד פֿון די 1930ער יאָרן, מיט אינטערסאַנטע אַנטראָפּאָלאָגישע פּרטים, וועלכע ער האָט געזען מיט די אויגן פֿון אַ מענטש, וועלכער האָט געדענקט די "אַלטע היים". דערצו האָב איך אין ראָבינס׳ באַשרײַבונג געפֿונען אַ סך פּרטים, וואָס דערמאָנען מיר אָן דעם ווי אַזוי מע האָט געפּראַוועט פּסח אין מײַן אַרום, אין די 1950ער און 1960ער יאָרן, אין אוקראַיִנע. |