געשיכטע, ייִדיש־וועלט
פֿון מישע לעוו (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
אַהרן לעוו, דער טאַטע פֿון מישע לעוו

זײַט איר עס אַ מבֿין, ווי די צײַט טראָגט זיך, קייטלט יעדע זיבן מעת־לעתן אין וואָכן, צוועלף חדשים אין יאָרן. איך פּרוּוו זיי, די שוין פֿון לאַנג דורכגעלעבטע, אויפֿלעבן. העכער 80 קײַלעכדיקע יאָרצענדליק זײַנען פֿאַרבײַ און איך אַ באָרוועסער, מיט פֿאַרקאַטשעטע פּלודערן, אין דער באַגלייטונג פֿון אונדזער הונט, שאַריק, לאָז איך זיך ווידער אין סטעפּ, וואָס איז איבערגעפֿולט מיט דערקוויקנדיקער פֿרישקייט און שײַנענדיקער זון.

ס’איז ניט צום פֿאַרגעסן די פּראַכטן פֿון פֿרילינגדיקער בליִונג, דעם גערוך פֿון די ערשטע קאָפּניעס היי, די האָריקע, נאָך גרינע קעפּעלעך פֿונעם קאָרנפֿעלד, דערנאָך די טיף־אײַנגעבויגענע צו דער ערד מעוברתדיקע זאַנגען. און אויפֿן גאָרטן: צעצוויטעטע זונרויזן, פֿאַרביקע מאָן־בלומען, און אויב שוין זיך האַלטן בײַ סעזאָנישקייט, וועט אַלץ וואָס פֿאַרזייט, זײַן שוין אַראָפּגענומען, און ס׳וועט קומען די צײַט פֿון ווילדן געיאָמער פֿון צעיושעטן ווינט אין קוימען, די ווינטערדיקע פֿרעסט און שניי־זאַווייען. איבערצולעבן דעם ווינטער איז געווען אַ באַשליק, אַן אָפּגעטראָגן שאָפֿנפּעלצל און צעקרישלטע, נאָר גאַנצע וואָליקעס.

נאָך ביז דעם ווי ס’האָט זיך אָנגעהויבן די דורכויסיקע קאָלעקטיוויזאַציע און דאָס אייגן שטיק ערד איז אַריבער אין רשות פֿון דער מלוכה, האָבן די נעכטיקע שילער אָנגעהויבן פֿאַרלאָזן די ניט לאַנג צוריק דעראָבערטע היים. געלאָזט האָט מען זיך אין די שטעט, וווּ ס’זײַנען געווען ייִדישע טעכניקומען, אינסטיטוטן, אָדער אויף די אינדוסטריעלע בויונגען, וואָס זײַנען געווען צעוואָרפֿן איבער גאָר דעם לאַנד.

שטעטלעך, רעליגיע

געוויינטלעך, הייבט זיך די געשיכטע פֿון חסידישע באַוועגונגען אָן, ווען זייער גרינדער פֿאַרזאַמלט די ערשטע גרופּע תּלמידים און ווײַזט זיי אָן אַ געוויסן דרך אין עבֿודת־השם, באַגלייט מיט אַ ספּעציפֿישער סיסטעם פֿון מינהגים. ווען דער רבי ווערט ניפֿטר און לאָזט נישט איבער קיין יורשים, ווערט די באַוועגונג אָפֿט צו ביסלעך בטל. די חסידים גייען געוויינטלעך אַריבער צו אַן אַנדער רבין, וועלכער פֿירט זײַנע נאָכפֿאָלגער אויף אַ וועג, וואָס זעט אויס ענלעך צו דעם גײַסטיקן דרך פֿונעם פֿריִערדיקן מנהיג. אַ טייל חסידישע באַוועגונגען בלײַבן אַקטיוו אָן אַ לעבעדיקן רבין, אָבער בלײַבן פֿאַרגליווערט, שטרעבנדיק אָפּצוהיטן גענוי די הנהגות פֿונעם רבין אָן קיין נײַע חידושים.

מיט 200 יאָר צוריק, ח״י תּשרי תּקע״א (1810), דעם צווייטן טאָג פֿון חול־המועד סוכּות, איז ניפֿטר געוואָרן רבי נחמן בראַצלעווער — אַ יונגער חסידישער מנהיג, וועלכער האָט אַ סך געליטן אין זײַן קורצן לעבן פֿון קראַנקייטן און רדיפֿות, און אויסגעגאַנגען פֿון טובערקולאָז אין עלטער פֿון 38 יאָר. אין פֿאַרגלײַך מיט אַ סך אַנדערע רביים פֿון יענער צײַט, וועלכע זענען געבליבן פֿאַקטיש אומבאַקאַנט, אָדער באַקאַנט בלויז ווי האַלב־לעגענדאַרע פֿיגורן צווישן געוויסע חסידישע גרופּעס, איז רבי נחמנס טויט געוואָרן דער אָנהייב־פּונקט אין דער געשיכטע פֿון זײַן באַוועגונג. דעם קומענדיקן ראָש־השנה איז דער 200־יעריקער יוביליי פֿונעם יערלעכן צוזאַמענטרעף פֿון די בראַצלעווער חסידים אין אומאַן, בײַם קבֿר פֿון זייער רבין.

געשיכטע

מענדל בייליס

מיט 100 יאָר צוריק איז אין קיִעוו אַרעסטירט געוואָרן דער פּריקאַזטשיק פֿון דער ציגל־פֿאַרבריק מנחם־מענדל בייליס. ער איז באַשולדיקט געוואָרן אין הרגענען אַ רוסיש ייִנגעלע, כּדי "אויסצוניצן זײַן קריסטלעך בלוט פֿאַר אַ ריטועלן צוועק". צוויי יאָר איז אָנגעגאַנגען די אויספֿאָרשונג און אין אָקטאָבער 1913 האָט זיך אָנגעהויבן דער טרויעריק־באַרימטער פּראָצעס איבער מענדל בייליס. די אַבסורדישקייט און ליגנערישע באַשולדיקונגען האָבן בולט אַרויסגעוויזן דעם אַנטיסעמיטישן פּרצוף פֿון דער צאַרישער מאַכט און דער פּראַוואָסלאַוונער רעליגיע, דער גײַסטלעכער יסוד פֿון דער רוסישער אימפּעריע.

בייליסן האָבן פֿאַרטיידיקט די בעסטע אַדוואָקאַטן פֿון יענער צײַט; מיט פּראָטעסטן זײַנען אויפֿגעטראָטן די באַקאַנטע שרײַבער: וולאַדימיר קאָראָלענקאָ, אַלעקסאַנדער בלאָק, מאַקסים גאָרקי, אַנאַטאָל פֿראַנס. דער פּראָצעס, וואָס האָט געזאָלט געזעצלעך דערווײַזן די בלוטדאָרשטיקייט פֿון דער ייִדישער אמונה, איז דורכגעפֿאַלן און מענדל בייליס אַליין איז באַרעכטיקט געוואָרן.

שוין נאָכן באַפֿרײַט ווערן, האָט מענדל בייליס דורכגעמאַכט אַ שווערן וועג פֿון אַן עמיגראַנט — געלעבט אַ שטיקל צײַט אין פּאַלעסטינע, דערנאָך אַריבערגעפֿאָרן קיין אַמעריקע. געשטאָרבן איז ער אין ניו־יאָרק, דעם 4טן יולי 1934, און איז מקבר געוואָרן אויפֿן בית־עולם "הר־הכּרמל", קווינס.

מיר לייגן פֿאָר אונדזערע לייענער אַן אויסצוג פֿונעם בוך "די געשיכטע פֿון מײַנע ליידן", געשאַפֿן פֿון מנחם־מענדל בייליס.

ייִדיש־וועלט, געשיכטע
פֿון אלישבֿע כּהן־צדק (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
יאָר 1939. די אַספּיראַנטן פֿון ייִדישן וויסנשאַפֿטלעכן אינסטיטוט בײַ דעם בנין פֿון ייִוואָ

איין מאָל, מיט אַ יאָר פֿינף און פֿערציק צוריק, איז אין ווילנע, אין דער רעדאַקציע פֿון דער פּוילישער צײַטונג, וווּ איך האָב געאַרבעט, געקומען אַ גאַסט פֿון פּוילן — אַ באַוווּסטער פּובליציסט און שרײַבער יעזשי פּוטראַמענט. איך האָב אים געקענט פֿון ווײַטן אין דער פֿאַר־מלחמהדיקער ווילנע, געוווּסט, אַז ער געהערט צו דער פּראָגרעסיווער פּוילישער ליטעראַרישער וועלט, און דעריבער איצט מיט אַ באַזונדערן אינטערעס זיך צוגעהערט צו דעם, וואָס ער האָט דערציילט וועגן דעם אַקטועלן לעבן אין פּוילן. צווישן אַנדערן האָט ער זיך אָפּגעשטעלט אויף דער לאַגע פֿון די דאָרטיקע פֿאַרבליבענע ייִדן, וועלכע די קאָמוניסטישע פּאַרטיי בראָש מיט וו. גאָמולקאַ האָט נאָך דער 6־טאָגיקער מלחמה אין ישׂראל גערודפֿט און וועלכע פֿלעגן דאַן מאַסנווײַז פֿאַרלאָזן פּוילן. יעזשי פּוטראַמענט האָט באַטאָנט, אַז אין וואַרשע האָט דער עלטערער, שוין קליינצאָליקער דור ייִדן, וואָס האָט געהאַט איבערגעלעבט דעם חורבן, אין די געשאַפֿענע באַדינגונגען געפֿילט זיך אויסגעמאַטערט, צעבראָכן און פֿלעגט שטיל אויסגיסן דאָס ביטערע האַרץ אין באַגעגענישן מיט זייערס גלײַכן; די ייִדישע יוגנט, להיפּוך — סטודענטן, אַרבעטער, מיטגלידער פֿון דעם קלוב "באַבעל" — זענען געווען דרייסט, חוצפּהדיק, אָפֿט מאָל אַגרעסיוו און פֿלעגן שטורמיש אויסדריקן זייער התפּעלות מיטן זיג פֿון ישׂראל. טאַקע דערמיט פֿלעגן זיי אַרויסרופֿן נאָך אַ גרעסערע אומצופֿרידנקייט מצד דער אָנפֿירערשאַפֿט פֿון פּוילן, וואָס האָט געהאַלטן מיט די אַראַבער.

לעבנדיק שוין אַ לענגערע צײַט אין ישׂראל, דערמאָן איך זיך אין יענעם שמועס מיטן גאַסט פֿון דער רעדאַקציע אין ווילנע יעדן מאָל, ווען איך קלער וועגן אונדזער ישׂראלדיקער יוגנט און באַזונדערס — וועגן "עולים מרוסיה" צווישן די היגע שול־קינדער. אָפֿט באַקלאָגן מיר זיך דאָ אויף זיי, אַז זיי זײַנען שלעכט דערצויגן, צעבאַלעוועט און דעריבער חוצפּהדיק; אַז טאָמער פֿאַרגענדזלט זיך אַ קינד עפּעס, מוז דאָס ווערן און ווערן. מאַמעס ענטפֿערן געוויינטלעך אויף די פֿאָרוווּרפֿן מיט אַזעלכע ווערטער: "נאָך דעם, וואָס מיר האָבן איבערגעלעבט..." אָדער: "אין צוויי יאָר אַרום גייט ער אין מיליטער. זאָל ער נאָך דערווײַל געניסן פֿון לעבן".

געשיכטע
פֿון מישע לעוו (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
ייִדישע פּויערנקעס בײַ דער אַרבעט, דרום אוקראַיִנע, 1930ער יאָרן

צוריק צום אָנהייב

כ’האָב, דאַנק דיר, גאָט, דערלעבט ביז אַ טיפֿן עלטער און, מסתּמא, איז שוין לאַנג צײַט צו מאַכן אַ מין שטריך־אונטערצי, אַ סך־הכּל. דערווײַל האַלט איך עס אין איין אָפּלייגן און אפֿשר איז עס שוין אַן אָנהייב:

ווײַטע פֿאַרגאַנגענהייט, וואָס ניט צום צוריקברענגען. מיר דאַכט, אַז עס פֿאָדערט זיך ניט קיין פֿענאָמענאַלער זכּרון אויף דעם וואָס ס'איז געווען. זעט אויס, דאָס לעבן אַליין האָט אָפּגעקליבן דאָס וויכטיקסטע און אין אַ פֿאַרהוילענער טיף פֿאַרהיט אומאָפּמערקלעכע שפּורן. איז ביז וואַנען דער קאָפּ איז נאָך דערבײַ, דאַרף מען עס אָפּכאַפּן...

ליכט און שאָטן. אַ חושכדיק און איינצײַטיק אַ גוט לעבן. גורלות פֿון מענטשן, וועמענס אָטעם איז שוין פֿון לאַנג פֿאַרקילט געוואָרן. כּלומרשט אייגענע און פֿאַקטיש אַלגעמיינע ייִדישע פּראָבלעמען, וואָס האַלטן נאָך אין איין גליִען.

איז אָט: באַלד וועל איך אָפּשרויפֿן דאָס הענטלפּען, וואָס לאָזט זיך נאָך פֿירן, אויסגלײַכן די ווײַסע בייגעלעך פּאַפּיר און גלײַך פֿון אָרט אַריבערפֿירן די צײַט כּמעט אויף אַ גאַנצן יאָרהונדערט. זיי גייען מיר נאָך, די קינדער־יאָרן. זיי לעבן אויף אין פֿולן אמת, ווי דאָס איז געווען. זיי פֿאָדערן באַדאַכטקייט.

ניט פֿון דעם ווילט זיך אָנהייבן, נאָר גיי טו עפּעס, אויב איך האָב נאָך פֿאַרכאַפּט און, ווי מיר דאַכט זיך, פֿאַרגעדענקט די בלוטיקע פּאָגראָמען אין די יאָרן פֿון בירגערקריג. צווישן די דרײַ הונדערט טויזנט ייִדישע קינדער, וואָס זייערע עלטערן האָבן די רוצחים אומגעבראַכט, זײַנען געווען אויך מײַנע שוועסטער־קינדער. איינע פֿון זיי, בראָניע פּריצקער, האָט דערנאָך אָנגעטראָפֿן אין דער באַוווּסטער מאַלאַכאָווקער קינדער־קאָלאָניע. דאָרט האָט מען זי אָנגעשטעקט מיט אַ ניט־געשטילטן דראַנג צו לייענען ייִדישע ביכער.

געשיכטע, פּערזענלעכקײטן
פֿון מרדכי דוניץ (ירושלים)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
טעאָדאָר הערצל מיט זײַנע קינדער: האַנס, פּאַולינאַ און טרודאַ

הײַנט, פֿרײַטיק דעם 22סטן יולי, כ’ תּמוז תּשע״א, פֿאַלט אויס דער 108טער יאָרצײַט נאָך דער פּטירה פֿון בנימין־זאבֿ (טעאָדאָר) הערצל. ער איז ניפֿטר געוואָרן כ’ תּמוז תּרס״ד, דעם 3טן יולי 1904, אין דער עסטרײַכישער שטאָט עדלאַך און איז געבראַכט געוואָרן צו קבֿורה אויף דעם בית־הקבֿרות אין ווין.

די ייִדישע וועלט איז דאַן געווען דערשיטערט צוליב דעם פּלוצעמדיקן טויט פֿון דעם "מאָדערן משיח", דעם "שטערן" וואָס האָט זיך באַוויזן אין די הימלען איבער די ייִדישע, אָרעמע שטעט און שטעטלעך פֿון מיזרח־אייראָפּע.

אין זײַן קורץ לעבן האָט ער אַרײַנגעבראַכט אַ שײַן פֿון האָפֿענונג פֿאַר אַ בעסערן, ליכטיקן מאָרגן, פֿון אַ סוף צו זייערע צרות און רדיפֿות און דעם ביטערן גלות. טויזנטער און טויזנטער ייִדן פֿון אומעטום, זענען געקומען קיין ווין אים באַגלייטן צו זײַן אייביקער רו דעם "ניט־געקרוינטן ייִדישן מלך", וועלכער האָט במשך זײַן קורץ לעבן באַוויזן אויפֿצוּוועקן די ייִדישע מאַסן צו קאָנקרעטע מעשׂים, צו פֿאַרווירקלעכן זייערע דורות־לאַנגע חלומות און שטרעבונגען צו שיבֿת־ציון.

בלויז 9 יאָר פֿון זײַן קורץ לעבן האָט הערצל אומדערמידלעך געווידמעט זײַן וויזיע צו ברענגען די גאולה און פֿאַרלײַכטערן דעם שווערן מצבֿ פֿון זײַן שטאַם. ער איז ניפֿטר געוואָרן אין עלטער פֿון 44 יאָר!

ער איז דערשינען אויף דער ייִדישער אַרענע אין דער צײַט, ווען אין אייראָפּע האָט געהערשט אַ פֿאַרשטאַרקטע כוואַליע פֿון אַנטי־ייִדישער שׂינאה; באַזונדערס איז זי דאַן געווען שטאַרק פֿאַרשפּרייט אין פֿראַנקרײַך. אין יאָר 1894 געפֿינט זיך הערצל אין פּאַריז ווי דער קאָרעספּאָנדענט פֿון דער ווינער טאָגצײַטונג "Neue Freie Presse" (די נײַע פֿרײַע פּרעסע). ער האָט געדאַרפֿט דעקן דעם פּראָצעס פֿון דעם ייִדישן אָפֿיציר אין דער פֿראַנצויזישער אַרמיי אַלפֿרעד דרײַפֿוס. די פֿראַנצויזישע פּראָקוראַטור האָט דרײַפֿוסן באַשולדיקט אין פֿאַרראַט און שפּיאָנאַזש לטובֿת דײַטשלאַנד.

זכרונות, חורבן
פֿון אַהרן כאַצקעוויטש (‫אַמעריקע)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
די מומע קאַטיע (רעכטס) מיט אירע צוויי חבֿרטעס אין געפֿענקעניש

מיט 70 יאָר צוריק איז נאַצי־דײַטשלאַנד אָנגעפֿאַלן אויפֿן געוועזענעם ראַטן־פֿאַרבאַנד. יעדע משפּחה האָט זיך געהאַט אין דער שרעקלעכער מלחמה אירע אייגענע קרבנות, וואָס איצט איז די פּאַסיקע צײַט זיי צו דערמאָנען. בײַ מיר זײַנען אומגעקומען 18 קרובֿים, און אפֿשר נאָך מער. אונדזערע חכמים זאָגן, אַז "יעדער מענטש איז אַ וועלט, און ווער עס הרגעט איין מענטש, ברענגט אום די גאַנצע וועלט". אייניקע פֿון מײַנע אומגעקומענע קרובֿים קען איך אָנרופֿן נאָר לויט זייערע נעמען; וועגן די אַנדערע — קען איך דאָס אויך נישט טאָן. אָט, למשל, האָב איך געהערט פֿון מײַן פֿרוי דעם נאָמען ראָמע — געלעבט האָט אַזאַ ייִנגעלע אין אָדעס. ווי ס'האָבן דערציילט די שכנים, האָט ראָמע זיך בעת אַן אָבלאַווע באַהאַלטן אין הויף הינטער די מיסט־קאַסטנס. האָט איינע אַ פֿרוי אים דערזען און מיט די ווערטער "אַזוינס וועט נישט זײַן!" — אים פֿון דאָרט אַרויסגעשלעפּט און איבערגעגעבן אין די הענט פֿון די דײַטשן. לאָמיך כאָטש דערמאָנען די נעמען פֿון די אומגעקומענע באַקאַנטע קינדער: ראָמע, טאָניע, לעסיע... — זאָלן זיי נאָך אַ מאָל אַ קלינג טאָן צווישן די לעבעדיקע...

רעליגיע, געזעלשאַפֿט, געשיכטע
ייִדישע פּויערים־קאָלאָניסטן דאַוונען

סוף יולי עפֿנט זיך בײַ דער "קיים־פֿאַרם", לעבן באַלטימאָר, די ערשטע "ייִדיש־פֿאַרם" — אַ ווירטשאַפֿטלעכער פּראָיעקט, וואָס פֿאַראייניקט אַגריקולטור, עקאָלאָגיע און די ייִדישע שפּראַך. אין דער ערשטער אומפֿאָרמעלער באַגעגעניש פֿון די "ייִדיש־פֿאַרמער", וועלכע איז פֿאָרגעקומען מיט עטלעכע וואָכן צוריק, האָבן זיך באַטייליקט בערך 15 חסידים פֿון די ניו־יאָרקער פֿאָרשטעט.

וואָס פֿאַר אַ שײַכות האָבן די חסידים צו אַ פּראָגראַם, וואָס קלינגט ווי אַ געמיש פֿון ייִדישיזם און אַ מין קיבוץ? הגם אַ סך חסידים רעדן דווקא אויף ייִדיש און האָבן אַן אייגענע שפּראַך־אידעאָלאָגיע, באַציִען זיך אַ סך פֿון זיי מיט אַ חשד צו דער וועלטלעכער ייִדישיסטישער באַוועגונג. פֿון די קיבוצים איז שוין אָפּגערעדט: געוויינטלעך ווערן זיי באַטראַכט אין די חסידישע סבֿיבֿות ווי אַ קוואַל פֿון אַפּיקורסות.

פּובליציסטיק, חורבן, ליטעראַטור
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
Yehuda Bauer. The Death of the Shtetl. Yale University Press, 2009

צום סאַמע סוף פֿון זײַן בוך דערמאָנט אונדז יהודה באַוער, אַז בערך יעדער פֿינפֿטער ייִד, וואָס איז אומגעקומען בעתן חורבן, איז געווען פֿון אַ שטעטל אין מערבֿ־אוקראַיִנע אָדער מערבֿ־ווײַסרוסלאַנד. אויף פּויליש רופֿט מען דעם דאָזיקן שטח "קרעסי" — ראַנדן. היסטאָריש איז דאָס געווען אַ מין "צווישנלאַנד" מיט אַ געמישטער באַפֿעלקערונג, צעטיילט לויט די עטנישע, רעליגיעזע און פּאָליטישע גרענעצן. צוויי אָקופּאַציעס, די סאָוועטישע אין 1939 און די דײַטשישע אין 1941, האָבן נאָך מער פֿאַרשאַרפֿט די אינעווייניקסטע קאָנפֿליקטן און סתּירות, און די ייִדישע באַפֿעלקערונג איז געוואָרן דער הויפּט־קרבן פֿון דער טראַגישער געשיכטע.

זכרונות, חורבן
פֿון מישע לעוו (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

ס’איז געווען זונטיק, נאָר אויפֿגעשטאַנען בין איך אַ סך פֿריִער ווי אין אַ וואָכעדיקן טאָג. צו צוויי אַ זייגער האָב איך באַדאַרפֿט זײַן אין אינסטיטוט, וווּ עס איז מיר פֿאָרגעשטאַנען אָפּגעבן אַ מינדלעכן עקזאַמען. קיין שום תּירוצים וועלן פֿאַרן פּראָפֿעסאָר, וואָס אונטערריכט שולֿ־היגיענע, ניט אָנגיין. ער דאַרף, מען זאָל אים ענטפֿערן פּינקטלעך, ווי עס שטייט אין לערנביכל, וואָס ער איז דער מחבר דערפֿון. זיץ איך און קנעל שוין פֿון פֿינף פֿאַר טאָג. ס’איז נאָר אַ פֿראַגע, צי וועל איך מײַנע אויף גיך באַקומענע קענטענישן דערטראָגן פֿונעם הינטערמאָסקווער ייִשוב ביזן אינסטיטוט. פֿאַר דער צײַט קאָן זיך נאָך אַלץ פֿון קאָפּ אויסטרייסלען.

חורבן
פֿון איתן פֿינקעלשטיין (דײַטשלאַנד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
ווילנע, יאַטקעווער גאַס נומ׳ 5

פּונקט מיט 70 יאָר צוריק, דעם 22סטן יוני 1941, האָבן די מיליטער־טיילן פֿון "ווערמאַכט" זיך אַרײַנגעריסן אין ליטע. פֿיר יאָר האָבן דאָרט באַלעבאַטעוועט די נאַציס און נאָך דעם, 45 יאָר — די סאָוועטישע מאַכט. הײַנט איז ליטע אַן אומאָפּהענגיקע, דעמאָקראַטישע מלוכה; אַ גלײַכער מיטגליד אינעם אייראָפּעיִשן פֿאַרבאַנד און אין דעם מיליטערישן אַליאַנץ — "נאַטאָ".

פֿאַר די לעצטע 20 יאָר איז ליטע געוואָרן אַן אַנדער לאַנד, און אַ סך אין איר איצטיקן אויסזען דערמאָנט די אַלטע פֿאַר־מלחמהדיקע צײַטן; אַ סך, נאָר נישט אַלץ. דאָס לאַנד איז נישט מסוגל געווען אומצוקערן אירע אַלטע ייִדישע תּושבֿים, די ליטוואַקעס, און די איצטיקע הויפּטשטאָט ווילניוס, וועט מען שוין קיין מאָל נישט רופֿן "ווילנע, ירושלים ד׳ליטא".

געשיכטע
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
בעת מ. בייליס איז אַרעסטירט געוואָרן דעם 21סטן יולי 1911, קיִעוו

מיט הונדערט יאָר צוריק, נאָך דער קריסטלעכער פּאַסכע פֿון 1911, האָט זיך פּאַמעלעך גענומען אַנטוויקלען דער בייליס־פּראָצעס. דער פּראָצעס האָט געדויערט צוויי יאָר און האָט אַרויסגערופֿן הייסע וויכּוחים אין רוסלאַנד און אין אויסלאַנד. סוף־כּל־סוף, איז בייליס באַפֿרײַט געוואָרן, אָבער די פֿראַגע וועגן דעם, צי ייִדן דאַרפֿן האָבן בלוט פֿון קריסטלעכע קינדער פֿאַר מצה איז פֿאַרבליבן "אָפֿן". עד־היום זײַנען דאָ אין רוסלאַנד און אוקראַיִנע אַ היפּשע צאָל מענטשן, וואָס גלייבן, אַז בייליס איז טאַקע געווען שולדיק אינעם "ריטואַלן מאָרד" פֿונעם קריסטלעכן ייִנגל אַנדריי יושטשינסקין.

די רוסישע אָרטאָדאָקסישע קירך פֿאַרמאָגט שוין צוויי אָפֿיציעל־אָנערקענטע "קדושים", וואָס זײַנען "דורך ייִדן פֿאַרפּײַניקט געוואָרן", ווי עס שטייט אין זייערע אָפֿיציעלע לעבנס־געשיכטעס. איינער הייסט גאַווריִיִל ביאַליסטאָצקי (אָדער סלוצקי). ער איז אומגעקומען אין 1690 לעבן דער שטאָט סלוצק אין ווײַסרוסלאַנד, און די רעשטלעך פֿון זײַן גוף ווערן הײַנט מיט גרויס אָפּשײַ אָפּגעהיט אינעם אָרטאָדאָקסישן קלויסטער פֿון ביאַליסטאָק אין פּוילן. זײַן "יאָרצײַט" ציט צו אַ היפּשן עולם עולה־רגל. עס איז מערקווירדיק, אַז זײַן קולט איז באַנײַט געוואָרן בעת דער נאַציסטישער אָקופּאַציע פֿון מינסק אין 1942, ווען מען האָט אַריבערגעטראָגן זײַן געביין פֿונעם מוזיי פֿון אַטעיִזם אין קלויסטער.