- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
בלעטערנדיק די פּוילישע צײַטונג "Czerwony Sztandar" (די רויטע פֿאָן), וווּ איך האָב העכער פֿינף און צוואַנציק יאָר געאַרבעט פֿאַר מײַן עליה פֿון ווילנע (און געווען איז דאָס די איינציקע אָריגינעלע טעגלעכע צײַטונג אין פּויליש ניט נאָר אין ליטע, נאָר אין גאַנצן ראַטן־פֿאַרבאַנד), האָב איך אָנגעטראָפֿן אויף אַ זעלטענער ידיעה פֿון דער פּוילישער פּרעסע פֿון אַן ערך מיט הונדערט יאָר צוריק, וואָס האָט מיך פֿאַראינטערעסירט מיט איר ייִדישער טעמע. יעדער מענטש האָט זײַנע חסרונות. למשל, איך געהער ניט צו ליבהאָבער פֿון דזשאַז. אַ ביסל דזשאַז קען איך נאָך אויסהאַלטן, אָבער אָפּזיצן אַ גאַנצן קאָנצערט וואָלט פֿאַר מיר געווען אַ שווערע אָפּקומעניש. דאָך דער נאָמען פֿון עדי ראָזנער (1976—1910), אַ צענטראַלע פֿיגור אין דער סאָוועטישער דזשאַז־געשיכטע, איז מיר, פֿאַרשטייט זיך, גוט באַקאַנט. צו לעבן אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד און ניט הערן וועגן עדי ראָזנערן איז געווען אוממעגלעך, לכל־הפּחות, אין מײַנע צײַטן. לעצטנס קומט פֿאָר אַ מין ווידער־אויפֿקום פֿון עדי ראָזנערן. אָנגעהויבן האָט עס זיך מיט אַ צײַט צוריק, אָבער באַזונדערס שטאַרק פֿילט זיך עס איצט, ווען מע מערקט אָפּ זײַן הונדערט־יאָריקן יוביליי. מיט 110 יאָר צוריק, דעם 12טן אויגוסט 1900, איז געשטאָרבן וולאַדימיר סאָלאָוויאָוו — אַ גרויסער רוסישער פֿילאָסאָף, פּאָעט, קריסטלעכער טעאָלאָג, פּובליציסט און ליטעראַטור־קריטיקער. אין דער ייִדישער וועלט איז ער צום מערסטן באַקאַנט ווי אַ גרויסער באַשיצער פֿון ייִדן און זייערע בירגער־רעכט. סאָלאָוויאָווס לעבן איז געווען טיף פֿאַרבונדן מיט ייִדן. די רוסישע גלחים האָבן אין יענער צײַט כּסדר געפּריידיקט, אַז די ייִדן זענען די "פֿאַרשאָלטענע קינדער פֿונעם שׂטן". ווי אַ זעלטענער אויסנאַם, האָט סאָלאָווויאָוו ביזן לעצטן טאָג פֿון זײַן לעבן געקעמפֿט קעגן אַנטיסעמיטיזם; אַפֿילו אויפֿן טויטן־בעט, אויסגעמאַטערט פֿון דער סכּנותדיקער מחלה, האָט ער געזאָגט תּהילים אויף העברעיִש לטובֿת דעם ייִדישן פֿאָלק. ריקאַרדאָ קאַלימאָני איז אַ ייִד פֿון אַלטן איטאַליענישן ייִחוס. אַמאָל־אַמאָל האָבן זײַנע אָבֿות געהאַט שטיין זייערע געצעלטן בײַ די ברעגעס פֿון דײַטשן רײַן און זיך גערופֿן קלמן. געטריבן פֿון רדיפֿות זענען זיי אַוועק קיין ווענעציע, ווײַל דאָרט, האָבן זיי געהערט, לייגט אַ ייִד לײַכטער אַ ביסן אין מויל אַרײַן. בכדי צו דערגיין די וואָרצלען פֿון זײַן שטאַם האָט דער מחבר פֿון בוך גענישטערט אין די פֿאַרשטויבטע אַרכיוון פֿון אַלטן ווענעציע, געפֿאָרשט ביכער אָן אַ שיעור, און, ווי אַ שרײַבער בחסד עליון, אונטערגעטראָגן דער וועלט, שוין נישט אַ ייִחוס־בריוו פֿון זײַן שטאַם, אלא אַ צאַפּלדיקע געשיכטע פֿון אַ ייִדישער סבֿיבֿה אויף אַ מהלך פֿון יאָרן. אין קיִעוו אַרבעט שוין לאַנג דער אינסטיטוט פֿון יודאַיִק, וואָס איז, ווי איך פֿאַרשטיי עס, ניט קיין ריכטיקע אַקאַדעמישע אינסטיטוציע, אָבער עס טוט עפּעס "אַרום וויסנשאַפֿט". בפֿרט, דרוקט דער אינסטיטוט יאָר-אײַן יאָר-אויס אַ זאַמלבוך, וואָס הייסט "יעהופּעץ" — אַזוי ווי שלום-עליכם האָט אַמאָל גערופֿן קיִעוו אין זײַנע ווערק. די דאָזיקע אויסגאַבע איז צוטריטלעך דורך www.judaica.kiev.ua/Egupez.htm. פֿאַר די לייענער, וואָס קענען רוסיש און אוקראַיִניש, שטעלט עס מיט זיך פֿאָר אַן אינטערעסאַנטן קוואַל פֿון ליטעראַרישע און היסטאָרישע מאַטעריאַלן. ס׳טײַטש — מע טאָר דאָך נישט צייכענען קיין מלאכים! אַזאַ רעאַקציע רופֿט אַרויס בײַ אַ טייל ייִדן דער פּרעכטיקער אילוסטרירטער קינדער־חומש, וואָס מײַן ווײַב האָט געקויפֿט נישט לאַנג צוריק אויף דער אינטערנעץ. דער ישׂראלדיקער מאָלער, זלי סמעכאָוו, געבוירן אין מאָסקווע, האָט באַהאַנדלט די תּורה־פּערסאָנאַזשן אויף אַן אָריגינעלן קינסטלערישן און חנעוודיקן אופֿן: חוה מיט לאַנגע רויטע האָר טראָגט אַ היפּי־בענדל אויף איר קאָפּ; די מלאכים זעען אויס ווי די מיטל־מיזרחדיקע מענער, אָנגעטאָן אין אוראַלטע קליידער און באַפֿליגלט ווי די פֿייעס פֿון "דיסני"־אַנימאַציעס. די אילוסטראַציעס זענען טשיקאַווע, אָבער נישט צו אַנאַכראָניסטיש און פּאָסטמאָדערניסטיש. מיט דעם גרעסטן אינטערעס און פֿאַרגעניגן האָב איך געלייענט אײַער אַרטיקל וועגן ייִדישער קאָלאָניזאַציע אין סאָוועט-רוסלאַנד אין 'פֿאָרווערטס’ פֿון 17טן נאָוועמבער. אין אײַער ענטפֿער [די בערלינער קאָרעספּאָנדענטן פֿון דער צײַטונג] איוואַנאָוויטשן און לעשצינסקין האָט איר בײַ מיר ממש די ווערטער פֿון מויל אַרויסגענומען. איך האָב זיך אַליין געקליבן נעמען דעם 'שלוס-וואָרט’ אין דער דעבאַטע. [...] איך פֿאַרברענג אַ היפּש ביסל צײַט בײַם לייענען אַלטע נומערן פֿון "פֿאָרווערטס", און מיט אייניקע רעזולטאַטן פֿון מײַנע "אויסגראָבונגען" טייל איך זיך אין אָט דעם ווינקל פֿון "פֿאָרווערטס". כ’מוז זאָגן, אַז איך האָב הנאה פֿון גריבלען זיך אין דעם אַלטן "פֿאָרווערטס", בפֿרט ביזן אָנהייב 1930ער יאָרן. דער "פֿאָרווערטס" געפֿעלט מיר ווי אַ צײַטונג מיט אַ רעלאַטיוו באַגרענעצטן ניוואָ פֿון דאָגמאַטישקייט. דאָס הייסט, אַז די צײַטונג האָט, פֿאַרשטייט זיך, געפּריידיקט סאָציאַליזם, אָבער "סאָציאַליזם" האָט מיט זיך פֿאָרגעשטעלט ניט קיין שמאָלע אידעאָלאָגישע סטעזשקע, נאָר אַ ברייטן שליאַך, מיט אַ גרויסער צאָל בײַ-וועגן. אין דעם "פֿאָרווערטס" האָבן געשריבן לײַט מיט גאַנץ פֿאַרשיידענע מינים וועלט-באַנעמען. אין די סופֿיקע יאָרן פֿון 16טן יאָרהונדערט דערשײַנט אין מאַנטאָוואַ (צפֿון־איטאַליע) אַ ייִדישער גאָון פֿון מוזיק מיטן נאָמען סאַלאָמאָנע ראָססי (די איטאַליענער האָבן אים "צוגעטשעפּעט" דעם "אַיִל־העברעאָ" — דער ייִד. בײַ ייִדן איז זײַן נאָמען — שלמה מן האדומים. סאַלאָמאָנע ראָססי איז ווײַט נישט געווען אַבי ווער: זײַן נאָמען דערשײַנט אין אַלע מוזיק־ענציקלאָפּעדיעס. די דײַטשישע ענציקלאָפּעדיע — "די מוזיק" — ווידמעט אונדזער ראָססי אַ גאַנץ גרויסן דף מיט שפּאָרע אויפֿקלערונגען. די מוזיק פֿון ייִדישן קאָמפּאָזיטאָר איז כאַראַקטעריסטיש פֿאַרן איבערגאַנגס־פּעריאָד פֿון רענעסאַנס צו באַראָק. געווען איז עס אין ווילנע, לאַנגע יאָרן צוריק. אייניקע פֿון אונדז, שילער פֿון דער ווילנער ייִדישער רעאַל־גימנאַזיע, וואָס זײַנען ניצול געוואָרן פֿון געטאָ און קאָנצענטראַציע־לאַגערן, אָדער אין אָנהייב מלחמה באַוויזן צו אַנטלויפֿן פֿון דעם אָנגרײַפֿנדיקן נאַצישן שׂונא טיפֿער אין ראַטן־פֿאַרבאַנד און קעמפֿן קעגן די דײַטשן אויפֿן פֿראָנט און אין די פּאַרטיזאַנער־אָטריאַדן, האָבן זיך אומגעקערט אין אונדזער היימשטאָט. יאָרן־לאַנג האָבן מיר געזוכט די שפּורן פֿון נאָענטע, חבֿרים, פֿרײַנד און לערער. ווען עמעץ פֿון די געפֿונענע פֿלעגט קומען צו פֿאָרן קיין ווילנע, פֿלעגט עס פֿאַר אונדז זײַן אַ יום־טובֿ. אין אָקטאָבער 1930 האָט זיך אין מאָסקווע באַוויזן אַ צײַטונג אויף ענגליש "מאָסקאַו ניוס". די רעדאַקטאָרין, אַנאַ-לויִז סטראָנג, איז געווען אַן אַמעריקאַנער זשורנאַליסטקע מיט גאַנץ עקסצענטרישע אידעאָלאָגישע איבערצײַגונגען; איינע פֿון די פּען-מענטשן וואָס פֿלעגן באַשרײַבן די וועלט ניט אַזוי, ווי זיי האָבן זי געזען, נאָר אַזוי, ווי זיי האָבן זי געוואָלט זען. די ענגלישע צײַטונג האָט זיך באַוויזן אין רוסלאַנד, ווײַל צו יענער צײַט האָט מאָסקווע און אַנדערע גרויסע שטעט אין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד גענומען זיך אָנפֿילן מיט ענגליש-רעדנדיקע מיגראַנטן. אייניקע פֿון זיי זײַנען געקומען, דער עיקר, פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן, אָנגעלאָדן מיט אידעען פֿון בויען אַ נײַע סאָציאַליסטישע געזעלשאַפֿט; דער "פֿאָרווערטס" איז צום ערשטן מאָל אַרויס אין 1897 אין ניו־יאָרק בײַם אָנהייב פֿון דער בלי-תּקופֿה פֿונעם ייִדישן טעאַטער. אין די ווײַטערדיקע יאָרן איז אויך פֿאָרגעקומען די בלי־תּקופֿה פֿון דער ייִדישער פּרעסע אין אַמעריקע, און ביידע קולטור־אינסטיטוציעס זענען געוואָרן געקניפּט און געבונדן. אַב קאַהאַן, דער ערשטער און לאַנג־יאָריקער רעדאַקטאָר, האָט געזען דעם ייִדישן און רוסישן טעאַטער אין ווילנע, וווּ ער איז אויפֿגעקוואַקסן און האָט דאָרט שטודירט. דעם רוסישן טעאַטער האָט ער תּמיד געלויבט — "זיי רעדן נאַטירלעך", האָט ער געהאַלטן. פֿונעם ווילנער ייִדישן טעאַטער פֿון יענע יאָרן (דאָס הייסט, די 1870ער יאָרן) האָט ער ווייניקער געהאַלטן — "זיי שרײַען, מאַכן געוואַלדעס, רעדן נישט ווי אמתע מענטשן", אַזוי האָט ער שפּעטער זיך באַקלאָגט פֿאַר זײַנע פֿרײַנד אין ניו־יאָרק. |