- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
דער 22סטער יוני ווערט אָפּגעמערקט אין רוסלאַנד, ווי דער טאָג פֿון אָנדענק און טרויער. מיט 69 יאָר צוריק זײַנען די דײַטשישע אַרמייען אַריבער די גרענעצן פֿון ראַטן־פֿאַרבאַנד און זיך אַ לאָז געטאָן טיף אין דער טעריטאָריע פֿונעם לאַנד. וואָס איז אינטערעסאַנט, אַז רוסלאַנד איז הײַנט דאָס איינציקע לאַנד אין אייראָפּע, וואָס דער אָנהייב פֿון דער פֿאַשיסטישער אינוואַזיע ווערט אַזוי רירנדיק אויפֿגעהאַלטן. נאָך מער, די ראָלע פֿון דער דאַטע ווערט אַלץ גרעסער מיט יעדן יאָר. נאָר איין בײַשפּיל: נאָך אין די סאָוועטישע צײַטן איז דער טאָג 22סטער יוני געווען אַ געוויינטלעכער אַרבעטס־טאָג; אָבער אין דעם איצטיקן רוסלאַנד איז עס געוואָרן אַן אָפֿיציעלער נאַציאָנאַלער טרויער־טאָג. זונטיק פֿאַראַכטאָגן, דעם 6טן יוני, איז אינעם בראָנקסער "שלום־עליכם־צענטער" פֿאָרגעקומען אַ לעקציע פֿון עליע מאָזעסאָן, אַ סטודענט פֿונעם קאָלומביע־אוניווערסיטעט, אויף דער טעמע "ייִדיש און מיסטיציזם". דער לעקטאָר האָט דערציילט וועגן אַזעלכע פּאָפּולערע ספֿרים אויף ייִדיש, ווי "קבֿ הישר" און "נחלת־צבֿי", וואָס זענען פֿול מיט מיסטישע מעשׂיות פֿונעם זוהר און אַנדערע קבלה־ענינים, ווי אויך וועגן חסידישע שפּראַך־טעאָריעס, לויט וועלכע ייִדיש איז אַ הייליקע אָדער האַלב־הייליקע שפּראַך, אַזוי ווי דער תּלמודישער אַראַמיש, וואָס איז אויך אַמאָל געווען דאָס מאַמע־לשון פֿאַר אַ סך ייִדן, ווען איך שרײַב וועגן אַ מענטש, וועלכן איך האָב קיין מאָל ניט געזען און וועגן וועלכן איך קען שאַפֿן אַ מיינונג נאָר אויפֿן סמך פֿון דעם וואָס דער מענטש אַליין האָט אָנגעשריבן צי וואָס מע האָט אָנגעשריבן וועגן אים, סטאַרע איך זיך ניט נוצן אַזעלכע אָפּשאַצונגען ווי "גוט" און "שלעכט". מיר דאַכט זיך, אַז אַ היסטאָריקער טאָר ניט אַראָפּרײַסן אָדער גלאָריפֿיצירן — דאָס איז שוין, בכלל, ניט קיין אַקאַדעמישער זשאַנער. מיר איז ניט איין מאָל אויסגעקומען צו הערן און לייענען אַזאַ געדאַנק: די סאָוועטישע ייִדן, וואָס האָבן געדינט אין דער רויטער אַרמיי בעת דער צווייטער וועלט-מלחמה, זײַנען געוואָרן מער ייִדן, איידער זיי זײַנען געווען פֿאַר דער מלחמה. איך בין זיכער, אַז אַזעלכע פֿאַלן זײַנען געווען. אָבער דורכשניטלעך זעט עס מיר אויס ווי אַן אײַנגערעדטע מעשׂה. איך האַלט אַזוי, ווײַל איך זע ניט קיין קלאָרע באַווײַזן, וועלכע זאָלן באַשטעטיקן די ריכטיקייט פֿון דער דאָזיקער טעאָריע. הײַנט צו טאָג, 65 יאָר נאָכן זיג איבער היטלער־דײַטשלאַנד, קערן זיך אונדזערע געדאַנקען אום צו דעם איבערגעלעבטן און מאַכן, שוין צום וויפֿלטן מאָל, אַ חשבון־הנפֿש פֿון דעם, וואָס איז פֿאָרגעקומען אין אייגענעם לעבן, אין לעבן פֿון אונדזער פֿאָלק, אין לעבן פֿון אייראָפּע אין 20סטן יאָרהונדערט. מיט יעדן יאָר ווערט אַלץ ווייניקער מענטשן, וואָס האָבן איבערגעלעבט די מלחמה און האָבן זוכה געווען מיט געווער אין די הענט צו קעמפֿן קעגן דעם בלוטיקן שׂונא. דעם 15טן יולי 1921 האָט ב. צבֿיון (בן-ציון האָפֿמאַן, 1874—1954), איינער פֿון די פֿירנדיקע זשורנאַליסטן פֿון "פֿאָרווערטס", געשריבן אין דער צײַטונג וועגן דער קולטור-ליגע: יעדער, וואָס אינטערעסירט זיך מער אָדער ווייניקער מיט דעם ייִדישן לעבן אין אוקראַיִנע, ווײַסרוסלאַנד, פּוילן, ליטע און לאַטוויע (לעטלאַנד), האָט געוויס געהערט וועגן דער ייִדישער קולטור-ליגע. [...] די קולטור-ליגע איז געגרינדעט געוואָרן אין חודש אַפּריל 1918, און אין אַ גאַנץ קורצער צײַט האָט זיך איר טעטיקייט פֿאַרשפּרייט איבער גאַנץ אוקראַיִנע. אַרום דער קולטור-ליגע האָבן זיך אָנגעפֿאַנגען קאָנצענטרירן די פֿאַרשידנאַרטיקסטע קרעפֿטן פֿון דער ייִדישער ראַדיקאַלער אינטעליגענץ, וועלכע זײַנען געווען פֿאַראינטערעסירט אין דער בויונג פֿון די ייִדישע פֿאָלקס-מאַסן און אין דער אַנטוויקלונג פֿון דער ייִדישער קולטור. [...] מײַן שוועסטער, וועלכע איז מיט צוויי יאָר עלטער פֿון מיר, האָט זינט דער שחיטה אין זשעטל, ווען מיר האָבן פֿאַרלאָרן אונדזער טאַטע־מאַמען, די עלטערע שוועסטער שפֿרה און מײַן ייִנגערן ברודערל אַנצעלע, האָט איבערגענומען די השגחה איבער מיר, איר איין־און־איינציקן ייִנגערן ברודער. זי האָט זיך אַפֿילו אויף אַ ווײַלע ניט געוואַקלט אין איר באַשלוס, אַז איך זאָל זײַן דער ערשטער אויסצונוצן די געלעגנהייט אַרויסצוגיין אויף דער פֿרײַ. פּרימאָ לווי (1919—1987) האָט געשטאַמט פֿון סאַמע צפֿון־איטאַליע (פֿון טורין, ניט ווײַט פֿון די אַלפּן) און האָט יונגערהייט זיך פֿאַרנומען מיט כעמיע. בעתן חורבן האָט דאָס אים זיכער אין אוישוויץ געראַטעוועט דאָס לעבן, ווײַל כעמיקערס זענען בײַ די דײַטשן געווען צו ווייניק, און ייִדן אַ סך מער ווי גענוג. פֿאַר זײַן אַ כעמיקער האָט ער געקענט באַקומען אַן אייגן בעט אויף צו שלאָפֿן און שפּײַז גענוג אויף "צו קענען טראַכטן". פֿאַר זײַן אַ ייִד האָט מען באַקומען בלויז קלעפּ, הונגער און טויט. מען האָט באַקומען בלויז קלעפּ, הונגער און טויט. מען האָט ניט געדאַרפֿט זײַן קיין חכם כּדי צו פֿאַרשטיין וואָס ס׳איז כּדאַיער. די וואָך האָט מען אָפּגעמערקט 65 יאָר נאָך דעם נצחון איבער נאַצי־דײַטשלאַנד אין דער צווייטער וועלט־מלחמה. אומעטום — אין מאָסקווע, ניו־יאָרק, לאָנדאָן, פּאַריז; אויך אין ירושלים און אַנדערע הויפּטשטעט אין די לענדער פֿון דער געוועזענער אָקופּירטער אייראָפּע דורך נאַצי־דײַטשלאַנד — האָט מען די דאָזיקע אימפּאָזאַנטע דאַטע אָפּגעמערקט מיט פּאַראַד, פֿרייד און פֿײַערלעכקייטן. ספּעציעל האָבן עס געטאָן די נאָך לעבעדיקע וועטעראַנען פֿון די אַרמייען־ און פּאַרטיזאַנער־גרופּעס, וועלכע האָבן זיך אַקטיוו באַטייליקט אין די קאַמפֿן קעגן דעם דײַטשישן שׂונא. איך האָב געוווּסט, אַז אין 2009 איז אַרויס אַ בוך וועגן די פֿריִע יאָרן פֿון "פֿאָרווערטס", אָבער עפּעס אַ כּוח האָט מיך אָפּגעשטעלט פֿון צאָלן 75 דאָלאַר אָן האָבן אַ מעגלעכקייט אַרײַנצוקוקן אין אַ באַנד, געשריבן פֿון אַן אומבאַקאַנטן מחבר. און דאָ ניט לאַנג צוריק האָט מיך אַ קאָלעגע געפֿרעגט, צי איך וויל האָבן אַזאַ בוך, און טאָמער יאָ — נעמען עס און ניט אומקערן. האָב איך עס שוין איבערגעלייענט, בפֿרט אַז אהוד מנורס Forward: The Jewish Daily Forward (Forverts) Newspaper: Immigrants, Socialism and Jewish Politics in New York, 1890—1917 ("פֿאָרווערטס: די ייִדישע טאָגצײַטונג ׳פֿאָרווערטס׳: אימיגראַנטן, סאָציאַליזם און ייִדישע פּאָליטיק אין ניו-יאָרק") האָט איין גרויסע מעלה — ס׳איז קורץ. דער באַגריף "גאַליציע" איז גאַנץ טיף אײַנגעוואָרצלט אינעם ייִדישן היסטאָרישן באַוווּסטזײַן. די סטערעאָטיפּישע געשטאַלט פֿון "גאַליציאַנער" איז דער היפּוך צו דעם סטערעאָטיפּישן "ליטוואַק". דער ערשטער איז אַ נאַיִווער און פּאַטעטישער חסיד, צומאָל אַ ביסל אַ צעטראָגענער; דער צווייטער איז אַ קאַלטער און שאַרפֿזיניקער מתנגד. אָבער ווי עס באַווײַזט פּראָפֿעסאָר לאַרי וווּלף אין זײַן פֿאָרשונג וועגן דער "אידעע פֿון גאַליציע", איז דער גאַנצער באַגריף פֿון גאַליציע היסטאָריש רעלאַטיוו נײַ, להיפּוך צו דעם באַגריף פֿון "ליטע", דערציילונג דער פֿאַרדינסטפֿולער קעכער פֿון פּאָלק — מיט דעם טיטל האָבן אים געקרוינט די רויטאַרמייער פֿון זײַן פּאָלק. און אין דער אמתן, וואָס נאָך וואָלט מען געקאָנט צוטראַכטן פֿאַר אים, אַז אַ מעדאַל פֿאַר געוואַגטקייט האָט ער שוין באַקומען, אַן אָרדן פֿון רויטן שטערן אויך, כּבֿוד פֿון אַ גאַנצן פּאָלק אַוודאי. זלמן קאַראַס שמייכלט אונטער. ס׳אַרט אים ניט, ווען די חבֿרה גיבן אַמאָל אַ שפּאַס איבער אים, ער איז אַליין אויך אַזאַ פּאַרשוין, וואָס האַלט ניט פֿון קיין מרה־שחורהניקעס און נודניקעס. |