- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
די ערשטע ייִדישע פֿאָלקשול אין אַמעריקע איז געגרינדעט געוואָרן אין ניו־יאָרק, דעם 10טן דעצעמבער 1910, פֿונעם "ייִדישן נאַציאָנאַלן אַרבעטער־פֿאַרבאַנד" און "פּועלי־ציון־צעירי־ציון", אויפֿן אַדרעס פֿון 143 מאַדיסאָן גאַס, אויף דער איסט־סײַד, אינעם בנין פֿון דער "עדיוקיישאָנאַל ליג". מיט צוויי חדשים פֿריִער, האָט מען בײַ דער "פּועלי־ציון"־קאָנפֿערענץ אין מאָנטרעאָל אָנגענומען אַ רעזאָלוציע צו שאַפֿן "נאַציאָנאַל־ראַדיקאַלע" ייִדישע שולן. די הויפּט־כּוחות הינטער דעם געדאַנק אויפֿצובויען אַזעלכע שולן, זענען געווען דער שרײַבער און דערציִער י. ענטין און דער פּאָליטישער און קולטור־פֿירער חיים זשיטלאָווסקי. דער באַגריף אַליין "רוסיש ייִדנטום" — שטעלט מיט זיך פֿאָר אַ האַרבע פּראָבלעם, וואָס נייטיקט זיך אין אַ פּרטימדיקער באַהאַנדלונג. צי גייט דאָ די רייד וועגן אַלע ייִדן, וואָס זײַנען געווען בירגער פֿון דער רוסישער אימפּעריע, אָדער סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, צי וועגן די, וואָס האַלטן די רוסישע שפּראַך און קולטור פֿאַר זייער אייגענער? צי איז דאָס אַ מין קולטורעלע אידענטיטעט, אַ היסטאָרישער גורל, אָדער אפֿשר אַ פּאָליטישע אָנגעהעריקייט? צי קאָן מען בכלל רעדן וועגן "רוסישע ייִדן" אַנשטאָט ליטוואַקעס, וואָלינער, גאַליציאַנער, אָדער גאָר גרוזינישע, בוכאַרישע ייִדן, קרימטשאַקעס אָדער באַרג־ייִדן? צווישן אַנדערע יובילייען פֿון ניו־יאָרק אין 2009 האָט מען אויך געפּראַוועט 100 יאָר פֿונעם בראָנקסער בולוואַר — "גראַנד־קאָנקורס". דער "קאָנקורס" אין דעם זין, איז נישט קיין פֿאַרמעסט, נאָר אַ צונויפֿקום פֿון וועגן, און ווען מע האָט אויספּלאַנירט דעם עלעגאַנטן שטראָז אין 1909 האָט מען אין זינען געהאַט דעם פּאַריזער שאַמפּס־עליזיי. לכתּחילה, האָט מען געוואָלט שאַפֿן באַזונדערע פּאַראַלעלע וועגן פֿאַר פֿערד, ביציקלעטן און פֿוסגייער, און בריקן בײַ יעדן וויכטיקן שנײַדפּונקט. מענדל און איך. מיר זײַנען געבוירן געוואָרן טויזנטער מײַלן אָפּגערוקט איינער פֿונעם אַנדערן. ער — אין די קאַרפּאַטן און איך — אין סיביר. וואָס אַן אמת, ווען איך בין געבוירן געוואָרן, איז מענדל שוין געווען אַ בחור פֿון צען יאָר. ער איז אַרויסגעקומען פֿון ווישניצער חסידים און איך — פֿון ליידיקע ייִדישע ווענט. ער איז געגאַנגען אין חדר און גערעדט ייִדיש. מײַן לשון איז געווען רוסיש און געגאַנגען בין איך אין די רוסישע שקאָלעס. און ווען נישט דער חורבן, וואָלטן מיר זיך, מסתּמא, קיין מאָל נישט באַגעגנט. ער איז ניצול געוואָרן פֿון אוישוויץ, און איך מיט מײַנע טאַטע־מאַמע, זײַנען ניצול געוואָרן פֿון סטאַלינס גיהנום; זיכער נישט צו פֿאַרגלײַכן — און דאָך... גאַנץ אָפֿט קומט אויס צו הערן אַ דעה, אַז די גאַנצע סאָוועטישע תּקופֿה פֿון 1917 ביז 1991 איז געווען אַ גײַסטלעכער מדבר, וואָס שײַך די אַקאַדעמישע פֿאָרשונגען פֿון ייִדישער געשיכטע און קולטור. יעדער איינער, וואָס איז כאָטש אַ ביסעלע באַקאַנט מיט דעם ענין ווייסט, אַז אין די 1920ער און די 1930ער יאָרן האָט דער סאָוועטן־פֿאַרבאַנד פֿאַרמאָגט אַן אַנטוויקלט נעצווערק פֿון ייִדישע פֿאָרשונג־אינסטיטוציעס און פּעדאַגאָגישע אַנשטאַלטן, וואָס האָבן געגרייט לערער פֿאַר סאָוועטישע ייִדישע שולן. ר’ משה פֿײַערשטיין איז געבוירן געוואָרן אין שוועדן און האָט שטודירט אין פֿאַרשידענע אוניווערסיטעטן און ישיבֿות פֿון אַמעריקע און ישׂראל. ער האָט באַקומען אַ דאָקטאָראַט פֿונעם טעמפּל־אוניווערסיטעט אין פֿילאַדעלפֿיע; ער איז געווען אַ גאַסט־פּראָפֿעסאָר אין דעם אוניווערסיטעט פֿון מערילענד, קאָרנעל־אוניווערסיטעט, הויכשול פֿאַר ייִדישע שטודיען אין הײַדלבערג און אַנדערע אינסטיטוציעס. ביזן יאָר 2000 האָט ער געדינט ווי אַ טשאַפּלען אין דער אַמעריקאַנער מיליטערישער אַוויאַציע. דער גרינדער און ערשטער דירעקטאָר פֿונעם "גאַליציאַנער ייִדישן מוזיי" אין קראָקע איז געווען דער בריטישער פֿאָטאָגראַף קריס שוואַרץ (1948—2007), וועלכער האָט במשך פֿון די לעצטע יאָרן פֿון זײַן לעבן פֿאָטאָגראַפֿירט די רעשטלעך פֿונעם אַמאָליקן לעבן אין (פּוילישער) גאַליציע, און דערנאָך געשאַפֿן דעם מוזיי, צום טייל, כּדי אויסצושטעלן זײַן קונסט. הײַנט שטעלן מיט זיך פֿאָר זײַנע פֿאָטאָגראַפֿיעס אַ פּערמאַנענטע אויסשטעלונג אינעם מוזיי, די פֿאַרבינדונג צווישן דער רוסישער רעוואָלוציע און דעם אויפֿבלי פֿון דער ייִדישער קולטור איז איינע פֿון די עיקרדיקע פּראָבלעמען פֿון דער מאָדערנער ייִדישער קולטור־געשיכטע. אָבער ביז לעצטנס האָט זיך נאָך קיינער ניט גענומען צו מאַכן אַן אַרומנעמיקע פֿאָרשונג, וואָס זאָל באַהאַנדלען סײַ די פּאָליטישע און סײַ קולטורעלע אַספּעקטן פֿון דער דאָזיקער טעמע. דאָס בוך פֿון בנימין (קענעט) מאָס פֿילט אויס אָט דעם דאָזיקן וויכטיקן בלויז אין דער ייִדישער היסטאָריאָגראַפֿיע. מאָס סטאַרעט זיך אויסצומײַדן אַ "טעלעאָלאָגישן" קוק אויף דעם אָביעקט פֿון זײַן פֿאָרשונג. דער "בונד" האָט מיך תּמיד געחידושט מיט זײַן אומלאָגישקייט. אין מײַנע אויגן זעט עס אויס ווי אַ נאַיִוו-סימפּאַטישער גלויבן. אַ גלויבן איז דאָך אויך ווײַט פֿון אַ וועלכער עס זאָל ניט זײַן לאָגישקייט. אַ סבֿרא, אַז די ענלעכקייט איז אַ גאַנץ געזעצמעסיקע: צו דער בויונג פֿונעם "בונד" האָבן צוגעלייגט די האַנט ניט ווייניק געוועזענע ישיבֿה-בחורים. לאָמיר זיך אַרײַנטראַכטן אין דעם בונדיסטישן מין סאָציאַליזם, וואָס האָט געפּרווּוט מאַכן אַ קולטור-אויטאָנאָמישן שבת פֿאַר זיך, צונויפֿפּאָרן אינטערנאַציאָנאַליסטישקייט פֿון מאַרקסיזם מיטן אַשכּנזישן נאַציאָנאַליזם (כאָטש מע האָט עס בשום-אופֿן ניט געטאָרט דעפֿינירן ווי נאַציאָנאַליזם!). דעם נאָמען פֿון יצחק (איסאַק) נוסינאָוו (1889—1950) דערמאָנט מען איצט זייער זעלטן, בפֿרט אין ייִדישע פּובליקאַציעס. איך האָב ניט געזען, מע זאָל ערגעץ אָפּמערקן זײַן 120סטן יוביליי, כאָטש אַ שפּור האָט נוסינאָוו איבערגעלאָזט אַ טיפֿן סײַ אין דער סאָוועטיש-ייִדישער מסורה, סײַ אין דער אַלגעמיינער סאָוועטישער געשיכטע. למשל, מיט נוסינאָווס נאָמען איז פֿאַרבונדן דער אָנהייב פֿון דער טרויעריק-באַוווּסטער סטאַליניסטישער קאַמפּאַניע קעגן "קאָסמאָפּאָליטן". קודם-כּל, האָט מען דאָך אַטאַקירט נוסינאָווס בוך "פּושקין און וועלט-ליטעראַטור" (1941), אין חודש אויגוסט איז צוגעטיילט געוואָרן אין "יד־ושם" אין ירושלים די אויסצייכענונג חסיד־אומות־העולם דעם פֿאַרשטאָרבֿענעם פֿיאָדאָר מיכײַליטשענקאָ פֿון רוסלאַנד, וועלכער האָט געראַטעוועט הרבֿ ישׂראל־מאיר לאַו אין דער צײַט פֿון חורבֿן. אין דעם צערעמאָניאַל אין אוהל־יזכּור האָבן זיך באַטייליקט דער געראַטעוועטער הרבֿ לאַו, וועלכער איז דער הויפּט־רבֿ פֿון תּל־אָבֿיבֿ און פֿאָרזיצער פֿונעם ראַט בײַ "יד־ושם", די טעכטער פֿון באַערטן חסיד־אומות־העולם יוליאַ סעלוטינאַ און יעלענאַ בעלאַיעוואַ, וועלכע האָבן באַקומען דעם מעדאַל און דעם ערן־דאָקומענט אין נאָמען פֿון זייער פֿאָטער. |