- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
צוואַנציק יאָר נאָך דעם ווי די קאָמוניסטישע סיסטעם איז זיך צעפֿאַלן, ווייסט מען נאָך אַלץ ניט אין וואָס פֿאַר אַ מין וועלט מען לעבט. הגם די ביוראָקראַטישע מניעות, וואָס האָבן ניט געלאָזט די תּושבֿים פֿון מיזרח־אייראָפּע צו האָבן קאָנטאַקטן מיטן מערבֿ, זײַנען מער ניטאָ, בלײַבן נאָך עד־היום אַ סך פּסיכאָלאָגישע, פּאָליטישע און אידעיִשע סיבות, וואָס שטערן די אייראָפּעער צו פֿילן זיך ווי שכנים אין איין הויף. מע הערט, פֿון צײַט צו צײַט, וועגן לעבן־געבליבענע פֿון חורבן, וועלכע נעמען זיך אונטער אויסצוזוכן די נישט־ייִדן, וועלכע האָבן זיי געראַטעוועט בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה. אָפֿט מאָל, קומט דער איניציאַטיוו אַרויס פֿון זייערע קינדער אָדער אייניקלעך, וועלכע ווערן פֿאַרכאַפּט מיט די מעשׂיות. אַ דאַנק דער פֿעיִקייט פֿונעם ייִנגערן דור בײַם קאָמפּיוטער און בײַ דער אינטערנעץ, קאָן די זוכעניש אַ מאָל טאַקע ברענגען רעזולטאַטן. די מאָדערנע תּקופֿה אויב מע בעט עמעצן אָנצורופֿן די סאַמע באַקאַנטע ייִדישע וויסנשאַפֿטלער, וועלן ס׳רובֿ אויסגעפֿרעגטע, מסתּמא, דערמאָנען בלויז אַ צאָל פּערזענלעכקייטן פֿונעם פֿאַרגאַנגענעם יאָרהונדערט: אַלבערט אײַנשטיין, זיגמונד פֿרויד, לעוו לאַנדאַו, נילס באָר. די, וואָס קענען די ייִדישע געשיכטע, וואָלטן אויך דערמאָנט די גרויסע מיטל־עלטערישע אַסטראָנאָמען, מאַטעמאַטיקער און דאָקטוירים, אַזעלכע ווי רבי אַבֿרהם אבֿן־עזרא און דער רמב״ם. אין 1841 האָט די צאַרישע רעגירונג אָנגעשטעלט דעם דײַטשישן ראַבינער מאַקס ליליענטאַל (1815—1882) אָנצופֿירן מיט אַ נײַעם פּראָיעקט צו עטאַבלירן אַ נעץ מלוכישע שולן פֿאַר ייִדן, מיטן ציל זיי צו מאָדערניזירן און אַסימילירן. אַ געבוירענער אין מינכן, האָט ליליענטאַל זינט 1839 שוין געדינט ווי דער דירעקטאָר פֿון אַ ייִדישער שול אין ריגע, אַ שטאָט פֿון דער רוסישער אימפּעריע, וואָס איז אָבער געלעגן לעבן קורלאַנד, אונטער אַ שטאַרקער דײַטשישער קולטור־השפּעה. אין מײַן פֿריִערדיקער נאָטיץ ("פֿאָרווערטס", 30.01.09) האָב איך דערציילט, אַז עס איז ניט באַשערט געווען, אַז די מלחמה זאָל זיך ענדיקן נאָך אין יולי 1944. קאָוונע, אָנהייב 1941. די פּאָליטישע אַטמאָספֿער אין אייראָפּע איז זייער געשפּאַנט. נאַצי־דײַטשלאַנד נאָך דער אָקופּאַציע פֿון פּוילן איז אין אַ קריגס־צושטאַנד מיט פֿראַנקרײַך און ענגלאַנד. די סאָוועטן האָבן נאָר וואָס פֿאַרענדיקט די מיאוסע אַגרעסיע קעגן פֿינלאַנד און באַשײַמפּערלעך באַוויזן, אַז זיי הינקען אונטער מיליטעריש. די געשיכטע פֿון דער ייִדישער אויטאָנאָמער געגנט אינעם סאָוועטישן ווײַטן מיזרח רופֿט אַרויס עד־היום פֿאַרשיידענע אָפּרופֿן. אייניקע, בפֿרט די ציוניסטיש-געשטימטע מענטשן, האַלטן דעם גאַנצן פּראָיעקט פֿאַר אַ גרויסן קאָמוניסטישן שווינדל. אַנדערע, בפֿרט די לינקע גלות־נאַציאָנאַליסטן (אַ קליינע עדה הײַנטיקע צײַטן) זײַנען געשטימט מער פּאָזיטיוו. וואָס מען זאָל ניט טראַכטן וועגן דער פּאָליטיק, וואָלט ביראָבידזשאַן געקאָנט ווערן אַ מקום־מיקלט פֿאַר אַ סך רוסישע און פּוילישע ייִדן, וועלכע זײַנען אומגעקומען אינעם חורבן. "אויפֿמערקזאַם! אויפֿמערקזאַם!" מיט דעם וואָרט פֿלעג זיך אָנהייבן יעדע מעלדונג, וואָס האָט זיך געטראָגן פֿונעם הילכער אינעם זומער־לאַגער "קעמפּ המשך". אין אייראָפּע האָבן די ייִדיש־רעדער מסתּמא גיכער געניצט דאָס וואָרט "אַכטונג!", אָבער ס׳איז פֿאַרשטענדלעך פֿאַר וואָס אין "המשך" האָט מען דאָס וואָרט אויסגעמיטן. בײַ די גרינדער פֿון קעמפּ, וואָס אַלע האָבן איבערגעלעבט דעם חורבן, האָט "אַכטונג!" אפֿשר צו פֿיל דערמאָנט אין די באַפֿעלן פֿון די נאַצי־וועכטער. דאָס בוך פֿון וויקטאָר טשערנאָוו (1873 — 1952), איינער פֿון די גרעסטע רוסישע רעוואָלוציאָנערן, געהערט צו די וויכטיקסטע מקורים פֿאַר דער רוסישער געשיכטע, אָבער ביז לעצטנס איז עס געווען צוטריטלעך בלויז אין ייִדיש. אַרויסגעגעבן אין ניו־יאָרק דורך "גריגאָרי גערשוני ברענטש" פֿון "אַרבעטער־רינג" אין 1948, באַשטייט דאָס בוך פֿון אַכט פֿאַרצייכענונגען, וועלכע זײַנען פֿריִער דערשינען אינעם "פֿאָרווערטס". טשערנאָוו, וועלכער שטאַמט פֿון אַן עכט־רוסישער משפּחה, האָט קיין ייִדיש ניט געקענט. עס איז גוט באַקאַנט, אַז שלמה מיכאָעלס האָט פֿאַרנומען אַ ביז גאָר חשובֿע פּאָזיציע אין די אויגן פֿון די סאָוועטישע ייִדן. זײַן שם ווי דער פֿאָרזיצער פֿונעם ייִדישן אַנטיפֿאַשיסטישן קאָמיטעט וואָס איז קרובֿ למלכות, איז געווען אַזוי גרויס, אַז אַ סך ייִדן האָבן זיך געווענדט צו אים מיט כּלערליי בקשות. אין אַ געוויסן זין איז מיכאָעלס געווען דער שתּדלן פֿאַרן גאַנצן סאָוועטישן ייִדנטום פֿאַר דער סאָוועטישער מלוכה, און פֿאַר דעם האָט ער לסוף באַצאָלט מיט זײַן לעבן. בעת דעם חורבן, וואָס האָט אוועקגעריסן אַ דריטל פֿונעם ייִדישן פֿאָלק, איז פֿאָרגעַקומען אַזאַ רישעות, אַז דער מענטשלעכער מוח קען דאָס קוים באַגרײַפֿן. נישט געקוקט דערויף, מוזן מיר קוקן טיף אין תהום, ווײַל דער חובֿ פֿון זכּרון טראָגט בײַ אונדז אַ ביבלישן אָנזאָג: "זכור את אשר עשה לך עמלק". די ערשטע כוואַליע פֿון נאַצישן מאַסן־מאָרד ווערט הײַנט נאָך אַלץ שטודירט בײַ פֿאָרשער און היסטאָריקער. דער ראַבינער מײַקל סטראַספֿעלד, באַקאַנט ווי אַ מחבר און אַקטיוויסט אין דער ייִדישער אַמעריקאַנער קולטור־סבֿיבֿה אין ניו־יאָרק, האָט אָנגעהויבן זאַמלען אַלטע ייִדישע שילדן, דער עיקר, פֿון דער איסט־סײַד, מיט דרײַסיק יאָר צוריק. צו יענער צײַט איז ער געווען אַ לערער אין אַ ייִדישער שול אין הײַד־פּאַרק, לעבן באָסטאָן. אין אַ קאָנסערוואַטיווער סינאַגאָגע — "חבֿרה שומרי־שבת" — האָט ער געפֿונען אַ שילדל, וואָס איז אַפֿילו מער נישט געהאָנגען אויף דער וואַנט, נאָר געלעגן אין אַ ווינקל. אויפֿן שילדל איז געשטאַנען אויף ייִדיש, אַז אויב מע וויל באַקומען אַן עליה אָדער אַרויפֿגיין צו דוכענען אין דער שיל דאַרף מען זײַן אַ שומר־שבת. דער סוף פֿון דער קאַלטער מלחמה האָט גורם געווען אַ גרונטיקע רעוויזיע פֿון דער מיזרח־אייראָפּעיִשער געשיכטע. פֿון איין זייט, האָט מען אויפֿגעהערט צו האַלטן רוסלאַנד פֿאַרן צד־שכּנגד פֿון דער מערבֿדיקער דעמאָקראַטיע. די אידעאָלאָגישע אינטערעסן האָבן מער ניט קיין השפּעה אויף דעם, ווי מען נעמט אויף רוסלאַנד סײַ אויף דער, סײַ אויף יענער זײַט פֿונעם אַמאָליקן אײַזערנעם פֿאָרהאַנג. הײַנט צו טאָג זײַנען די ווערק פֿון די סאַמע אַנטיסאָוועטישע מערבֿדיקע היסטאָריקער צוטריטלעך אין רוסלאַנד אין רוסישע איבערזעצונגען, |