- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
ווען מע הערט דאָס וואָרט "לעגענדע", טראַכט מען, געוויינטלעך, וועגן הונדערטער יאָרן צוריק, וועגן אליהו־הנבֿיא, וועגן תּלמודישע פֿיגורן. אָבער אין וואַרשע פֿאַר דער ערשטער וועלט־מלחמה פֿלעג זיך צוזאַמענקומען אַ גרופּע ייִדישע פֿאָלקלאָריסטן אין דער שטוב פֿונעם אַדוואָקאַט, פֿאָרשער און זאַמלער נח פּרילוצקי, און צווישן די מאַטעריאַלן וואָס זיי האָבן געזאַמלט, זענען געווען לעגענדעס און אַנדערע מינים פֿאָלקלאָר פֿון דער מאָדערנער, הײַנטיקער וועלט. אַוודאי וועט פֿון דערמאָנען אַזוינע געשיכטעס קיין געזונט נישט צוקומען. אָבער מיר, ייִדן, טאָרן עס נישט פֿאַרגעסן און ווי מיר זאָלן ניט ליב האָבן און וועלן שאַנעווען אונדזערע אייניקלעך און אור־אייניקלעך, האָבן מיר ניט קיין רעכט פֿון זיי עס אויסצובאַהאַלטן. דאָס ניט געדענקען קען זיך פֿאַר אונדז אויסלאָזן געפֿערלעכער. (אָנהייב אין פֿאָריקן נומער) מיט אַלכּסנדר פּעטשערסקין האָב איך זיך באַקאַנט נאָך מיט איבער 62 יאָר צוריק, ווען אין מאָסקווער מלוכה־פֿאַרלאַג "דער אמת, וווּ איך האָב דאַן געאַרבעט, איז מיט אַ טיראַזש פֿון 12 טויזנט עקזעמפּלאַרן דערשינען זײַנס אַ קליין ביכעלע (64 זײַטן) "דער אויפֿשטאַנד אין סאָביבאָר". דעם ייִדישן מאַנוסקריפּט האָט ליטעראַריש באַאַרבעט דער באַקאַנטער שרײַבער נח לוריע. ווי מיר געדענקט זיך, האָט ניט לוריע און ניט די רעדאַקטאָרין, בליומע קאָטיק, אין טעקסט גאָרניט געענדערט: יאָרן גייען; ניין — זיי לויפֿן — און וואָס ווײַטער מיר גייען אָפּ פֿון די גרויליקע חורבן־צײַטן, אַלץ מער דערוויסן מיר זיך נײַע פֿאַקטן וועגן ייִדישן אומקום און באַזונדערס, וועגן אומגעהערטער גבֿורה. טיילווײַז דערקלערט זיך עס דערמיט, וואָס אין געוועזענעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד זײַנען אייניקע ביז גאָר וויכטיקע דאָקומענטן אויף דער טעמע געווען פֿאַרשפּאַרט אויף זיבן שלעסער. איך ווייס וועגן פֿאַלן, ווען אַזוינע, ביז גאָר וויכטיקע מאַטעריאַלן, האָבן אָן אַ פֿאַרוואָס אָנגעטראָפֿן אין אַבסאָלוט צופֿעליקע אַנשטאַלטן, וווּ זיי האָבן בײַ קיינעם קיין שום אינטערעס נישט אַרויסגערופֿן. צו זיי האָט זיך יאָרן־לאַנג קיינער נישט צוגערירט און בלויז אַ דאַנק אַ צופֿאַל, זײַנען זיי אָפּגעראַטעוועט געוואָרן פֿון פֿאַרגעסעניש. אין דוד בערגעלסאָנס בוך "ביראָבידזשאַנער" (מאָסקווע, 1934) באַווײַזט זיך אַ לעכערלעכע פֿיגור פֿון אַ פּערסאָנאַזש, וואָס הייסט יודל ליפֿשיץ: געווען אַ מעשׂה מיט יודל ליפֿשיץ נאָך איידער ער איז געפֿאָרן קיין ביראָבידזשאַן — ער איז דענסטמאָל בײַ זיך אין דער היים געווען אין "קראָליק-קאָאָפּעראַטיוו". איז אים אָנגעקומען אַ בריוו פֿון אַ האַלב-פֿאַרגעסענעם פֿרײַנד פֿון אַמעריקע. יענער האָט געגעבן צו וויסן, אַז אין אַמעריקע שרײַבט ער אין די צײַטונגען, געבעטן אים אָנשרײַבן, ווי אַזוי לעבט זיך אין שטאָט. נאָך איין פּאָליטישער סקאַנדאַל איז אויסגעבראָכן צווישן דעם אייראָפּעיִשן פֿאַרבאַנד און רוסלאַנד. געשען איז עס נישט צוליב אַ הײַנטיקן ענין, נאָר צוליב אַן ענין, וואָס איז שוין אַרײַן אין דער געשיכטע. וואָס איז געשען? נישט לאַנג צוריק, דעם 3טן יולי, האָט די פּאַרלאַמענט־אַסאַמבלעע פֿון דער זיכערהייט־אָרגאַניזאַציע און מיטאַרבעט אין אייראָפּע, אָפּגעשטימט פֿאַר אָנצונעמען די רעזאָלוציע, וועלכע שטעלט אויף איין ברעט דעם נאַציזם און סטאַליניזם, און האָט פֿאָרגעלייגט צו דערקלערן דעם 23סטן אויגוסט (אין דעם טאָג איז אונטערגעשריבן געוואָרן דער פּאַקט פֿון "ריבענטראָפּ־מאָלאָטאָוו" און דער געהיים־פּראָטאָקאָל, ווי אַ צוגאָב) ווי אַן אָנדענק־טאָג לזיכּרון אַלע קרבנות פֿון די ביידע רעזשימען. אין דעם פֿרילינג-זמן האָב איך מיט סטודענטן געלערנט אַ קורס וועגן סאָוועטיש-ייִדישער געשיכטע. האָבן מיר גערעדט, פֿאַרשטייט זיך, אויך וועגן דעם חורבן. איך האָב זיי געגעבן צו לייענען אַ ליטעראַריש ווערק (אויסצוגן פֿון אַנאַטאָלי קוזנעצאָווס ראָמאַן) און צו קוקן אַ פֿילם וועגן באַבי יאַר — דער שחיטה אין קיִעוו אין סעפּטעמבער 1941. איך דערקלער דאָ דעם באַגריף "באַבי יאַר", ווײַל איך ווייס ניט, צי אַלע לייענער האָבן וועגן דעם געהערט. די קורצע תּקופֿה פֿון דער ווײַמאַרער רעפּובליק אין דער דײַטשישער געשיכטע, וואָס האָט געדויערט קנאַפּע פֿופֿצן יאָר — צווישן דעם סוף פֿון דער ערשטער וועלט־מלחמה, אין 1918, ביז היטלערס אָנקומען צו דער מאַכט, אין 1933 — איז געווען די בלי־צײַט פֿון דער מאָדערנער קונסט. זי האָט איבערגעלאָזט אַ רײַכע ירושה אין פֿאַרשידענע געביטן. אַ בולטע ראָלע האָבן אינעם דאָזיקן קולטורעלן אויפֿלעב געשפּילט די ייִדישע פֿרויען. זייער בײַטראָג איז געווען באַזונדערס חשובֿ אין די נײַע שעפֿערישע געביטן, אַזעלכע ווי די פֿאָטאָגראַפֿישע קונסט. צווישן אַ גרויסער צאָל "קאָנטער־רעוואָלוציאָנערע גרופּעס" — אַזאַ טערמין פֿלעגט נוצן דער סאָוועטישער זיכערהייט־קאָמיסאַריאַט, "ען־קאַ־ווע־דע", אין די יאָרן פֿון דער "גרויסער רייניקונג", 1937—1938 — איז געווען אַ ווייניק־באַקאַנטע גרופּע, וועלכע איז באַשטאַנען פֿון די גערודפֿטע מיטאַרבעטער פֿון דער אַגריקולטור־קאָרפּאָראַציע בײַם אַמעריקאַנער "דזשוינט", באַוווּסט ווי דער "אַגראָ־דזשוינט". דער "אַגראָ־דזשוינט", אַ לאַנג־טערמיניקע פּראָגראַם, וועלכע פֿלעגט שיקן אַרבעטלאָזע ייִדן פֿון די שטעטלעך אין די נײַע אַגריקולטור־קאָלאָניעס אין דרום־אוקראַיִנע און דעם האַלב־אינדזל קרים, האָט פֿונקציאָנירט אינעם ראַטן־פֿאַרבאַנד פֿון יולי 1924 ביז נאָוועמבער 1938. מע זאָגט, אַז די פּאָליאַקן און די רוסן האָבן ווייניק בשותּפֿות, אַ חוץ דער געאָגראַפֿישער בשכנותדיקייט. ס׳איז, פֿאַרשטייט זיך, אַ גוזמא. ווי אַ ייִד מיט אַ רוסישן מאָגן, בין איך צופֿרידן, למשל, אַז ניט ווײַט פֿון מײַן הויז האָט זיך באַוויזן אַ פּויליש געשעפֿט, וווּ אַ מרה-שחורהדיקע פֿרוי (וואָס רעדט ניט קיין וואָרט ענגליש) פֿאַרקויפֿט אויך צוואָרעך מיט אַ רוסיש-אוקראיִניש-ווײַסרוסישן טעם. ס׳איז ריכטיק, אָבער, אַז קיין גרויסע ליבע איז צווישן די רוסן און די פּאָליאַקן קיין מאָל ניט געווען. און אַז מע רעדט שוין וועגן דעם — איז קיין הייסע ליבע בדרך-כּלל ניט געווען אויך צווישן די רוסישע (ליטווישע, אַ שטייגער) און פּוילישע ייִדן. (סאָביבאָר, קליוולענד, ירושלים, קליוולענד, מינכן) עס וועט ניט זײַן קיין גוזמא אויב כ׳וועל זאָגן, אַז אין משך פֿון אַ וועלכע צוויי־דרײַ טעג האָבן מיר פֿון נאָענט און גאַנץ ווײַט געקלונגען ניט ווייניקער פֿון צען מענטשן און אין טעלעפֿאָן־טרײַבל איבערגעחזרט אַזאַ פֿראַגע: — איר האָט שוין געהערט? און ווי מיינט איר, דאָס מאָל וועט דעמיאַניוק באַקומען וואָס אים קומט? די פֿאָרשונג פֿון אַ לעגענדע קען אַרומנעמען כּלערליי פּערספּעקטיוון. איינער פֿון די עלטסטע מעטאָדן אין דער פֿאָלקלאָריסטישער פֿאָרשונג באַשטייט פֿון פֿאַרגלײַכן וואַריאַנטן פֿון אַ טעקסט, כּדי צו פֿאַרשטיין ווי דער פֿאָלקס־טעקסט האָט זיך געביטן במשך פֿון יאָרן, לענדער און קולטורן. לכתּחילה, האָבן פֿאָלקלאָריסטן געהאָפֿט, אַז מיט דעם מעטאָד וועט מען דערגיין צום "אורטעקסט", דעם ערשטן נוסח פֿון אַ לעגענדע, פֿאָלקס־מעשׂה אָדער ליד. |