קהילה־לעבן, רעליגיע, געשיכטע

ווען מע רעדט וועגן דעם ייִדישן לעבן אין גלות, שטעלן זיך אַ סך מענטשן פֿאָר סטערעאָטיפּישע געשטאַלטן פֿון וואַנדערונגען אין אַ פֿרעמד לאַנד, וווּ די ייִדן האָבן זיך באַזעצט ערשט מיט אַ פּאָר הונדערט יאָר צוריק. עס זענען אָבער פֿאַראַן עטלעכע לענדער, וווּ די ייִדישע קהילה האָט זיך כּסדר אַנטוויקלט במשך פֿון עטלעכע טויזנט יאָר, און דערמאָנט נאָך אַלץ אויף די אוראַלטע תּנ״כישע צײַטן — מער, ווי די הײַנטצײַטיקע מאָדערניזירטע קהילות אין ארץ-ישׂראל.

רעליגיע, פּערזענלעכקײטן, געשיכטע
דון יצחק אַברבנאל

מיט 500 יאָר צוריק, דעם צענטן טאָג אינעם חודש אָבֿ, איז אין פּאַדווע, איטאַליע, ניפֿטר געוואָרן הרבֿ דון יצחק אַברבנאל (אַבאַרבאַנעל אָדער אַבראַבאַנעל) — איינער פֿון די גרעסטע ייִדישע דענקער און תּורה-מפֿרשים, אַ מענטש מיט אַ שטורמישער, אומ­געוויינטלעכער און טרויעריקער ביאָ­גראַ­פֿיע. אַזוי ווי אַנדערע קלאַסישע ספֿרים-מחברים, ווערט ער אָנגערופֿן בײַם פֿאָלק פּשוט — "דער אַברבנאל".

יצחק אַברבנאל איז געבוירן געוואָרן אין ליסאַבאָן, פּאָרטוגאַל, אין אַ באַקאַנטער ספֿרדישער משפּחה,

רעליגיע, געשיכטע
אַ תּפֿילה אין שואַדיט, די ייִדיש-פּראָוואַנסאַלישע שפּראַך, פֿונעם 14טן יאָרהונדערט

אינעם מדרש שטייט, אַז משיח איז געבוירן געוואָרן אינעם זעלבן טאָג, ווען דער בית-המיקדש איז חרובֿ געוואָרן. דאָס מיינט, ווי עס דערקלערן אַ צאָל מפֿרשים, אַז אין די צרות און וואַנדערונגען פֿונעם גלות קאָן מען דערזען דאָס "קערנדל" פֿון דער קומענדיקער גאולה, ווען די גאַנצע מענטשהייט וועט דערגרייכן שלום און אייניקייט; די פֿאַרשקלאַפֿערישע "גלות-כּוחות" אין דער מענטשלעכער געשיכטע ווערן אָפֿט פּאַראַדאָקסיש פֿאַרבונדן מיט די באַפֿרײַערישע "גאולה-טענדענצן".

חורבן
פֿון מרדכי דוניץ (ירושלים)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
פּראָפֿ’ שאָול פֿרידלענדער

עס איז איצט חודש אויגוסט, דער חודש פֿון וואַקאַציע, פֿאַרווײַלונג, אויספֿלוגן, רײַזעס איבערן לאַנד און מעבֿר־לים. די היצן זענען גרויס, עס איז שטאַרק הייס. מען זוכט אַ קיל פּלאַץ, אַ ווינקל אין שאָטן, וווּ מען קען אָפּכאַפּן דעם אָטעם...

לויטן ייִדישן לוח איז בײַ אונדז איצט חודש אָבֿ — אַ חודש פֿון טרויער, ווייטיקלעכע דערמאָנונגען, פֿול מיט טראַגישע היסטאָרישע געשעענישן אין אונדזער לאַנגער געשיכטע. זכרונות וואָס זענען טיף אײַנגעקריצט אין אונדזער קאָלעקטיוון און פּערזענלעכן זכּרון.

ייִדיש־וועלט, זכרונות
נימין זוסקין (רעכטס) און שלמה מיכאָעלס אין דער פֿאָרשטעלונג

נינאַ מיכאָעלס, לעוו בערגעלסאָן און אַלאַ זוסקין־פּערעלמאַן דערציילן וועגן זיך און זייערע טאַטעס

פּונקט ווי יעדעס יאָר דערמאָנען מיר אין דער צײַט, מיט טרויער די אומגעבראַכטע ייִדישע קולטור־טוער אינעם געוועזענעם ראַטן־פֿאַרבאַנד, דעם 12טן אויגוסט 1952.

וואָס איז געווען זייער שולד, אַז די סאָוועטישע מאַכט האָט געהאַלטן פֿאַר וויכטיק אַרויסצוטראָגן זיי דעם שרעקלעכסטן אורטייל — צעשיסן!

ייִדיש־וועלט, פּובליציסטיק, ליטעראַטור, געשיכטע

פֿאָרשער, און סתּם פֿאַראינטערעסירטע מענטשן, וועלכע האָבן יאָרן לאַנג געניצט די "ענציקלאָפּעדיע יודאַיִקאַ" (ירושלים, 1971) ווי דער פּוסק־אַחרון צו באַקומען אינפֿאָר­מאַציע וועגן דער ייִדישער געשיכטע פֿון מיזרח־אייראָפּע, האָבן אָפֿט באַמערקט, אַז דאָס אײַנקוקבוך, וואָס האָט באַדאַרפֿט אַרויס­ווײַזן אָביעקטיווקייט, האָט געהאַט זײַנע בולטע פּרעפֿערענצן און פֿאָראורטלען. קודם, האָט מען געזען אַן אומיושר בײַם באַ­שליסן ווער ס׳פֿאַרדינט זײַן אייגענע פּאָזי­ציע אינעם ווערק; און צווייטנס, האָט מען נישט פֿאַרשטאַנען, פֿאַר וואָס געוויסע טוער און שרײַבער האָבן פֿאַרדינט צוויי אָדער דרײַ מאָל אַזוי פֿיל אָרט אין זייער באַשרײַבונג ווי אַנדערע.

ייִדיש־וועלט, מוזיק, געשיכטע
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון חנה מלאָטעק

בײַם אָננהייב פֿון 20סטן יאָרהונדערט האָבן אין רוסלאַנד געלעבט און געשאַפֿן אַ צאָל ייִדן־קאָמפּאָזיטאָרן. די באַקאַנטסטע זײַנען געווען: יואל ענגעל, לאַזאַר סאַמינסקי, יוסף אַחרון, משה מילנער, ל. צייטלין א״אַ. אַ צאָל זײַנען געווען תּלמידים פֿונעם באַרימטן רוסישן קאָמפּאָזיטאָר נ.אַ. רימסקי־קאָר­סאַ­קאָוו אין דער פּעטערבורגער מוזיק־קאָנ­סער­וואַטאָריע. זיי האָבן אין 1902 געשאַפֿן אַ קרײַז “כּינור־ציון" מיטן ציל צו שאַפֿן און אויפֿצופֿירן ייִדישע מוזיק, אָבער אין זייערע קאָמפּאָזיציעס און אויף זייערע קאָנצערטן האָט מען נישט געקענט פֿילן קיין באַזונדערן ייִדישן נוסח.

רעליגיע, געשיכטע
אַ סצענע פֿון דער "פֿאָלקסבינע"־פֿאָרשטעלונג — "די מויד פֿון לודמיר" (1996) געשריבן פֿון מרים שמולעוויטש-האָפֿ­מאַן

הײַיאָר, דעם 22סטן טאָג אינעם חודש תּמוז, קומט דער 120סטער יאָרצײַט פֿון חנה-רחל ווערבערמאַכער — די באַרימטע "לוד­מי­רער מויד", איינע פֿון די סאַמע אומ­גע­וויינט­לעכע פֿיגורן אין דער געשיכטע פֿון חסידות. די הייליקע פֿרוי, וועלכע האָט אויס­געבויט אַן אייגענע שיל, וווּ זי האָט זיך געפֿירט ווי אַ רבי, האָט איבערגעלאָזט אַ שטאַרקן רושם אין דער ייִדישער קולטור — סײַ בײַ די חסידים, סײַ בײַ די וועלטלעכע שרײַבער.

ייִדיש־וועלט, געשיכטע
פֿון אַהרון גאַראָן (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
געגרינדעט ווי אַ קינדערהיים פֿאַר ייִנגלעך בײַ דער געזעלשאַפֿט

וועלכער ייִד האָט אַמאָל אין ווילנע, און ניט נאָר אין ווילנע, ניט געוווּסט דאָס לידל:

"אויפֿן פּריפּעטשיק ברענט אַ פֿײַערל
און אין שטוב איז הייס,
און דער רבי מיט די קליינע קינדערלעך
לערנט אַלף־בית".

ייִדיש־וועלט, געשיכטע
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
בעת אַ זיצונג אויף דער קאָנפֿערענץ, פּעטערבורג, 2008

מיט הונדערט יאָר צוריק איז אין סאַנקט־פּעטערבורג געשאַפֿן געוואָרן די ייִדישע היסטאָריש־עטנאָגראַפֿישע געזעל­שאַפֿט. כּדי אָפּצומערקן דעם דאָזיקן יובֿל און אַרומרעדן זײַנע פּועל־יוצאס, האָט דער צענטער “פּעטערבורגער יודאַיִק" בײַם אייראָ­פּעיִשן אוניווערסיטעט אין סאַנקט־פּע­טער­בורג בשותּפֿות מיטן מאָסקווער צענטער צו פֿאָרשן דעם רוסישן און מיזרח־אייראָפּעיִשן ייִדנטום, אָרגאַניזירט אַן אַקאַדע­מישע קאָנפֿערענץ.

רעליגיע, געשיכטע, טשיקאַװעס
אַ מנורה, וואָס סימבאָליזירט פֿאַרשיידענע גײַסטיקע וועלטן און אבֿרים פֿונעם מענטשלעכן גוף, פֿונעם קבלה-ספֿר "ארץ-טובֿ"

פֿאַרשיידענע סימבאָלן דינען הײַנט אָפֿט ווי "אָנערקענונג-צייכנס" פֿון רעליגיעס, פֿעלקער און פּאָליטישע באַוועגונגען. צום בײַשפּיל, ווערט דער זעקס-עקיקער שטערן באַטראַכט ווי אַ ייִדישער און דווקא ייִדישער סימבאָל, און דער קרייץ — דווקא ווי אַ קריסטלעכער צייכן, וועלכער קאָן בשום-אופֿן נישט באַנוצט ווערן בײַ ייִדן — לכל-הפּחות, אין אַ רע­לי­גיעזן קאָנטעקסט. אַן אַנדער טרויעריק-באַרימטער סימבאָל, דער האַקנקרייץ, ווערט פֿעסט פֿאַרבונדן מיט נאַציזם.

‫רעפּאָרטאַזשן, געשיכטע
מלך שוחט פֿאַר די חורבות פֿון דער "גאָלדענער רויז"־שיל

צווייטער טייל — לעמבעריק

רופֿט די שטאָט ווי איר ווילט — אויף פּויליש — לוואָוו, אויף דײַטש — לעמבערג, אויף אוקראַיִניש — לוויוו, אָדער אויף ייִדיש — לעמ­בעריק — בלײַבט זי די זעלבע גאַליצישע שטאָט, וועלכע האָט געשפּילט אַזאַ וויכטיקע ראָלע אין דער ייִדישער קולטור־געשיכטע. אַ דאַנק דער הילף פֿון יוסף זיסעלס, אַ טשער­נאָוויץ־געבוירענער, וועלכע וווינט הײַנט אין קיִעוו און איז דער פֿאָרזיצער פֿונעם "ייִדישן אייראָ־אַזאַיאַטישן קאָנגרעס",