- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
געוויינלעך, ווען מען זאָל ניט געווען שרײַבן וועגן דעם מאָסקווער ייִדישן מלוכה־טעאַטער (גאָסעט), האָט מען אים געלויבט אין טאָג אַרײַן. אַוודאי, האָט ער דאָס פֿאַרדינט. ער איז געווען דער בעסטער און פֿירנדיקער ייִדישער טעאַטער אינעם געוועזענעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד. זײַנע פֿאָרשטעלונגען, דערונטער די, וועלכע ס'האָט געשטעלט דער גרינדער און הויפּט־רעזשיסאָר פֿונעם טעאַטער אַלעקסיי גראַנאָווסקי, און אין וועלכע ס'האָבן געשפּילט דער אויסנעמלעכער בינע־קינסטלער שלמה מיכאָעלס און אָפֿט אויך דער צווייטער טאַלאַנטפֿולער אַקטיאָר בנימין זוסקין — האָבן געהאַט גרויס דערפֿאָלג און זײַנען געווען דער עכטער בײַשפּיל פֿאַר אַנדערע ייִדישע טעאַטערס. די וואָך, לכּבֿוד דעם יאָרצײַט פֿון מײַן טאַטן, ד״ר מרדכי שעכטער ז״ל, האָב איך זיך דערמאָנט אין אַ מעשׂה, וואָס ער פֿלעג אונדז דערציילן וועגן זײַן זיידן פֿונעם טאַטנס צד, דעם שוחט, ר׳ איציע־מרדכי, וועלכער איז געווען אַ גרויסער תּלמיד־חכם און אויך געהאַט סמיכה אויף רבנות. בײַ די קצבֿים פֿונעם שטעטל איז ר׳ איציע־מרדכי נישט געווען באַזונדערס באַליבט, ווײַל יעדעס מאָל, וואָס ער פֿלעג פּסקענען אַ בהמה פֿאַר טריף, האָט מען זי געמעגט פֿאַרקויפֿן נאָר צו אַ גוי, און במילא ממשותדיק אַראָפּלאָזן דעם פּרײַז. וולאַדימיר חזן, אַ פּראָפֿעסאָר פֿון רוסיש אינעם העברעיִשן אוניווערסיטעט אין ירושלים, איז באַקאַנט מיט זײַנע פֿאָרשונגען פֿון פֿאַרגעסענע פֿיגורן פֿון דער ייִדיש־רוסישער קולטור. ער איז ספּעציעל פֿאַראינטערעסירט אין די ליטעראַטן און קולטור־טוער, וואָס זייער לעבן און אַרבעט איז געווען אַזוי אָדער אַנדערש פֿאַרבונדן מיט ארץ־ישׂראל. אָבער אַפֿילו צווישן זיי איז די פֿיגור פֿונעם קאַפּיטאַן אַריה באָיעווסקי (1891—1942) אַ יוצא־דופֿן. אַ רוסישער ים־מאַן, וועלכער האָט נאָך דער אָקטאָבער־רעוואָלוציע געפֿונען אַ מקום־מיקלט אין ארץ־ישׂראל און איז געוואָרן איינער פֿון די גרינדער פֿון דעם ישׂראלדיקן פֿלאָט, איז דערצו נאָך געווען אַ באַגאַבטער דיכטער און זשורנאַליסט. דעם 15 דעצעמבער 1947, צוויי וואָכן נאָך דער היסטאָרישער סעסיע פֿון די "פֿאַראייניקטע פֿעלקער" אין לייק־סוקסעס, ניו־יאָרק, בעת וועלכער עס איז אָנגענומען געוואָרן די רעזאָלוציע צו צעטיילן ארץ־ישׂראל, זענען איבערן לאַנד אָנגעגאַנגען ביטערע קאַמפֿן צווישן די ייִדן און די אַראַבער. אין יענעם טאָג, מיט איבער 60 יאָר צוריק, איז ד"ר חיים ווייצמאַן אויפֿגעטראָטן פֿאַר אַ גרויסער פֿאַרזאַמלונג אין אַטלאַנטיק־סיטי, צונויפֿגערופֿן פֿון דעם "פֿאַראייניקטן ייִדישן אַפּיל" (United Jewish Appeal — U.J.A.). בײַ מיר אין קעשענע, אָדער פּינקטלעכער, אין דעם זכּרון פֿון מײַן קאָמפּיוטער, ליגט שוין אַ בילעט אויף אַן עראָפּלאַן, וואָס פֿליט פֿון לאָנדאָן קיין קיִעוו. דעם 22סטן און 23סטן יאַנואַר וועט דאָרטן דורכגיין אַ קאָנפֿערענץ, געווידמעט דער "קולטור-ליגע". איך האָף, אַז די קאָנפֿערענץ וועט טאַקע מקוים ווערן, ווײַל מע אָרגאַניזירט זי זייער אידאָסינקראַטיש. ס׳איז ווי אַ מין מיראַזש — אָט באַווײַזט זיך עס, און אָט ווערט עס שוין אין גאַנצן פֿאַרפֿאַלן. דאָך, האָב איך באַשלאָסן צו פֿאָרן. דער רוסישער טעאַטער־פֿאָרשער וולאַדיסלאַוו איוואַנאָוו איז באַקאַנט מיט זײַן גרונדיקער פֿאָרשונג פֿון די אָנהייב־יאָרן פֿון דעם "הבימה"־טעאַטער אין מאָסקווע. דאָס נײַע בוך זײַנס באַהאַנדלט דעם זעלבן פּעריאָד אין דער געשיכטע פֿונעם מאָסקווער ייִדישן טעאַטער (גאָסעט), וואָס האָט געדאַרפֿט זײַן דאָס אָפֿיציעלע פּנים פֿון דער סאָוועטישער ייִדישער קולטור, להיפּוך צו דער "ציוניסטישער" און "קלעריקאַלער הבימה". דאָס בוך באַזירט זיך אויף אַ גרויסן מאַסיוו פֿון אַרכיוואַלע דאָקומענטן, וועלכע דערמעגלעכן צו רעקאָנסטרויִרן די געשעענישן אַרום דעם "גאָסעט" ממש טאָג נאָך טאָג. עמנואל רינגעלבלום איז אַרײַן אין דער געשיכטע ווי דער אָרגאַניזאַטאָר און אָנפֿירער פֿון "עונג שבת", דעם געהיימען אַרכיוו פֿון וואַרשעווער געטאָ. פֿאַרבאַהאַלטן אונטער די חורבֿות פֿונעם געטאָ, איז אַ גרויסער טייל פֿונעם דאָזיקן אַרכיוו געראַטעוועט געוואָרן נאָך דער מלחמה. רינגעלבלום אַליין האָט ניט דערלעבט ביז דער באַפֿרײַונג פֿון וואַרשע עטלעכע חדשים. "עונג שבת" איז געווען דער לעצטער העלדישער אויפֿטו פֿון דער קורצער, אָבער זייער אינטענסיווער תּקופֿה פֿון דער מיזרח־אייראָפּעיִשער געשיכטע בכלל און דער היסטאָרישער וויסנשאַפֿט בפֿרט. דעם 9טן און 10טן דעצעמבער איז פֿאָרגעקומען אַ היסטאָרישע קאָנפֿערענץ אויף דער טעמע — "וואָס איז אַ ייִדישער טאַנץ? וועלטלעך, געבאָרגט און איבערגעמאַכט" — אינעם "הילל"־בנין פֿונעם "ניו־יאָרקער אוניווערסיטעט" אין מאַנהעטן. די קאָנפֿערענץ איז אַ טייל פֿון אַ גרעסערן פּראָיעקט, וואָס ווערט דורכגעפֿירט פֿונעם "צענטער פֿאַר טראַדיציאָנעלער מוזיק און טענץ" (CTMD) אויסצופֿאָרשן און אויפֿצולעבן ייִדישע טענץ; דאָס הייסט, די טענץ פֿון די ייִדיש־רעדנדיקע ייִדן אין מיזרח־אייראָפּע. די ענגלישע אויסגאַבע פֿונעם בעסטן ראָמאַן פֿון איינעם פֿון די אינטערעסאַנטסטע פּוילישע ייִדישע מחברים יהושע פּערלע (1888—1943), "ייִדן פֿון אַ גאַנץ יאָר", איז ממשיך די ביכער־סעריע "נײַע ייִדישע ליטעראַטור", וואָס איר ציל איז צו באַקענען דעם ענגליש־רעדנדיקן עולם מיט די אוצרות פֿון ייִדישער ליטעראַטור. אין 1938 האָט דער דאָזיקער ראָמאַן, אין איינעם מיט צוויי אַנדערע ביכער, אַהרן צייטלינס "ברענענדיקע ערד" און לייב ראַשקינס "מענטשן פֿון גאָדלעבאָזשיץ", באַקומען די פּרץ־פּרעמיע פֿאַר ליטעראַטור פֿונעם וואַרשעווער ייִ דער אימאַזש פֿון דער מנורה, וואָס האָט געברענט אינעם בית־המיקדש, האָט זיך כּמעט נישט געביטן במשך פֿון טויזנטער יאָרן. דאָס בילד פֿונעם זיבן־צווײַגנדיקן לאָמפּ, וואָס מע האָט געפֿונען אײַנגעקריצט אויף אַלטע טעפּ און מטבעות איז, אין תּוך, דאָס זעלבע וואָס מע זעט הײַנט אין די סינאַגאָגעס, מער ווי 2000 יאָר שפּעטער. אָבער די פֿאָרעם פֿונעם חנוכּה־לעמפּל, וואָס מיר צינדן אָן אַלע אַכט נעכט פֿונעם יום־טובֿ, דער היימישער סימבאָל פֿון דער מנורה, האָט זיך אַנטוויקלט אין כּלערליי ריכטונגען, סײַ אין דער פֿאָלקסקונסט, סײַ בײַ די מער געבילדעטע קינסטלער. יעדער איינער ווייסט, אַז די ייִדישע קולטור איז אומגעבראַכט געוואָרן דורך היטלערן און סטאַלינען. דאָס איז אַוודאי אמת, ווען מען רעדט וועגן אייראָפּע, אָבער מען פֿאַרגעסט אָפֿטמאָל, אַז ערבֿ דער צווייטער וועלט־מלחמה איז דווקא צפֿון–אַמעריקע געווען דער שטאַרקסטער און לעבעדיקסטער וועלט־צענטער פֿון ייִדישער קולטור. די אַמעריקאַנער ייִדן האָבן ניט געליטן פֿון די עקאָנאָמישע און פּאָליטישע צרות, וועלכע האָבן געפּײַניקט די ייִדישע קולטורעלע לעבן אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, פּוילן, רומעניע און ליטע. דאָ איז די ירידה פֿון ייִדיש פֿאָרגעקומען גלאַט און פּאַמעלעך, אָן קיין גרויסע טראַגעדיעס און קרבנות. דעם 29סטן אָקטאָבער 1933, האָט דער "פֿאָרווערטס" אָנגעהויבן צו דרוקן אַ נײַע סעריע אין דער זונטיקדיקער אויסגאַבע, געשריבן פֿון דער גראַפֿיניע אַלעקסאַנדראַ טאָלסטוי (1884 — 1979), די ייִנגסטע טאָכטער פֿונעם גרויסן רוסישן שרײַבער גראַף לעוו טאָלסטוי. מענדל אָשעראָוויטש, דער דעמאָלטיקער רעדאַקטאָר פֿון דער זונטיקדיקער אויסגאַבע האָט איבערגעזעצט אירע אַרטיקלען פֿון רוסיש אויף ייִדיש, און אַזוי האָבן די לייענער פֿונעם "פֿאָרווערטס" זיך באַקענט מיט דער פֿאַרכאַפּנדיקער געשיכטע פֿון לעוו טאָלסטויס משפּחה. |