» געשיכטע
דאָס אומבאַקאַנטע ייִדישע וואָרט — "אַלגאָריזם"
מײַנע אַ גוטע באַקאַנטע, אַ פּראָפֿעסאָרין פֿון מאַטעמאַטיק אין אַ פֿראַנצויזישן אוניווערסיטעט, האָט מיר נישט לאַנג צוריק אָנגעוויזן, אַז אינעם "גרויסן ווערטערבוך פֿון דער ייִדישער שפּראַך", אונטער דער רעדאַקציע פֿון יודאַ יאָפֿע און יודל מאַרק, פֿעלט כּמעט אינגאַנצן אויס די מאַטעמאַטישע טערמינאָלאָגיע. אין פֿאַרגלײַך מיט כעמיע, פֿיזיק, געאָלאָגיע, באָטאַניק און אַ צאָל אַנדערע געביטן פֿון וויסנשאַפֿט.
די געשיכטע פֿון דער דאָזיקער צעצווײַגטער משפּחה הייבט זיך אָן מיט דעם, וואָס דער מאָסקווער סוחר פֿון ערשטער גילדיע מאָיסיי סאָלאָמאָנאָוויטש בערקענהיים האָט חתונה געהאַט מיט אַ מיידל פֿון אויסלאַנד, פֿון דער משפּחה כּהן (דער פֿאַקט ווערט באַשטעטיקט אין דער גענעאָלאָגישער טאַבעלע אין דעם קאַרל מאַרקס־מוזיי, אין זײַן געבוירן־שטאָט טריר, דײַטשלאַנד). פֿון דעם זיווג זײַנען אַרויסגעקומען זיבן קינדער — פֿינף זין און צוויי טעכטער. דאָ דערציילן מיר וועגן די ברידער בערקענהיים.
ניט לאַנג צוריק האָט מען אין אַ צאָל מדינות געפֿײַערט דעם נצחון-טאָג איבערן פֿאַשיסטישן דײַטשלאַנד. אין אַזעלכע לענדער, ווי די פֿאַראייניקטע שטאַטן, גייט דורך די דאָזיקע דאַטע ניט באַמערקט דורך ס'רובֿ תּושבֿים, אָבער מע פֿײַערט עס נאָך אַלץ גאַנץ ברייט אין אייראָפּע: אין פֿראַנקרײַך, רוסלאַנד, אוקראַיִנע, ווײַסרוסלאַנד, טשעכיע און נאָך עטלעכע לענדער איז עס אַ נאַציאָנאַלער יום-טובֿ.
אָבער אויך אין אַמעריקע, ישׂראל און, בכלל, אומעטום, וווּ עס לעבן וועטעראַנען פֿון דער צווייטער וועלט-מלחמה, פֿאַרגעסן זיי ניט וועגן דער דאַטע.
דאָס אויפֿלעבן פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד נאָך די רדיפֿות פֿון 1948־1953 האָט געפֿאָדערט אַ נײַעם קריטישן קוק אויף דער אַלטער ירושה. דער סאָוועטישער רעזשים איז געוואָרן מילדער, אָבער פֿאַרבליבן בטבֿע אַן אויטאָריטאַרער. דער דערלויבטער שטח פֿון דער קולטורעלער טעטיקייט אויף ייִדיש איז געווען זייער באַגרענעצט: צוויי פּעריאָדישע אויסגאַבעס, עטלעכע יערלעכע ביכער־פּובליקאַציעס, עטלעכע פּראָפֿעסיאָנעלע זינגער און אַקטיאָרן, און אַ פּאָר ליבהאָבערישע טעאַטראַלישע און מוזיקאַלישע קאָלעקטיוון. דער זשורנאַל "סאָוועטיש היימלאַנד" האָט גלײַך גענומען אויף זיך די ראָלע פֿונעם קולטורעלן, אידעאָלאָגישן און עסטעטישן מדריך.
הלל ראָגאָף האָט אין זײַן בוך "דער גײַסט פֿון 'פֿאָרווערטס'" אַ באַזונדערן קאַפּיטל וועגן די "בונדיסטישע שרײַבער" פֿון "פֿאָרווערטס". ער דערציילט: "בײַ אַב. קאַהאַן איז געווען אָנגענומען, אַז אַ שרײַבער וואָס איז דערצויגן געוואָרן אין אַ בונדישער רעדאַקציע, קען ניט טויגן פֿאַרן 'פֿאָרווערטס'. און ווען מען האָט מיט אים גערעדט וועגן אָנשטעלן אַזאַ שרײַבער אָדער באַשטעלן בײַ אים אַרטיקלען, איז זײַן ערשטע רעאַקציע געווען 'ניין'. ער האָט זיך פֿאַר אַזוינע שרײַבער 'געשראָקן'.
אין "יד־ושם" אין ירושלים איז איצט דערעפֿנט געוואָרן אַ נײַע אויסשטעלונג מיטן נאָמען "פֿרויען אינעם חורבן". די אויסשטעלונג שילדערט דעם קאַמף איבערצולעבן דעם חורבן פֿון קוקווינקל פֿון פֿרויען: איבערלעבונגען פֿון מיליאָנען פֿרויען, וועלכע זענען גערודפֿט, פֿאַרפּײַניקט און דערמאָרדעט געוואָרן. עס ווערן אַנטפּלעקט אין דער אויסשטעלונג די מענטשלעכע, ווײַבלעכע איבערלעבונגען הינטער די היסטאָרישע פֿאַקטן. פֿון אַ ריין ווײַבלעכער פּערספּעקטיוו ווערן געשילדערט פּראָבלעמען פֿון ליבע, מוטערשאַפֿט, גלויבן, שאַפֿערישקייט, חבֿרשאַפֿט און אַנדערע טעמעס, אין אַ צײַט, ווען די ציוויליזאַציע און מענטשלעכקייט האָבן מער נישט עקזיסטירט.
זונטיק, דעם 18טן מערץ, איז אין דער "בית־צדק" קאָנגרעגאַציע פֿאָרגעקומען די דערעפֿענונג פֿון אַ פֿאָטאָגראַפֿישער אויסשטעלונג וועגן לעבן און אומקום פֿון די ייִדן אין שטשוטשין, אַ שטעטל אין מיזרח־צפֿון פֿון פּוילן, גראָדנער געגנט. די פֿאָטאָגראַפֿיעס, וואָס שפּיגלען אָפּ דאָס לעבן פֿון די אַרום דרײַ טויזנט שטשוטשינער ייִדן, זײַנען גענומען געוואָרן אין משך פֿון פֿיל יאָרן פֿון זלמן קאַפּלאַן, דעם ייִדישן פֿאָטאָגראַפֿיסט אין שטעטל.
איך פֿאַרענדיק צו שרײַבן אַ דאָקטאָר-דיסערטאַציע אין דעם ניו-יאָרקער אוניווערסיטעט, וווּ מײַן אַקאַדעמישער בעל-יועץ איז פּראָפֿעסאָר דוד ענגעל. כ'פֿאָרש די אַנטוויקלונג פֿון דער מאָדערנער ייִדישער היסטאָריאָגראַפֿיע אין מיזרח-אייראָפּע, בפֿרט אין פּוילן אין די יאָרן פֿאַר דער צווייטער וועלט-מלחמה. מײַן אַנאַליז קאָנצענטרירט זיך אויף די פֿראַגן פֿון געשיכטע און פּאָליטיק און אויף דער ראָלע, וואָס די ייִדישע היסטאָריקער האָבן געשפּילט ווי פֿאָלקס-אינטעליגענטן און נאַציאָנאַלע וועגווײַזער. די רייד גייט וועגן משה שאָר, יצחק שיפּער, מאיר באַלאַבאַן, פֿיליפּ פֿרידמאַן, רפֿאל מאַהלער און עמנואל רינגעלבלום.
שוין פֿאַר דער מלחמה האָט ד''ר עמנואל רינגעלבלום רעפּרעזענטירט דאָס שענסטע און דאָס בעסטע פֿון דעם ייִנגסטן דור ייִדישע היסטאָריקער אין פּוילן. אַ תּלמיד ותיק פֿון יצחק שיפּערן אין מעטאָדן פֿון פֿאָרשן געשיכטע, האָט ער אויך דערמאָנט זײַן אויסגעצייכנטן לערער אין זײַן לעבנסוועג ווי אַ געזעלשאַפֿטלעכער טוער און פּאָליטישער קעמפֿער. מיט באַלאַבאַנען האָט אים פֿאַראייניקט נישט בלויז די אַליין-באַגרענעצונג אויסשליסלעך צו געשיכטע פֿון ייִדן אין פּוילן, נאָר אויך די נטיה אויסצופֿאָרשן יעדן ענין, לויט די אַרכיוואַלישע מקורים, און דער מאָנאָגראַפֿישער אופֿן פֿון באַהאַנדלען היסטאָרישע פֿראַגעס. בעת באַלאַבאַן און שיפּער האָבן געהערט צו צוויי תּקופֿות אין ייִדישן קולטור-לעבן, צו דער פֿאַרמלחמהדיקער "גליציה וחכמיה" און צום נאָך-מלחמהדיקן פּוילן, איז רינגעלבלום געווען כּמעט אין גאַנצן אַ דערשײַנונג פֿון ייִדישן לעבן און שאַפֿן אין אומאָפּהענגיקן פּוילן.
מײַן אָנקום צו אַרבעטן אין „פֿאָרווערטס‟ איז אַ וויכטיק קאַפּיטל אין מײַנע זכרונות; אויב כ׳וועל אַמאָל באַשטימען זיי צו שרײַבן. נאָך זײַענדיק אין פּאַריז (פֿראַנקרײַך) האָב איך, נאָך אונדזער — מײַן מאַמעס, ע״ה, און מײַן — באַשלוס אין 1961 אָפּצוגעבן אַ ביטע אין אַמעריקאַנער קאָנסולאַט פֿאַר אַ דערלויבעניש צו עמיגרירן אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן, אָנגעהויבן צו חלומען אַמאָל צו אַרבעטן אין „פֿאָרווערטס‟.
דער טאָג פֿון חורבן און גבֿורה איז בײַ אונדז, ייִדן, אויסגעפֿאַלן הײַיאָר אויף דעם 16טן אַפּריל. ווי באַוווּסט, האָט די "יו־ען" באַשלאָסן אָפּצומערקן דעם חורבן־טאָג דעם 27סטן יאַנואַר. די באַציִונג צו די איבערגעבליבענע פֿונעם חורבן, איז הײַנט — אַ חוץ פֿון די חורבן־אָפּלייקענער — אַ בכּבֿודיקע כאָטש דאָס איז נישט אַלע מאָל געווען אַזוי.
װי באַװוּסט, איז דער „פֿאָרװערטס‟ געװען אַ סאָציאַליסטישע צײַטונג, געגרינדעט מיטן ציל צו פֿאַרשפּרײטן דעם סאָציאַליסטישן געדאַנק צװישן די ברײטע ייִדישע מאַסן. די צײַטונג איז גיך געװאָרן אײנע פֿון די הױפּט־זײַלן פֿון דער סאָציאַליסטישער פּאַרטײ, און געשטיצט זי אין אַלע װאַלן — נישט נאָר מיט װערטער, נאָר אױך מיט געלט. דער „פֿאָרװערטס‟ איז דעמאָלט געװען זײער אַ דערפֿאָלגרײַך געשעפֿט, װאָס האָט טאַקע געבראַכט אַ סך געלט, בעת אין ס׳רובֿ סאָציאַליסטישע און אַרבעטער־אָרגאַניזאַציעס האָט געהערשט אַ גרױסער מאַנגל אין מאַטעריעלע רעסורסן.
|