- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
במשך פֿון די לעצטע צען יאָר האָב איך פֿאַרבראַכט אָן אַ שיעור שעהען אין ביבליאָטעק. אַ גרויסער טייל פֿון מײַן פֿאָרש־אַרבעט האָט זיך קאָנצענטרירט אויף די פֿרויען־שרײַבער, און איך האָב שטודירט די ביכער פֿון ציליע דראָבקין, אסתּר קרייטמאַן, אסתּר שומיאַטשער־הירשביין און אַננאַ מאַרגאָלין, ווי אויך די רעצענזיעס אויף זייערע ווערק. נישט איין מאָל האָב איך געפֿונען רעצענזיעס אין דער ייִדישער פּרעסע, וואָס רײַסן אונטער די שרײַבערינס, און שטעלן אַרויס אויף חוזק די פֿרויען בכלל. איך ווייס ניט, צי אײַך זאָגט עפּעס דאָס וואָרט „האָלאָדאָמאָר”, (מאָרען מיט הונגער) וויל איך עס, פֿון דעסטוועגן, דערקלערן: מיט דעם טערמין באַשרײַבט מען דעם קינסטלעכן, געשאַפֿן אין אַ גרויסער מאָס דורך דער רעגירונג, הונגער אין 1932–1933, וואָס האָט אָפּגעקאָסט זייער טײַער די פּויערים אין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד, בפֿרט אין אוקראַיִנע. די דערפֿער האָט מען איבערגעלאָזט כּמעט אָן ברויט און, בכלל, אָן גאָרנישט. מיליאָנען — קיינער ווייסט ניט פּינקלעך וויפֿל — מענטשן זײַנען אויסגעשטאָרבן. צווישן די הונדערטער טאָגביכער, וואָס האָבן זיך אָנגעזאַמלט במשך פֿון 62 יאָר זינט דער צווייטער וועלט־מלחמה, געפֿינט זיך אַ גאַנץ באַטײַטנדיקע צאָל געשריבן פֿון גאָר יונגע מחברים. זיי פֿאַרנעמען אַ וויכטיקן פּלאַץ אין אונדזער פֿאַרצווײַגטער חורבן־ליטעראַטור. דער באַרימטסטער פֿון זיי איז דאָס טאָגבוך פֿון אַנאַ פֿראַנק. די אַלע אַנדערע "שטייען ניט אָפּ", ניט מיט זייער אינהאַלט און ניט מיט זייער ליטעראַרישן ניוואָ און אויסדרוק־קראַפֿט וואָס זיי פֿאַרמאָגן. אַ מענשט, וואָס האָט צום ערשטן מאָל באַזוכט גלובאָק אָנהייב 21סטן יאָרהונדערט, וואָלט מסתּמא קיין אומגעוויינטלעכע זאַכן נישט באַמערקט. אַ ריין גרין שטעטל, ס׳רובֿ הײַזער — הילצערנע, אַ היפּשער טייל — נאָך־מלחמהדיקע. די הײַנטיקע באַפֿעלקערונג גרייכט צו 19.5 טויזנט נפֿשות. צוויי קליינע פּלעצער; אויף איינעם, ווי אַן אָנדענק פֿון די סאָוועטישע צײַטן, שטייט אַ זיבן־שטאָקיקער "ראַטהויז". אַן אַלטער פּאַרק, אַן אָזערער מיט אַ טײַכעלע, פֿאַראייניקט מיט אַ סיסטעם פֿון קינסטלעכע באַסיינען. "ער איז דורכגעגאַנגען דאָס גאַנצע שרײַבערישע לעבן זײַנס מיט אַ שמייכל — חנא גאָטעספֿעלד — דער גאַליציאַנער, לויטן געבורט און לויטן געמיט, און נישט אומזיסט האָט ער אַ גאָר גרויסן טייל פֿון זײַנע הומאָרעסקעס געשריבן אונטערן פּעננאָנען: טובֿיה שמייכל. 'טובֿיה' האָט ער זיך גערופֿן צוליב צוויי סיבות: ערשטנס, כּדי מיט דעם אָנצורירן די פּאָלע פֿון שלום-עליכמס טובֿיה דעם מילכיקן און זיך צו שטויבן אין זײַן שטויב, ווי דאָס רעדט זיך אין די רבנישע מליצות; און צווייטנס, כּדי מיט דעם אָנצודײַטן, אַז ער האָט ליב די גוטסקייט. דעם אמת געזאָגט, האָב איך זיך גאָר ניט געקליבן נאָך אַ מאָל שרײַבן וועגן אַלעקסאַנדער פּאָמעראַנץ (זען דעם פֿריִערדיקן אַרטיקל פֿון דעם ציקל). אָבער איך בין די טעג געווען אין ייִוואָ און בשעת-מעשׂה אַרײַנגעקוקט אין דער פּאָמעראַנץ-זאַמלונג פֿונעם אַרכיוו. זע איך פּלוצעם, אַז ניט אַזוי איז שוין גלאַט געווען מיט זײַן בוך "די סאָוועטישע הרוגי-מלכות", וואָס איז אַרויס אין בוענאָס-אײַרעס, מיטן ציל אָפּצומערקן דעם צענטן יאָרצײַט פֿון דעם 12טן אויגוסט 1952 — ווען מע האָט אומגעבראַכט די פֿירנדיקע ייִדישע שרײַבער אין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד. ניט שטענדיק קען מען פֿאַרשטיין און דערקלערן די לאָגיק, לויט וועלכער אַ פּערזענלעכקייט ווערט דערמאָנט צי ניט דערמאָנט אין אַן ענציקלאָפּעדישן באַנד. צומאָל האָט עס פּשוט צו טאָן מיט דעם צונויפֿשטעלערס פּערזענלעכער באַציִונג. למשל, בײַם שרײַבן די נאָטיצן וועגן דער "פֿאָרווערטס"-געשיכטע נוץ איך די גאַנצע צײַט אליהו שולמאַנס "לעקסיקאָן פֿון 'פֿאָרווערטס’-שרײַבער". דעם אמת זאָגנדיק, איז עס ניט קיין מײַסטער-ווערק. אויפֿן ראָג פֿון דער 12טער גאַס און בראָדוויי געפֿינט זיך אַ פּאַסטקע מײַנע — די בוקיניסטישע קראָם "סטרענד", פֿון וועלכער איך גיי כּמעט שטענדיק אַרויס מיט אַ בוך צי אַפֿילו צוויי. סטאַרע איך זיך שוין אויסמײַדן דאָס דאָזיקע "געפֿערלעכע" אָרט. אָבער עס ציט מיך ווידער אַהין, און דאָס לעצטע מאָל האָב איך דאָרטן געקויפֿט אַ בוך פֿון אַברהם שולמאַן — Adventures of a Yiddish Lecturer, "אַוואַנטורעס פֿון אַ ייִדישן לעקטאָר", מיט אַ קורצער הקדמה פֿון יצחק באַשעוויס-זינגער. מיט יאָרן צוריק, ווען איך בין נאָר וואָס געקומען קיין ענגלאַנד, האָב איך דאָרטן פֿאַרשטאַנען, אַז ס׳איז פֿאַראַן אַזאַ סאָציאַל-וויכטיקע קונסט, וואָס הייסט "סמאָל טאָק" — "קליינער שמועס". בפֿרט מיינט עס, אַז מע טאָר ניט פֿאַרמוטשען אַנדערע מענטשן מיט טעמעס, וועלכע אַרן זיי זייער ווייניק. צוליב אונדזער פֿאַך צי סתּם אינטערעסן זײַנען מיר דאָך פֿאַרליבט און פֿאַרטיפֿט אין עפּעס אַן ענין און קענען וועגן דעם רעדן גאַנצענע טעג. כ׳געדענק ווי איך האָב שוין געהאַלטן בײַם שטאַרבן, פֿליִענדיק מיט אַ צײַט צוריק פֿון סאַן-פֿראַנציסקאָ קיין לאָנדאָן. אין זײַן אַרטיקל "אַן אינטערוויו מיט דער סאָוועטיש-ייִדישער דעלעגאַציע" (דעם 8טן יולי 1943) האָט דער "פֿאָרווערטס"-סאָוועטאָלאָג מענדל אָשעראָוויטש ציטירט זײַן קאָלעגע פֿון "דער מאָרגן-זשורנאַל", י. ל. טעלער. יענער האָט געשמועסט מיט די צוויי סאָוועטישע קולטור-טוער, שלמה מיכאָעלס און איציק פֿעפֿער, וואָס זײַנען זומער 1943 געקומען קיין ניו-יאָרק ווי פֿאָרשטייער פֿון דעם ייִדישן אַנטי-פֿאַשיסטישן קאָמיטעט. ווען אין 1943 זײַנען שלמה מיכאָעלס, דער אָנפֿירער פֿונעם מאָסקווער ייִדישן טעאַטער, און איציק פֿעפֿער, דער דיכטער, געקומען קיין ניו-יאָרק, האָט מען וועגן זיי געשריבן ווי וועגן פֿאָרשטייער פֿון סאָוועטישע ייִדן. מיכאָעלס איז דאָך געווען דער פֿאָרזיצער פֿון דעם ייִדישן אַנטי-פֿאַשיסטישן קאָמיטעט, און פֿעפֿער איז געווען אַ פֿירנדיקער מיטגליד אינעם קאָמיטעט. אין דער רעדאַקציע פֿון "פֿאָרווערטס", אָבער, האָט מען געהאַלטן, אַז ס׳איז געווען ניט באַרעכטיקט צו קוקן אויף די צוויי קולטור-טוער ווי אויף לעגיטימע פֿאָרשטייער פֿון די סאָוועטישע ייִדן. מיט עפּעס אַ צײַט צוריק האָב איך זיך געכאַפּט, אַז קיין איין פּרטימדיקע פֿאָרשונג איז ניט געמאַכט געוואָרן מכּוח דער אַמעריקאַנער נסיעה פֿון שלמה מיכאָעלס און איציק פֿעפֿער. דערמאָנט האָט מען עס אין פֿאַרשיידענע קאָנטעקסטן, און אין אַ צאָל ביכער וועגן דעם גורל פֿונעם ייִדישן אַנטי-פֿאַשיסטישן קאָמיטעט האָט מען זיך אָפּגעשטעלט אויף כּלערליי וויכטיקע פּרטים פֿון דער שליחות קיין אַמעריקע אין 1943. אָבער ביז עד-היום איז ניט געשאַפֿן קיין בילד פֿון דעם ווי אַזוי די ייִדישע פּרעסע און די כּוחות הינטער דער פּרעסע, האָבן רעאַגירט אויף דעם וויזיט. |