- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
אלי פֿאַלקאָוויטש (1898—1979) וועגן דעם הויפּט־רעדאַקטאָר פֿון "עמעס"־פֿאַרלאַג, א. פֿאַלקאָוויטש, האָט דוד בערגעלסאָן אין זײַן צײַט געשריבן: "דער מענטש וואָס האָט קיין מאָל אין ערגעץ ניט געאײַלט און קיין מאָל אין ערגעץ ניט פֿאַרשפּעטיקט". מען קען פֿרעגן: די גרויסקייט פֿון דעם ליטעראַרישן לעבן אין ראַטן־פֿאַרבאַנד אין די 30-20ער יאָרן איז נאָך ווײַט, ווײַט ניט אויסגעפֿאָרשט; וואָס זשע האָב איך, אַן אַלטער ייִדישער שרײַבער, מיט אַזאַ התפּעלות זיך אַ כאַפּ געטאָן דערציילן וועגן פֿינף רעדאַקטאָרן מיט אַ מאָל? וועגן פֿינף מיט אַ מאָל, ווײַל לויט מײַן מיינונג זײַנען זיי געווען פֿון די בעסטע, מיט וועמען מיר איז אויסגעקומען מיטצואַרבעטן. וואָלט געגאַנגען אַ רייד ניט נאָר וועגן קינסטלערישער ליטעראַטור, וואָלט איך אָנגערופֿן נאָך און נאָך. זייער זאָרג פֿאַרן קיום פֿון ייִדיש, און דאָס האָט אין אַ היפּשער מאָס אײַנגעהאַלטן די אַסימילאַציע, איז ניט איבערצוגעבן. איידער די קאָמוניסטיש געשטימטע זשורנאַליסטן האָבן זיך אָפּגעשפּאָלטן פֿון אַב. קאַהאַנס "פֿאָרווערטס" (כ׳האָב שוין פֿריִער געשריבן וועגן דער שפּאַלטונג פֿון סעפּטעמבער 1921), האָט די צײַטונג גאַנץ סימפּאַטיש זיך באַצויגן צו דעם נײַעם רעזשים אין רוסלאַנד. למשל, משה אָלגין, אין קורצן איינער פֿון די פֿירנדיקע "נײַע קאָמוניסטן", האָט אין 1921 פֿאַרעפֿנטלעכט אין "פֿאָרווערטס" אַ סעריע אַרטיקלען וועגן זײַן רײַזע אין סאָוועט-רוסלאַנד. נאָך פֿריִער, אין 1919, האָט די "פֿאָרווערטס"-אַסאָציאַציע אַרויסגעגעבן זײַן איבערזעצונג פֿון דזשאָן רידס בוך "צען טעג וואָס האָבן אויפֿגערודערט די וועלט".
אַ סך איז, און ווערט נאָך אַלץ, פּובליקירט וועגן דעם חורבן אין ביכער, פֿילמען, מוזעען און טעלעקאָמוניקאַציע. דאָס זעלבע איז לגבי דעם אַנטשטיין פֿון דער ייִדישער מדינה. אַ סך ווייניקער איז פּובליקירט געוואָרן וועגן דער תּקופֿה צווישן דעם חורבן און דער אַנטשטייונג פֿון דער ייִדישער מדינה — די געשיכטע פֿון די ייִדישע פּליטים פֿון מיזרח־אייראָפּע, וועלכע האָבן דאַן געלעבט אין די פּליטים־לאַגערן אין עסטרײַך, דײַטשלאַנד און איטאַליע. געוויס זײַנען אַ טייל פֿון די "פֿאָרווערטס"־לייענער געווען דאָרטן.
הײַיאָר וואָלט מען געקענט אָפּמערקן דעם 120סטן יובֿל פֿון דער אַמעריקאַנער ייִדישער סאָציאַליסטישער פּרעסע. דער פֿאַקט, וואָס מע האָט די דאַטע ניט געפֿײַערט, ווײַזט דעם נעבעכדיקן מצבֿ פֿון סאָציאַליזם אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן, בפֿרט פֿון דעם ייִדישן סאָציאַליזם. אַזוי צי אַזוי, אָבער דאָס יאָר 1886 איז געווען אַ וויכטיקער מאָמענט אין דער פֿאָר-געשיכטע פֿון "פֿאָרווערטס".
חנה אַרענדט איז געבוירן געוואָרן אין 1906 לעבן האַנאָווער, אָבער אירע קינדער־ און יוגנט־יאָרן האָט זי פֿאַרבראַכט אין קעניגסבערג. דאָס מיידעלע האָט זיך דערצויגן אין אַ געבילדעטער ייִדישער משפּחה, וווּ מע האָט אָפֿט גערעדט וועגן ליבעראַליזם און די טראַדיציעס פֿון דער דײַטשישער קולטור, וועגן סאָציאַל־דעמאָקראַטיע און די אייראָפּעיִשע ווערט. וועגן דעם, אַז זי איז אַ ייִדיש מיידל, האָט חנה זיך דערוווּסט אויף דער גאַס.
"לעאָן קרישטאָל, וואָס איז אין משך פֿון זיבן-און-דרײַסיק יאָר געווען אַ מיטגליד פֿון דעם זשורנאַליסטישן פּערסאָנאַל אין 'פֿאָרווערטס’, אַ ניו-יאָרקער טעגלעכער פֿרימאָרגנדיקער ייִדישער צײַטונג, איז געשטאָרבן פֿון אַ האַרץ-אַטאַק נעכטן בײַטאָג אין אַ בראָדוויי-רעסטאָראַן. געלעבט האָט ער לויטן אַדרעס: 55 וועסט 95טע גאַס.
אין אויגוסט 1984 האָט שמעון וועבער, דער דעמאָלטיקער שעף-רעדאַקטאָר פֿון "פֿאָרווערטס" (ער איז געשטאַנען בראָש דער צײַטונג אין די יאָרן 1970—1987), געגעבן אַן אינטערוויו פֿאַר מילדרעד פֿינגער, וואָס האָט עס געטאָן ווי אַ טייל פֿון אַ גרויסן פּראָיעקט פֿון רעקאָרדירן שמועסן מיט אַמעריקאַנער ייִדישע אַקטיוויסטן. סײַ מיט דער רעקאָרדירונג, סײַ מיטן טראַנסקריפּט פֿון דעם דאָזיקן אינטערוויו קען מען זיך באַקענען אין דער ניו-יאָרקער עפֿנטלעכער ביבליאָטעק.
|