- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
מיט 120 יאָר צוריק, דעם 26טן יולי 1887, האָט דער יונגער אויגן־דאָקטער לייזער זאָמענהאָף פּובליקירט די ערשטע גראַמאַטיק פֿון זײַן אינטערנאַציאָנאַלער שפּראַך עספּעראַנטאָ. במשך פֿון די לעצטע 120 יאָר האָט עספּעראַנטאָ געבוירן אַ רײַכע ליטעראַטור, דורכגעמאַכט זייער אַן אינטערעסאַנטע, באַלערנדיקע געשיכטע, און איז געוואָרן אַ פֿעסטגעשטעלטער, לעבעדיקער שפּראַך־פֿענאָמען, וואָס ווערט כּסדר אַנטוויקלט דורך טויזנטער ענטוזיאַסטן אַרום דער וועלט. ווען דזשעק זײַדענבערג האָט דעם חודש באַזוכט די "פֿאָרווערטס"־אויסשטעלונג אינעם "מוזיי פֿון דער שטאָט ניו־יאָרק", האָט ער נישט געוווּסט, אַז עס וואַרט דאָרט אויף אים אַ סורפּריז: אויפֿן בילד פֿון די באַרימטע ייִדישע אַטלעטן איז געווען אַ פֿאָטאָגראַפֿיע, וואָס ער האָט דערקענט פֿון זײַן משפּחה־אַלבאָם. אַ בילד פֿון זײַן ברודער, האַראָלד זײַדענבערג, אַן אַמאָליקער שפּילער פֿאַר דער אַמעריקאַנער פֿוטבאָל־מאַנשאַפֿט פֿון קאָרנעל־אוניווערסיטעט, האָט מען געדרוקט אין אונדזער קונסט־בײַלאַגע אין 1952. פֿאַרלאָפֿן האָט זיך די געשיכטע קוים אַ יאָר נאָך מײַן חתונה. דער טעלעפֿאָן האָט געקלונגען און אויף דער אַנדערער זײַט האָט זיך געהערט אַ יונגע און איידעלע מענער־שטימע. ער האָט מיר צו וויסן געטאָן, אַז ער הייסט לעאָ שטיינבערג און געוואָלט וויסן, צי איך שרײַב אויף אַ ייִדישער שרײַב־מאַשינקע. ווען איך האָב אים פֿאַרזיכערט אַז יאָ, האָט ער פֿרײַער אָפּגעאָטעמט און ווײַטער געצויגן דעם שמועס. ער האָט גערעדט אויף ייִדיש, וואָס אין יענער צײַט איז עס נישט געווען קיין אויסנאַם. דער אַטאַק פֿון 9/11 און די מלחמה אין איראַק האָבן גורם געווען אַ סך ענדערונגען אין אונדזער וועלטבאַנעם. זיי האָבן אויך אויפֿגעוועקט אַ פֿרישן אינטערעס אין דער געשיכטע און קולטור פֿון דער אַראַבישער וועלט. צווישן די טעמעס, וועלכע ציִען צו דעם אויפֿמערק פֿון זשורנאַליסטן, מעדיאַ און פֿאַרלעגער, איז די געשיכטע פֿון דער ייִדישער קהילה אין איראַק. ביז 1950 איז עס געווען איינע פֿון די עלטסטע און וויכטיקסטע ייִדישע קהילות אין דער וועלט. אירע היסטאָרישע וואָרצלען ליגן אין דער תּקופֿה פֿון גלות־בבֿל. אין הײַיאָריקן חודש יולי ווערן דערמאָנט אין ישׂראל צוויי זייער וויכטיקע געשעענישן. דעם 4טן יולי וועט ווערן 31 יאָר זינט דער ענטעבע־אָפּעראַציע. 8 טעג שפּעטער, דעם 12טן יולי, וועט ווערן אַ יאָר זינט דער צווייטער לבֿנון־מלחמה. דער הויפּט־אויספֿירער פֿון ביידע אָפּעראַציעס איז געווען די אַרמיי פֿון מדינת־ישׂראל — צה״ל, צבֿא ההגנה לישׂראל. אָבער וואָס פֿאַר אַן אונטערשייד צווישן זייערע רעזולטאַטן! די ערשטע — אַ לעגענדאַרער דערפֿאָלג, און די צווייטע — אַ פּײַנפֿולער דורכפֿאַל. צווישן דער אָנצאָליקער ליטעראַטור, אין פֿאַרשיידענע לשונות, וועגן ייִדישן אומקום בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה, טיילן זיך אויס באַזונדער די גבֿית־עדות פֿון ייִדישע קינדער און יוגנטלעכע. טייל, ווי אַנאַ פֿראַנק, האָבן נישט דערלעבט צו דער באַפֿרײַונג און זייערע אָפּגעפֿונענע און פֿאַרעפֿנטלעכטע באַשרײַבונגען דערציילן לדורות וועגן זייערע פֿאַרשניטענע לעבנס. אַנדערע האָבן על־פּי־נס איבערגעלעבט די קאָשמאַר־יאָרן, עמיגרירט דערנאָך קיין מדינת־ישׂראל אָדער אין די ענגליש־רעדנדיקע לענדער מעבֿר־לים, וווּ זיי האָבן אויפֿגעבויט זייער לעבן אויף ס׳נײַ. ש. אַנ־סקי (שלמה זאַנוול ראַפּאָפּאָרט, 1863־1920) האָט איבערגעלאָזט אַ רײַכע אַרכיוואַלע ירושה, וואָס נעמט אַרײַן טויזנטער בריוו, טאָגביכער, כּתבֿ־ידן און אַנדערע דאָקומענטן, וועלכע זײַנען צעזייט און צעשפּרייט איבער אַלע זיבן ימען. אַנ־סקיס מאַטעריאַלן געפֿינען זיך אין אַרכיוואַלע זאַמלונגען אין מאָסקווע און פּעטערברוג, ירושלים און ניו־יאָרק. אָבער די גרעסטע און ביז איצט ווייניק־באַקאַנטע קאָלעקציע פֿון זײַנע מאַטעריאַלן פֿאַרהיט זיך אין דער אוקראַיִִנישער נאַציאָנאַלער ביבליאָטעק אויף ווערנאַדסקיס נאָמען אין קיִעוו. די דאָזיקע זאַמלונג איז כּולל כּמעט 1,500 אַרכיוו־איינסן, וועלכע זײַנען אַראָפּגעבראַכט געוואָרן קיין קיִעוו פֿון לענינגראַד נאָך דעם, ווי די סאָוועטישע מאַכט האָט ליקווידירט די ייִדישע היסטאָריש־עטנאָגראַפֿישע געזעלשאַפֿט אין 1930. אינעם ניו־יאָרקער "מוזיי פֿון ייִדישער ירושה" האָט זיך לעצטנס געעפֿנט אַן אויסשטעלונג "Daring to Resist: Jewish Defiance in the Holocaust" [העלדיש זיך אַקעגנגעשטעלט: דער ייִדישער ווידערשטאַנד בעתן חורבן]. אין דער אויסשטעלונג ניצט דער מוזיי 250 עקספּאָנאַטן און 150 פֿאָטאָגראַפֿיעס, וועלכע מע האָט באַקומען אָדער געליִען פֿון הונדערט יחידים און אינסטיטוציעס. אַזאַ קאָאָרדינירטע מיטאַרבעט צווישן אַזוי פֿיל מנדבֿים טרעפֿט זיך זעלטן אין דער מוזייען־וועלט. דאָס בוך "דאָס פּנים פֿונעם מיזרח־אייראָפּעיִשן ייִדנטום" איז אַ מוסטער פֿון אַ האַרמאָנישער מיטאַרבעט צווישן אַ שרײַבער און אַ קינסטלער. דער טעקסט און די בילדער "שמועסן" איינער מיטן אַנדערן, און צוזאַמען רעדן זיי צו דעם לייענער. אָנגעשריבן פֿונעם באַקאַנטן דײַטשיש־ייִדישן שרײַבער אַרנאָלד צווײַג (1887—1968) און אילוסטרירט פֿון דעם חשובֿן דײַטשיש־ייִדשן מאָלער הערמאַן (חיים אַהרן) שטרוק (1876—1944), איז דאָס בוך אַ ליבע־דערקלערונג פֿון צוויי דײַטשישע ייִדן צו דעם מיזרח־אייראָפּעיִשן ייִדנטום, וועלכן זיי האָבן אַנטדעקט פֿאַר זיך בעת דער ערשטער וועלט־מלחמה. נאָך דער מלחמה, נאָכן נצחון איבערן פֿאַשיזם, איז די וועלט געפּלעפֿט געוואָרן, ווען זי האָט זיך דערוווּסט ווי נידעריק, ביזן מהות פֿון אַ חיה, עס קען פֿאַלן אַ מענטש, און ווי הויך אַ מענטש קען זיך דערהייבן אין זײַן גײַסטיקער און מאָראַלישער גבֿורה. אין יאָר 1945 האָט אַ גוואַלדיקן רושם געמאַכט יוליוס פֿוטשיקס "רעפּאָרטאַזש מיט אַ תּליה אויפֿן האַלדז". באַלד האָט זיך דאָס בוך באַוויזן אויף אַ סך שפּראַכן. יוליוס פֿוטשיק, אַ קאָמוניסט, אַ שרײַבער און זשורנאַליסט פֿון טשעכאָסלאָוואַקײַ, האָט בעת דער מלחמה אָרגאַניזירט אין לאַנד דאָס אַרויסלאָזן אַן אומלעגאַלע אַנטיפֿאַשיסטישע פּרעסע. זייער אָפֿט פֿאַרגעסן מיר, אַז ענגליש איז ניט מיט אַזוי פֿיל עלטער, און זיכער ניט מיט אַזוי פֿיל "לײַטישער" ("איינהייטלעכער"), מער רעגולירט און צוגעשליפֿן וואָס שײַך איר אויסלייג און גראַמאַטיק, ווי ייִדיש. מיט 400 יאָר צוריק, ווען אויף ייִדיש האָט מען שוין געהאַט געדרוקט אַזעלכע וויכטיקע ליטעראַרישע ווערק און הילפֿביכער, כּדי ריכטיק צו שרײַבן און גוט קענען די אייגענע שרײַבשפּראַך (ווי למשל דער מרכּבֿת־המשנה פֿון קראָקע, 1534) איז נאָך אויף ענגליש קיין ענלעכס בכלל ניט געווען און יעדער האָט זיך געשריבן ענגליש ווי אים צי איר האָט זיך געגלוסט. צווישן אַ סך אינטערעסאַנטע ליטעראַרישע און היסטאָרישע פּובליקאַציעס אין דער לעצטער רוסישער פּעריִאָדיק וואַרפֿן זיך אין די אויגן די אויטאָביאָגראַפֿישע נאָטיצן פֿון אַהרן שטיינבערגס פּריוואַטן אַרכיוו, וואָס געפֿינט זיך אינעם צענטראַלן אַרכיוו פֿונעם ייִדישן פֿאָלק אין ירושלים. די דאָזיקע פּובליקאַציעס ווערן צוגעגרייט צום דרוק דורך דער פֿאָרשערין פֿון דער רוסיש־ייִדישער קולטור נעלי פּאָרטנאָוואַ. זיי נעמען אַרײַן שטיינבערגס אינטימע קאָרעספּאָנדענץ, זכרונות, פֿראַגמענטן פֿון זײַנע טאָגביכער. |