- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
איך בין אויסגעוואַקסן אָן אַזעלכע ווערטער ווי "האָלאָקאָסט" אָדער "חורבן". אין מײַן אַרום האָט מען גענוצט דאָס וואָרט "מלחמה". דאָס לעבן פֿון דער גאַנצער סבֿיבֿה, אין וועלכער איך האָב געלעבט, איז געווען צעטיילט אויף "פֿאַר דער מלחמה", "בעת דער מלחמה" און "נאָך דער מלחמה". איך בין געבוירן געוואָרן שוין נאָך דער מלחמה, אָבער (כ׳האָב שוין, דאַכט זיך, וועגן דעם געשריבן) אַפֿילו איצט צעטייל איך אָפֿט מאָל די געשעענישן אויף אָט די דרײַ צײַט-אָפּשניטן. דער דור אַמעריקאַנער, געבוירן בערך אין די יאָרן 1965־1980, ווערט אָנגערופֿן "דער דור X" — נאָכן לאַטײַנישן אות "X", וואָס באַצייכנט אין מאַטעמאַטיק אַן אומבאַשטימטע ווערט. דער דאָזיקער נאָמען האָט זיך פֿאַרשפּרייט צוליב דעם בוך פֿונעם קאַנאַדער שרײַבער דוגלאַס קאָפּלאַנד, וווּ ער האָט באַשריבן דאָס לעבן פֿון יונגע-לײַט, וועלכע זענען אויפֿגעוואַקסן אין די 1980ער יאָרן, און האָבן אַנטוויקלט אַן אַנטיפּאַטיע סײַ צו די ווערטן פֿונעם פֿריִערדיקן דור, סײַ צו דער הײַנטיקער קאָמערציאַליזירטער וועלט פֿון קאָנקורענץ און קאַריערע-יאָגענישן. אַ גרויסע ראָלע אינעם אויפֿקום פֿונעם "דור X" האָט געשפּילט דער סוף פֿון דער "קאַלטער מלחמה", ווי אויך די אַנטוויקלונג פֿון קאָמפּיוטערײַ און דער אינטערנעץ במשך פֿון די 1980ער יאָרן. אין די איצטיקע טעג און וואָכן, אין צוגאָב צו אונדזער אַלטן, טראַדיציאָנעלן יום־טובֿ פּסח, מיט אַלע זײַנע זיטן און מינהגים, מערקן מיר אָפּ קאַרדינאַלע היסטאָרישע דאַטעס אין אונדזער ייִדישן קאַלענדאַר, וואָס זענען אַ פּועל־יוצא פֿון געשעענישן און איבערלעבונגען, פֿאַרלאָפֿן אין אונדזער דור. מיר זענען געווען דירעקטע אָנטייל נעמער, אָדער לעבעדיקע עדות פֿון די דאָזיקע געשעענישן פֿון דער נאָענט אָדער פֿון דער ווײַט. מיט אַ חודש צוריק האָבן די אַרכעאָלאָגן פֿונעם ווינער אוניווערסיטעט איבערגעגעבן, אַז זיי האָבן געפֿונען אַ ייִדישע קמיע פֿונעם 3טן יאָרהונדערט, אויפֿן אוראַלטן רוימישן צווינטער אין דער שטאָט האַלבטורן, מיזרח-עסטרײַך. די קמיע, אַ קליינע גאָלדענע מגילה מיטן ערשטן פּסוק פֿון קריאת-שמע, 2.2 סאַנטימעטער די לענג, פֿאַרשריבן מיט גריכישע אותיות, איז געלעגן אין אַ קבֿר פֿון אַ קליין קינד. די שטאָט פּינסק, איצט אַ שטיל פּראָווינץ־שטעטל אין די פּאָלעסיער בלאָטעס פֿון מערבֿ־דרומיקן ווײַסרוסאַנד, פֿאַרנעמט אַ חשובֿ אָרט אין דער ייִדישער געשיכטע. ווי בערדיטשעוו אין וואָלין, איז פּינסק געווען די סאַמע "ייִדישע" שטאָט צווישן די שטעט אין דער רוסישער אימפּעריע׃ בערך זיבעציק פּראָצענט פֿון די תּושבֿים זײַנען געווען ייִדן. פּינסק איז געווען די געבוירן־שטאָט פֿון אַ עטלעכע באַרימטע פּערזענלעכקייטן, פֿון חיים ווײַצמאַן ביז דעם תּלמיד־חכם שאול ליבערמאַן, וועלכער איז געוואָרן דער קאַנצלער פֿונעם ייִדישן טעאָלאָגישן סעמינאַר אין ניו־יאָרק. פֿראַגעס און ענטפֿערס וואָס, וועט איר פֿרעגן, איז מיט אַ מאָל אַזוינס געשען? דערצייל איך: מורמלענדיק שטיל אַ באַקאַנטן ניגון, האָב איך, זיך האַלטנדיק בײַ דער פּאָרענטש, טריט בײַ טריט, זיך אַראָפּגעלאָזט פֿון מײַן פֿערטן שטאָק נאָך דער גאַנצפֿריִערדיקער פּאָסט. דער ליפֿט האָט ניט געאַרבעט, דאָס ליכט — אויסגעלאָשן; אַ סבֿרה, די עלעקטרישע לעמפּלעך גנבֿעט מען, ווײַל אין פֿאַרקויף זײַנען זיי ניטאָ. ווינטערוועלט! לויט דעם קאַלענדאַר וואָלטן די פֿרעסט געמעגט נאָך צוּוואַרטן, נאָר ניט אונדז, מענטשן, פֿרעגן זיי און ניט אונדז פֿאָלגן זיי. די קאַלטע, האַרבסטיקע רעגנבײַטשן, וואָס האָבן טאָג־און־נאַכט געשמיסן אַלץ און אַלעמען אויף זייער וועג, איז קאַרג געווען, האָט אַ בריִענדיקער פֿראָסטיקער ווינט זיך פֿאַרדרייט אין אַ ווילדן וויכער און מיט רציחה גענומען וואַרפֿן שטיקער שטײַפֿן שניי אין די פּנימער. ווי וויכטיק איז די ניט־געלונגענע רוסישע רעוואָלוציע געווען פֿאַר דער ייִדישער געשיכטע? צום ערשטן מאָל אין דער לאַנגער געשיכטע פֿון פּוילן און רוסלאַנד האָבן די ייִדן גענומען אַן אַקטיוון טייל אין דער ראַדיקאַלער פּאָליטיק. זיי זײַנען געווען צווישן די אָרגאַניזאַטאָרן פֿון מאַסן־שטרײַקן, פֿירער פֿון די ראַדיקאַלע רעוואָלוציאָנערע פּאַרטייען, ווי אויך צווישן די חשובֿע ליבעראַלע פּאָליטיקער און פּובליציסטן. די געשעענישן אין רוסלאַנד האָבן זיך אָפּגערופֿן אין דער גאַנצער וועלט. די פּאָגראָמען, וועלכע האָבן באַגלייט די רעוואָלוציע פֿון 1905, האָבן אַרויסגעשטויסן אַ ריזיקע כוואַליע ייִדישע עמיגראַנטן לעבֿר־הים. בײַ אַ סך מענטשן ווערט דער אויסדרוק "ייִדישע וויסנשאַפֿט" אַסאָציִיִרט מיטן חורבן. די נאַציס פֿלעגן באַשולדיקן די ייִדישע וויסנשאַפֿטלער אין אַרײַנברענגען, כּלומרשט, אַ פֿרעמדן גײַסט, אַ באַזונדערן "ייִדישן מין" וויסנשאַפֿט אין דײַטשלאַנד; אויף אַן אמתן, האָט וויסנשאַפֿט נישט קיין עטנישע און מלוכישע גרענעצן, הגם אין אַ טייל פֿאַלן, קאָן מען זען, ווי די נאַציאָנאַלע קולטור איז משפּיע אויפֿן געדאַנקען-גאַנג פֿון אַ וויסנשאַפֿטלער. ווען עס גייט אַ רייד וועגן אַזעלכע געביטן פֿון וויסנשאַפֿט, וואָס שטודירן פֿאַרשיידענע אַספּעקטן פֿון דער מענטשהייט גופֿא — למשל, היסטאָריע און לינגוויסטיק — טראָגן אַ סך וויסנשאַפֿטלעכע פֿאָרשונגען אין די דאָזיקע געביטן אַ בולטן נאַציאָנאַלן צייכן. אין אַ געוויסן זין, קער איך זיך אום צו דער טעמע, וועלכע עס האָט שוין באַרירט איציק גאָטעסמאַן אין זײַן אַרטיקל "סאָסואַ: די ייִדן פֿון דער דאָמיניקאַנער רעפּובליק" ("פֿאָרווערטס", דעם 22סטן פֿעברואַר). די רייד איז געגאַנגען וועגן דער אויסשטעלונג אין דעם ניו-יאָרקער "מוזיי פֿאַר ייִדישער ירושה", וועלכע איז געווידמעט דער געשיכטע פֿון אַ קהילה, אויפֿגעבויט אין אַ פֿאַרוואָרפֿן ווינקל (מיטן נאָמען "סאָסואַ") פֿון אַ פֿאַרוואָרפֿן לאַנד, וואָס איז געווען גרייט אויפֿצונעמען צענדליקער טויזנטער ייִדישע פּליטים פֿון נאַציזם. אין די סוף 1930ער יאָרן, ווען די לענדער פֿון דער וועלט האָבן נישט אַרײַנגעלאָזט די גערודפֿטע ייִדן פֿון דײַטשלאַנד און מיזרח־אייראָפּע, וועלכע האָבן געוואָלט אַנטלויפֿן פֿונעם נאַציזם און אַנטיסעמיטיזם, האָט זיך געפֿונען איין לענדעלע, די דאָמיניקאַנער רעפּובליק, וואָס האָט יאָ געעפֿנט אירע גרענעצן פֿאַר זיי. אין אַן אינטערעסאַנטער אויסשטעלונג, וואָס עפֿנט זיך די וואָך אינעם ניו־יאָרקער "מוזיי פֿאַר דער ייִ מיט פֿינף-און-זיבעציק יאָר צוריק, האָט מען אַדאָלף היטלערן — דעמאָקראַטיש! — צוגעלאָזט צום רודער פֿון דײַטשלאַנד. ווײַטער איז געווען דאָס, וואָס איז געווען. איך וועל דאָ ניט שרײַבן וועגן דעם חורבן גופֿא. די טעמע איז אַן אַנדערע — ווי בערלין איז פֿאַרשוווּנדן פֿון דער מאַפּע פֿון ייִדישן זשורנאַליזם. נאָך דער ערשטער וועלט-מלחמה איז דאָך בערלין געוואָרן אַ וויכטיקער צענטער פֿאַר ייִדישער טעטיקייט. אין דײַטשלאַנד, בכלל, און אין בערלין, בפֿרט, האָבן זיך באַזעצט טויזנטער פּליטים פֿון מיזרח-אייראָפּע. |