- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
פֿאַריאָמערט, פֿאַרקלאָגט
אַבֿרהם גאָלדפֿאַדען דער אימאַזש פֿונעם גלות־ייִד וואָס וואַנדערט נע־ונד, אָן אַ היים, אָן אַ מקום־מיקלט, איז טיף אײַנגעבאַקן אינעם ייִדישן פֿאָלק־זכּרון. פֿאַר וואָס קומט אונדז אַזאַ וואַנדערונג אָן אויפֿהער? עס ליגט פֿאַר מיר די פֿאַרנעמיקע און יסודותדיקע אַרבעט פֿון פּראָפֿ׳ יחיאל שיינטוך, הויפּט פֿון דער ייִדיש־קאַטעדרע און לייטער פֿון דעם דבֿ סדן־פּראָיעקט בײַם מאַנדעל־אינסטיטוט פֿאַר ייִדישע וויסנשאַפֿטן בײַם העברעיִשן אוניווערסיטעט אין ירושלים. דאָס בוך הייסט: "סאַלאַמאַנדראַ: מיטאָס און היסטאָריע אין קאַצעטניקס ווערק". עס אַנטהאַלט 487 זײַטן מיט ביז־איצט אומבאַקאַנטע דאָקומענטן און אילוסטראַציעס, אַרײַנגערעכנט אַן אַרײַנפֿיר פֿון 25 זײַטן אויף ענגליש. פּראָפֿ׳ יחיאל שיינטוך האָט געאַרבעט אויף דער דאָזיקער וואָגיקער און טיפֿער פֿאָרש־אַרבעט קרובֿ צו 15 יאָר. דער זעלטענער צופֿאַל האָט געוואָלט, אַז דאָס בוך זאָל דערשײַנען נאָענט צו דער דאַטע פֿון דעם 100סטן געבוירנטאָג פֿון יחיאל פֿײַנער, וועלכער איז באַקאַנט ווי יחיאל די־נור, אָדער קאַצעטניק. נאָך לאַנג פֿאַר דער רוסישער רעוואָלוציע האָבן די ייִדן געהאַט אַ שם פֿאַר פּאָליטישן ראַדיקאַליזם, לכל־הפּחות, זינט דעם מאָרד פֿון צאַר אַלעקסאַנדער דעם צווייטן, אין וועלכן ס׳האָט זיך באַטייליקט איין ייִדישע פֿרוי. אין די פּאָגראָם־יאָרן 1881—1882, 1903—1906 און שפּעטער, 1917—1920, האָבן די פּאָגראָמשטשיקעס און די אַנטיסעמיטישע פּרעסע געטענהט, אַז ייִדן זײַנען אַ פֿינפֿטע קאָלאָנע אין דער רוסישער אימפּעריע און ווילן אונטערגראָבן אירע יסודות: אַ נײַעס אין אַ היגער רוסיש־שפּראַכיקער צײַטונג מכּוח פֿאַריתומטע ייִדישע קינדער און זייערע פֿאַרזאָרגער אין ליטע 1944—1945, האָט מיך שטאַרק באַאײַנדרוקט. אויסטערליש, אַז לעבנדיק אין ווילנע פֿון 1947 ביז 1990 אונטערן טאָטאַליטאַרן רעזשים, האָב איך גאָרנישט געוווּסט וועגן יענע דראַמאַטישע געשעענישן. ווען זומער 1944 האָט די רויטע אַרמיי באַפֿרײַט ווילנע האָבן אויף די גאַסן זיך באַוויזן ייִדישע קינדער, וועלכע האָבן זיך געהאַט אויסבאַהאַלטן אין די וועלדער, קעלערן און ביידעמער. עס האָט ממש גענומען אַ שוידער אַ קוק צו טאָן אויף זיי, די אויסגעדאַרטע, שמוציקע און אָפּגעריסענע. נישט איין מאָל טרעפֿט זיך שוין אָן דער מחבר פֿון די שורות אויף מענטשן, צומאָל גאַנץ געבילדעטע, וואָס גלייבן, אַז "ייִדיש האָט נישט קיין גראַמער" — כּלומרשט, ס׳איז אַ שפּראַך אָן כּללים, ווײַל ס׳רובֿ הײַנטיקע ייִדיש־רעדער לערנען ניט די גראַמאַטיק אין דער שול. אין דער אמתן, האָט גראַמאַטיק, לויטן הײַנטצײַטיקן באַדײַט פֿונעם וואָרט, ווייניק צו טאָן מיט די לערנביכער. וואָס מיינט איר, אַז יעדעס שטעטל האָט אַמאָל פֿאַרמאָגט אַ דאָקטער און אַ דענטיסט? אַ נעכטיקע וועטשערע. ווײַל איידער אַ ייִדישער אָדער אַ נישט ייִדישער דאָקטער האָט זיך באַזעצט אין אַ שטעטל און געעפֿנט אַ קאַבינעט, האָבן זיך ייִדן ווי נישט איז אַן עצה געגעבן אָדער מיט דער הילף פֿון אַ פֿעלדשער — ס׳הייסט, אַן אַמאָליקער שערער־כירורג — אָדער אַן אָפּשפּרעכערקע, וואָס האָט געהיילט מיט באַבסקע רפֿואות. ייִדן האָבן זיך ווי נישט איז אַן עצה געגעבן אין די אַמאָליקע ייִדישע שטעטלעך. איך בין ניט זיכער, צי עמעצער פֿון די "פֿאָרווערטס"-לייענער וועט נעמען אָט דעם נומער פֿון דער צײַטונג און גיין פֿײַערן דעם ערשטן מײַ. שוין אָפּגעשמועסט פֿון דעם, וואָס דער יונגער דור אַמעריקאַנער האָט, בדרך-כּלל, קיין אַנונג ניט וועגן דעם דאָזיקן פּראָלעטאַרישן יום-טובֿ. מע האָט דאָך בכּיוון אײַנגעפֿירט דעם "לייבאָר דיי" דווקא אָנהייב סעפּטעמבער, כּדי זיך אָפּגרענעצן פֿון אָט דער "געפֿערלעכער" סאָציאַליסטישער טראַדיציע. 200 יאָר סאָליוואַן־קאַונטי, ניו־יאָרק אַלע ניו־יאָרקער, עלטער פֿון 40 יאָר, געדענקען נאָך דאָס ייִדישע לעבן אין די קעטסקיל־בערג יעדן זומער. אַ מאָל האָבן פֿאַרבראַכט צענדליקער טויזנטער ייִדן אין די ריזיקע האָטעלן, ווי "גראָסינגערס" און "קאָנקאָרד", און די משפּחות האָבן געוווינט אין די "באָנגאָלאָ־קאָלאָניעס", אַ בײַדל פֿאַר יעדער משפּחה. דאָס זומער־לעבן איז פֿאָרגעקומען אינעם קרײַז פֿונעם שטאַט ניו־יאָרק, וואָס הייסט סאָליוואַן־קאַונטי, אָנדערט־האַלבן שעה פֿון מאַנהעטן, און אין 2009 האָט סאָליוואַן־קאַונטי געפּראַוועט דאָס 200סטע יאָר. פֿאַרקירצטע יאָרן זײַנען באַשערט געווען דעם וויכטיקן קולטור־אַנשטאַלט. ניט באַוויזן עפֿענען דעם אַרײַנגאַנג פֿאַרן עולם, ווי פֿון מאָסקווע איז אָנגעקומען אַ פֿאַרבאָט־באַפֿעל. ווי באַוווּסט, האָבן די סטאַליניסטישע אינקוויזיטאָרן פֿון 1948 אָן גענומען ליקווידירן די ייִדישע קולטור און אירע טרעגער. כאָטש עס זײַנען פֿאַרבײַ 60 יאָר, קען איך ניט פֿאַרגעסן יענעם טראַגישן מאָמענט. דער נײַער ראָמאַן פֿונעם שווייצער קולטור־היסטאָריקער ראָבערט כּהן פֿאַרנעמט דעם שטח צווישן געשיכטע און בעלעטריסטיק. די צענטראַלע פֿיגורן פֿונעם בוך זײַנען דרײַ פֿרויען, וועלכע האָבן געלעבט אין סאַמע קאָכעניש פֿון דער אייראָפּעיִשער געשיכטע אין דער ערשטער העלפֿט פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט. זיי טרעפֿן זיך אויף אַ ווײַלע אין בערלין סוף 1920ער יאָרן, און דערנאָך צעגייען זיי זיך צו פּראַווען זייער פּאָליטישן גלות אין פֿאַרשידענע עקן וועלט. איין זאַך האָבן זיי בשותּפֿות׃ אַלע דרײַ ווערן אומגעבראַכט אין 1942. הרבֿ סטעפֿאַן (אישטוואַן) דאַמאַן איז אַן אונגאַריש־געבוירענער רבֿ וואָס קען, חוץ אונגאַריש, אי ייִדיש, אי לשון־קודש, אי ענגליש. דערמיט אַליין איז ער אַ וואַזשנער אינפֿאָרמאַנט פֿאַרן "פֿאָרווערטס". נאָר אַ חוץ אַלעמען, איז ער אויך דער לעצטער היימיש־געבוירענער רבֿ (און בן־רבֿ, נאָך דערצו) וואָס האָט באַקומען זײַן סמיכה אין אַ מיזרח־אייראָפּעיִשער ישיבֿה נאָך פֿאַר דער צווייטער וועלט־מלחמה. ער קען דעריבער פֿאַרבינדן דעם "בימים ההם" מיטן "בזמן הזה" פֿון ייִדן אין אונגאַרן בכלל און אין בודאַפּעסט בפֿרט. אין אויגוסט 1914, ווען די ערשטע וועלט-מלחמה איז אויסגעבראָכן, איז עס גלײַך געוואָרן אַ טראַגעדיע פֿאַר הונדערטער טויזנטער ייִדן. ערשטנס, האָבן בלוטיקע באַטאַליעס זיך אָפּגעשפּילט אויף די טעריטאָריעס, געדיכט באַפֿעלקערטע דורך ייִדן. צווייטנס, האָבן בערך פֿינף הונדערט טויזנט ייִדן געדינט אין די אַרמייען פֿון ביידע צדדים אין דער בלוט-פֿאַרגיסונג. די רוסישע אַרמיי האָט כּמעט גלײַך גענומען באַשולדיקן די ייִדן פֿונעם תּחום-המושבֿ אין סימפּאַטיעס צו די דײַטשן. |