געשיכטע, װיסנשאַפֿט
ד״ר דזשאָן מאַק׳קאַרטי, 1967

לאָגיק, סתּירות און כאַאָס

אין דער געשיכטע זענען פֿאַראַן נישט ווייניק גרויסע אַנטדעקונגען און דערפֿינדונגען, וועלכע האָבן שטאַרק משפּיע געווען אויף דער גאַנצער וועלט, אָבער בלײַבן רעלאַטיוו אומבאַקאַנט דעם אַלגעמיינעם עולם, אַחוץ אַ באַגרענעצטער צאָל ספּעציאַליסטן. אַ וויכטיקן מוסטער פֿון אַזאַ "באַשיידענער" דערפֿינדונג איז די קאָמפּיוטער-שפּראַך "Lisp" מיט אַ לאַנגן און אינטערעסאַנטן ייִחוס, וועלכע פּראַוועט הײַיאָר איר 50־יעריקן יוביליי.

מוזיק, געשיכטע
פֿון אלישבֿע כּהן־צדק (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
דמיטרי (רעכטס) און דניאל פּאָקראַס

לעצטנס האָט מײַן אויפֿמערקזאַמקייט דערוועקט אַ מעלדונג פֿון דער טעלעוויזיע־פּראָגראַם פֿון מאָסקווע — מען האָט אַנאָנסירט אַן אוידיציע "אין ריטם פֿון מאַרש. אַ פּאָעמע וועגן די ברידער פּאָקראַס". איך האָב זיך גלײַך דערמאָנט די באַוווּסטע און באַליבטע לידער פֿון די קאָמפּאָזיטאָרן דמיטרי און דניאל פּאָקראַס, און איצט, צוקוקנדיק זיך צו דער אוידיציע, זיך דערוווּסט אַ סך פּרטים וועגן זיי.

פּובליציסטיק, געשיכטע
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
David Biale. Blood and Belief: 
The Circulation of a Symbol between Jews and Christians. Berkeley: University of California Press, 2008.

"בלוט איז סײַ אַ סימבאָל און סײַ אַ מאַטעריעלע סובסטאַנץ", זאָגט פּראָפֿעסאָר דוד בייל אינעם אָנהייב פֿון זײַן פֿאָרשונג פֿון די קאָמפּליצירטע באַציִונגען צווישן ייִדן און בלוט. אָט די צוויי אַספּעקטן, דעם מעטאַפֿאָרישן און דעם בוכשטעבלעכן, זײַנען ניט אָפּצוטיילן איינער פֿונעם אַנדערן. דאָס בלוט צעטיילט און פֿאַראייניקט, עס האָט אַן אַבסטראַקטן מעטאַפֿיזישן און אַ קאָנקרעטן פֿיזישן מיין. עס שטייט צווישן לעבן און טויט, צווישן ייִדן און אומות־העולם, און צווישן קודש און חול.

רעליגיע, געשיכטע
די גרויסע שיל אין קאַליש, 1914

אינעם צווייטן יאָרהונדערט האָט דער גרויסער גריכישער וויסנשאַפֿטלער תּלמי (פּטאָלעמיי) דערמאָנט דאָס אָרט קאַליסיאַ, וועלכע האָט זיך געפֿונען אינמיטן דעם "בורשטין-וועג", דורך וועלכן די אוראַלטע סוחרים פֿלעגן ברענגען דעם באַלטישן בורשטין קיין דרום, ביז גריכנלאַנד און עגיפּטן. אַ סך היסטאָריקער אידענטיפֿיצירן דאָס דאָזיקע אָרט מיט קאַליש — אַ שטאָט אין צענטראַל-פּוילן, וואָס ווערט הײַנט באַטראַכט ווי די עלטסטע שטאָט אינעם לאַנד.

די ערשטע ייִדישע קהילה האָט עקזיסטירט אין קאַליש, לכל-הפּחות, נאָך אינעם 12טן יאָרהונדערט. אינעם יאָר 1264, האָבן די אָרטיקע ייִדן, צום ערשטן מאָל אין דער געשיכטע פֿון פּוילן, באַקומען אויטאָנאָמע רעכט פֿונעם פּרינץ באָלעסלאַוו, דעם הערצאָג פֿון קראָקע;

חורבן
פֿון אַנקאַ שמיר (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
דער חזן יצחק שעפֿער זינגט בעת דער צערעמאָניע לזיכּרון דעם 70סטן יאָרצײַט פֿון

מיט 70 יאָר צוריק, אין דער נאַכט צווישן 9טן און 10טן נאָוועמבער 1938 איז אויסגעבראָכן אין דײַטשלאַנד און עסטרײַך דער באַוווּסטער פּאָגראָם קעגן ייִדן מיטן נאָמען די "קרישטאָלנאַכט". אין פֿאַרלויף פֿון עטלעכע שעה זענען טויזנטער בתּי־כּנסת און ייִדישע געשעפֿטן געשעדיקט אָדער פֿאַרניכטעט געוואָרן, און ייִדן זענען דערמאָרדעט אָדער פֿאַרשיקט געוואָרן אין די קאָנצענטראַרציע־לאַגערן. די געשעעניש איז אָנגערופֿן געוואָרן מיטן נאָמען "קרישטאָלנאַכט" אין אָנבליק פֿון די מאַסן צעבראָכן גלאָז, וואָס די שפּליטערס האָבן באַדעקט די דײַטשע גאַסן.

פּאָליטיק, געשיכטע
אַ משפּחה פֿון פֿאַרמער קומען אַהיים פֿון די פֿעלדער, לאַרינאָ, קרים

דעם 8טן דעצעמבער 1991 איז אונטערגעשריבן געוואָרן דער אַזוי-גערופֿענער "בעלאָוועזשער אָפּמאַך", וועלכער האָט געבראַכט צום סוף פֿונעם סאָוועטן-פֿאַרבאַנד. הגם דאָס האָט, אין תּוך אַרײַן, אויך באַטײַט דעם סוף פֿון סאָוועטישן קאָמוניזם, האָבן אַ סך געוועזענע מיטגלידער פֿון דער פּאַרטיי אָפּגעהיט פֿאַר זיך צענטראַלע פּאָזיציעס אין נאָך-סאָוועטישע לענדער. איינער פֿון דער אַלטער גוואַרדיע פּראָפּאַגאַנדיסטן איז מיכאַיִל פּאָלטאָראַנין, דער 69־יאָריקער באַקאַנטער זשורנאַליסט פֿון ברעזשנעווס תּקופֿה און דער פּרעסע-מיניסטער אין יעלצינס רעגירונג.

געשיכטע, פֿאַרשײדנס
אַרכעאָלאָג ראָן טעפּי ווײַזט דעם שטיין וואָס ער האָט געפֿונען אין תּל-זית

מיט פֿיר יאָר צוריק האָבן די אַרכעאָלאָגן, בראָש מיט ראָן טעפּי, אַן אַמעריקאַנער פּראָפֿעסאָר פֿונעם פּיטסבורגער טעאָלאָגישן סעמינאַר, אַנטדעקט אין תּל-זית, 35 מײַל פֿון ירושלים, אַ גרויסן שטיין, 38 פֿונט די וואָג, אויף וועלכן עס זענען אויסגעקריצט געוואָרן די אותיות פֿונעם אַלט-העברעיִשן אַלף-בית. אין די אוראַלטע צײַטן פֿלעגן די ייִדן נוצן די אַלטע שריפֿט, וועלכע ווערט אָנגערופֿן אין גמרא "כּתבֿ-עבֿרי", און שטעלט מיט זיך פֿאָר אַ וואַריאַנט פֿונעם אַלגעמיינעם סעמיטישן אלף-בית.

געשיכטע
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
וויקטאָר קעלנער. דער שליח פֿון געשיכטע׃ דאָס לעבן און די ווערק פֿון שמעון מאַרקאָוויטש דובנאָוו. סאַנקט־פּעטערבורג׃ "מיר", 2008.

די ערשטע אַקאַדעמישע ביאָגראַפֿיע פֿון שמעון דובנאָוו פֿילט אויס אַ בלויז, וואָס האָט לאַנגע יאָרן עקזיסטירט אין דער ייִדישער היסטאָרישער וויסנשאַפֿט. די צרה איז, וואָס דאָס דאָזיקע בוך פֿונעם באַקאַנטן פּעטערבורגער היסטאָריקער, פּראָפֿעסאָר וויקטאָר קעלנער, איז אַרויס אויף רוסיש, און וועט מין הסתּם בלײַבן פּונקט אַזוי מחוץ דעם תּחום פֿון דער הײַנטיקער וויסנשאַפֿט, ווי די ביאָגראַפֿישע שטודיע פֿון ישׂראל צינבערג, וואָס איז אַרויס מיט עטלעכע יאָר פֿריִער אין מאָסקווע. דער פֿינאַנציעלער מצבֿ פֿון ייִדישע שטודיעס הײַנט־צו־טאָג איז אַזאַ, אַז די ענגליש-שפּראַכיקע פֿאַרלאַגן קאָנען זיך ניט פֿאַרגינען איבערצוזעצן פֿון אַזאַ "עקזאָטישן" לשון ווי רוסיש.

רעליגיע, געשיכטע

קול תּקיעה וקול תּרועה — און עס קומט נאָך אַלץ ניט די ישועה

דער שורש פֿונעם וואָרט "שופֿר" איז פֿאַרבונדן, האַלט מען הײַנט, מיטן וואָרט פֿאַר אַ ווילדן שעפֿל. די בלאָז־קלאַנגען פֿונעם שופֿר "תּקיעה" און "תּרועה" ווערן דערמאָנט אין חומש. ווי וויכטיק איז די ראָלע פֿונעם שופֿר אין דער צײַט פֿונעם נײַעם יאָר, זעט מען שוין אין דער פֿאַרצייכענונג פֿון ראָש־השנה ווי "יום-תּרועה" אין חומש.

געשיכטע
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
Moshe Rosman.
How Jewish Is Jewish History? (Oxford: The Littman Library 
of Jewish Civilization, 2007).

משה ראָסמאַן געהערט צו דעם דור ייִדישע היסטאָריקער, וואָס איז געקומען נאָך די "גדולים", אַזעלכע ווי שמעון דובנאָוו, סאַלאָ באַראָן און יוסף־חיים ירושלמי, וועלכע האָבן באַשטימט דעם סדר־היום פֿון דער מאָדערנער ייִדישער היסטאָרישער פֿאָרשונג. ראָסמאַנס פֿעלד איז די געשיכטע פֿון פּוילישן ייִדנטום אינעם 17טן און 18טן יאָרהונדערט, בפֿרט די סאָציאַלע געשיכטע פֿון חסידות. אָבער זײַן נײַ בוך איז ניט וועגן פּוילישע ייִדן, נאָר וועגן דעם תּכלית פֿון דער ייִדישער געשיכטע בכלל.

געשיכטע
די היילן לעבן ים-המלח, וווּ די מגילות זענען געפֿונען געוואָרן

מיט אַ פּאָר וואָכן צוריק האָט די ישׂראלדיקע "אינסטאַנץ פֿון אַנטיקן" איבערגעגעבן, אַז זי פּלאַנירט אַרויסצושטעלן די באַרימטע מגילות פֿון ים־המלח אויף דער אינטערנעץ. לויט דעם פּלאַן, וועלן די אינטערנעץ-באַנוצער באַקומען אין צוויי יאָר אַרום אַן אָפֿענעם צוטריט צו טויזנטער בילדער פֿון די מגילות, סקאַנירט מיט אַ הויכער קוואַליטעט אינעם געוויינטלעכן און אינפֿראַ-רויטן ליכט; די אינפֿראַ-רויטע בילדער ווײַזן צומאָל אַרויס אומזעעוודיקע אותיות און אַנדערע צוגאָב-פּרטים אין די 2000־יעריקע כּתבֿ־ידן.

געשיכטע

גרוזיע, דאָס אוראַלטע קאַווקאַזישע לאַנד אויף דער גרענעץ צווישן אייראָפּע און אַזיע, ווערט איצט אַסאָציִיִרט אין דער וועלט מיטן בלוטיקן קאָנפֿליקט אין דרום-אָסעטיע. די קאָנקורענץ צווישן רוסלאַנד און אַמעריקע, צוויי גרויסע וועלט-אימפּעריעס, איבער זייערע געאָ-פּאָליטישע ספֿערעס, ווי אויך די אימפּעריאַליסטישע אַמביציעס פֿון דער קליינער גרוזינישער מלוכה און דער אָסעטינער נאַציאָנאַליזם, האָבן שוין געבראַכט צום טויט פֿון הונדערטער, מעגלעך טויזנטער מענטשן.