- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
צווישן די אומגעבראַכטע סאָוועטיש-ייִדישע שרײַבער איז קיינער ניט געווען אַזוי ברייט באַוווּסט אין דער מערבֿדיקער וועלט פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור, ווי דוד בערגעלסאָן. באַזונדערס גוט האָט מען אים געקענט אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן, כאָטש ער האָט פֿאַרבראַכט אין אַמעריקע ווייניקער פֿון זעקס חדשים — אין סוף 1928 און אָנהייב 1929. אָבער אין די 1920ער יאָרן און שפּעטער איז זײַן נאָמען ניט אַראָפּ פֿון די אַמעריקאַנער צײַטונגען — לכתּחילה אין "פֿאָרווערטס" און, זינט 1926, אין דער קאָמוניסטישער "פֿרײַהייט". די אַמעריקאַנער פֿאַרלאַגן האָבן ניט ליב איבערזעצונגען פֿון מיזרח־אייראָפּעיִשע שפּראַכן, בפֿרט נאָך פֿון ווייניק־באַקאַנטע מחברים. אין דעם פּרט איז דער "נאָרטוועסטערן יוניווערסיטי פּרעס" אַ לאַנגע צײַט געווען אַ יוצא־מן־הכּלל, כאָטש לעצטנס, דאַכט זיך, האָט אויך דער דאָזיקער בכּבֿודיקער פֿאַרלאַג פֿאַרלוירן דעם חשק צו אַזאַ מין ליטעראַטור. אָבער אין משך פֿון די פֿאַרגאַנגענע פֿופֿצן־צוואַנציק יאָר האָט דווקא דער פֿאַרלאַג שטאַרק באַרײַכערט די אַמעריקאַנער ליטעראַטור מיט זײַנע מוסטערהאַפֿטיקע פּובליקאַציעס. נחום־נתניאל זאַלאָוויץ, אַ "פֿאָרווערטס"־מיטאַרבעטער במשך פֿון 50 יאָר, האָט צווישן אַנדערע, געשריבן וועגן אַמעריקאַנער טעלעוויזיע־פּראָגראַמען פֿאַר די לייענער פֿון דער צײַטונג. נ. זאַלאָוויץ איז געבוירן געוואָרן אין ביאַליסטאָק אין 1892 און געשטאָרבן אין 1971. ייִנגלווײַז איז ער געקומען צו דער איסט־סײַד. זײַן זשורנאַליסטישע קאַריערע האָט ער אָנגעהויבן בײַם "מאָרגן־זשורנאַל", אָבער שפּעטער איז ער אַריבער אַרבעטן אויף אַ פֿולער שטעלע אין "פֿאָרווערטס". מיט 60 יאָר צוריק, אינעם יאָר 1947, האָט די אַמעריקאַנער פֿאָרש־אָרגאַניזאַציע "Bell Labs", באַרימט מיט אַ סך גאָר וויכטיקע דערגרייכונגען אינעם געביט פֿון עלעקטראָניק און קאָמפּיוטערײַ, צום ערשטן מאָל דעמאָנסטרירט אַ טראַנזיסטאָר — אַ האַלב-דורכפֿירנדיקער (semiconductive) מכשיר, וואָס דערמעגלעכט צו קאָנטראָלירן דעם עלעקטרישן שטראָם צווישן צוויי עלעקטראָדן דורכן דריטן עלעקטראָד; די טראַנזיסטאָרס האָבן ראַדיקאַל געביטן אונדזער טאָג-טעגלעכן לעבן, און שטעקן אינעם "האַרץ" פֿון דער גאַנצער מאָדערנער עלעקטראָניק, פֿון טעלעוויזאָרן און ראַדיאָס, ביז צעל-טעלעפֿאָנען און קאָמפּיוטערס.
"וואָס אין פֿראַנקרײַך האָט פּאַסירט
דאָס לידל האָט מײַן עלטער־באָבע זיך אויסגעלערנט פֿון אַ קאַטאַרינשטשטיק אין די גאַסן פֿון איר שטעטל; אַ סימן, אַז די נײַעס פֿון דעם טרויעריקן קאַפּיטל פֿון דער דרײַפֿוס־אַפֿערע, מיט איר בולטן אַנטיסעמיטשן כאַראַקטער, האָט דערגרייכט יעדן ווינקל אין דער ייִדישער געזעלשאַפֿט. מיט אַ חודש צוריק האָט ביראָבידזשאַן דורכגעפֿירט אַ ריי פֿײַערונג-אונטערנעמונגען לכּבֿוד דעם 70סטן יוביליי פֿון דער שטאָט. ביראָבידזשאַן, די הויפּטשטאָט פֿון דער ייִדישער אויטאָנאָמער געגנט, וועלכע דער ראַטן-פֿאַרבאַנד האָט געגרינדעט אינעם יאָר 1934, ווערט הײַנט אָפֿט באַטראַכט ווי אַ "ריין-רוסישע שטאָט, וואָס האָט גאָרנישט צו טאָן מיט ייִדישקייט". ס'איז האַלבטאָג. די זון ברענט אויף ניט אויסצוהאַלטן. מענטשן, וואָס וווינען אין לאַנד פֿופֿציק יאָר און מער דערציילן, אַז אַזאַ הייסער זומער געדענקט זיך זיי ניט. און טאַקע, דער פֿרילינג איז נאָך ניט פֿאַרבײַ און אין ירושלים, אין שאָטן, האָט דער טערמאָמעטער באַוויזן +340, און אין דער וווּנדערלעכער קוראָרט־שטאָט אילת — +440. דאָס מאָל האָבן אונדזערע סינאָפּטיקער פֿאַרפֿריִער געוואָרנט, אַז דער וועטער וועט זײַן אַ הייסער, אַ טרוקענער און אַפֿילו דערקלערט, אַז אַזאַ "מכּה" שיקט אונדז ניט אַבי ווער, נאָר די מיטעלע טראָפּאָספֿער, וואָס געפֿינט זיך 5—6 קילאָמעטער העכער פֿון אונדז. פּוילן האָט אַלטע חשבונות מיט רוסלאַנד. אין משך פֿון יאָרהונדערטער האָבן ביידע פֿעלקער זיך געשלאָגן. כאַראַקטעריסטיש, אַז אין דעם איצטיקן, נאָך-סאָוועטישן רוסלאַנד איז די באַפֿרײַונג פֿון מאָסקווע פֿון דער פּוילישער אָקופּאַציע און דער אָנהייב פֿון דער צאַרישער ראָמאַנאָוו-דינאַסטיע געוואָרן אַ נאַציאָנאַלער יום-טובֿ. און דווקא אַ וויכטיקער יום-טובֿ — פֿריִער האָט מען אַרום דער זעלבער צײַט געפֿײַערט די יאָרטעג פֿון דער באָלשעוויסטישער רעוואָלוציע. אין דער אמתן, צווישן די וויכטיקסטע היסטאָרישע דאַטעס, וואָס זענען אָפּגעמערקט געוואָרן במשך פֿון דעם נאָר וואָס פֿאַרגאַנגענעם יאָר, איז געווען די דאַטע פֿון 60 יאָר זינט "יציאת אירופּה תש"ז" — "עקסאָדוס 1947", ווען די שיף “פּרעזידענט וואַרפֿילד", מיט 4,500 מעפּילים — אומלעגאַלע עולים — האָט פֿאַרלאָזט דעם קליינעם פֿראַנצויזישן פּאָרט סעט אויפֿן וועג צו די ברעגן פֿון ארץ־ישׂראל. צוזאַמען מיט זיי איז אויך געווען אַ קליינע צאָל שליחים פֿון דער "הגנה", וועלכע האָבן אָנגעפֿירט מיט דעם העראָיִשן קאַמף קעגן דער שטאַרק־באַוואָפֿנטער בריטישער מאַכט. ס׳איז גוט באַוווּסט, אַז די אינדוסטריעלע רעוואָלוציע האָט פֿון סוף 18סטן יאָרהונדערט, קודם-כּל אַרומגעכאַפּט גרויס-בריטאַניע און שוין שפּעטער זיך פֿאַרשפּרייט אין אַ צאָל אַנדערע לענדער. די פֿראַגע בלײַבט אָבער ניט אין גאַנצן פֿאַרענטפֿערט: פֿאַר וואָס דווקא די בריטישע האָבן זיך אַזוי אויסגעפֿײַנט אין דעם דאָזיקן וויכטיקן פּראָצעס, וואָס האָט אויסגעפֿורעמט די מערבֿדיקע ציוויליזאַציע. אויף דעם פּרוּווט ענטפֿערן דער היסטאָריקער גרעגאָרי קלאַרק אין זײַן בוך A Farewell to Alms, "אַ געזעגענונג מיט נדבֿות". די אַנטוויקלונג פֿון דער ייִדישער שפּראַך און קולטור אין דער ערשטער העלפֿט פֿונעם פֿאַרגאַנגענעם יאָרהונדערט איז געווען פֿעסט פֿאַרבונדן מיט די לינקע באַוועגונגען — בפֿרט מיט דער מעכטיקער ייִדישער סאָציאָל-דעמאָקראַטישער פּאַרטיי, "בונד", ווי אויך מיט די סאָוועטישע און מערבֿדיקע קאָמוניסטן. הגם די בונדיסטן און קאָמוניסטן זענען טאַקע געווען די גרעסטע און מעכטיקסטע ייִדישע פּראָגרעסיווע באַוועגונגען, סוף אויגוסט איז אין אָקספֿאָרד פֿאָרגעקומען די זיבעטע מענדל־פֿרידמאַן־קאָנפֿערענץ פֿון ייִדישע שטודיעס. די דאָזיקע קאָנפֿערענץ־סעריע איז געגרינדעט געוואָרן מיט אַכט יאָר צוריק דורך דעם אַמעריקאַנער פּאָרפֿאָלק דזשעק און נעמי פֿרידמאַן, אין אָנדענק פֿון דזשעקס פֿאָטער. יעדע צוויי יאָר קומען זיך צונויף פֿאָרשער פֿון ייִדישער קולטור פֿון דער גאַנצער וועלט אינעם אָקספֿאָרדער אוניווערסיטעט, כּדי אַרומצורעדן אַ באַשטימטע טעמע. |