- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה האָט אין דער רויטער אַרמיי געקעמפֿט קעגן די דײַטשישע פֿאַשיסטן כּמעט די זעלבע צאָל ייִדן, וואָס אין דער אַרמיי פֿונעם צאַרישן רוסלאַנד בעת דער ערשטער וועלט־מלחמה — צווישן 430 און 450 טויזנט מענטשן. איצט זײַנען צווישן זיי אויך געווען טויזנטער אָפֿיצירן, און ווייניקסטן אַ דרײַ הונדערט גענעראַלן און אַדמיראַלן. פֿון דעסטוועגן, איז די ייִדישע געזעלשאַפֿטלעכקייט — און אַזוי איז אויך געווען אין דער ערשטער וועלט־מלחמה — געווען באַזאָרגט דערמיט, Eli Lederhendler. Jewish Immigrants and American Capitalism, 1880—1920: From Caste to Class. Cambridge University Press, 2009. די ייִדישע אימיגראַציע פֿון מיזרח־אייראָפּע אין די יאָרן 1880—1920 האָט געבראַכט קיין אַמעריקע בערך צוויי מיליאָן מענטשן און פֿאַרלייגט דעם יסוד פֿונעם אַמעריקאַנער ייִדישן קיבוץ. עס איז נאַטירלעך, אַז אַזאַ אויסערגעוויינטלעכער היסטאָרישער פֿענאָמען געפֿינט זיך שוין לאַנגע יאָרן אינעם שפּאַקטיוו פֿון דער היסטאָרישער וויסנשאַפֿט. יעדער נײַער דור און יעדע אַלטע און נײַע אידעאָלאָגישע שיטה קומט אַרויס מיט אַן אייגענער אויסטײַטשונג פֿון דער דאָזיקער געשיכטע, וואָס שפּיגלט אָפּ זייער באַציִונג צו דעם עבֿר און צו דעם הײַנט. רפֿאל אַבראַמאָוויטש (1880—1963) האָט, אין דער אמתן, געטראָגן אַן אַנדער נאָמען, רפֿאל ריין. די משפּחה פֿון דעם וואַלד-סוחר אַבֿרהם ריין, זײַן פֿאָטער, האָט מיט 130 יאָר צוריק געוווינט אין דער שטאָט, וועלכע מע האָט דעמאָלט גערופֿן דינאַבורג. אין 1893 וועט זי באַקומען אַ רוסישן נאָמען — דווינסק, און זינט 1920 טראָגט די שטאָט איר לעטלענדישן נאָמען — דאַוגאַוופּילס. אַבראַמאָוויטש (מיר וועלן אים רופֿן לויט זײַן פּאַרטיייִשן נאָמען) האָט באַקומען סײַ אַ טראַדיציאָנעל-ייִדישע און סײַ אַן אַלגעמיין-רוסישע בילדונג. ווער עס האָט זיך אין די לעצטע פּאָר צענדליק יאָר פֿאַראינטערעסירט מיטן אַמאָל אָדער מיטן הײַנט פֿון ייִדישן לעבן און ייִדישער קולטור אין ליטע, האָט נישט געקענט פֿאַרבײַגיין אומבאַמערקט די געשטאַלט פֿון עספֿיר בראַמסאָן–אַלפּערניענע, די איצט שוין צוריקגעצויגענע ביבליאָגראַפֿין און פֿאַרצייכענערין פֿון ייִדישע ביכער און פּעריאָדיק אין דער ליטווישער מלוכישער ביבליאָטעק. פֿירע, ווי עס רופֿן זי היימיש אירע פֿרײַנד, האָט געשפּילט אַן ערשטראַנגיקע ראָלע אין דער רעטונג פֿון ייִדישע פּובליקאַציעס און דאָקומענטן, אַרײַנגערעכנט אַ היפּשן טייל פֿון די ייִוואָ–אוצרות, קעשענעוו איז טרויעריק באַרימט געוואָרן אין דער וועלט צוליב דער דאַטע אַפּריל 4, 1903, ווען הונדערטער צעיושעוועטע פּאָגראָמשטשיקעס האָבן זיך אַרויפֿגעוואָרפֿן אויף די גאַסן און געסלעך, ס׳רובֿ באַזעצט מיט ייִדן, און זיי צעשטערט און צעראַבעוועט. איבער 40 ייִדן זײַנען דעמאָלט אומגעקומען, הונדערטער — פֿאַרוווּנדעט, געלאָזט אויף הפֿקר פֿון דער רעגירנדיקער צאַרישער מאַכט. אָפּצומערקן דעם טאָג האָבן זיך צונויפֿגענומען אויפֿן בית־עולם, וווּ עס זײַנען באַגראָבן די קרבנות — סײַ פֿון דעם פּאָגראָם און סײַ פֿונעם פּאָגראָם אין 1905 — די פֿאָרשטייער פֿון דער קעשענעווער קהילה. מיר האָבן פֿאַרענדיקט דעם ערשטן טייל פֿון דער סעריע, באַטאָנענדיק, אַז מיר קאָנצענטרירן זיך אויף די גרויסע ייִדישע שטעט, ווײַל מיר האָבן אויטענטישע דאָקומענטן ווי אויך געשריבענע גבֿית־עדות, הגם דער זעלבער גורל איז באַפֿאַלן אומצאָליקע ייִדישע שטעטלעך און ייִשובֿים. אין צענטער פֿון די גרויזאַמקייטן שטייען פֿאַר אונדזערע אויגן די האַרצרײַסנדיקע סצענעס פֿון דער פֿאַרניכטונג פֿון ייִדישע קינדער. (אַן אויסצוג פֿון אַ גרעסערן אַרטיקל "דערמאָנונגען וועגן דעם גיהנום") אין די 1960ער יאָרן האָט מען אין מאָסקווע געהאַלטן, אַז פּוילן איז דער פֿריילעכסטער באַראַק אינעם סאָציאַליסטישן לאַגער. פֿאַר אַ סאָוועטישן בירגער, דערצו נאָך, אַ יונגן מענטש, האָט וואַרשע זיך געמאָלט ווי אַן אויסלענדישער גן־עדן. שפּעטער בין איך געווען אין בערלין, פּאַריז, ניו־יאָרק. נאָר אַלץ האָט אויסגעזען ווי אַ שאָטן, אין פֿאַרגלײַך מיט יענע זעלטענע געפֿילן, איבערגעלעבט אין וואַרשע; אַזוי גיריק אײַנזאַפּן אַ פֿרעמדן לעבנס־שטייגער, קולטור, שפּראַך איז מיר מער קיין מאָל נישט אויסגעקומען.
"על־אלה אני בוכיה עיני, עיני ירדה מים —
מײַן לעצטער אַרטיקל "ייִדישע געדענקטעג", ("פֿאָרווערטס", פֿעברואַר 19—25), קאָן באַטראַכט ווערן ווי אַן אַרײַנפֿיר צו די געדענקטעג וואָס הייבן זיך אָן די ערשטע סדר־נאַכט — דער טראַגיש־העראָיִשער אויפֿשטאַנד אין וואַרשעווער געטאָ און כ״ז ניסן — דער יום־השואה. איר ווייסט, וואָס איז דער אונטערשייד צווישן אַ מענטש און אַ שטאָט? דער מענטש שטרעבט וואָס לענגער צו בלײַבן יונג, און אַ שטאָט איז גרויס מיט איר עלטער, אַלטקייט. פֿאַר וואָס? ווײַל דער אויסדויער פֿון צײַט איז ווי אַ גאַראַנטיע פֿון דעם, אַז די שטאָט איז היסטאָריש און קולטורעל רײַך. אַלטע שטעט זײַנען ענלעך צו אַלטע ספֿרים, וואָס מע קען זיי לייענען אָן אַ שיעור. איינע פֿון אַזעלכע שטעט איז אויך טשערנאָוויץ — אַ לעבעדיקער אייראָפּעיִשער קרייצוועג אויף דער שוועל פֿון די קאַרפּאַטן־בערג און אויפֿן ברעג פֿונעם טײַך פּרוט. טשערנאָוויץ איז שטענדיק געווען אַ שטאָט, וווּ עס האָבן געלעבט אַ סך פֿעלקער. אַ סך מענטשן, אַרײַנגערעכנט געבילדעטע ייִדן פֿון אַ גאַנץ יאָר, ווערן פֿאַרחידושט, ווען זיי דערוויסן זיך וועגן דער אוניקאַלער אַרכיטעקטור־ און מאָלערײַ־טראַדיציע פֿון הילצערנע שילן, וועלכע איז אַמאָל אָנגענומען געוואָרן אין גאַנץ ליטע און פּוילן, ווי אויך אין אַ טייל אַנדערע ראַיאָנען פֿון מיזרח־אייראָפּע. פֿאַר אַ הײַנטיקן ייִד האָבן די אַלטע מיזרח־אייראָפּעיִשע בתּי־תּפֿילות אַ כּמו־מיזרחדיקן טעם, ווי זיי וואָלטן געשטאַנען נישט אין די ליטווישע שטעטלעך, נאָר ערגעץ אין כינע אָדער טיבעט. במשך פֿון די לעצטע צוויי יאָר האָט מען לכּבֿוד דעם 100סטן יוביליי פֿון דער טשערנאָוויצער ייִדישער שפּראַך־קאָנפֿערענץ אַרומגערעדט, דורך לעקציעס, ביכער און פֿילם, דעם כאַראַקטער פֿון דער שטאָט טשערנאָוויץ צווישן די צוויי וועלט־מלחמות. אָבער וועגן איין אַספּעקט הערט מען כּמעט גאָרנישט: דאָס לעבן פֿון די פֿרומע ייִדן אין טשערנאָוויץ. ס׳איז טאַקע אַ שאָד, ווײַל אין יענער תּקופֿה האָבן אין דער שטאָט זיך געפֿונען נישט ווייניקער ווי פֿינף חסידישע רביס, האָט איבערגעגעבן הרבֿ מאיר מאָסקאָוויץ, ער, כאַצקל, איז געווען איינער פֿון דער אַמאָליקער קאָהאָרטע ליטוואַקעס, געבוירענע אַרום אָנהייב 1920ער יאָרן, וואָס האָבן געהאַט דאָס גליק אויסצולעבן זייער קינדהייט אין דער ייִדישער ווילנע, זיך צו לערנען אין ייִדיש־וועלטלעכע שולן און דערשפּירן די איבערגעגעבנקייט פֿון די לערער צו זייער פֿאַך (ניין, צו זייער זעלטענער שליחות!) — דערציִען ווערדיקע מענטשן. יעדערער פֿון אונדז, די אַמאָליקע שילער זייערע, וואָס זײַנען געבליבן לעבן נאָכן חורבן און זיך צעשאָטן איבער גאָר דער וועלט, זוכן איינע די אַנדערע און זײַנען גליקלעך, ווען זיי דערזעען נאָך אַ באַקאַנט פּנים. די גרויסע וועלט איז אַ דאַנק עראָפּלאַנען, טעלעפֿאָנען, קאָמפּיוטערס געוואָרן אַ קליין און צוטריטלעך. |