- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
ווי באַקאַנט, האָבן די גלײַכע רעכט פֿאַר אַלע בירגער, וואָס די פֿראַנצויזישע רעוואָלוציע פֿון 1789 האָט די ייִדן דערלאַנגט, דערהויבן די אַחינו־בני־ישׂראל עקאָנאָמיש און סאָציאַל. דאָס ייִדישע יונגוואַרג האָט גענומען שטודירן אין די אוניווערסיטעטן; גענומען אַרבעטן אין דער אַדמיניסטראַציע, זאָגן אַ וואָרט אין האַנדל, אינדוסטריע און פֿינאַנצן; די ייִדישע נעמען האָבן אָנגעהויבן קלינגען אין דער פּאָליטיק און עקאָנאָמיע פֿון פֿראַנקרײַך. די צאָל ייִדישע עשירים, מחוץ די רײַכע שפּאַניש־פּאָרטוגעזישע ייִדן, האָט זיך באַטײַטיק פֿאַרגרעסערט. ווי דער שטייגער איז, אַן אויפֿגעקומענער, ווען ער קריגט אַרײַן אַ מטבע אין דער האַנט אַרײַן, וויל ער שוין די וועלט זאָל דאָס באַמערקן. טוט מען קאָפּירן דעם אײַנגעזעסענעם עושר. מען בויט אַ רײַכע היים מיט לוקסוס־מעבל, מען באַהענגט די ווענט מיט בילדער, וואָס נישט שטענדיק טוט מען זיי פֿאַרשטיין; מען שטעלט אײַן אַ ביבליאָטעק מיט ביכער, וועלכע מען וועט זעלטן זיי לייענען; מען פֿירט אײַן בײַ זיך אַ סאַלאָן און מען נעמט אויף מענטשן מיט אַ "קלינגענדיקן" נאָמען; קורץ — מען פֿירט אַ לעבן ווי די אַלע אַלטע עשירים, די אַריסטאָקראַטן. די מעשׂה איז נאָר, וואָס, בדרך־כּלל, פֿעלט דעם אויפֿגעקומענעם אַ ביסל קולטור, אַ קאַפּיטשקע עסטעטישן געשמאַק. אין "פֿאָרווערטס" האָט לאַנגע יאָרן געאַרבעט מענדל אָשעראָוויטש, איינער פֿון די בעסטע מחברים אין דער געשיכטע פֿון דער צײַטונג. האָט ער אין יולי 1938 געשריבן וועגן מאַקס פּײַן, אַ וויכטיקן טוער פֿון אַמעריקאַנער ייִדישער אַרבעטער-באַוועגונג, און אויך אַ מיטאַרבעטער פֿון "פֿאָרווערטס" אין פֿאַרשיידענע יאָרן. פּײַן איז אין יאָר 1920 געפֿאָרן קיין רוסלאַנד מיט אַ שליחות פֿון "דזשוינט" און פֿאַרלייגט דעם יסוד פֿאַר דער הילף-אַרבעט אין יענע מקומות. ווען ער איז צוריק געקומען קיין ניו-יאָרק, האָט מען בײַ אים געפֿרעגט וועגן דעם מצבֿ אין רוסלאַנד און זײַן מיינונג וועגן דעם סאָוועטישן רעזשים. פּײַן איז געווען אַ מענטש מיט הומאָר און האָט זײַנע אײַנדרוקן באַשריבן דורך אַזאַ מעשׂה: אַ ייִדענע, וואָס איז געווען מיאוס ווי דער טויט, איז אַ מאָל געקומען צום רבין ער זאָל איר צוּווינטשען, אַז איר מאַן, וואָס איז פֿון איר אַנטלאָפֿן, זאָל קומען צוריק. וואָס שייך דער צאָל פֿון אירע רעדנערס, איז אַראַביש איינע פֿון די שטאַרקסטע און פֿאַרזיכערטסטע לשונות אויף דער וועלט. אַפֿילו ווען מען זאָל רעכענען בלויז די פֿאַר וועמען אַראַביש איז זייער מוטערשפּראַך, באַטרעפֿן זיי הונדערטער מיליאָנען מענטשן און ווען מען גיט נאָך צו אויך די אַלע פֿאַר וועמען אַראַביש איז "בלויז" אַ לשון פֿון רעליגיעזע הצטרכותן, ווערט די צאָל אַראַביש־"באַנוצערס" אַן ערך צוויי מאָל אַזוי פֿיל, אויב ניט נאָך מער! הכּלל, מיר האָבן דאָ צו טאָן מיט אַ גרויס און שטאַרק לשון. ווען אַ צווייטע פֿידל וויל דווקא שפּילן די ראָלע פֿון אַ קאָנצערט־מײַסטער, דעמאָלט זעט איר ווי עס דונערט און עס בליצט אין דער כאַטע. און אַזוי ווי אַמעריקע צוזאַמען מיט דער וועלט, ריכטן אָפּ דעם זיבעציקסטן געבוירן־יאָר פֿון איין "ביטל" — אַן אָנגעזעענער מיטגליד פֿון אַ קאַפּעליע־זינגער, וואָס האָבן זיך אַראָפּגעלאָזט אַהער צו אונדזערע ברעגעס פֿון ענגלאַנד, ווי די היישעריקן, און פֿאַרכאַפּט אַמעריקע מיט זייער געזאַנג, מיט זייערע באַגאַבטע לידער־טעקסטן, מוזיק און העוויות, פּונקט צוגעפּאַסט צו דער שטימונג פֿון די זעכציקער יאָרן. האָט מען זיך אָנגעכאַפּט אין דער "ביטלעמאַניע," ווי צו הייסע לאָקשן, און מ׳לאָזט זיי נישט רוען ביזן הײַנטיקן טאָג. מיר ווייסן אויך, אַז ס׳האָבן זיך דעמאָלט געפֿונען אַ חבֿרה "באַבי־סאַקטערס." דערמיט קען מען באַצייכענען יונגע מיידלעך און ייִנגלעך, אָנגעזאַפּט מיטן עקסטאַז פֿון זייערע פֿלאַמיקע האָרמאָנען און ענערגיע, האָבן זיי באַלאַגערט די "ביטלס" ווי פֿליגן אויף פֿליגן־פּאַפּיר, וואָס הענגט אַראָפּ פֿון דער סטעליע, מיט געוואַלדן און געשרייען, מיט פֿאַלן אין חלשות און אויסרײַסן זיך די גאָרגלען; דער עיקר — צוצוקומען וואָס נעענטער צו די אימפּאָרטירטע זינגער. דער אמת איז, אַז זיי קומען פֿון קליינינקע שטעטלעך אין ענגלאַנד און האָבן נישט געוווּסט לגמרי מיט וואָס מ׳עסט עס. אין עטלעכע וואָכן אַרום, דעם 3טן מאַרץ, וועט ווערן 150 יאָר זינט דער באַפֿרײַונג פֿון רוסישע — ביז אַהער לײַב-אייגענע — פּויערים. אין דער אמתן, האָט מען די פֿאַרשקלאַפֿונג אָפּגעשאַפֿן נאָך פֿריִער אין אַ צאָל מערבֿדיקע געגנטן פֿון דער אימפּעריע. אָבער ס’רובֿ פּויערים זײַנען געוואָרן פֿרײַ נאָר אין 1861, ווען דער אימפּעראַטאָר, אַלעקסאַנדער דער צווייטער, האָט אונטערגעשריבן דעם מאַניפֿעסט. דאָס הייסט ניט, אַז אַלעמען האָט עס גלײַך געבראַכט מזל. אייניקע זײַנען געוואָרן פֿרײַ, אָבער קיין ערד ניט באַקומען. אַנדערע האָבן באַקומען זייער ווייניק ערד. אָבער עפּעס אַ חלק פֿון די פּויערים האָבן זיך פֿריִער אָדער שפּעטער אַרויפֿגעאַרבעט אין די דערפֿער, וווּ זיי האָבן געוווינט אָדער אין די שטעט וווּהין זיי האָבן מיגרירט. די מיגראַנטן האָבן ניט געמאַכט גרינגער דאָס לעבן פֿאַר דער ייִדישער באַפֿעלקערונג, ווײַל פֿון דערפֿער אין שטעט זײַנען געקומען קאָנקורענטן. זיי, די געוועזענע לײַב-אייגענע פּויערים, האָבן געעפֿנט נײַע געשעפֿטן, אַנדערע האָבן זיך באַשעפֿטיקט מיט מלאכה. גאָר ניט אַלע ייִדן זײַנען געווען פֿעיִק צו געווינען אין דעם דאָזיקן פֿאַרמעסט. אָבער דאָס הייסט ניט, אַז די באַפֿרײַונג פֿון פּויערים און די אַלגעמיינע אַנטוויקלונג פֿון דער געזעלשאַפֿט האָט געבראַכט נאָר צרות פֿאַר ייִדן. דעם 3טן יאַנואַר איז אַוועק אין דער אייביקייט אליהו (עלקע) יאָנעס, איינער פֿון די פֿאַרדינסטפֿולע פּערזענלעכקייטן פֿון דער אַלגעמיינער און ייִדישער קולטור. אליהו יאָנעס איז געבוירן געוואָרן אין ווילנע און ווי אַ קינד איז ער פֿאַריתומט געוואָרן פֿון זײַן מוטער. ער איז אויפֿגעוואַקסן בײַ אָרעמע קרובֿים און צווישן די ווילנער "גאַסן־ייִנגלעך". אַ דאַנק זײַנע פֿעיִקייטן איז ער, מיט דער צײַט, געוואָרן זייער לערער און האָט פֿאַרפֿאַסט זייערע איבערלעבונגען, לידער און דערציילונגען. בעת אַ קאָנפֿערענץ פֿון פּעדאַגאָגן אין וואַרשע אין יאָר 1936 האָט אליהו יאָנעס געהאַלטן אַן אײַנדרוקספֿולן רעפֿעראַט וועגן דער דערציִונג פֿון די גאַסן־קינדער און איז פֿאַרבעטן געוואָרן אין "ייִוואָ", וווּ ער האָט געהאַט די מעגלעכקיייט צו לערנען און דערגאַנצן זײַן בילדונג. דינסטיק, דעם 25סטן יאַנואַר, אין די ראַמען פֿון דעם "אינטערנאַציאָנאַלן חורבן־טאָג", האָט מען הײַיאָר אויך אָפּגעמערקט דעם היסטאָרישן אײַכמאַן־פּראָצעס, וואָס איז פֿאָרגעקומען מיט 50 יאָר צוריק אין ירושלים. די עלטערע אײַנוווינער פֿון ירושלים גופֿא, ווי אויך פֿון גאַנצן לאַנד, וועלכע זענען דאַן פּערזענלעך אָנוועזנד געווען אין דעם געריכט־זאַל בעת דעם מישפּט, געדענקען נאָך זייער גוט יענע טעג, ווען זיי איז געלונגען אַרײַנצוקומען אין דעם ניט גאָר גרויסן זאַל, כּדי צו הערן די האַרצרײַסנדיקע שילדערונגען פֿון די עדות: פֿון דעם אומפֿאַרגעסלעכן דיכטער, אַבֿרהם סוצקעווער ז״ל, פֿון אַבא קאָוונער ז״ל, און פֿון די צענדליקער אַנדערע לעבן־געבליבענע, על־פּי נס געראַטעוועטע פֿון טויט, צו הערן דעם באַשולדיקונגס־אַקט פֿון דעם פּראָקוראָר גדעון האַוזנער, ווען ער האָט אויסגערופֿן, אַז ער "רעדט אין נאָמען פֿון די 6,000,000 אומגעבראַכטע, דערמאָרדעטע קדושים; פֿון פֿרויען, מענער, קינדער און אַלטע לײַט". פֿאַראַן אין ירושלים און תּל־אָבֿיבֿ גאַסן, וואָס טראָגן דעם נאָמען "קרעמיע". דעם כּבֿוד האָט דער ייִד, דער "שׂר־הגדול ליהודים", ווי ייִדן האָבן אים באַקרוינט, כּשר פֿאַרדינט: אַ לעבן לאַנג האָט ער פֿאַרטיידיקט דעם ייִדישן כּבֿוד אין פֿראַנקרײַך און מחוץ פֿראַנקרײַך. קרעמיע איז אויך געווען אַ גרויסער מלוכה־מאַן — ער האָט אומדערמידלעך געאַרבעט פֿאַר אַ ליבעראַל פֿראַנקרײַך. הקיצור, צו די 130 יאָר פֿון זײַן טויט איז כּדאַי וועגן אים צו זאָגן אַ פּאָר ווערטער. לאָמיר גיין מיט אַ סדר און אָנווײַזן אייניקע וויכטיקע מעשׂים פֿון דעם גרויסן ייִדישן מענטש. בײַ נאַכט, פֿון 26סטן אויפֿן 27סטן יאַנואַר 1945 האָט דאָס סאָוועטישע מיליטער באַפֿרײַט דעם נאַצישן קאָנצענטראַציע־לאַגער אין אוישוויץ — אַן אָרט אין דער וועלט, וווּ במשך פֿון קנאַפּע 6 יאָר זײַנען אומגעבראַכט געוואָרן 1 מיליאָן 100 טויזנט ייִדן, 140 טויזנט פּאָליאַקן, 22 טויזנט ציגײַנער, 12 טויזנט רוסן, 25 טויזנט מענטשן פֿון אַנדערע נאַציאָנאַליטעטן. מײַן נומער איז B־8259, איך בין געבראַכט געוואָרן קיין אוישוויץ פֿון לאָדזש, ריכטיקער, פֿון דער לאָדזשער געטאָ אין דער פֿרי דעם 30סטן אויגוסט 1944... עס דערציילט דער געוועזענער קאַצעטלער מיכאל טשעטשינסקי, געברוין אין 1924. דאָס מאָל קלײַב איך זיך פֿאַרפֿירן אַ געשפּרעך וועגן ייִדן — ווײַסרוסישע פּאַרטיזאַנער בעת דער "גרויסער פֿאָטערלענדישער מלחמה" (1941—1945), ווי מ׳האָט עס גערופֿן אין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד. אַ טעמע וואָס וועט לאַנג נאָך ניט פֿאַרלירן איר אַקטועלקייט. מיט נחת־רוח פֿון אַזאַ אַרבעט שמעקט ניט, ווײַל אַ רייד וועט אויך גיין וועגן באַוווּסטזיניקער רכילות־שרײַבערײַ. וועל איך זיך דערלויבן אַ ביסעלע פֿאַרציִען דאָס צוטרעטן צום עיקר. שוין אַ לענגערע צײַט ווי איך פֿאַרנעם זיך מיט אַלטע בריוו. דאָס מאָל ניט פֿון פּענקאָלעגעס. אייניקע פֿון זיי זײַנען אָנגעשריבן נאָך מיט 65 יאָר צוריק און מער, אָבער די אַלטמאָדישע פּען און טינט האָבן זייערס אויסגעהאַלטן און זיך ניט אונטערגעגעבן דער צײַט. אין דער אַרבעט האָב איך זיך אַזוי אַרײַנגעטאָן, אַז מיט אומגעדולד קוק איך אַרויס, אַז דער אָוונט זאָל וואָס גיכער אַראָפּ אויף דער ישׂראל־ערד, די היץ זאָל פֿאַלן, און זיך זעצן צום טיש. דער חורבן פֿון דעם אַשכּנזישן ייִדנטום אין אייראָפּע איז און וועט פֿאַרבלײַבן לדור־דורות אַ יחיד־במינודיקייט אין דער וועלט־געשיכטע. נישט געקוקט דערויף וואָס די אַכזריותדיקע מערדערײַען זײַנען געוואָרן אַ טאָג־טעגלעכע דערשײַנונג און ווערן זייער אָפֿט באַצייכנט מיטן נאָמען "האָלאָקאָסט", אײַנגעשלאָסן יחידים און קרײַזן וואָס פֿאַרלייקענען דעם חורבן בכלל — איז עס אָבער אַ פֿאַקט, אַז דער חורבן שטייט נאָך אַלץ אויפֿן סדר־היום, אויף דעם געוויסן פֿון דער וועלט. די צאָל ביכער, מעמואַרן און דראַמאַטישע אויפֿפֿירונגען זאָגן עדות, אַז דווקא דער נאָך־מלחמהדיקער דור זוכט ענטפֿערס אויף די ביז איצט נישט־געשטעלטע פֿראַגעס, און האָט דעם מוט אויסצופֿאָרשן די מעשׂי־אָבֿות בשעת דער מלחמה. יעדער ייִד, וועלכער איז באַקאַנט מיט די נעמען פֿון גרויסע רבנים און רביים, האָט זיכער געהערט פֿונעם באַרדיטשעווער רבין, דעם בריסקער רבֿ, דעם מעזשריטשער מגיד און דעם ווילנער גאָון, הגם נישט יעדער ווייסט, וווּ די דאָזיקע שטעטלעך געפֿינען זיך פּינקטלעך. בײַ אייניקע פֿעלקער — למשל, בײַ די אירלענדער — זענען פֿאַראַן לידער וועגן כּמעט אַלע זייערע שטעטלעך. די אייניקלעך פֿון די אירלענדישע אימיגראַנטן, וואָס וווינען שוין צוויי־דרײַ דורות אין אַמעריקע, זינגען נאָך אַלץ אַזעלכע לידער ווי "ספּענסיל־היל" אָדער "די פֿעלדער פֿון אַטענרײַ", הגם בלויז אַ טייל פֿון זיי קאָנען אָנווײַזן די דאָזיקע ערטער אויף דער מאַפּע פֿון אירלאַנד. |