- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
די שארית־הפּליטה האָט מיט זיך פֿאָרגעשטעלט אַן אייגנאַרטיקע געמיינשאַפֿט: גאָר ווייניק עלטערע מענטשן און כּמעט אָן קינדער. די וואָס האָבן בײַם אויסבראָך פֿון דער מלחמה דערגרייכט דעם עלטער פֿון יוגנטלעכע אָדער דערוואַקסנשאַפֿט, האָבן געהאַט אַלגעמיינע און אַקאַדעמישע בילדונג, ווי אויך פֿאַכמענישע קענטענישן און לעבנס־דערפֿאַרונג. איך בין אָנגעקומען קיין ניו־יאָרק דעם דריטן סעפּטעמבער 1949 צוזאַמען מיט מײַן פֿרוי סאָניע. אין עלטער פֿון 27 יאָר האָב איך געהאַט די זכיה צו שטודירן פֿאַר דער מלחמה אין אַ העברעיִשער גימנאַזיע ווי אויך אין חדר און בית־המדרש. נאָך דער באַפֿרײַונג האָב איך שטודירט געשיכטע און פֿילאָסאָפֿיע אויף דעם אוניווערסיטעט פֿון אינסברוק אין עסטרײַך. מײַן קענטעניש פֿון ייִדיש, העברעיִש, פּויליש און דײַטש האָט בלי־ספֿק געהאַט אַ השפּעה אויף מײַן לעבנסגאַנג. אַ שאַרפֿער זאָג: "צו להכעיס גאָט", אָבער אַזוי האָבן זיך די ייִדן אויסגעדריקט נאָך דער מלחמה אין די־פּי־לאַגערן אין דײַטשלאַנד. "צו להכעיס גאָט" וועלן מיר אויפֿשטיין תּחית־המתים, און צו להכעיס דער גאַנצער וועלט זײַנען מיר דאָ. און נישט נאָר דאָ, נאָר מיר זײַנען דאָ מיט פֿרישן לעבן, מיט פֿרישע כּוחות צו בויען, אויפֿצושטעלן משפּחות, ברענגען נײַע דורות ייִדן אויף דער וועלט, אײַנפֿונדעווען אַ שעפֿעריש און קולטורעל לעבן, מיט צײַטונגען און ביכער־פֿאַרלאַגן, מיט קאָנצערטן, לעקציעס און רעפֿעראַטן, מיט נײַע אידעאַלן; צו להכעיס גאָט. וואָס איז מיר פּלוצעם אײַנגעפֿאַלן צו שרײַבן וועגן די די־פּי־לאַגערן אין דײַטשלאַנד, וווּ די ייִדישע פּליטים, געראַטעוועטע פֿון די געטאָס און גאַזקאַמערן, פֿון די באַהעלטענישן און סטאַלינס שקלאַפֿן־לאַגערן? איז אַזוי די מעשׂה. ערשטנס, דאָס וואָס אַן ערך אַ פֿערטל מיליאָן פֿון דער שארית־הפּליטה זײַנען אָפּגעזעסן אויף דער אַמעריקאַנער זאָנע אין דײַטשלאַנד פֿון 1946 ביז אַן ערך 1950 אין צענדליקער לאַגערן. איז ווען עס איז געקומען צום רעכטן גערעכטן, האָט מען געמאַכט אַ שווײַג. נישט נאָר האָט מען נישט אָנערקענט דעם גרויסן אויפֿטו פֿון די פּליטים, די געראַטעוועטע, וואָס האָבן אַפֿילו אַרויסגעגעבן דעם תּלמוד מיט דער הילף פֿון דער אַמעריקאַנער אַרמיי (איינער פֿון די עקזעמפּלאַרן געפֿינט זיך טאַקע אין ייִוואָ). ווי קען מען זיך פֿאָרשטעלן אַז די זעלבע רעשטלעך פֿון אַן אומגעבראַכט פֿאָלק זאָלן זײַן בכּוח צו פּובליקירן אַ צעבליטע פּרעסע פֿון אַ טוץ ייִדישע צײַטונגען, ביכער, יזכּור־ביכער, ווי מ׳וואָלט ממש אַרײַנגעאָטעמט אין דעם רעשטל ייִדן אַ נײַע נשמה, אַ נשמה־יתירה. קיינער האָט אַפֿילו נישט געגעבן קיין פּיפּס וועגן דעם גרויסן אויפֿטו פֿון אַן אייביק פֿאָלק. אינעם צווייטן "ספֿר־חשמונאָים" ווערט דערציילט, אַז 8 טויזנט בבֿלישע ייִדן האָבן אַ מאָל געהאָלפֿן 4 טויזנט גריכן צו באַזיגן די גאַלאַטן; די גריכן האָבן נישט געוווּסט וואָס צו טאָן, אָבער די ייִדן האָבן זיך פֿאַרלאָזט אויף דעם אייבערשטן און צעשטערט די ריזיקע גאַלאַטישע אַרמיי פֿון 120 טויזנט סאָלדאַטן. דער ערשטער און דער צווייטער "ספֿר־חשמונאָים" אָדער "ספֿר־המכּבים" זענען גריכישע ווערסיעס פֿון אוראַלטע אַפּאָקריפֿן, וועלכע דערציילן וועגן דער מלחמה פֿון די חשמונאָים קעגן דער גריכיש־סירישער אימפּעריע. ווי מע זעט פֿון געוויסע אידיאָמאַטישע אויסדרוקן, איז דער ערשטער טעקסט אָנגעשריבן געוואָרן בײַם אָנהייב אויף לשון־קודש, אָבער פֿאַרהיט געוואָרן בלויז אין דער גריכישער איבערזעצונג. דער צווייטער טעקסט, וואָס אַנטהאַלט מער פּרטים וועגן דעם חשמונאָיִשן אויפֿשטאַנד, איז מסתּמא אַן אָריגינעל גריכיש ווערק, אַ פֿראַגמענט פֿון אַ פֿינף־בענדיקער סעריע היסטאָרישע ביכער, וואָס זייער מחבר, מיטן נאָמען יאַסאָן, איז געווען אַ העלעניסטישער ייִד און האָט געלעבט אין דער גריכישער קאָלאָניע קיריני, אויפֿן שטח פֿונעם הײַנטיקן לבֿנון, מיט איבער 2100 יאָר צוריק. אין מײַן לעצטן "בריוו פֿון ירושלים" האָב איך באַשריבן די מחלוקתן צווישן ישׂראל־אַרכעאָלאָגן בשײַכות דער אַנטדעקונג פֿון צוויי זילבערנע מטבעות בעת די אויסגראָבונגען אונטער אַן אַלטער מיקווה בײַם כּותל־המערבֿי. זייער גלויבן, אַז די דאָזיקע אַנטדעקונג פֿון די מטבעות באַווײַזט, אַז דער קעניג הורדוס איז ניט געווען דער, וועלכער האָט אויסגעענדיקט דאָס בויען פֿון דעם צווייטן בית־המיקדש, ווי היסטאָריקער האָבן געהאַלטן ביז איצט. אַזוי ווי מיר פֿײַערן אין די איצטיקע טעג דעם יום־טובֿ חנוכּה, איז כּדאַי איך זאָל דערציילן פֿאַר אונדזערע לייענער, אַז אָט דער זעלבער קעניג הורדוס, וועלכע איז געווען אַ האַלבער ייִד, האָט געהאַט אַ נאָענטע שײַכות מיט דער חשמונאָים־משפּחה. הורדוס איז געווען באַקאַנט ווי דער "קעניג פֿון יהודה". ער האָט געקעניגט אין די יאָרן 37—7 פֿאַר דער קריסטלעכער צײַט־רעכענונג, אין דער רוימישער אימפּעריע. דער רוימישער אימפּעראַטאָר אַנטאָניוס האָט אים באַשטימט צו זײַן קעניג פֿון יהודה, ווײַל ער האָט אים געטרײַ און איבערגעגעבן געדינט אין פֿאַרשיידענע קאַפּאַציטעטן. בעת זײַן קעניגרײַך האָט דער קעניג הורדוס אויסגעברייטערט די גרענעצן פֿון יהודה, אײַנשליסנדיק גאַנץ גליל, די בערג פֿון חרמון און אַנדערע שטחים פֿון לאַנד. הורדוס איז געווען איינער פֿון די פֿעיִקסטע, דערפֿאָלגרײַכסטע צווישן די פֿאַרשיידענע קעניגן, וועלכע האָבן דאַן געקעניגט אין דער אימפּעריע פֿון רוים. געזאָגט: — איך וועל ניט שטאַרבן, — צווישן קיריל־אַלפֿאַבעט, צווישן לאָנקעס פֿרעמדע ניט ליגן, אַ דורכגעזאַפּטער מיט ריחות פֿון שאָף, פֿון ברינדזע מיט מאַמעליגע, און קינדערשפּילן צווישן בלאָטיקע פֿאַרבן...1) די סטראָפֿע פֿון דעם ליד "שושלת", ("דינאַסטיע"), וואָס ס’האָט אָנגעשריבן אויף עבֿרית אַ ישׂראלדיקער פּאָעט, אַ געבוירענער אין 1943 אין דער פֿראַנצויזישער טולוז. ער איז אויסגעוואַקסן און דערצויגן געוואָרן אין ישׂראל, וווינט ניט ווײַט פֿון מיר — אין חולון, און הייסן הייסט ער יוסי. זײַן פֿאַמיליע איז... אין דער ביבליאָטעק פֿונעם ירושלימער העברעיִשן אוניווערסיטעט, וווּ איך האָב געאַרבעט, האָט מען געוווּסט, אַז כ’זאַמל מאַטעריאַלן וועגן באַוווּסטע, און אין בעסאַראַביע געבוירענע, ייִדן. אָשר, דער פֿאַרוואַלטער פֿון דעם אָפּטייל, וווּ מע גיט אַרויס ביכער פֿאַר די לייענער, האָט מיך אין אַ געוויסן טאָג געפֿרעגט, צי איך ווייס וועגן דעם פּאָעט יעקבֿ פֿיכמאַן, וואָס שטאַמט פֿון בעסאַראַביע? — געוויס, אַז איך ווייס! — זאָג איך אים. — ניין, ניט דער העברעיִשער דיכטער פֿון בעלץ, נאָר אַן אַרגענטינער, וואָס האָט געשריבן אין שפּאַניש און אַ פּאָר גוטע צענדליק יאָרן געהיילט זיך אין אַ משוגעים־הויז. — נו אויב אַזוי — ענטפֿער איך — איז ער זיכער פֿון אוריִעוו (אוריִעווע, אָרכיי). אָשר מאַכט גרויסע אויגן: — פֿון וואַנען ווייסטו? — דאָ האָב איך זיך שוין צעלאַכט און דערציילט דעם באַוווּסטן אין אונדזערע מקומות וויץ: ס’טרעפֿן זיך צוויי בעסאַראַבער ייִדן און איינער פֿרעגט דעם אַנדערן: איר זענט אַן אוריִעווער? ענטפֿערט אים דער צווייטער ייִד: "איר זענט אַליין אַ משוגענער". מיך הערט ניט אויף צו חידושן, ווי דער עולם אין אַמעריקע ציטערט ממש, מע זאָל זיי, חלילה, ניט אַרײַנשלעפּן אין סאָציאַליזם. מע שטאַרבט פֿריִער ווי אין אַנדערע אַנטוויקלטע, און צו מאָל ניט שטאַרק אַנטוויקלטע, לענדער, אָבער מע פֿאַלט בײַ זיך ניט אַראָפּ — אַבי אָן סאָציאַליזם. און מע טשעפּעט צו דאָס וואָרט "סאָציאַליזם" צו אַלצדינג, וואָס זעט אויס ניט אַזוי ווי עס דאַרף צו זײַן; אַפֿילו אויב דאָס האָט, אין דער אמתן, קיין שום שײַכות ניט צו סאָציאַליזם. שוין אָפּגעשמועסט פֿון דעם וואָס סאָציאַליזם, אַפֿילו ווען ער איז בנימצא געווען אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן, האָט געהאַט אַן אייגן פּנים, און דערצו איז עס געווען אַ צײַטווײַליקע, דער עיקר אימיגראַנטישע זאַך. וועגן דעם האָט אין פֿאַרשיידענע צײַטן ניט איין מאָל געשריבן די דאָזיקע צײַטונג און אירע שוועסטער-צײַטשריפֿטן. דאָ וועל איך ברענגען אַ ציטאַט פֿון דעם סאָציאַליסטישן זשורנאַל "דער וועקער". דעם 16טן יוני 1937 האָט אַב. קאַהאַן דאָרטן געשריבן: עס איז אַ פֿאַקט, וועלכן דער צוקונפֿטיקער היסטאָריקער פֿון דעם אַמעריקאַנער סאָציאַליזם וועט שענקען אויפֿמערקזאַמקייט און אינטערעס — אַז די ייִדישע אימיגראַנטן פֿון רוסלאַנד, פּוילן, גאַליציע און רומעניע זײַנען געווען צווישן די קרעפֿטן, וואָס האָבן געלייגט דעם פֿונדאַמענט פֿון דער סאָציאַליסטישער באַוועגונג אין אַמעריקע. עס קומען אָפֿט אַרויס אין דרוק ביכער וועגן אַלטע ייִדישע מצבֿות אין מיזרח־ און מערבֿ־אייראָפּע, אָבער מע וואָלט אויך געקענט אַרויסגעבן אַן אינטערעסאַנטן פֿאָטאָ־אַלבום פֿון אַלטע אַמעריקאַנער ייִדישע מצבֿות. דער אימאַזש פֿון אַן אַלטער מצבֿה האָט אין זיך אַ צוציִענדיקן כּוח וואָס פֿאַרכאַפּט דעם פֿאָרשער, דעם טוריסט און סתּם צוקוקער. איך פֿלעג פֿאָרן אויף אַלטע אינטערעסאַנטע בית־עולמס אין טעקסאַס, וועלכע האָבן אָפּגעשפּיגלט דאָס שווערע לעבן פֿון די ערשטע ייִדן דאָרטן; ס‘רובֿ פֿון זיי "פּעדלערס". אויף איין מצבֿה אין דער שטאָט אָסטין שטייט פּשוט "יעקבֿ פּאָלאַק — הרוג באוסטון, 1920". עס איז נאָך דעמאָלט געווען דער "ווילדער וועסט" אין יענע מקומות, אַפֿילו אינעם 20סטן יאָרהונדערט. ווער ווייסט, ווי דער דאָזיקער יעקבֿ פּאָלאַק איז נעבעך אומגעקומען? איך שטעל זיך פֿאָר אין אַ "שוט־אַוט", ווי מע זעט אין די האָליוווּד־פֿילמען. אויף אַן אַנדער מצבֿה פֿונעם בית־עולם אינעם שטעטל לולינג, האָט מען געשריבן ענגלישע ווערטער, אָבער מיט ייִדישע אותיות — "באָרן" (געבוירן) "דײַד" (געשטאָרבן); אַ סימן, אַז כאָטש די ערשטע אימיגראַנטן האָבן פֿאַרגעסן לשון־קודש און ייִדיש, האָבן זיי נאָך געדענקט דעם אלף־בית און האָבן געוואָלט אויסדריקן זייער ייִדישקייט דורך די אותיות, אַפֿילו אין אַן אַנדער שפּראַך. מע דאַרף נישט פֿאָרן קיין טעקסאַס אָדער אייראָפּע צו באַזוכן גאָר אינטערעסאַנטע בית־עולמס. ווער סע וויל אויספֿאָרשן אַשכּנזישע ייִדישע נעמען, למשל, וואָלט געדאַרפֿט פֿאַרברענגען עטלעכע טעג אין די ריזיקע "פֿעלדער" פֿון ניו־יאָרק. ווען איך פֿאָר אויף קבֿר־אָבֿות אין עלמאָנט, ניו־יאָרק, לייען איך יעדעס מאָל ייִדישע נעמען וואָס איך האָב פֿריִער נישט געהערט. אין יאָר 1932 איז קיין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד געפֿאָרן איינער פֿון די פֿירנדיקע "פֿאָרווערטס"-זשורנאַליסטן — מענדל אָשעראָוויטש. אין דער צײַטונג האָט מען אים געהאַלטן פֿאַר אַ מומחה אין אוקראַיִנע, ווײַל, ערשטנס, האָט ער אַליין געשטאַמט פֿון אוקראַיִנע און, צווייטנס, האָט ער זיך תּמיד אינטערעסירט מיט דער געשיכטע און פֿאָלקלאָר פֿון אוקראַיִנישע ייִדן, ווי אויך פֿון די אוקראַיִנער. זײַנע רײַזע-נאָטיצן האָבן זיך געדרוקט אין "פֿאָרווערטס" און זײַנען אויך אַרויס ווי אַ בוך (זייער אַן אינטערעסאַנטס) אונטערן טיטל "ווי מענטשן לעבן אין סאָוועט-רוסלאַנד" (1933), וווּ אָשעראָוויטש האָט פֿאַרשריבן אַ מוסטער פֿון פֿאָלקלאָר פֿון יענער צײַט: * * * אַ פּויער פֿון אַ דאָרף איז געקומען אין אַ גרויסער שטאָט ווי אַ דעלעגאַט אויף אַ סאָוועטישער קאָנפֿערענץ. קיין געבילדעטער איז ער ניט געווען. ער האָט אָבער געהאַט גרויס דרך-ארץ פֿאַר געבילדעטע מענטשן, און אויף די זיצונגען פֿון דער קאָנפֿערענץ האָט ער זיך זייער אויפֿמערקזאַם צוגעהערט צו די רעדעס פֿון די פֿירער. געשיכטע, אינעם הײַנטצײַטיקן זין פֿונעם וואָרט, איז אַ געביט פֿון וויסנשאַפֿט, וואָס שטודירט די פֿאַרגאַנגענע געשעענישן דורך עמפּירישע וויסנשאַפֿטלעכע מיטלען. די פֿיזיקער מעגן זיך פֿאַרלאָזן בלויז אויף פֿילפֿאַך אויסגעפּרוּווטע ידיעות פֿון עקספּערימענטן און פֿעסט־באַגרינדעטע טעאָריעס, און טאָרן נישט אַרײַנמישן פֿילאָסאָפֿישע און אינטויִטיווע השערות אין זייערע פֿאָרשונגען. אינטויִציע און אַפֿילו מיסטיציזם פֿאַרנעמען יאָ אַ בכּבֿודיק אָרט אין דער אַנטוויקלונג פֿון נאַטור־וויסנשאַפֿט; אַדרבה, אַ גאַנצע ריי שליסל־אַנטדעקונגען זענען אין כעמיע און פֿיזיק פֿאַרבונדן מיט חלומות, פֿילאָסאָפֿישע דערינערונגען און פּלוצעמדיקע אינספּיראַציעס. אַ קלאַסישער בײַשפּיל איז די באַרימטע וויזיע פֿונעם כעמיקער פֿרידריך קעקולע, אין וועלכער ער האָט דערזען די רינג־סטרוקטור פֿון בענזאָל אין דער פֿאָרעם פֿון אַן אַלכעמישן סימבאָל, אוראָבאָראָס — אַ שלאַנג, וואָס בײַסט איר אייגענעם עק. הגם אַזעלכע מעשׂים ברענגען צומאָל דעם וויסנשאַפֿטלער אויפֿן וועג צו וויכטיקע אַנטדעקונגען, טאָרן זיי נישט האָבן קיין שײַכות צו קאָנקרעטע רעזולטאַטן פֿון וויסנשאַפֿטלעכע פֿאָרשונגען. מיט דער געשיכטע, אַזוי ווי מיט אַנדערע הומאַניטאַרע געביטן פֿון וויסנשאַפֿט, איז די מעשׂה אַ ביסל אַנדערש. נישט ווייניק היסטאָריקער מישן יאָ אַרײַן פּערזענלעכע רעליגיעזע, פּאָליטישע אָדער קולטורעלע פּאָזיציעס אין זייערע פֿאָרשונגען. עס טרעפֿן זיך אַפֿילו אַזעלכע פֿאַלן, ווען ס׳איז שווער צו זאָגן, וווּ עס ענדיקט זיך געשיכטע און וווּ עס הייבט זיך אָן היסטאָריאָסאָפֿיע — אַ פּרוּוו צו אינטערפּרעטירן און רעקאָנסטרויִרן די פֿאַרגאַנגענהייט דורך אַ געוויסער אידעאָלאָגישער פּערספּעקטיוו. מיט צוויי יאָר צוריק, האָט דזשיימס סקאָט, אַ פּראָמינענטער פּראָפֿעסאָר פֿון פּאָליטישער וויסנשאַפֿט בײַם יעיל־אוניווערסיטעט, פֿאַרעפֿנטלעכט אַ גאָר אינטערעסאַנט בוך מיטן נאָמען "די קונסט פֿון נישט האָבן קיין רעגירונג: אַן אַנאַרכיסטישע געשיכטע פֿונעם באַרג־ראַיאָן אין דער דרום־מיזרחדיקער אַזיע". דער מחבר דערציילט וועגן דעם סאָציאַלן שטייגער, וואָס הערשט אינעם גרויסן באַרג־מאַסיוו, וועלכער נעמט אַרום דעם צפֿונדיקן טייל פֿון אינדיע, כינע, וויעטנאַם, טײַלאַנד און קאַמבאָדיע, אַ גרויסן טייל פֿון לאַאָס, דעם שטאַט שאַן אין בירמע און געוויסע שטחים אין אַפֿגאַניסטאַן, פּאַקיסטאַן און טיבעט. דער דאָזיקער ראַיאָן איז באַקאַנט מיטן נאָמען זאָמיע. איר וועט נישט געפֿינען אַזאַ לאַנד אויף די פּאָליטישע מאַפּעס פֿון דער וועלט; אַדרבה, די אײַנוווינער פֿון זאָמיע אָנערקענען נישט קיין אָפֿיציעלע גרענעצן. זיי וואַרפֿן אָפּ סיסטעמאַטיש די אָפֿיציעלע מאַכט־אינסטיטוציעס, אַרײַנגערעכנט די שטײַערן, צאָל־אַמט און אַרמיי־פּריזיוו. סקאָט באַטאָנט, אַז דער דאָזיקער ראַיאָן פֿירט זיך שוין במשך פֿון הונדערטער יאָר ווי אַ מין אַנאַרכיסטיש לאַנד; די אָרטיקע באַפֿעלקערונג זאָגט זיך כּסדר אָפּ פֿון דער הײַנטצײַטיקער ציוויליזאַציע, כּדי אָפּצוהיטן זייער פֿרײַהייט און אומאָפּהענגיקייט. גענומען אין איינעם, בילדן די אידעיִשע און עסטעטישע גילגולים פֿון אליעזר ליסיצקין אַ געשפּאַנטע מעשׂה. געבוירן אין 1890 אין אַ שטעטל פּאָטשינאָק פֿון סמאָלענסקער גובערניע אין דער משפּחה פֿון אַ מעקלער. צוליב דער פּראָצענט־נאָרמע איז ער ניט אַרײַנגענומען געוואָרן אין דער פּעטערבורגער קונסט־אַקאַדעמיע און איז אַוועק שטודירן אַרכיטעקטור אין דײַטשלאַנד, ווי אַ סך ייִדישע יונגע לײַט פֿון זײַן דור. נאָך פֿאַר דער ערשטער וועלט־מלחמה האָט ליסיצקי באַוויזן ניט נאָר צו באַקומען אַ גרונטיקע טעכנישע בילדונג אינעם טעכנישן אוניווערסיטעט אין דאַרמשטאַדט, נאָר אויך זיך באַקענען מיט מאָדערנער און קלאַסישער קונסט פֿון אייראָפּע. נאָך דער פֿעברואַר־רעוואָלוציע פֿון 1917 האָט ער זיך מיט התלהבֿות גענומען פֿאַר שאַפֿן די נײַע וועלטלעכע ייִדישע קולטור. ער האָט אילוסטרירט ייִדישע ביכער און זיך אַקטיוו באַטייליקט אין דער טעטיקייט פֿון דער קיִעווער "קולטור־ליגע". אונדזערע היימען און אונדזערע ליבע משפּחות זענען אַוועק מיט פֿײַער און רויך. די יאָרן לויפֿן פֿאַרבײַ און אונדזער זכּרון ווערט מיט דער צײַט עטוואָס פֿאַרטונקלט. די שאַרפֿקייט פֿון געדענקען געשעענישן און מענטשלעכע פּנימער, ווערט אַלץ בלאַסער און בלאַסער... עס זענען אָבער פֿאַראַן געוויסע פּעריאָדן און געשטאַלטן, וועלכע זענען טיף אײַנגעקריצט אין אונדזער זכּרון, וואָס זענען אומפֿאַרגעסלעך; און וואָס מיר טראָגן אין זיך און מיט זיך, ביז די לעצטע טעג פֿון אונדזער לעבנס־גאַנג. |