זכרונות

יודל מאַרק

(המשך פֿון פֿריִערדיקן נומער)

עמנואל לאַסקער

איז געקומען קיין ווילנע דער באַרימטער וועלטמײַסטער פֿון שאָך עמנואל לאַסקער, און ער האָט געשפּילט גלײַכצײַטיק מיט עטלעכע און 30 שפּילערס. נאָר דרײַ האָבן געמאַכט מיט אים רעמי, און איך בין געווען איינער פֿון די דרײַ. פֿאַרשטייט זיך, אַז דעמאָלט האָב איך געחלומט וועגן דעם, אַז מײַן צוקונפֿט איז אַ שאָכשפּילער און אַז איך וועל אויך ווען ניט איז ווערן אַזוי באַרימט ווי עמנואל לאַסקער.

די ווילנער גימנאַזיע

אין דער שול גופֿא האָב איך געהאַט זייער גוטע שעהען און געהאַט ניט אַזעלכע גוטע. די גוטע איז געווען אין פֿאַרבינדונג מיט העברעיִש. מיר האָבן געלערנט העברעיִש, דאַכט זיך, דרײַ מאָל אַ וואָך. מען האָט געלערנט מער פֿון יוצא וועגן ווי מען האָט עס אין דער אמתן געלערנט. אָבער ס׳איז געווען אַ היפּש ביסל חבֿרה וואָס האָבן געקענט העברעיִש פֿון דער היים. דער לערער פֿון העברעיִש האָט געהייסן פּינעס; ער איז שפּעטער געוואָרן אַ באַרימטער לערער אין דער גימנאַזיע פֿון תּל־אָבֿיבֿ. ער איז געקומען, געוואָלט וויסן, וויפֿל עס קענען די תּלמידים, האָט ער געהייסן יעדן איינעם אָנשרײַבן אַ קאָמפּאָזיציע. האָב איך אָנגעשריבן אַ קאָמפּאָזיציע וואָס האָט געהייסן "געגועים" (געגועים הייסט בענקעניש; קלאָר, אַז איך בין געווען דורכגענומען מיט בענקענישן). וואָס איך האָב דאָרטן געשריבן געדענק איך ניט, נאָר איך ווייס, אַז דער לערער איז געווען גוואַלדיק באַגײַסטערט: "דאָס איז קאָלאָסאַל" אאַז״וו.
עס זײַנען געווען אַ פּאָר לימודים, וווּ איך בין געווען צוריקגעשטאַנען פּשוט דערפֿאַר, ווײַל בײַ אונדז אין פּראָגימנאַזיע האָט מען ווייניקער געלערנט ווי אין די ייִנגערע קלאַסן פֿון קאַגאַנס גימנאַזיע. איך בין געווען אָפּגעשטאַנען אין פֿראַנצויזיש; טעאָרעטיש האָט מען אָנגעהויבן לערנען פֿראַנצויזיש אין צווייטן לערניאָר, הייסט עס, מען האָט שוין געדאַרפֿט האָבן געלערנט געהאַט פֿראַנצויזיש דרײַ יאָר.

געשיכטע
פֿון גענאַדי עסטרײַך (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

היטלער בעת אַ נאַציסטישער פֿאַרזאַמלונג, דעם 29סטן יולי 1932, אין בערלין
מיט אַכציק יאָר צוריק, דעם 31סטן יולי 1932, זײַנען אין דײַטשלאַנד פֿאָרגעקומען וואַלן צום רײַכסטאַג (פּאַרלאַמענט), די רעזולטאַטן פֿון וועלכע האָבן פֿאַרלייגט דעם יסוד פֿאַר אַדאָלף היטלערס קומען צו דער מאַכט. פֿון די פֿאַראַנענע 608 ערטער אין רײַכסטאַג, האָבן די נאַציס דעמאָלט באַקומען 230 ערטער און אַריבער 37 פּראָצענט שטימען, בעת די סאָציאַליסטן האָבן פֿאַרזיכערט פֿאַר זיך 133 ערטער און די קאָמוניסטן האָבן געשאַפֿן די דריטע, לויט דער צאָל דעפּוטאַטן, פֿראַקציע פֿון 89 מיטגלידער. הגם די נאַציס האָבן ניט באַקומען די מערהייט אין רײַכסטאַג, איז דער דערפֿאָלג פֿון היטלערס נאַציאָנאַל-סאָציאַליסטישער פּאַרטיי סײַ-ווי-סײַ געווען אַ קאָלאָסאַלער. בפֿרט נאָך, אַז מע פֿאַרגלײַכט עס מיט די פֿריִערדיקע וואַלן: אין יאָר 1928 האָבן זיי געקראָגן בלויז 2.6 פּראָצענט שטימען, און אַפֿילו אין 1930 איז זייער פּאָפּולערקייט געווען גאַנץ באַגרענעצט — אַ ביסל מער פֿון 18 פּראָצענט וויילער האָבן געשטימט פֿאַר די נאַציס.
אַ באַרג ליטעראַטור איז אָנגעשריבן געוואָרן מכּוח די ערבֿ-נאַציסטישע וואַלן, וואָס האָבן "דעמאָקראַטיש" געשאַפֿן דעם בלוטדאָרשטיקן רעזשים. דער טרויעריקער אמת איז, אַז פֿאַר היטלערן האָבן געשטימט מענטשן פֿון זייער אַ ברייטער סאָציאַלער באַזע אין דער באַפֿעלקערונג. געציילטע ענטוזיאַסטן פֿון דער נאַציסטישער פּאַרטיי זײַנען געווען אַפֿילו צווישן די ייִדן. מיט עטלעכע יאָר צוריק האָב איך געהאַלטן אין די הענט (אין אַ בערלינער אַרכיוו) אַ צײַטשריפֿט פֿון די אַזוי-גערופֿענע "נאַציאָנאַל-דײַטשישע ייִדן", וואָס האָבן גע-וואָלט אָנגענומען ווערן ווי אַ טייל פֿון דער נאַציאָנאַל-סאָציאַליסטישער באַוועגונג און האָבן זיך אַפֿילו געחידושט, פֿאַר וואָס היטלערס עולם האָט בשום-אופֿן ניט געוואָלט האָבן מיט זיי צו טאָן.

זכרונות

(המשך פֿון פֿריִערדיקן נומער)

יודל מאַרק
און ס׳איז געווען בײַ מיר אַ מאָדנע געפֿיל: פֿון איין זײַט בין איך געווען זייער שטאָלץ. די פֿראַגעס זײַנען געווען קאָמישע, גרינגע פֿראַגעס פֿון חומש־מעשׂיות. און פֿון דער אַנדערער זײַט בין איך געווען געוואַלדיק אומצופֿרידן, פֿאַר וואָס מע שטעלט מיך אָפּ, פֿאַר וואָס מע פֿרעגט. קינדער האָבן אַ טבֿע ניט צו גיין, נאָר צו לויפֿן: אָפּשטעלן, צורופֿן, פֿרעגן. איז מײַן ערשטער באַגער אין לעבן געווען ווערן אַ רואה־ואינו־ניראה — דער וואָס זעט און ווערט ניט געזען. פֿלעג איך אַלע מאָל חלומען און טראַכטן: ווען וועל איך ווערן אַ רואה־ואינו־ניראה? ווי געפֿינט מען אַזאַ מין שפּרוך מיט דעם הייליקן נאָמען, אַז מע זאָל עס קענען ווערן?


הערצל

איך געדענק אויך, אַז דאָס איז געווען אין 1904, אַז איך בין געקומען פֿון פּאָסט און אויפֿגעעפֿנט דעם "פֿרײַנד" און איך האָב געזען דאָס גרויסע בילד פֿון הערצלען, אַז ער איז טויט. בין איך געגאַנגען אין גאַס, געטראָגן די צײַטונגען און געוויינט. האָט יעדער איינער מיך אָפּגעשטעלט און געפֿרעגט: "וואָס וויינסטו? ווער האָט דיך געשלאָגן?" איך האָב געוויינט, [ווײַל] איך האָב געוווּסט, אַז הערצל איז טויט. הערצל איז געווען אַ לעבעדיקע געשטאַלט אין אונדזער משפּחה. אויף דער וואַנט פֿון דעם גרויסן עסצימער זײַנען געווען צוויי בילדער פֿון אַלטע צײַטן: דאָס בילד פֿון ווילנער גאָון און דאָס בילד פֿון משה מאָנטעפֿיאָרע. דאָס זײַנען געווען כאַראַקטעריסטישע בילדער. און נאָך דעם איז געווען אויך דאָס בילד פֿון טעאָדאָר הערצל, וווּ ער שטייט עפּעס אָנגעשפּאַרט אויף אַ געלענדער ערגעץ וווּ און קוקט ערגעץ וווּ אין די ווײַטקייטן. און אין מיטן דרינען איז ער געשטאָרבן. דאָס איז געווען אין מײַן לעבן אַ גרויס געשעעניש. עס זײַנען געווען די ערשטע זכרונות: ווי ס׳איז געבאָרן געוואָרן מײַן ברודער משה אין 1902, [און] ווי אין 1904 איז געשטאָרבן טעאָדאָר הערצל.

געשיכטע

אַ צייכענונג פֿון אַ טערקישן מאַנוסקריפּט (16טער יאָהונדערט): מוכאַמעד מיט זײַן איידעם, אַלי, און זײַן טאָכטער, פֿאַטימאַ, וועלכע ווערט באַטראַכט אין געוויסע שטראָמען פֿון שיִיִטישן מיסטיציזם ווי אַן אָפּשפּיגלונג פֿונעם געטלעכן כּוח מיטן נאָמען "פֿאַטיר"
נישט לאַנג צוריק האָט דער פֿאַרלאַג פֿונעם האַרוואַרד־אוניווערסיטעט אַרויסגעגעבן אַ בוך מיטן נאָמען "אַ מחזור פֿון וואָרמס: קונסט און רעליגיע אין אַ מיטל־עלטערלעכער ייִדישער קהילה". די מחברין, קאַטרין קאָגמאַן־אַפּעל, אַ פּראָפֿעסאָרין פֿונעם "אוניווערסיטעט אויפֿן נאָמען פֿון בן־גורין אין נגבֿ", האָט דורכגעפֿירט אַ וויכטיקע שטודיע פֿונעם באַקאַנטן אילוסטרירטן האַנטשריפֿטלעכן "לײַפּציגער מחזור", וועלכער איז געשאַפֿן געוואָרן אין וואָרמס, אָנהייב דעם 14טן יאָרהונדערט, און ליגט איצט אין דער ביבליאָטעק פֿונעם לײַפּציגער אוניווערסיטעט.
אַ גרויסער טייל פֿון קאָגמאַן־אַפּעלס בוך איז געווידמעט דער טעמע פֿון גראַפֿישער רעפּרעזענטאַציע פֿון דער שכינה, ווי אַ ווײַבלעכער אַספּעקט פֿון געטלעכקייט, אין שײַכות מיט דער טיפֿער טראַדיציע פֿון חסידי־אַשכּנז — די ייִדישע מיסטיקער, וועלכע האָבן נישט בלויז איבערגעלאָזט אַ רײַכע גײַסטיקע ירושה, נאָר פֿאַרלייגט די יסודות פֿונעם אַשכּנזישן ייִדנטום, ווי אַ באַזונדערע עטניש־רעליגיעזע עדה.
ביז לעצטנס, האָבן צווישן די פֿאָרשער פֿון דער ייִדישער גײַסטיקער קונסט דאָמינירט משׂכּיליש־ראַציאָנאַליסטישע נטיות. ס׳רובֿ פֿאָרשער האָבן זיך פֿאָקוסירט אויף דעקאָראַטיווע אַספּעקטן פֿון דער ייִדישער פֿאָלקס־קונסט און זעלטן געפּרוּווט אָפּצוטײַטשן די אַלטע ספֿרים־אילוסטראַציעס ווי אַן איקאָנאָגראַפֿישע סיסטעם, וואָס רעפּרעזענטירט רוחניות אין אַ געוויסער גראַפֿישער פֿאָרעם.

זכרונות

(המשך פֿון פֿריִערדיקן נומער)

יודל מאַרק

דאָס הויז

אויף וויפֿל איך געדענק, האָב איך שוין געלעבט אין אַ גרויס הויז. אין דעם הויז איז געווען אַ גרויסער זאַל מיט מעבל וואָס מע האָט געבראַכט, דאַכט זיך, אַפֿילו פֿון ווין, אויב איך האָב נישט קיין טעות, אָדער אפֿשר פֿון אַנדערשוווּ פֿון דײַטשלאַנד. אין דעם זאַל איז מען כּמעט קיין מאָל ניט געווען, סײַדן עס זײַנען געווען חשובֿע געסט, אָדער אין די גאָר גרויסע ימים־טובֿים. און ס׳איז געווען אַ געוואַלדיק גרויסער עסצימער מיט אַ גרויסן טיש, און שפּעטער איז געווען, חוץ דעם גרויסן טיש, אַ קלענער טישל פֿאַר די קינדער. און איך געדענק, ווי איך פֿלעג בעטן, אַז איך וויל זיצן בײַ דעם גרויסן טיש וווּ מע זאָגט "ביטע שיין" און "דאַנקע שיין" (גערעדט האָט מען בײַ אונדז דײַטשמעריש אַ ביסל).
נאָך דעם עסצימער איז געווען א צימער פֿאַר דער באָבען. איך האָב שוין דערמאָנט, אַז זינט איך געדענק זיך, בין איך געשלאָפֿן צוזאַמען מיט דער באָבען. דער באָבעס צימער איז ניט געווען גענוג גרויס. [דאָרט זײַנען] געווען אירע ספֿרים: דער גרויסער גראָבער סידור, וואָס האָט געהייסן דער קרבן־מנחה־סידור, וואָס איז געווען געדרוקט אין ווילנע אין דער באַרימטער דרוקערײַ "האַלמנה והאַחים ראָם" — די אַלמנה און די ברידער ראָם. עס זײַנען געווען אירע מוסר־ספֿרים אויף ייִדיש, אַ היפּשע צאָל. עס זײַנען זיכער געווען ביידע טיילן פֿון צאינה־וראינה, פֿון טײַטש־חומש, און נאָך אַזעלכע פֿרומע ספֿרים מיט פֿאַרשיידענע מעשׂיות.

זכרונות

(המשך פֿון פֿריִערדיקן נומער)

יודל מאַרק
איצט קום איך צו מײַן מאַמעס ברידער. מײַן מאַמע האָט געהאַט פֿינף ברידער, ווײַל דער זיידע און די באָבע האָבן געהאַט פֿיר זין, נאָך דעם געהאַט אַ טאָכטער, און נאָך דעם נאָך אַ זון. דער עלטסטער איז געווען יעקבֿ, און נאָך אים איז געגאַנגען יהושע, לייבע, און דער לעצטער איז געווען שעיה.


דער פֿעטער יעקבֿ

מײַן פֿעטער יעקבֿ איז געבוירן געוואָרן אין יאָר 1860 — פּונקט מיט צען יאָר עלטער פֿון מײַן טאַטן. גאָר יונג האָט ער זייער אַ סך געלערנט. ער איז ניט געווען אַזוי באַרימט ווי דער אַבֿרהמל פּאַלאָנגער מיט אַ פּאָר דורות פֿריִער, נאָר מע האָט אים אויך געהאַלטן פֿאַר אַן עילוי, פֿאַר אַן אויסערגעוויינטלעך פֿעיִקן. און אַז בײַ אים האָט זיך עס פֿאַרבונדן מיט גיין צוויי יאָר צײַט אין אַ דײַטשער פּראָגימנאַזיע, האָב איך שוין דערציילט. איז ווען דער יעקבֿ האָט חתונה געהאַט, האָט ער חתונה געהאַט מיט גאָר אַ גרויסן ייִחוס — מיט אַן אוראייניקל פֿון ווילנער גאָון. דאָס איז געווען דער גרעסטער ייִחוס בײַ אונדז. האָט ער זיך באַזעצט אין ליבאַווע און געוואָרן אַ בוכהאַלטער. דעמאָלט זײַנען געווען גרויסע ייִדישע פֿירמעס וואָס האָבן זיך באַשעפֿטיקט מיט אימפּאָרט; מיט אימפּאָרטירן, דער עיקר, הערינג. די הערינג איז כּמעט פֿאַר דער גאַנצער, גרויסער רוסישער אימפּעריע דורכגעגאַנגען דורך דעם האַוון ליבאַווע (אָדער ליפּײַ). בײַ איינעם פֿון די אימפּאָרטערן איז ער געוואָרן אַ בוכהאַלטער. ווי אַזוי האָט ער זיך אויסגעלערנט בוכהאַלטעריע — ווער ווייסט? ער האָט זיך אויסגעלערנט [און] געענדיקט.

זכרונות

יודל מאַרק

(המשך פֿון פֿריִערדיקן נומער)

דער טאַטע איציק

איצט קום איך צו דעם עלטסטן זון פֿון מײַן זיידע שמואל, [וואָס] האָט געהייסן איציק. אין זײַנע צײַטן איז שוין אין פּאַלאָנגע געווען אַנטוויקלט די גאַנצע אַרבעט פֿון בורשטין. ער איז געבוירן געוואָרן אין 1870 [און] איז געוואָרן בר־מיצווה אין 1883. אויסגעהאָדעוועט געוואָרן אין דער זייער אָרעמער משפּחה, איז ער, פֿאַרשטייט זיך, גלײַך נאָך 1883 אַוועק ווי אַ לערן־ייִנגל אין איינער פֿון די פֿאַבריקן אין דער דאָזיקער שטאָט. כּמעט אַלע ייִדן האָבן שוין דעמאָלט געאַרבעט אין פֿאַבריקלעך, וווּ מע האָט אויסגעאַרבעט די פֿאַרשיידענע פּראָדוקטן פֿון בורשטין. האָט מײַן פֿאָטער איציק געקראָגן ווייניק בילדונג — וויפֿל האָט ער געקאָנט קריגן אין פּאַלאָנגע ביז בר־מיצווה? ער האָט אָנגעהויבן אַרבעטן בורשטין בײַ זײַנעם אַ פֿעטער, וואָס האָט געהייסן הערצע. דער דאָזיקער הערצע, [אָדער] הערצל, איז געווען אַ ברודער פֿון שמואל. אָבער דער הערצל איז גאָר ניט געווען ענלעך אויף דעם ברודער, [ווײַל ער] האָט אין די יונגע יאָרן אַ סך געלערנט תּלמוד.
דער וואָס האָט געבראַכט די גאַנצע פּראָדוקציע פֿון בורשטין אין פּאַלאָנגע איז געקומען ווײַט פֿון אוקראַיִנע, און געהייסן האָט ער [מאָריץ] בעקער. ער איז געווען אַ געניאַלער מענטש און ער האָט זיך דערטראַכט צו דעם, אַז מע קען געפֿינען בורשטין טיף אין דר’ערד. ווען ער האָט, אַזוי צו זאָגן, זײַנע אַלע אידעעס פֿאַרקויפֿט דער פּרײַסישער רעגירונג, האָט די פּרײַסישע רעגירונג אַרום קעניגסבערג אויפֿגעשטעלט גראָבערײַען אויסצוגראָבן פֿון אונטער דעם זאַמד בורשטין, און ער האָט געמאַכט אַן אָפּמאַך מיט זיי. ער האָט געקראָגן אַ באַלוינונג און אַלצדינג, און איינער פֿון די אָפּמאַכן איז געווען, אַז נאָר זײַנע קינדער וועט מען פֿאַרקויפֿן דעם בורשטין.

געזעלשאַפֿט, געשיכטע

אַ קראַנקן־שוועסטער ווײַזט ווי אַזוי צו סטעריליזירן מילעך אין דער היים, 1913
אינעם "מוזיי פֿון ישיבֿה־אוניווערסיטעט", וואָס געפֿינט זיך אין זעלבן בנין ווי דער ייִוו״אָ אין מאַנהעטן, קען מען דעם זומער זען אַ פֿאַרכאַפּנדיקע אויסשטעלונג וועגן דער וויכטיקער ראָלע, וואָס ייִדן האָבן געשפּילט אין דער מאָדערנער מעדיצין, נישט געקוקט אויף דעם כּסדרדיקן אַנטיסעמיטיזם, וואָס איז זיי תּמיד געשטאַנען אין וועג.
אין דער הקדמה צו דער אויסשטעלונג, וואָס הייסט Trail of the Magic Bullet: The Jewish Encounter with Modern Medicine 1860-1960 [דער וועג פֿון דער כּישוף־קויל: די ייִדישע באַגעגעניש מיט דער מאָדערנער מעדיצין פֿון 1860 ביז 1960], דערוויסט מען זיך, אַז הגם די ייִדן זענען שוין לאַנג פֿאַרבונדן מיט דער מעדיצינישער פּראָפֿעסיע, איז נישטאָ קיין ספּעציפֿישע "ייִדישע מעדיצין", אַזוי ווי די גריכישע, כינעזישע אָדער אינדישע מעדיצין. די ייִדישע דאָקטוירים האָבן תּמיד באַהאַנדלט זייערע פּאַציענטן אויפֿן סמך פֿון די אָנגענומענע טעאָריעס און הייל־מיטלען פֿון די לענדער און צײַטן, אין וועלכע זיי האָבן געלעבט.
אין מיטל־עלטער האָט די קריסטלעכע קירך אַרויסגעלאָזט אַ גזירה, וואָס פֿאַרווערט ייִדישע דאָקטוירים צו באַהאַנדלען נישט־ייִדן, און פֿאַרווערט די קריסטן פֿון גיין צו ייִדישע דאָקטוירים. פֿון דעסטוועגן, האָבן אַ סך פּויפּסטן און קריסטלעכע פֿירער געזוכט מעדיצינישע באַהאַנדלונג דווקא בײַ ייִדישע דאָקטוירים.
די ייִדן, וועלכע האָבן געוואָלט שטודירן אויף דאָקטער, האָבן עס געמוזט טאָן מיט אַ פּריוואַטן לערער ווײַל מע האָט זיי נישט אַרײַנגעלאָזט אין אוניווערסיטעט, אָדער מע האָט זיי געהייסן באַצאָלן גרויסע סומעס פֿאַר דער רעכט צו שטודירן.

געשיכטע
פֿון גענאַדי עסטרײַך (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אויף דער זיצונג פֿונעם אַנטי־ציוניסטישן קאָמיטעט, מאָסקווע, 1967. אויפֿשריפֿטן אויף די פּלאַקאַטן: "בושה צו די ישׂראל־אַגרעסאָרן", "אַגרעסאָרן — אַרויס פֿון דער אַראַבישער ערד!"
סוף מײַ, ווען איך האָב פֿאַרבראַכט כּמעט אַ וואָך אין מאָסקווע, פֿלעג איך יעדן טאָג, אויפֿן וועג אין אַרכיוו, קויפֿן אַן אַנדער צײַטונג און לייענען זי, פֿאָרנדיק אין "מעטראָ" (אונטערבאַן). אין איינעם פֿון די טעג האָב איך געקויפֿט אַ פֿרישן נומער פֿון דער "ליטעראַטורנאַיאַ גאַזעטאַ" (ליטעראַרישע צײַטונג), וואָס איז אַ מאָל געווען מײַן באַליבטסטע צײַטונג. הגם זי האָט זיך תּחילת, אין יאָר 1929, באַוויזן ווי אַ ריין פּראָפֿעסיאָנעלע אויסגאַבע, אויסגערעכנט אויף דעם עולם פּען-מענטשן, האָט זי זינט 1967 געהאַט אַן אַנדער פּרצוף.
קודם-כּל, איז עס געוואָרן דאָס ערשטע סאָוועטישע "דיקע" וואָכנבלאַט — פֿון אַזש 16 זײַטן, וואָס איז געווען, לויט די סאָוועטישע מאָסן, זייער אַ סך, ווײַל אַ געוויינטלעכע צײַטונג האָט געהאַט נאָר פֿיר (זעלטן זעקס) זײַטן. בעת דער ערשטער טייל פֿון דער צײַטונג האָט געטראָגן אַרטיקלען פֿאַר דער ליטעראַרישער בראַנזשע, צי סתּם מוז-מאַטעריאַלן, זײַנען די איבעריקע אַכט זײַטן געווען אויסגערעכנט אויף אינטעלעקטועלע לייענער. ווי אַ פּועל-יוצא, איז עס געוואָרן די צײַטונג פֿון דער סאָוועטישער אינטעליגענץ. דער איבערבויער פֿון דער אויסגאַבע איז געווען אַלכּסנדר טשאַקאָווסקי, אַן אַסימילירטער ייִד און אַ דאָגמאַטישער קאָמוניסט, אָבער אַ טיכטיקער רעדאַקטאָר.

זכרונות

יודל מאַרק

(המשך פֿון פֿריִערדיקן נומער)

דער זיידע יודל — אַ מאָדנער רבֿ

מײַן זיידע יודל איז געווען אַ זייער טשיקאַווער מענטש. ער האָט יאָרן לאַנג נישט געוואָלט ווערן קיין רבֿ. אין פּאַלאָנגע גופֿא איז ער געוואָרן אַ דיין, אַ מין געהילף צו אַ רבֿ. צי מע האָט טאַקע אין פּאַלאָנגע געדאַרפֿט צום רבֿ אַ דיין, ווייס איך נישט. אפֿשר דערפֿאַר, [ווײַל] ער איז געווען אַ חשובֿער מענטש, אַ געבוירענער אין פּאַלאָנגע, פֿון דורות פּאַלאָנגער, האָט מען אים געמאַכט פֿאַר אַ דיין. די באָבע האָט די גאַנצע צײַט געוואָלט, ער זאָל ווערן אַ רבֿ, און בשעת אין איר געבורטסשטאָט, אין פּלונגיאַן — דאָרטן וווּ זי האָט זיך געהאָדעוועט — איז געוואָרן באַקאַנט די פּאָזיציע פֿון אַ רבֿ, האָט זי אַזוי לאַנג געטענהט צו איר מאַן, אַז ער האָט אָנגענומען די פּאָזיציע און ער איז געוואָרן אַ רבֿ אין פּלונגיאַן. ער איז געווען אַ געוויסע צאָל יאָרן אַ רבֿ אין פּלונגיאַן — וויפֿל יאָרן, ווייס איך נישט. איך ווייס אָבער, אַז ער האָט זיך צעקריגט מיט זײַנע בעלי־בתּים איבער זאַכן וואָס האָבן צו טאָן מיט יושר, מיט גערעכטיקייט. אפֿשר האָט דאָס געהאַט צו טאָן מיט קאַנטאָניסטן, אפֿשר מיט אַנדערע זאַכן. די באָבע האָט מיר קיין מאָל ניט דערציילט, פֿאַר וואָס ער האָט זיך צעקריגט, נאָר געענדיקט האָט זיך מיט דעם, אַז אין אַ זומער־נאַכט האָט ער געדונגען אַ בויד מיט אַ פּאָר פֿערד, אַרײַנגעפּאַקט אין בויד זײַנע קינדער (ער האָט שוין געהאַט אַ היפּשע צאָל קינדער), אַרײַנגעפּאַקט אין בויד דאָס ביסל בעבעכעס, וואָס מע האָט געהאַט, און אַוועקגעפֿאָרן צוריק צו זיך אין שטעטל פּאַלאָנגע.

זכרונות

יודל מאַרק

(המשך פֿון פֿריִערדיקן נומער)


מענדלס צווייטער זון האָט געהייסן בנימין. דער בנימין האָט שוין באַקומען, אַזוי צו זאָגן, אַן אַנדער דערציִונג. ער איז געוואָרן אַ ישיבֿה־בחור, געלערנט פֿריִער אין דער היים, וויפֿל מע האָט געקאָנט; און נאָך דעם איז געווען אַ מאָדנע טבֿע. מען האָט ניט געוואָלט, אַז אַ בחור, וואָס פֿאַרנעמט זיך מיט לערנען גמרא, זאָל זײַן אין דעם זעלביקן שטעטל, וווּ זײַן משפּחה און וווּ זײַנע עלטערן זײַנען. מע האָט געזאָגט: ער קען ניט לערנען מתתּקן צו זײַן. האָט מען אים אַוועקגעשיקט אין ווילקאָמיר, וואָס האָט געהאַט אַ קליינע ישיבֿה. ער איז דאָרטן געוואָרן אַ ישיבֿה־בחור ווי אַלע ישיבֿה־בחורים, וואָס לעבן פֿון טעג. ער האָט דאָרטן אַ סך געלערנט, און פֿאַרשטייט זיך, אַז דאָרטן האָט מען אים חתונה געמאַכט, און ער איז שוין געבליבן אין ווילקאָמיר. און פֿון דאָרטן שטאַמט דער צווײַג פֿון אונדזער משפּחה אין ווילקאָמיר, וואָס געבליבן פֿון זיי איז — פּונקט ווי איך בין שמואלס אַן אייניקל — אַזוי איז דאָ איצט אין פתח־תּקווה עמעצער וואָס הייסט מענדל, און ער איז דעם בנימינס אַן אייניקל.
בנימין האָט געהאַט קינדער, זין און טעכטער. אַ טייל פֿון זײַן משפּחה איז אַוועק אין דרום־אַפֿריקע. דער גרעסטער טייל פֿון זײַן משפּחה איז אומגעקומען אין דער צײַט פֿון חורבן, און געבליבן אין דער משפּחה נאָכן חורבן זײַנען קרובֿים אין ווילנע, און דער מענדל דאָ מיט זײַן משפּחה אין ארץ־ישׂראל.
דאָס זײַנען די קינדער פֿון מײַן עלטער־זיידן מענדל. די קינדער פֿון מײַן עלטער־זיידן משה זײַנען געווען: מײַן אייגענער זיידע יודל; זײַנער אַ ברודער, וואָס האָט געהייסן לייב; זײַנער אַ זון שמואל, וואָס האָט געשאַפֿן דעם אָפּצווײַג פֿון אונדזער משפּחה אין ענגלאַנד; און זײַנער נאָך אַ ברודער, וואָס איך געדענק ניט זײַן נאָמען — אָבער וואָס האָט געהאַט אַ פֿאַנטאַסטישע געשיכטע. איך וועל אָנהייבן פֿון מײַן זיידן יודל.

געשיכטע

הלל צייטלין
די געשיכטע פֿון דער נעאָ־חסידישער באַוועגונג האָט זיך אָנגעהויבן נישט מיטן זינגער שלמה קאַרליבאַך און די אַמעריקאַנער "היפּיס" פֿון די 1960ער יאָרן, נאָר אין דער טראַגישער טויט־תּקופֿה פֿון מײַדאַנעק און טרעבלינקע.
אינמיטן דעם יאָר 1942, האָבן די נאַציס דורכגעפֿירט דעפּאָרטאַציע־אַקציעס אין דער וואַרשעווער געטאָ און פֿאַרשיקט די אַסירים קיין טרעבלינקע, צו פֿאַרניכטן זיי אין די גאַז־קאַמערן. צווישן די אומגעקומענע זענען געווען אַ סך פּראָמינענטע פּערזענלעכקייטן; איינער פֿון די אָריגינעלסטע אומגעקומענע ייִדישע דענקער איז געווען הלל צייטלין — אַ מענטש אַ כּל־בוניק: אַ זשורנאַליסט, אַ רעדאַקטאָר, אַ מיסטיקער, אַ שרײַבער און אַ פּאָעט; אַ פֿילאָסאָף און אַ סאָציאַלער קריטיקער; דער טאַטע פֿונעם גרויסן ייִדישן פּאָעט אַהרן צייטלין.
איינער פֿון די סימנים, וואָס ווײַזן, אַז אַ געוויסע שפּראַך האָט זיך אַנטוויקלט ביז דער העכסטער קולטור־מדרגה, איז די פּובליקאַציע פֿון אָריגינעלע פֿילאָסאָפֿישע און מעטאַפֿיזיש־מיסטישע ווערק. אינעם 18־19טן יאָרהונדערט זענען אויף ייִדיש פֿאַרעפֿנטלעכט געוואָרן אַ ריי וויכטיקע עזאָטערישע און פֿילאָסאָפֿישע ווערק, בתוכם "נחלת־צבֿי", באַקאַנט ווי דער "ייִדישער זוהר"; "קבֿ־הישר", דער פּאָפּולערער מוסר־ספֿר מיט אַ קבלהדיקן טעם; רבי נחמן בראַצלעווערס "סיפּורי־מעשׂיות"; אַ צאָל טראַקטאַטן וועגן כּוונות און מעדיטאַציעס פֿונעם צווייטן חב״ד־רבין.
די טראַדיציע פֿון עכטע פֿילאָסאָפֿישע ווערק אויף ייִדיש האָט זיך צעבליט בײַם אָנהייב פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט. אַזעלכע שרײַבער, ווי חיים זשיטלאָווסקי און יצחק־נחמן שטיינבערג, האָבן אָנגעשריבן אַ צאָל ביכער אויף סאָציאַל־פֿילאָסאָפֿישע טעמעס. ווען זיי וואָלטן געשריבן אויף רוסיש אָדער ענגליש, וואָלט מען הײַנט שטודירט זייערע ווערק, מסתּמא, אין אַלע אוניווערסיטעטן אַרום דער וועלט. צום באַדויערן, צוליב דעם טראַגישן גורל פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור, בלײַבן זיי ווייניק באַקאַנט.