חורבן



"זכרונות פֿון אַ צײַט פֿון שלום", עמנואל עווזעריכין, סטאַלינגראַד, 1943
די וואָך האָט זיך געעפֿנט אַן אויסשטעלונג בײַם ניו־יאָרקער "מוזיי פֿון ייִדישער ירושה" וואָס פֿירט צונויף ייִדישע געשיכטע, קונסט־געשיכטע און קונסט. די עקספּאָזיציע "דורך סאָוועטיש־ייִדישע אויגן: פֿאָטאָגראַפֿיע, מלחמה און דער חורבן" איז געקומען קיין ניו־יאָרק פֿון קאָלאָראַדאָ, וווּ די קוראַטאָרן דוד שנאור און ליסאַ טאַמיריס בעקער האָבן זי געשאַפֿן פֿאַרן קונסט־מוזיי בײַם קאָלאָראַדער אוניווערסיטעט. ד״ר שנאור, אַ היסטאָריקער פֿון סאָוועטיש־ייִדישער קולטור, האָט דערציילט בײַ דער עפֿענונג, אַז ווען ער האָט באַזוכט אַן אויסשטעלונג אין מאָסקווע פֿון סאָוועטישע פֿאָטאָגראַפֿן, האָט ער זיך געכאַפּט, אַז די נעמען פֿון די אַלע פֿאָטאָגראַפֿן קלינגען ייִדישלעך. ער איז אויך געווויער געוואָרן, אַז ס‘איז געווען אַ פֿאַקט, וואָס ס‘רובֿ פֿאָטאָ־זשורנאַליסטן אינעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד ביז די 1950ער יאָרן זענען געווען ייִדן. האָט ער אָנגעהויבן זײַן פֿאָרש־אַרבעט, און אַנטפּלעקט — אַ וועלט מיט וועלטלעך! — אַז איינע פֿון די בעסטע זאַמלונגען פֿון מלחמה־פֿאָטאָגראַפֿיעס האָט געזאַמלט אַ פּאָרל פֿון קאָלאָראַדאָ, נישט ווײַט פֿון זײַן קאַמפּוס.
ווען פֿאָטאָגראַפֿיע איז אַנטוויקלט געוואָרן אינעם 19טן יאָרהונדערט, האָבן די ערשטע דורות פֿאָטאָגראַפֿן זיך אַרײַנגעלאָזט אין אַ פּראָפֿעסיע, וואָס קיינער האָט נישט געוווּסט, צי מע קען דערפֿון האָבן אַ לײַטישע פּרנסה. האָבן געציילטע ייִדן אין די שטעטלעך, וואָס זענען געקראָכן אויף די גלײַכע ווענט כּדי עפּעס צו פֿאַרדינען, זיך אײַנגעשטעלט, און געקויפֿט פֿאָטאָ־אַפּאַראַטן. ווי אַ פּועל־יוצא פֿון דעם האָבן די ייִדן געשפּילט אַ וויכטיקע ראָלע אין דער נײַער קונסט פֿון פֿאָטאָגראַפֿיע, נישט בלויז אינעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, נאָר אומעטום וווּ ייִדן האָבן געלעבט.
אין די צוויי גרעסטע שטעט פֿון רוסלאַנד, פּעטערבורג און מאָסקווע, האָבן די ייִדישע פֿאָטאָגראַפֿן ווי יעווגעני כאַדלדיי, געאָרגי זעלמאַ (געבוירן זלמנאָוויטש), און דמיטרי באַלטערמאַנץ, זיך באַזעצט און געאַרבעט פֿאַר די וויכטיקסטע רוסישע צײַטונגען. אָבער זייערע בילדער האָט מען אויך צו מאָל געדרוקט אין די ייִדישע צײַטונגען פֿון דער תּקופֿה. די אויסשטעלונג הייבט זיך אָן מיט אַ ביסל פֿאָרגעשיכטע פֿון סאָוועטישער פֿאָטאָגראַפֿיע און ווײַזט די וואָרצלען פֿון דער סאָוועטישער קונסט־שיטה, דהײַנו, קאָנסטרוקטיוויזם און סאָציאַלער רעאַליזם. קאָנסטרוקטיוויזם האָט וויזועל אָנערקענט די נײַע פֿאַבריק־טעכנאָלאָגיע און מעכאַנישע אינדוסטריעס, און האָט אָפֿט געשטעלט דעם טראָפּ אויף קאַנטיקע פֿאָרמעס. דער סאָוועטישער סאָציאַלער רעאַליזם האָט אַרויסגעהויבן, אַז קונסט אָן אַ סאָציאַלן ציל פּאַסט נישט פֿאַר דער נײַער סאָוועטישער געזעלשאַפֿט.

זכרונות

(המשך פֿון פֿריִערדיקן נומער)

פֿאַרלאָזן פּעטערבורג

עס האָט גענומען ווערן אונדז אַלעמען קלאָר, אַז ס׳איז נישט קיין אָרט פּעטערבורג, מע דאַרף פֿון פּעטערבורג אַוועקפֿאָרן — ניט אַזאַ פּשוטע זאַך. אָבער ס’איז שוין געוואָרן אַ ליטווישע רעפּובליק און אַ לעטישע רעפּובליק. מיר זײַנען געווען פֿריִער אין ליבאַווע, איידער מיר זײַנען געווען אין פּאַלאָנגע, און פּאַלאָנגע איז דעמאָלט דאָך אויך געווען קורלאַנדער גובערניע. הכּלל, אונדזער גאַנצע משפּחה האָט געקראָגן אַ דערלויבעניש אַוועקצופֿאָרן. איך האָב ניט געוואָלט אַוועקפֿאָרן, מײַן טענה איז געווען: איך האָב כּמעט אַלצדינג וואָס מע האָט פֿאַרלאַנגט, [כּדי צו] ענדיקן אוניווערסיטעט. איך קען געפֿינען נאָך אַ צוויי אָדער דרײַ פּראָפֿעסאָרן אויף די עקזאַמענס וואָס איך דאַרף האָבן איצט צום סוף, קריג איך אַן אַטעסטאַט, אַז איך האָב געענדיקט דעם אוניווערסיטעט און איך וועל מער וועגן דעם ניט דאַרפֿן זאָרגן.
דער טאַטע האָט באַשלאָסן ניט אַוועקצופֿאָרן, מיט זייער אַ פּשוטער סיבה: ער האָט געהאַט אַ סך קונדן, וועמען ער האָט פֿאַרקויפֿט סחורה אין משך פֿון די יאָרן וואָס מיר האָבן [דאָרט] געוווינט; די קונים זײַנען געווען ערלעכע מענטשן, כּמעט אַלע קאַראַיִמער (אינטערעסאַנט: עס איז געווען אַ באַשעפֿטיקונג פֿון קאַראַיִמער, האַנדלען מיט טאַבאַק און מיט פּיפּקעס און נאָך אַזעלכע זאַכן). האָט ער באַשלאָסן: וואָס הייסט, ער וועט קומען [אַהיים] גאָר אין גאַנצן אָן געלט אאַז"וו? ער וועט אויפֿמאָנען כאָטש אַ טייל פֿון די חובֿות, וועט ער [אַהיים] קומען אַ האַלב יאָר שפּעטער, אַ יאָר שפּעטער [ווי די משפּחה]. איך האָב ניט געקענט [טאָן אַזוי]: איך מוז פֿאָרן, צוליב דער מאַמען, וואָס איז שוין געווען ניט געזונט, מיט די אַלע קינדער, נאָך מיט דעם קליינינקן, וואָס איז געווען נאָך אַ קליין ייִנגעלע. פֿון דער אַנדערער זײַט האָב איך געטראַכט: ווער וועט ווען ניט איז אָנערקענען אַן אַטעסטאַט, וואָס וועט זײַן אונטערגעשריבן [פֿון] אַ קאָמיסאַר? בין איך געפֿאָרן מיט דער משפּחה.

זכרונות

(המשך פֿון פֿריִערדיקן נומער)


פּאָגראָמען

דערווײַל איז אין דעם ייִדישן לעבן געווען כּלערליי זאַכענישן. נאָך פֿריִער, אונטער קערענסקי, האָט אוקראַיִנע כּמעט געשאַפֿן אַן אייגענע מלוכה, און אין אוקראַיִנע איז געווען אַ ייִדישער מיניסטער — ביז דער גאַנצער ענין מיט אוקראַיִנע איז פֿאַרגאָסן געוואָרן מיט ייִדיש בלוט אין דעם יאָר 1919. אין דער צײַט פֿון דעם בירגערקריג, האָבן אַלע, ווער עס האָט נאָר געקענט, געמאַכט פּאָגראָמען אויף ייִדן. און נאָך עפּעס אַ פּונקט וואָס מע ווייסט ניט און וואָס אין דעם [איז] קיין שום ספֿק ניטאָ: אויך די באָלשעוויקעס האָבן אין אַ סך פֿאַלן געמאַכט פּאָגראָמען אויף ייִדן. ווײַל סוף־כּל־סוף, זײַנען ביידע זײַטן, אי בײַ די קאָנטער־רעוואָלוציאָנערן, אי בײַ די באָלשעוויקעס, געווען גענוג אָפּפֿאַל, גענוג כּללערליי באַנדיטן, וואָס בײַ יעדער געלעגנהייט האָבן זיי פֿריִער פֿון אַלץ געוואָלט רויבן, הרגענען, פֿאַרגוואַלדיקן. אָבער דאָס איז שוין געווען אין 1919, ווען איך אַליין בין שוין געווען אָפּגעטיילט און אָפּגעריסן פֿון זיי.


אַנאַרכיע

אין פּעטראָגראַד איז לעבן געוואָרן אַלץ שווערער. עס איז געווען אַן אמתע און אַן עכטע אַנאַרכיע אין דער צײַט, בכל־אופֿן אין דעם ערשטן יאָר אונטער די באָלשעוויקעס. פֿריִער פֿון אַלץ האָט זיך אָנגעהויבן, אַז סאָלדאַטן, וואָס די מאַכט האָט געשיקט אַכטונג געבן אויף די גאַסן, אויפֿן אָרדענונג, פֿלעגן באַפֿאַלן און אויסראַבעווען די לאַגערן פֿון בראָנפֿן. געשיקט האָט מען זיי אַלע מאָל, אַז מע זאָל די אַלע בראָנפֿנס צעגיסן, די פֿעסער בראָנפֿן צעברעכן, דער בראָנפֿן זאָל אויסרינען. איז דאָס בילד געווען אָפֿט אַזאַ מין שרעקלעכער און אָפּשטויסנדיקער: מענטשן פֿלעגן זיך וואַלגערן אויף דער גאַס, כּדי צו קענען פֿון שמוץ אַ לעק טאָן אַ ביסל בראָנפֿן. אַנדערע פֿלעגן פּשוט נעמען און פֿונאַנדערטיילן בראָנפֿן זיך און די אַלע וואָס קומען, וואָס שטייען אַרום. אַז מע האָט געשיקט אַ צווייטע אָפּטיילונג צעטרײַבן די ערשטע און מאַכן אַ שטיקל אָרדענונג, פֿלעגט די צווייטע אָפּטיילונג אויך צושטיין צו די, וואָס פֿלעגן טרינקען דעם בראָנפֿן.

זכרונות


(המשך פֿון פֿריִערדיקן נומער)

די באַלפֿור־דעקלאַראַציע

אין דער צײַט זײַנען געווען אַזעלכע ווילדע זאַכן: עס זײַנען געווען וואַלן צו אַ ייִדישער נאַציאָנאַלער פֿאַרזאַמלונג, וואָס האָט זיך, פֿאַרשטייט זיך, שפּעטער גאָר קיין מאָל ניט געקענט צונויפֿקומען. אַ ביסל פֿריִער איז צו אונדז דערגאַנגען די מעשׂה מיט דער באַלפֿור-דעקלאַראַציע. אויף וויפֿל איך קען זיך דערמאָנען, איז דער ענין ניט אַזוי גלײַך דערגאַנגען — ס׳איז דאָך געווען אַ מלחמה, מען איז געווען אָפּגעריסן, און בשעת עס זײַנען דערגאַנגען די ערשטע קלאַנגען וועגן דעם, האָט מען ניט אַזוי קלאָר געוווּסט וואָס און ווען און ווי. בשעת מען האָט זיך דערוווּסט וועגן דעם, איז אין איינעם פֿון די אָוונטן אין הויז פֿון די קריינים, אַ רײַכער ייִד, וואָס איז געווען דובנאָווס אַ שטענדיקער חסיד, געווען אַ זיצונג פֿון אַ 7־8 מענטשן [צו דיסקוטירן], צי די באַלפֿור־דעקלאַראַציע האָט געביטן עפּעס וואָס, צי ס׳איז ניט געקומען אַ נײַע סיטואַציע פֿאַר ייִדן. און כּמעט אַלע האָבן געהאַלטן, אַז דאָס הייסט ניט, אַז עס וועט זײַן אַ ייִדישע מלוכה, און מען איז געווען זייער צופֿרידן, אַז עס וועט ניט זײַן אַ ייִדישע מלוכה. עס הייסט, עס וועט זײַן אַן ענגלישע קאָלאָניע, וואָס וועט האָבן אַ גוטע באַציִונג צו די ייִדן וואָס וועלן אימיגרירן קיין ארץ־ישׂראל.
די באָלשעוויקעס זײַנען שוין געווען בײַ דער מאַכט, אָבער מען האָט זיך ניט פֿאָרגעשטעלט, אַז מען וועט ניט קענען לעבן אונטער זיי. וועט מען קיין דעה ניט האָבן, אָבער אַז אַ ייִד וועט וועלן אַרבעטן אין אַ פֿאַבריק, וועט מען דאָך אים לאָזן. אַז עס זאָלן זײַן ייִדן, וואָס זאָלן וועלן ווערן קאָלאָניסטן, לאָמיר זאָגן, ערגעץ וווּ אין אוקראַיִנע אָדער אין ווײַסרוסלאַנד, וועט מען דאָך זיי לאָזן. דער פּשוטער אַרבעטסמענטש וועט דאָך ניט לײַדן פֿון זיי. סוף־כּל־סוף, האָט דאָך אויך פֿון דער פֿראַנצייזישער רעוואָלוציע דער פּאַסיווער, דער וואָס האָט זיך ניט געמישט אין פּאָליטיק, כּמעט קיין מאָל ניט געליטן און קיין מאָל ניט געוואָרן קיין קרבן. מען האָט זיך ניט פֿאָרגעשטעלט, אַז עס וועט זײַן אַזאַ מאַסן־עמיגראַציע. און מע האָט פֿון דער אַנדערער זײַט, דאָך געמיינט, אַז עס וועלן זײַן באַזונדערע מדינות: פּוילן וועט זײַן באַזונדער, און בעסאַראַביע וועט זײַן באַזונדער (אָדער צוזאַמען מיט רומעניע), און ליטע און לעטלאַנד. וועגן די דאָזיקע אַלע באַזונדערקייטן, אַגב, האָבן דאָך שוין געהאַט געמאָלדן אויך די דײַטשן, וואָס האָבן געוואָלט מיט דעם צוציִען די אָרטיקע באַפֿעלקערונג צו זיך.

געשיכטע

ייִדישע דאָקומענטן פֿון דער מיצרישער שטאָט אַלעפֿאַנטינע
די אַראַמישע שפּראַך איז איינע פֿון די וויכטיקסטע אין דער מענטשלעכער געשיכטע און אויך גאָר אַ וויכטיקע ייִדישע שפּראַך, אויף וועלכער די ייִדן האָבן גערעדט פֿון אַבֿרהם־אָבֿינוס צײַטן און רעדן, אין אַ טייל ייִדישע עדות, נאָך הײַנט. ס׳איז אויך גאָר אַ וויכטיקע שפּראַך פֿאַר יעדן ערנסטן פֿאָרשער פֿון פֿאַרשיידענע רעליגיעס, אַרײַנגערעכנט ייִדישקייט, קריסטנטום, ווי אויך, אין אַ געוויסער מאָס, זאָראָאַסטריזם און איסלאַם.
פֿאַר אַ לייענער מיט אַ טראַדיציאָנעלער ייִדישער בילדונג, וועלכער איז גוט באַקאַנט מיטן אַראַמישן טייל פֿונעם תּלמוד, האָבן אַלע אַראַמישע טעקסטן אַ ייִדישלעכן טעם, אַפֿילו ווען די מחברים זענען נישט געווען ייִדן. אין אַ געוויסן זין, איז עס טאַקע אַזוי; אַ סך ניט־ייִדישע אַראַמישע טעקסטן זענען פֿעסט פֿאַרבונדן מיט דער ייִדישער טראַדיציע אָדער דערציילן וועגן דער סבֿיבֿה, אין וועלכער עס האָבן געוווינט די תּנ״כישע פּערסאָנאַזשן און די חז״ל.
די פֿריִיִקסטע אַראַמישע טעקסטן פֿון מיט 3,000 יאָר צוריק, אין אייניקע פֿאַלן אַפֿילו עלטער, דערציילן אַ סך וועגן דער קולטור און דער געשיכטע פֿונעם ראַיאָן, וווּ ס׳איז אויפֿגעקומען און זיך אַנטוויקלט די ייִדישע רעליגיע, ווי אויך וועגן דעם לעבן פֿון אַנדערע אוראַלטע פֿעלקער. אַזוי, למשל, אין דער באַרימטער אַראַמישער סטעלע, געפֿונען אין תּל־דן, ישׂראל, אין די 1990ער יאָרן, ווערט דערמאָנט "מלך בית־דוד". אַפֿילו פֿאַר אַ הײַנטיקן ייִד איז גאַנץ קלאָר, אַז אין דער דאָזיקער סטעלע גייט די רייד וועגן אַ מלך פֿון דודס דינאַסטיע, הגם אַ טייל פֿאָרשער פֿון דער סקעפּטישער מחנה באַמערקן, אַז דאָס וואָרט "בית־דוד" איז פֿאַרשריבן בלויז אינעם טעקסט און קאָן מיינען, אין פּרינציפּ, עפּעס אַנדערש.
גאָר וויכטיקע ייִדישע דאָקומענטן פֿון דער מיצרישער שטאָט אַלעפֿאַנטינע, אָנגעשריבן מיט 2,500 יאָר צוריק, זענען געפֿונען געוואָרן אויף אַן אַלטן סקלאַד אין עגיפּטן אין אַ וווּנדער־גוטן מצבֿ. איינער פֿון די דאָזיקע כּתבֿ־ידן ווערט געוויזן אינעם אַלט־מיצרישן אָפּטייל בײַם ברוקלינער מוזיי. אַ טייל פֿון די מגילות־ים־המלח איז אויך אַראַמישע, אַרײַנגערעכנט די עלטסטע תּרגומים. אַ מערקווירדיקער טייל פֿון תּנ״ך, ווי ס׳איז באַקאַנט, איז אויך פֿאַרשריבן אויף אַראַמיש, דער עיקר, אין די ספֿרים פֿון עזרא און דניאל.

זכרונות


(המשך פֿון פֿריִערדיקן נומער)

לענין און טראָצקי

איך בין געווען אַ פּאָר מאָל אויף אַזעלכע זיצונגען. איך בין געווען אַ מאָל אויף אַ זיצונג וווּ עס האָט אויך גערעדט לענין, איידער ער איז אַנטלאָפֿן קיין פֿינלאַנד. ווען לענין האָט גערעדט, האָבן אַלע זיך צוגעהערט צו אים. ער איז געווען אַ מענטש, וואָס אויך די ניט־קאָמוניסטן האָבן געהאַט צו אים דרך־ארץ. און אויב זיי האָבן געהאַט האָפֿענונג פֿון שטאַנדפּונקט פֿון וואָס וועט קומען פֿון די קאָמוניסטן, איז זייער האָפֿענונג געווען, אַז לענין וועט זײַן דער, וואָס וועט זיי צוריקהאַלטן פֿון לײַכטזיניקע אויפֿשטאַנדן.
איך בין געווען ווען טראָצקי האָט גערעדט. טראָצקי איז געווען אומפֿאַרגלײַכלעך אַ בעסערער רעדנער ווי לענין. צו טראָצקין איז ניט געווען קיין שום באַציִונג פֿון דרך־ארץ. מע האָט אים יעדער ווײַלע איבערגעריסן, מע האָט אים געשטערט, געלאַכט פֿון זײַנע סטראַשונקעס. ס׳איז געווען אַ גאַנץ אַנדער באַציִונג צו אים ווי ס׳איז געווען צו לענינען. אַזאַ נאָמען ווי סטאַלין האָט מען בכלל ניט געהערט און ניט דערמאָנט. עס זײַנען געווען אַנדערע, ס’איז געווען זינאָוויעוו, קאַמענעוו. ס׳איז געווען אַ ייִדישער יונגערמאַן וואָס איז געקומען פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן; ער האָט געהייסן וואָלאָדאַרסקי און איז געווען זייער אַ גוטער רעדנער פֿון די קאָמוניסטן. (דעמאָלט האָט מען זיי גאָר ניט גערופֿן קאָמוניסטן, [נאָר] באָלשעוויקעס.)

זכרונות


(המשך פֿון פֿריִערדיקן נומער)

די פֿאָלקספּאַרטיי

דעמאָלט, [ווי] איינע פֿון די ערשטע דרייענישן, נאָך איידער ס’איז אַרויס דאָס געזעץ וואָס האָט אָפּגעשאַפֿט אַלע ייִדישע געזעצן, האָט די גרופּע מיט וועלכער איך האָב זיך באַקאָנט אויפֿן ריגער פּראָספּעקט, צוזאַמען מיט דובנאָוו און מיט זײַן גרופּע, באַנײַט די פֿאָלקספּאַרטיי. זיי האָבן געשאַפֿן פֿאַקטיש די פֿאָלקספּאַרטיי אין מאַרץ פֿון 1917. די צוויי פֿאַרשיידענע גרופּעס זײַנען געווען צוזאַמען אַזוי ווי פֿריִער: די גרופּע וואָס זײַנען געווען מיט דובנאָוון אַלע מאָל — מער אַן אידעאָלאָגישע גרופּע ווי אַ גרופּע וואָס ווילן דורכפֿירן עפּעס וואָס אין פּראַקטישן לעבן; און די וואָס זײַנען געווען פֿריִער, אין 1905, מיטגלידער פֿון פֿאַרשיידענע סאָציאַליסטישע פּאַרטייען און וואָס זיי זײַנען געוואָרן נאָך דעם פּראַגמאַטישער, פּראַקטישער, און זיי זײַנען [דעריבער] געוואָרן מיטגלידער פֿון דער פֿאָלקספּאַרטיי. ווען די פֿאָלקספּאַרטיי האָט שפּעטער זיך באַטייליקט אין די ערשטע וואַלן אין דער ייִדישער קהילה, [זײַנען] פֿון 70 אויסגעקליבענע געווען 7 אָדער 8 פֿאָלקיסטן, וואָס איז פֿאַר אונדז געווען אַ קאָלאָסאַלער דערפֿאָלג. מיר האָבן אייגנטלעך נישט געהאַט קיין מאַסן, נישט קיין אָרגאַניזאַציע אאַז"וו.
פֿאַרשטייט זיך, אַז איך בין געווען געוואַלדיק פֿאַרנומען מיט די דאָזיקע אַלע זאַכן. איך האָב אָנגעהויבן אַרבעטן אין דעם סעקרעטאַריאַט וואָס מע האָט געמאַכט פֿון דער פֿאָלקספּאַרטיי. מיר האָבן אָפּגעדונגען אַ פּאָר צימערן אויף אַ גאַס ערגעץ וווּ און מיר האָבן דאָרטן שוין אָנגעהויבן פֿאַרבינדן זיך מיט מענטשן, שרײַבן, [אַז] מענטשן זאָלן צושטיין צו דער פֿאָלקספּאַרטיי, אָרגאַניזירן. ביז וואַנעט מיר האָבן אָרגאַניזירט די ערשטע גרויסע פֿאָלקס־פֿאַרזאַמלונג, איז געווען דער צווייטער טאָג שבֿועות.

זכרונות


(המשך פֿון פֿריִערדיקן נומער)

די ערשטע אומרוען

און אינטערעסאַנט: אין דעם ערשטן טאָג, ווען ס׳איז געווען אומרוען, איז מיר אויסגעקומען צו זײַן אויף אַ קליינער פֿאַרזאַמלונג פֿון סטודענטן אונטער דער השגחה כּלומרשט פֿון איינעם אַ פּראָפֿעסאָר וואָס איז געווען זייער ליבעראַל און אויף זיך גענומען די געפֿאַר צו האָבן בײַ זיך אַ קרײַזל. כּלומרשט איז געווען וועגן עקאָנאָמישע פּראָבלעמען. אין דער אמתן איז דאָס געווען אַן [אָרט פֿאַר] פּאָליטישע קריגערײַען פֿון סטודענטן פֿון פֿאַרשיידענע ריכטונגען, צי מע דאַרף זען, אַז רוסלאַנד זאָל זיגן אָדער באַזיגט ווערן און דעמאָלט וועט אַרונטערפֿאַלן די ראָמאַנאָוו־דינאַסטיע, און נאָך אַזעלכע זאַכן. בין איך געווען דעמאָלט אויף אַזאַ פֿאַרזאַמלונג און ס׳איז מיר אויסגעטראָטן איין סאָציאַליסט נאָכן צווייטן (דאָס הייסט, פֿון די סאָציאַל־דעמאָקראַטן — וועגן באָלשעוויקעס האָט מען בכלל ניט גערעדט. ס׳איז געווען פֿאַרשיידענע מינים סאָציאַל־דעמאָקראַטן). עס זײַנען געווען פֿאַרשיידענע סאָציאַליסטן־רעוואָלוציאָנערן, וואָס זײַנען געווען רוסיש מער נאַציאָנאַלע ווי סאָציאַל־דעמאָקראַטן. אויך האָט נאָך דעם זיך באַטייליקט דער פּראָפֿעסאָר (וואָס איך האָב פֿאַרגעסן דעם נאָמען ווי ער האָט געהייסן). איז געווען די מיינונג: גוט, אומרוען וועלן זײַן, בלוט וועט זיך אפֿשר גיסן, קיין רעוואָלוציע וועט פֿון דעם ניט ווערן. ווי וועט ווערן אַ רעוואָלוציע איצט? די אַלע מענער זײַנען דאָך גאָר אויפֿן פֿראָנט. אַ רעוואָלוציע אין פּעטראָגראַד? אויב עס קען ווערן אַ רעוואָלוציע, קען עס זיך דאָך אָנהייבן ערגעץ וווּ אַנדערש, ניט דאָרטן וווּ עס זײַנען דאָ די אַלע מיניסטאָרן מיט אַזוי פֿיל זשאַנדאַרמעריע, מיט אַזוי פֿיל געהיים־פּאָליציי. וועלכע פּאַרטיי קען דאָס נעמען אויף זיך די אַחריות און די פֿאַראַנטוואָרטלעכקייט, אָנצוהייבן אַ רעוואָלוציע בשעת אָט דער שׂונא איז פֿאַר די טויערן? ס׳איז געווען אַלערליי טענות, און דער אויספֿיר איז געווען: קיין רעוואָלוציע וועט ניט זײַן.

געשיכטע

לעאָ פֿראַנק
אַ פֿאָטאָגראַפֿיע פֿון דער לינטשערײַ פֿון לעאָ פֿראַנק — אַ ייִדישער פֿאַרוואַלטער פֿון אַ בלײַער־פֿאַבריק און דער פּרעזידענט פֿונעם אַטלאַנטע־צווײַג פֿון "בני־ברית" אין מאַריעטע, דזשאָרדזשיע — אין יאָר 1915, איז פֿאַראַכטאָגן מיטוואָך פֿאַרקויפֿט געוואָרן דורכן ליציטאַציע־הויז "סאָטביס" פֿאַר 3,125$.
אויף דער צווייטער זײַט פֿונעם בילד איז מיט אַ בלײַער אָנגעשריבן: "דאָס אויפֿהענגען לעאָ פֿראַנק".
פֿראַנק, וועלכער איז פֿאַרמישפּט געוואָרן צום טויט פֿאַרן דערהרגענען אַ ווײַסע, נישט־ייִדישע אַרבעטאָרין פֿון זײַן פֿאַבריק, די 13־יאָריקע מערי פֿייגען, איז דער איינציקער ייִד, וואָס איז אַמאָל געלינטשט געוואָרן אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן. פֿון אָנהייב אָן האָבן ס׳רובֿ מענטשן געהאַלטן, אַז פֿראַנק איז אומשולדיק, און אַז אַ שוואַרצער סטרוזש פֿון דער פֿאַבריק, דזשים קאָנלי, האָט דערהרגעט פֿייגען. ווי אַ רעזולטאַט פֿון דער לינטשערײַ, איז מיט דרײַ חדשים שפּעטער, ערבֿ־דאַנק־טאָג, באַנײַט געוואָרן די ראַסיסטישע אָרגאַניזאַציע "קו־קלאָקס־קלאַן", און שפּעטער איז געגרינדעט געוואָרן די "אַנטי־דעפֿאַמאַציע ליגע".
דער פֿאַרקויפֿער פֿונעם בילד, אַ פּריוואַטער זאַמלער אין ניו־יאָרק, וועלכער האָט געבעטן צו בלײַבן אַנאָנים, האָט איבערגעגעבן דעם "פֿאָרווערטס", אַז ער האָט געקויפֿט די פֿאָטאָגראַפֿיע מיט יאָרן צוריק, און זעענדיק, אַז ער וועט עס קיין מאָל נישט אויסשטעלן אין זײַן הויז ("ס׳איז צו מאַקאַבריש," האָט ער באַמערקט), האָט ער זיך געוואָנדן צו די גרעסטע ליציטאַציע־הײַזער, אָבער זיי האָבן זיך אָפּגעזאָגט. "די טעמע איז צו קאָנטראָווערסיעל," האָט ער געזאָגט.

זכרונות


(המשך פֿון פֿריִערדיקן נומער)

אין די הויכע פֿענצטער

גרוזענבערג האָט געהאַט אַ טבֿע, אַ כאַראַקטער אַזאַ: עס פֿלעגט זיצן אַ סך מענטשן און וואַרטן, פֿלעגט ער, פֿאַרשטייט זיך, דעם ערשטן מיך אַרײַננעמען [אין ביוראָ]. און ער פֿלעגט ניט נאָר אונטערשרײַבן, [ער] פֿלעגט פֿרעגן, וואָס איך מאַך און וועגן מײַנע חבֿרים, אַזוי דורכשמועסן. און אים פֿלעגט ניט אַרן, אַז די אַנדערע זיצן און וואַרטן. איך בין געוואָרן אַ גאַנצער שמעלקע מיט גרוזענבערג.
מיר איז אויסגעקומען אַ פּאָר מאָל צו גיין בײַ איינעם, וואָס האָט געשפּילט גאָר אַ גרויסע ראָלע אין דער קאַדעטישער פּאַרטיי: ווינאַווער, אַ באַרימטער אַדוואָקאַט, וואָס האָט ניט אָנגענומען בכלל קיין קליענטן חוץ אַדוואָקאַטן. אַדוואָקאַטן, וואָס האָבן געהאַט פֿאַרפּלאָנטערטע משפּטים, דער עיקר מיט ירושה, פֿלעגן קומען צו אים נאָך געוויסע עצות און אָנווײַזונגען. זייער זעלטן האָט ער געהאַט סתּם אַ קליענט. אַ פּאָר מאָל [בין איך געווען] אויך בײַ סליאָזבערג, געדאַרפֿט אים קומען אינפֿאָרמירן וווּ איך האַלט; מע האָט געדאַרפֿט אין גאַנצן אָנקלײַבן 25,000 רובל [פֿאַרן פֿאָנד].
האָט זיך באַקומען אַזאַ סיטואַציע: פֿריִער פֿון אַלץ בין איך אַרײַן אין דער גרופּע פֿון די פֿירער און רעדאַקטאָרן פֿון דער געזעלשאַפֿט צו פֿאַרשפּרייטן בילדונג. שפּעטער בין איך געווען בײַ גרוזענבערג, בראַמסאָן, ספּעציעל ווינאַווער, סליאָזבערג — זיי האָבן מיך געקאָנט, איך האָב זיי געקאָנט. און ס׳איז בכלל געווען דעמאָלט אַזאַ מין באַציִונג, וואָס איז דאָ אומעטום אין געוויסע סיטואַציעס זייער אָפֿט: מע דאַרף זיך ווענדן צו דער יוגנט. ס’איז דאָך געווען אַזאַ אומרויִקע צײַט צוליב דער מלחמה.

געשיכטע
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון גענאַדי עסטרײַך

מאַרק כינאָי

דעם 7טן נאָוועמבער וועלן טויזנטער לײַט אין רוסלאַנד, ווי אויך אין אַנדערע לענדער, אָפּמערקן אַ גאַנץ קײַלעכדיקע דאַטע — 95 יאָר פֿון דער באָלשעוויסטישער רעוואָלוציע. אין רוסלאַנד האָט מען עס, גאָט צו דאַנקען, אויפֿגעהערט צו פֿײַערן ווי אַ נאַציאָנאַלן יום-טובֿ. אָבער די קאָמוניסטן און זייערע סימפּאַטיקער וועלן די דאַטע סײַ-ווי-סײַ אָפּמערקן. אין ווײַסרוסלאַנד, וווּ די סאָוועטישקייט איז גלײַך ווי פֿאַרפֿרוירן געוואָרן, בלײַבט עס נאָך אַלץ אַ נאַציאָנאַלער יום-טובֿ.
ס׳איז געווען אַ צײַט, אין גאַנצן אין משך פֿון דרײַ יאָר, ווען מיט דער באָלשעוויסטישער רעוואָלוציע האָט זיך אַרומגעטראָגן אויך דער "פֿאָרווערטס". אין יאָר 1917 זײַנען קיין אמתע באָלשעוויקעס אין דער רעדאַקציע ניט געווען. אָבער גאַנץ שטאַרק זײַנען געווען די מענשעוויקעס צי, ריכטיקער, די בונדיסטן, וועלכע זײַנען אויך געווען מענשעוויקעס, ווײַל דער "בונד" האָט געמאַכט אַ שותּפֿות מיט דעם מענשעוויסטישן טייל פֿון דער רוסישער סאָציאַל-דעמאָקראַטישער באַוועגונג. דאָ איז כּדאַי צו דערמאָנען, אַז די דאָזיקע באַוועגונג האָט זיך צעשפּאָלטן אין יאָר 1903 — די לעניניסטן האָט מען גענומען רופֿן "באָלשעוויקעס", און די, וואָס זײַנען ניט געווען מסכּים מיט לענינס רעצעפּטן פֿון רעוואָלוציע, זײַנען באַקאַנט געוואָרן ווי "מענשעוויקעס". די באָלשעוויקעס האָבן געפּריידיקט מיליטאַנטישע, אַנטי-דעמאָקראַטישע סטראַטעגיעס, בעת די מענשעוויקעס זײַנען געווען געשטימט מער דעמאָקראַטיש — אין דעם נוסח פֿון דײַטשישע סאָציאַל-דעמאָקראַטן.

געשיכטע, ייִדיש־וועלט, ליטעראַטור

מיט פֿופֿציק יאָר צוריק, דעם 23סטן סעפּטעמבער 1962, האָט די צײַטונג "ניו-יאָרק טײַמס" אָפּגעמערקט מיט אַ נעקראָלאָג די פּטירה, אין עלטער פֿון 49 יאָר, פֿון דעם סאָוועטישן שרײַבער עמנואל קאַזאַקעוויטש. לייענען מיר אין דעם נעקראָלאָג, אַז קאַזאַקעוויטש איז געבוירן געוואָרן אין אוקראַיִנע, אָבער האָט אָפּגעלעבט אַ סך יאָרן אין ביראָבידזשאַן, וווּ ער האָט געאַרבעט און contributed articles״ some of them in Yiddish, to a ״Communist youth newspaper ("געשריבן אַרטיקלען, אייניקע פֿון זיי אויף ייִדיש, פֿאַר אַ קאָמוניסטישער יוגנט-צײַטונג"). דאָס איז, פֿאַרשטייט זיך, ניט ריכטיק (דער נעקראָלאָג איז כּולל נאָך אַ צאָל נאַרישקייטן), ווײַל קאַזאַקעוויטש איז קודם-כּל געווען אַ ייִדישער דיכטער, איינער פֿון די סאַמע הצלחהדיקע צווישן די יונגע סאָוועטישע ייִדישע פּען-מענטשן. זײַנע ווערק האָבן זיך געדרוקט ניט נאָר אין צײַטונגען, אָבער אויך אַרויס ווי ביכער. דער ביראָבידזשאַנער ייִדישער טעאַטער האָט אויך אויפֿגעפֿירט זײַן פּיעסע "מילך און האָניק". אין זײַן ליד "די ערד, וווּ איך בין גליקלעך" האָט ער געשריבן, אַז אין ביראָבידזשאַן האָט ער געזען ווי