געשיכטע, פּובליציסטיק

מיט פֿיל אינטערעס לייען איך די אַרטיקלען פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (ניו־יאָרק) אין דעם אַמעריקאַנער ייִדישן "פֿאָרווערטס", איבערהויפּט צוליב איר פֿליסנדיקן און זאַפֿטיקן ייִדיש־לשון אינקרוסטירט אין אינהאַלט פֿון אַ דערציילונג אָדער אין פֿראַגמענטן פֿון קריטיק.
ווערטער, אויסדרוקן, גלײַכווערטלעך וועלכע איך געדענק נאָך פֿון מײַנע קינדהייט־געסעלעך אין אַ שטעטל פֿון ביעלאָרוס (ווײַסרוסלאַנד). סלאַוויזמען מיט זייער פֿאָרמירונג אין ייִדיש אין אַ הילכיקער אונטערהאַנדלונג אין די קרעמלעך פֿון שטעטל און צווישן זיי. זייער פֿאַרבינדונג, וועלכע ווערט פֿאָרמירט אין די וועגן און אומוועגן אין די יאָרן פֿון אונדזער לעצטן חורבן און אויך נאָך דעם. יעדער אויסדרוק רופֿט און פֿאָדערט אַ באַזונדערע פֿאָרשונג און אַרײַנקוק וואָס האָט אונדז געלערנט דבֿ סדן (סאַדאַן), און וואָס ווערן אויפֿגעלעבט אין דעם ייִדיש פֿון דער שרײַבערין.
באַקומענדיק דעם "פֿאָרווערטס" פֿון 18 מײַ 2012, אין ערשטן בלעטערן האָב איך זיך אָפּגעהאַלטן בײַם אַרטיקל פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן "אַזוינס טרעפֿט זיך איין מאָל אין אַ יובֿל".
אויפֿן בילד צום אַרטיקל זעען מיר אַ קינדער־גרופּע מיט זייערע מדריכים (דערציִער): "ייִדישע שול־קינדער אינעם "די־פּי"־לאַגער אין שאַענשטײַן, דײַטשלאַנד, 1946". איך בין דערשיטערט געוואָרן, זעענדיק פֿאַר זיך אַ קינדער־גרופּע, אַ טייל פֿון אַ גרעסערער, וואָס איך האָב מיטגעפֿירט, ווי מדריך און לערער אין די וועגן פֿון "עקסאָדוס" אין די יאָרן 1946—1947, וועלכע זענען מיר ליב און טײַער.
די עלטערע פֿון די קינדער, פֿון לינקס, די מדריכה ברכה גאָלאָווענטשיטש, דער מדריך ישׂראל זאָגערמאַן; דער ערשטער פֿון רעכטס, עקיבֿא, אַ בחור פֿון דער "בריחה" (אַנטלויפֿן), וועלכע האָט געפֿירט אונדז מיטן וועג צום מיטלענדישן ים.

זכרונות

יודל מאַרק

(המשך פֿון פֿריִערדיקן נומער)


ווײַטער איז געווען עמעצער וואָס האָט געהייסן העשל. ביז הײַנטיקן טאָג איז מיר ניט קלאָר, צי דער העשל איז געווען אַ ברודער פֿון משה און פֿון מענדלען, אָדער אפֿשר איז דער העשל געווען אַ זון פֿון מענדלען. נאָר זײַן סוף ווייס איך. דאָס איז געווען אין די ערשטע יאָרן; איידער מע פֿלעגט גנבֿענען די גרענעץ אויף דער יבשה, האָט מען געמיינט, אַז ס׳איז גרינגער צו גנבֿענען אַלצדינג מיטן ים. מע זעצט זיך אַרײַן אין מעמל אָדער לעבן מעמל אין אַ שיפֿל, און מע פֿאָרט מיטן שיפֿל צו ביז פּאַלאָנגע, וואָס איז אין גאַנצן אַ 20 קילאָמעטער. אָבער די געפֿאַר איז געווען אַ סך גרעסער. עס פֿלעגן פֿאָרן שיפֿן מיט זשאַנדאַרמעריע, האָבן זיי געקענט עס דערזען, און הייסן זיך אָפּשטעלן אַזאַ שיפֿל וואָס איז געווען אין פֿאַרדאַכט, אַז ניט קיין פֿישערס פֿאָרן, נאָר אַז עס פֿאָרן קאָנטראַבאַנדיסטן. און אויב מע פֿלעגט אַזאַ שיפֿל כאַפּן, האָט מען, פֿאַרשטייט זיך, אַלץ קאָנפֿיסקירן, און מע פֿלעגט אַוועקזעצן אין תּפֿיסה די קאָנטראַבאַנדיסטן. אויב דאָס שיפֿל פֿלעגט זיך ניט אָפּשטעלן, פֿלעגט מען פּשוט שיסן אויף אַזאַ שיפֿל. איז אין דער צײַט, ווען מען איז געפֿאָרן אויף שיפֿלעך — און איך מיין, אַז דאָס האָט געמוזט זײַן מענדלס אַ ברודער — האָט מען געשאָסן און מע האָט איינעם דערשאָסן; דערהרגעט אויף טויט. דאָס איז געווען דער העשל, וואָס איז געפֿאַלן אַ קרבן פֿון דעם קאָנטראָבאַנדיסטישן געשעפֿט. נאָך זײַן טויט האָט מען אויפֿגעהערט די גאַנצע אַרבעט צו פֿאָרן מיט שיפֿלעך און מען איז אַריבער גנבֿענען די גרענעץ אויף דער יבשה ערגעץ וווּ: לעבן ים, ווײַטער פֿון ים, אין אַ וואַלד.

זכרונות

יודל מאַרק

(המשך פֿון פֿריִערדיקן נומער)


איך האָב געהאַט שוין דעמאָלט אַ מער קריטישן חוש און איך האָב גיכער געגלייבט דעם טאַטן. אָבער מיר איז געווען אינטערעסאַנט און איך האָב אין געוויסע פֿאַלן געוויסע מענטשן דערציילט די דאָזיקע טשיקאַווע און אינטערעסאַנטע מעשׂה. און ס׳זײַנען געווען געוויסע זאַכן, וואָס שפּעטער האָבן מיך אינטערעסירט: אונדזער גאַנצע משפּחה האָט אויסגעזען אַ ביסל מער ספֿרדיש ווי די דורכשניטלעכע ייִדן בײַ אונדז, אין אונדזערע געגנטן. אַלע שוואַרצע — קיין מאָל ניט געווען קיין אַנדער מין ווי אַ שוואַרצער — טונקעלע, אויך אַ ביסל מיט טונקעלער הויט. זיי זײַנען כּמעט אַלע געווען הויכע. און איך האָב געטראַכט: אפֿשר איז די באָבע גערעכט געווען? אפֿשר איז דער טאַטע, דער וואָס איז געווען אַ משׂכּיל און געווען אַ קריטישער און געהאַט אַ קריטישע באַציִונג צו אַלצדינג וואָס מען דערציילט סתּם אין פֿאָלק, און אונטן — גלייבן אין דעם, אַז עס קענען זיך שאַפֿן לעגענדעס אייגענע און אַזוי ווײַטער — האָט געהאַט אַ צו קריטישע באַציִונג צו דער באָבעס מעשׂה.
שוין אין ניו־יאָרק האָב איך זיך פּלוצעם דערוווּסט וועגן פֿאַקטן, אַ פֿאַקט, אַז מען האָט געפֿונען אין סורינאַם — גיב אַ טראַכט: פֿון פּאַלאָנגע ביז סורינאַם! — אַ מצבֿה און אויף דער מצבֿה איז געווען אויסגעקריצט אַ נאָמען: אַהרן מאַרק פֿון פּאַלאָנגע. האָב איך דעמאָלט אַ ביסעלע געטראַכט, אַז מע דאַרף די ערשטיקע גרונט־מעשׂה אַ ביסעלע בײַטן. ניט מרדכי — און ווי וואָלט יענער מרדכי זיך אָנגערופֿן פֿון פּאַלאָנגע?

געשיכטע
פֿון מרדכי דוניץ (ירושלים)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

נאַצי־מלחמה־פֿאַרברעכער אַדאָלף אײַכמאַן בײַם פּראָצעס אין ירושלים, יוני 22, 1961
מיט צוויי וואָכן צוריק, דעם 31סטן מײַ 2012 איז פֿאָרגעקומען אין בערלין אין "וואַנזעע־הויז" אַן אויסנעמלעכע צערעמאָניע פֿון אַ היסטאָרישן כאַראַקטער.
אין דעם דאָזיקן הויז איז מיט 70 יאָר צוריק פֿאָרגעקומען די שענדלעכע קאָנפֿערענץ, ווען די נאַצי־פֿירער בראָש מיט אַדאָלף היטלערן, האָבן דאַן באַשלאָסן "ענדגילטיק צו לייזן די ייִדן־פֿראַגע אין אייראָפּע".
אין דער דאָזיקער צערעמאָניע האָבן די הײַנטיקע דײַטשישע פֿירער אָפּגעמערקט 50 יאָר נאָך דעם, ווי עס איז אויסגעפֿירט געוואָרן דער טויט־אורטייל איבער אַדאָלף אײַכמאַן.
איינער פֿון די געסט פֿון ישׂראל צו דער דאָזיקער צערעמאָניע, איז געווען מיקי גאָלדמאַן, וועלכער האָט געפֿאָרשט אײַכמאַנען בעת דעם פּראָצעס אין ירושלים, און אַ לעבעדיקער עדות בעת זײַן עקזעקוציע, מיט 50 יאָר צוריק, בעת מען האָט אײַכמאַנען געהאָנגען און זײַן קערפּער פֿאַרברענט.
איצט, בײַ דער צערעמאָניע אין "וואַנזעע־הויז" אין בערלין, האָט מיקי געשילדערט פֿאַר די אָנטיילנעמער אין דער קאָנפֿערענץ, אין דער דײַטשישער שפּראַך, זײַנע זכרונות פֿון יענער היסטאָרישער נאַכט "וואָס איז שווער צו פֿאַרגעסן".
מיקי גאָלדמאַן דערציילט:

"...מיר זענען אַרויף אויף אַ שיף אין מיטן ים, איבער די טעריטאָריעלע וואַסערן פֿון מדינת־ישׂראל, מיר האָבן איבערגעקערט דעם קרוג מיטן אַש פֿון דעם פֿאַרברענטן מאַסן־מערדער אַדאָלף אײַכמאַן, און עס צעשאָטן איבער די כוואַליעס פֿון דעם רוישיקן ים.

געשיכטע

אַן אילוסטראַציע פֿון אַן אַלטן איראַנישן מאַנוסקריפּט, וווּ עס ווערט געוויזן, ווי אַבֿרהם־אָבֿינו, משה־רבינו און יעזוס טרעפֿן זיך מיט מוכאַמעד
מיט עטלעכע טעג צוריק, דעם 30טן מײַ, האָט שמואל (שמולי) בוטח, אַ באַקאַנטער אַמעריקאַנער רבֿ און פּאָפּולערער שרײַבער, אָנגעשריבן אַן אָפֿענעם בריוו צו די רעפּובליקאַנער קאָנגרעס־לײַט סטיווען ראָטמאַן און ביל פּאַסקרעל, בעטנדיק אָפּצושטעלן דעם סיכסוך, וועלכער האָט אויסגעבראָכן פֿאַראַכטאָגן מאָנטיק צוליב זייער פֿאַרמעסט פֿאַרן זעלבן זיץ־אָרט אינעם קאָנגרעס. בוטח האָט באַטאָנט, אַז אַזעלכע סיכסוכים שטערן דער אייניקייט פֿון דער רעפּובליקאַנער פּאַרטיי.
שמולי בוטח איז צום מערסטן באַקאַנט דעם ברייטן אַמעריקאַנער עולם ווי דער מחבר פֿונעם בוך "כּשרער סעקס". ער איז אַ ליובאַוויטשער חסיד, וועלכער טרעט כּסדר אַרויס אויף דער טעלעוויזיע און באַטראַכט פֿאַרשיידענע ענינים, אָפֿטמאָל — סתּירותדיקע. ער איז גאָר אַן אַקטיווע פּערזענלעכקייט און פֿאַרעפֿנטלעכט זײַנע מיינונגען אויף אַזעלכע טעמעס, ווי קינדער־דערציִונג און שלום־בית, פֿאַרן אַלגעמיינעם נישט־ייִדישן — דער עיקר, קריסטלעכן — עולם.
לעצטנס האָט בוטח זיך אויך פֿאַרנומען מיט דער אינערלעכער אַמעריקאַנער פּאָליטיק און האָט אָפֿיציעל פֿאָרגעלייגט זײַן קאַנדידאַטור ווי אַ רעפּובליקאַנער פֿאָרשטייער פֿאַרן נײַנטן קאָנגרעס־דיסטריקט אינעם שטאַט ניו־דזשערזי. מיט דער אויסערן־פּאָליטיק פֿאַרנעמט ער זיך, אָבער, שוין לאַנג, ווי אַן אַקטיווער רעכטער שטיצער פֿון ישׂראל, וועלכער ווײַזט אַרויס גרויס ליבשאַפֿט צו די פּראָטעסטאַנטישע קריסטלעכע ציוניסטן. מיט עטלעכע חדשים צוריק איז אַרויס זײַן לעצטער בעסטסעלער מיטן נאָמען "כּשרער יעזוס", אין וועלכן ער שילדערט דעם גרינדער פֿון דער קריסטלעכער רעליגיע ווי אַן אויסגעצייכנטן ייִדישן פּאַטריאָט, וועלכער איז געפֿאַלן אין זײַן קאַמף קעגן דער פֿרעמדער רוימישער מאַכט. דאָס בוך איז באַגלייט מיט גלענצנדיקע רעקאָמענדאַציעס פֿון פּראָמינענטע אַמעריקאַנער רעכטע טוער און דענקער, בתוכם אַלאַן דערשאָוויץ און גלען בעק.

זכרונות


יודל מאַרק
דער ייִדישיסט יודל מאַרק (1897—1975) איז צום בעסטן באַקאַנט ווי דער רעדאַקטאָר פֿונעם "גרויסן ווערטערבוך פֿון דער ייִדישער שפּראַך", וואָס איז אַרויס אין פֿיר גרויסע בענד און נעמט אַרײַן אַן ערך 80,000 ווערטער. וויפֿל כּוחות ער האָט אין דעם ווערק אַרײַנגעלייגט זעט מען שוין פֿון דעם, וואָס דער פּראָיעקט האָט אים ניט לאַנג איבערגעלעבט און איז פֿאַרבליבן ניט פֿאַרענדיקט. אָבער מאַרק איז געווען אַ סך מער ווי אַ לעקסיקאָגראַף — אין ליטע נאָך דער ערשטער וועלט־מלחמה איז ער געווען אַ פּאָליטישער פֿירער פֿון דער פֿאָלקס־פּאַרטיי, דער גענעראַל־סעקרעטאַר פֿונעם ייִדישן נאַציאָנאַל־ראַט. אין די וועלטלעכע ייִדישע שולן האָט מאַרק געאַרבעט אַ האַלבן יאָרהונדערט ווי אַ לערער, אַ דערציִער פֿון דורות קינדער, סײַ אין ליטע, סײַ אין אַמעריקע. אַ סך יאָרן איז ער אויך געווען אַקטיוו בײַם ייִוואָ אין דער ראָלע פֿון "זײַן מאַיעסטעטס אָפּאָזיציע", ווי ער האָט עס אַליין אויסגעדריקט. ("זײַן מאַיעסטעט" איז, פֿאַרשטייט זיך, געווען דער ייִוואָ־דירעקטאָר, ד"ר מאַקס ווײַנרײַך.)
אין זײַנע לעצטע יאָרן האָט מאַרק פֿאַרשטאַנען, אַז ער איז געבליבן דער לעצטער פֿונעם דור פֿאָרשערס, וואָס האָט געגרינדעט דעם ייִוואָ. וועגן יענער תּקופֿה — ווי אַזוי ער האָט אין פּעטערבורג, אין דער צײַט פֿון דער ערשטער וועלט־מלחמה, זיך באַקענט מיט ווײַנרײַך, שטיף, קלמנאָוויטש — האָט ער טאַקע געדרוקט אַ בינטל זכרונות. קיין אויטאָביאָגראַפֿיע האָט ער אָבער ניט באַוויזן צו שרײַבן, און די ייִדישע געשיכטע האָט גרויס מזל, וואָס אין 1972 איז מאַרק געקומען צו פֿאָרן פֿון ישׂראל און פֿאַרבראַכט עטלעכע טעג בײַ זײַן טאָכטער ריוועלע קריגעל אין מעמפֿיס, טענעסי. דאָרט, אין משך פֿון פֿיר טעג, דעם 4טן ביזן 7טן יוני, האָט זי רעקאָרדירט זײַנע זכרונות אויף טאַשמעס. איצטער האָט זי ברייטהאַרציק געגעבן רשות, אַז דער "פֿאָרווערטס" זאָל דרוקן די דאָזיקע זייער אינטערעסאַנטע זכרונות אין המשכים.

געשיכטע
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

ייִדישע שול־קינדער אינעם "די־פּי"־לאַגער אין שאַענשטײַן, דײַטשלאַנד, 1946
דער שפּאַציר יעדן אינדערפֿרי איז אַ ברכה סײַ פֿאַר מײַן חבֿרטע ליליען און סײַ פֿאַר מיר. זי האַלט אין איין דערציילן; אָן אויפֿהער דערציילן, וועגן אַלע אירע געשעענישן און איבערלעבונגען, אַלע אירע שווערע און לײַכטע מאָמענטן אין לעבן, און איך האָב אַן אויער וואָס זאַפּט אײַן און בראַקירט נישט. מיר זײַנען, דאַכט זיך, לאַנדסלײַט, נישט ווײַל מיר קומען פֿון זעלבן שטעטל, חלילה, נאָר פֿון דער זעלבער שטאָט אין דײַטשלאַנד נאָכן קריג. נישט געהויזט אין זעלבן פּליטים־לאַגער, נאָר פֿאַרמאָגט די זעלבע לערער אין בית־ספֿר תּרבות, פֿילט מען אַ קרובֿישאַפֿט איינע צו דער אַנדערער. אַ חוץ דעם רעדן מיר דאָס זעלבע לשון, מיר פֿאַרשטייען זיך אויפֿן וווּנק. מיר ענדיקן שוין די זאַצן איינע בײַ דער צווייטער און הערן אויס וואָס מיר טענהן לגבי דער לעצטער פּאָליטיק סײַ אין ישׂראל און סײַ דאָ אין לאַנד.
ביידע זײַנען מיר געווען כּמעט אין זעלבן עלטער. זי מיט אַ צוויי יאָר גערוקט פֿון מיר, איז ווען איך בין געווען עלף איז זי שוין געווען דרײַצן. אַ שיינינקע און אַ זגראַבנע איז זי געוואַקסן מיט אַ דאָרשט צום לערנען זיך, צו לייענען, אַרומפֿאָרן אויף אַ ראָווער און לויפֿן אין קינאָ אין אולם. מיר האָבן זיך אַלע געפּאַשעט אויף די בריטישע פֿילמען. איך ווידער, האָב ליב געהאַט די לידער וואָס מיר קינדער האָבן געזונגען אין לאַגער, געלערנט זיך שפּילן אויף דער פֿאָרטעפּיאַנע, געלייענט און צוגעהערט זיך ווי דער עלטערער דור דערציילט מעשׂיות סײַ פֿונעם חורבן און סײַ פֿון די שטעט און שטעטלעך וווּ זיי האָבן זיך געכאָוועט.
ליליען ווידער האָט זיך שנעל אויסגעלערנט העברעיִש, זיך געגרייט צו ווערן אַ חלוצה און געחלומט פֿון פֿאָרן קיין ארץ־ישׂראל. די לאַגערן זײַנען באַשטאַנען פֿון פֿאַרשיידענע געראַטעוועטע ייִדן, פֿרויען און מענער, סײַ ערלעכע ייִדן און סײַ בלאַטע, אונטערוועלט, הייסט עס. אַ סך פֿון זיי האָבן זיך געראַטעוועט טאַקע צוליב זייער ספּריטנעקייט און קענען דערשנאַפּן געפֿאַר. אַזוי ווי די ביעלסקי־ברידער.

חורבן
פֿון מרדכי דוניץ (ירושלים)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

די אויפֿשריפֿט אויף דער מצבֿה פֿון די זשעטל־קדושים
מאָנטיק, דעם 14טן מײַ, וועלן די רעשטלעך פֿון מײַן היימשטעטל זשעטל אָפּמערקן דעם 70סטן יאָרצײַט נאָכן חורבן. די הזכּרה וועט פֿאָרקומען אין תּל־אָבֿיבֿ, אין "בית־ציונה אַמריקה". יעדעס יאָר מערקן מיר אָפּ די יאָרצײַטן און די דאַטעס פֿון די שחיטות און אומקום פֿון אונדזערע משפּחות; דעם חורבן פֿון אַ דריטל פֿון אונדזער פֿאָלק.
די יאָרן לויפֿן פֿאַרבײַ, און עס ווערט פֿאַרנעפּלט און פֿאַרטונקלט די שאַרפֿקייט פֿון אונדזער זכּרון, דאָס געדענקען די טרויעריקע געשעענישן און איבערלעבונגען פֿון דער פֿאַרגאַנגענהייט, פֿון 70 יאָר צוריק... דערפֿאַר טאַקע זענען פֿאַר אונדז — די נאָך לעבן־געבליבענע פֿון יענע טראַגישע יאָרן — וויכטיק זיך צו טרעפֿן מיט אונדזערע קינדער און אייניקלעך, און זיי איבערגעבן דעם לעצטן אָנזאָג פֿון די אומגעבראַכטע קרבנות פֿון חורבן: זכרו — פֿאַרגעסט ניט וואָס די דײַטשע מערדער און זייערע קריסטלעכע אַרויסהעלפֿער האָבן געטאָן צו אונדזערע משפּחות, צו אונדזערע היימען בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה. געדענקט זייער הייליקן אָנדענק!
אין דער רשימה פֿון די חרובֿע שטעט און שטעטלעך געפֿינט זיך מײַן אייגנאַרטיק היימשטעטל זשעטל, וואָס געהערט איצט צו ווײַסרוסלאַנד, בשכנות מיט די געוועזענע גרעסערע באַוווּסטע ייִדישע קהילות, ווי נאָוואָגרודעק, ווילנע, לידע, סלאָנים און באַראַנאָוויטש.
דורות־לאַנג האָט אין זשעטל עקזיסטירט אַ שטאַרק אַקטיווע נעץ פֿון געזעלשאַפֿטלעכע אינסטיטוציעס, שולן, חבֿרות און פּאַרטייען, וואָס זענען געווען אַ שם־דבֿר אין אַמאָליקן צאַרישן רוסלאַנד און שפּעטער אין דער באַפֿרײַטער פּוילישער רעפּובליק. אין דעם דאָזיקן קליינעם שטעטל זענען געבוירן געוואָרן באַקאַנטע שעפֿערישע פּערזענלעכקייטן, רבנים, ייִדישע שרײַבער און פּאָעטן, וועלכע זענען געווען באַרימט איבער דער גאָרער ייִדישער וועלט.

געזעלשאַפֿט, געשיכטע

רבי אַהרן ראָט, דער גרינדער פֿון די חסידישע גרופּעס
די ירושלימער "תּולדות־אַהרנער" חסידים, באַקאַנט ווי "רעבאַרעלעך", זענען, מסתּמא, איינע פֿון די אָריגינעלסטע גרופּעס אין דער פֿרומער ייִדישער וועלט. אין פֿאַרגלײַך מיט ס׳רובֿ אַנדערע חסידישע הויפֿן, וועלכע ווערן, געוויינטלעך, אָנגעפֿירט פֿון דור צו דור דורך אַ געוויסער דינאַסטיע, איז די "תּולדות־אַהרנער" באַוועגונג רעלאַטיוו־יונג, געגרינדעט אינעם 20סטן יאָרהונדערט דורך רבי אַהרן ראָט אין דער טראַנסילוואַנישער שטאָט סאַטמאַר.
די גרעסטע חסידישע גרופּע אין דער וועלט זענען די סאַטמאַרער חסידים. היסטאָריש גערעדט, שטאַמט די דאָזיקע חסידישע טראַדיציע נישט פֿון סאַטמאַר, נאָר פֿון גאַליציע. רבי משה טייטלבוים, דער מחבר פֿונעם ספֿר "ישׂמח משה", איז געווען אַ תּלמיד פֿונעם באַרימטן חוזה לובלינער, און געדינט, צו ערשט, ווי אַ רבֿ אין פּזשעמישל, פּוילן. שפּעטער, האָט דער "ישׂמח משה" זיך באַזעצט אין אוהעל, אַ שטעטל אינעם צפֿונדיקן טייל פֿון אונגאַרן, נישט ווײַט פֿון סלאָוואַקײַ.
דעם "ישׂמח משהס" קינדער און אייניקלעך האָבן פֿאַרשפּרייט אַן אייגענע שיטה פֿון חסידות מיט אַן אונגאַרישן טעם ווײַטער אַרום דער עסטרײַך־אונגאַרישער אימפּעריע. די סאַטמאַרער חסידים זענען הײַנט באַרימט געוואָרן מיט אַזאַ נאָמען צוליב דער טעטיקייט פֿונעם רבין יואל טייטלבוים, וועלכער איז געווען אַ רבי אין סאַטמאַר, און געשאַפֿן אַ ריזיקע באַוועגונג נאָך זײַן אימיגראַציע קיין אַמעריקע. זײַן טאַטע און זיידע זענען אָבער געווען רביים אין אַן אַנדער טראַנסילוואַניש שטעטל, סיגעט.
מיט די "תּולדות־אַהרנער" איז די מעשׂה פֿאַרקערט. אַהרן ראָט — באַקאַנט ווי רב אַרעלע — איז געבוירן געוואָרן אינעם קאַרפּאַטישן שטעטל אונגוואַר, אין 1894. זײַן משפּחה איז נישט געווען קיין חסידישע. ווי אַ יונגערמאַן, האָט רב אַרעלע זיך אָבער שטאַרק פֿאַראינטערעסירט מיט חסידות, און געלערנט מיטן בעלזער רבין, רבי ישׂשׂכר־דובֿ רוקח, און מיטן בלאָזשעווער רבין, צבֿי־אלימלך שפּיראָ. דער בלאָזשעווער רבי, אַ באַקאַנטער מקובל, האָט געגעבן דעם יונגערמאַן אַן אייגענע באַוועגונג.

געשיכטע, פּובליציסטיק
פֿון שלום בערגער (‫אַמעריקע)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
פֿרויען־שקלאַפֿן אינעם שטאַט טענעסי, 19טן יאָרהונדערט

פֿאַראַכטאָגן האָב איך געזען אַ פּיעסע, "דהי וויפּינג בוי" (דאָס שמײַס־ייִנגל) פֿון מעטיו לאָפּעז. די פֿאָרשטעלונג איז געווען באַזירט אויפֿן באַגריף, אַז אַ טייל שקלאַפֿן אין דעם אַמעריקאַנער דרום זײַנען געווען אונטערן רשות פֿון ייִדן — און טייל מאָל, פֿון פֿרומע ייִדן. פֿאַראַן אַפֿילו פֿאַלן, ווען די שקלאַפֿן האָבן זיך אַליין געהאַלטן פֿאַר ייִדן, כאָטש צי זיי זײַנען טאַקע געווען ייִדן, על־פּי דין, איז שווער צו וויסן. ווי עס זאָל ניט זײַן, אַפֿילו אויב סוזשעט איז געווען אַן אינטערעסאַנטער, איז די אַלגעמיינע באַהאַנדלונג פֿונעם ענין ייִדישקייט געווען אומגעלומפּערט. באַזונדערס זײַנען מיר געגאַנגען אויף די נערוון די אַנאַכראָניזמען. כ׳מיין, געוויסע אויסדרוקן, וואָס זײַנען לינגוויסטיש נישט פּאַסיק פֿאַר יענער תּקופֿה.

חורבן, קולטור
פֿון מירל מניעווסקי (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אַ דראַמאַטיזירטע סצענע: חנה מיט איר וואַליזקע
די אָנדערטהאַלב מיליאָן ייִדישע קינדער וואָס זענען אומגעקומען בעתן חורבן, בלײַבן אַמערסטנס אומבאַקאַנט פֿאַר דער ברייטערער וועלט. אָבער אין די לעצטע פּאָר יאָר קומען אַרויס פֿילמען וואָס שילדערן דעם גיהנום פֿון אַ קינדס קוקווינקל. למשל, דער פֿראַנצויזישער פֿילם, Sarah’s Key, מאָלט דעם גורל פֿון אַ שוועסטער וואָס האָט פֿאַרשלאָסן איר קליין ברודערל אין אַ שאַפֿע, מיינענדיק, אַז דערמיט וועט זי אים ראַטעווען פֿון די דײַטשן, ווען פֿאַקטיש, ער איז דאָרט פֿאַרמויערט געוואָרן, געבליבן אויף הפֿקר צו שטאַרבן אַליין, ווײַל טאַטע-מאַמע און די שוועסטער זײַנען אַרעסטירט געוואָרן און האָבן אים נישט געקענט ראַטעווען. דער פֿילם, אַ בעלעטריסטישע דראַמע, ווײַזט ווי די שוועסטער שׂרה פּײַניקט זיך מיט איר שולד־געפֿיל צוליב דעם, וואָס זי האָט איבערגעלאָזט איר ברודערל. לסוף, האַלט זי, אַז זי איז שולדיק פֿאַר זײַן טויט. מע זעט אין פֿילם ווי איר שולד אַנטוויקלט זיך במשך פֿון איר נאָך-מלחמהדיקן לעבן און ווי די שולד רופֿט זיך אָפּ אין אַלע מענטשן, וואָס רירן זיך צו צו דער מעשׂה — די וואָס ווילן עס אַנטפּלעקן און די וואָס האָבן אַ פֿאַרבינדונג צו דער אומגליקלעכער משפּחה.
דער נײַער פֿילם, Inside Hana’s Suitcase, "אין חנהס וואַליזקע" איז נישט קיין דראַמע, נאָר אַ דאָקומענטאַר־פֿילם, וואָס האָט אויך דראַמאַטיזירטע סצענעס. אָבער דער עצם פֿונעם פֿילם איז צו ווײַזן, ווי אַזוי מען קען דערציִען קינדער וועגן דעם חורבן. ווי אינעם פֿילם Sarah’s Key, איז דער פֿילם אויך אַ מעשׂה וועגן אַ ברודער און שוועסטער. אָבער אין דעם פֿאַל איז דער ברודער, דזשאָרדזש בריידי, געבליבן לעבן און זײַן שוועסטער חנה איז אומגעקומען. מען זעט אינעם פֿילם ווי דזשאָרדזש, שוין אַן אַכציק־יאָריקער ייִד פֿון דער שארית-הפּליטה, ראַנגלט זיך מיטן געפֿיל פֿון שולד, צוליב דעם וואָס ער האָט נישט געקענט ראַטעווען זײַן קליין שוועסטערל.

געשיכטע, פּערזענלעכקײטן

אַ סילועט פֿון אָלוף גערהאַרד טיכזען — דער קריסטלעכער דענקער, וועלכער האָט באַקומען אַ סמיכה
אַ סך מענטשן באַטראַכטן דעם טיטל פֿון אַ רבֿ ווי אַ מין ייִדישער עקוויוואַלענט פֿון דער קריסטלעכער קירך־אָרדינאַציע. בײַ די קאַטויליקער און אָרטאָדאָקסישע (מיזרחדיקע) קריסטן שפּילן די גלחים אַ ריי ספּעציעלע ראָלעס, וועלכע אַ געוויינטלעכער מענטש איז נישט בכּוח אויסצופֿירן. דערפֿאַר מוז אַ גוטער קריסט גיין, לכל־הפּחות פֿון צײַט צו צײַט, אין קלויסטער אַרײַן, כּדי זיך מתוודה צו זײַן פֿאַר אַ גלח און אָנטיילצונעמען, אויך דורך אַ גלח, אין דעם עווכאַריסטיע־ריטואַל.
בײַ די פּראָטעסטאַנטן איז די מעשׂה אַנדערש. אין פּרינציפּ, גלייבן זיי, אַז יעדער קריסט קאָן טעאָרעטיש אויספֿירן אַלע פֿונקציעס פֿון אַ גלח. למעשׂה, זענען ס׳רובֿ פּראָטעסטאַנטישע גרופּעס גענוג שטרענג אָרגאַניזירט, און בלויז אַ מענטש, וועלכער האָט פֿאַרענדיקט אַ ספּעציעלן בילדונג־אַנשטאַלט, קאָן זאָגן, געוויינטלעך, אַז ער איז אַ פּאַסטאָר אָדער אַ פּרעסוויטער.
להיפּוך, באַטראַכט די טראַדיציאָנעלע ייִדישקייט דאָס רבנות פּרינציפּיעל אַנדערש און דערמאָנט, אין אַ סך אַספּעקטן, דעם מוסולמענישן מאָדעל פֿון גײַסטיקער פֿירערשאַפֿט. אַן אימאַם בײַ די סוניטן איז אַ קענער פֿון איסלאַם, וועלכער פֿירט אָן מיט אַ רעליגיעזער קהילה און ענטפֿערט אויף די שאלות. בײַ די שיִיִטן ווערט דער דאָזיקער טערמין באַנוצט בלויז לגבי אַ קליינער צאָל פֿון צוועלף אָדער זיבן יחידים פֿון אַמאָל, וועלכע ווערן באַטראַכט ווי גרויסע צדיקים, מיט וועלכע קיין הײַנטיקער מענטש קאָן זיך נישט פֿאַרגלײַכן. די דאָזיקע אמונה איז אויסערגעוויינטלעך ענלעך צו געוויסע דאָקטרינעס פֿון די ליובאַוויטשער חסידים; דאָס איז אָבער אַ טעמע פֿאַר אַ באַזונדערן אַרטיקל.