- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
הקיצור, האָב איך עס געקויפֿט און גענומען לייענען אויפֿן וועג קיין טאָראָנטאָ, וווּ אין משך פֿון דרײַ טעג האָט געפֿירט איר אַרבעט די קאָנפֿערענץ, אָרגאַניזירט — דווקא זייער גוט אָרגאַניזירט — דורכן טאָראָנטער אוניווערסיטעט. אַ צאָל אַקאַדעמיקער זײַנען געקומען פֿון עטלעכע לענדער — רוסלאַנד, דײַטשלאַנד, די פֿאַראייניקטע שטאַטן — צו רעדן וועגן כּלערליי אַספּעקטן פֿון דעם סאָוועטיש-ייִדישן לעבן און אומקום אין די יאָרן פֿון דער צווייטער וועלט-מלחמה. ווי מע טוט אָפֿט בשעת אַזעלכע צונויפֿקומענישן, האָבן די אָרגאַניזאַטאָרן אויך געמאַכט מעגלעך צו קויפֿן נײַע, טעמאַטיש שייכדיקע, ביכער. אַזוי האָב איך געקויפֿט נאָך איין בוך — פֿון דעם האָלענדישן פֿאָרשער קאַרעל בערקהאָף. הייסן הייסט עס Motherland in Danger: Soviet Propaganda During World War II, "מוטערלאַנד אין געפֿאַר: סאָוועטישע פּראָפּאַגאַנדע בעת דער צווייטער וועלט-מלחמה". אַגבֿ, בערקהאָף, וואָס האָט זיך באַטייליקט אין דער קאָנפֿערענץ, האָט מיר געזאָגט, אַז איך בין געוואָרן דער ערשטער קונה פֿון זײַן בוך — ס׳איז ממש נאָר וואָס אַרויס פֿון דעם פֿאַרלעגערישן אויוון. נישט לאַנג צוריק האָט דער מחבר פֿון די שורות איבערגעלייענט אַנרי קאָרבענס בוך "די געשיכטע פֿון איסלאַמישער פֿילאָסאָפֿיע". קאָרבען (1903—1978), אַ פֿראַנצויזישער פֿילאָסאָף און אַ פּראָפֿעסאָר פֿונעם סאָרבאָנער אוניווערסיטעט, איז געווען אַן אויסגעצייכנטער קענער פֿון סופֿיזם — דער מוסולמענישער מיסטיציזם. אין פֿאַרגלײַך מיט דעם פֿאָרמעלן "טרוקענעם" צוגאַנג פֿונעם גרויסן אַקאַדעמישן קבלה־פֿאָרשער גרשום שלום, וועלכער האָט געלעבט אין דער זעלבער תּקופֿה, האָבן קאָרבענס ווערק אַ וווּנדערלעכן ראָמאַנטישן טעם. מיט זיבן יאָר צוריק איז אַרויס מײַן בוך אונטערן טיטל In Harness, וואָס איז (דער טיטל, הייסט עס) אַן איבערזעצונג פֿון "אין שפּאַן" — אַזוי האָט געהייסן דער ייִדישער ליטעראַרישער זשורנאַל, וואָס האָט זיך באַוויזן אין 1926 און ניט דערלעבט ביזן סוף פֿון יענעם יאָר. דוד בערגעלסאָן איז געווען די צענטראַלע פֿיגור אין דעם זשורנאַל, און זײַן אַרטיקל וועגן די דרײַ ייִדיש-צענטערס, מיטן אָפּגעבן די בכורה דעם סאָוועטן-פֿאַרבאַנד און ניט פּוילן צי אַמעריקע, איז געוואָרן אַן ענין, וועלכן מע האָט הייס אַרומגערעדט אין דער ייִדישער פּרעסע. דעם ענין פֿון די צענטערס פֿאַרגעסט מען ניט אויך עד-היום-הזה, לכל-הפּחות — אין דער אַקאַדעמישער ליטעראַטור. און אָט איצט, נאָך 70 יאָר זינט יענע טראַגישע געשעענישן ווערט טראַיאַן פּאָפּאָוויטש ווידער דערמאָנט, אין שײַכות מיטן פֿילם, וואָס ווערט איצט פֿילמירט אין טאָראָנטאָ, קאַנאַדע, וווּ די הויפּט־ראָלע פֿון טראַיאַן פּאָפּאָוויטש שפּילט דער באַרימטער האָליוווּד־אַקטיאָר דאָנסטין האָפֿמאַן. דעם פֿילם וועט מען, מעגלעך, זען נאָך הײַיאָר און דערווײַל הייסט ער "20,000". יאָ, נישט גרינג, מיט לאַנגע פֿאַרדרייטע וועגן קומט צום מענטשן די אָנערקענונג, וואָס ער האָט פֿאַרדינט נאָך בײַם לעבן. טראַיאַן פּאָפּאָוויטש איז געבוירן געוואָרן אין 1892, אינעם בוקאָווינער דאָרף, וואָס הײַנט הייסט עס אודעשט, רומעניע. זײַן פֿאָטער איז געווען אַ דורותדיקער גלח. נאָכן פֿאַרענדיקן די גימנאַזיע האָט טראַיאַן פֿאָרגעזעצט זײַן לערע ווי אַ סטודענט פֿונעם יורידישן פֿאַקולטעט בײַם טשערנאָוויצער אוניווערסיטעט. נאָך דער ערשטער וועלט־מלחמה פֿאַרטיידיקט ער זײַן דיפּלאָם און הייבט אָן די קאַריערע פֿון אַן אַדוואָקאַט. דער "הײַנט" האָט זיך באַוויזן אין יאָר 1908. אין יענע שטורמישע יאָרן האָט די צאַרישע רעגירונג אַ ביסל אָפּגעלאָזט די לייצעס, געפּרוּווט אויף אַזאַ אופֿן אײַנשטילן די באַפֿעלקערונג נאָך דער ערשטער רוסישער רעוואָלוציע פֿון 1905. ווי אַ פּועל-יוצא, איז דער פּרעסע, בפֿרט דער ייִדישער, געוואָרן גרינגער צו לעבן. שוין אָפּגעשמועסט פֿון דעם וואָס צו יענער צײַט האָט זיך באַוויזן אַן עולם, וואָס האָט געוואָלט לייענען אַ וועלטלעכע ייִדישע צײַטונג. דער "הײַנט" איז דאָך געווען וועלטלעך און גאַנץ ציוניסטיש דערצו. למשל, אין די 1930ער יאָרן איז וולאַדימיר (זאבֿ) זשאַבאָטינסקי געווען אַן אַקטיווער מחבר פֿון "הײַנט". ציוניסטיש געשטימט איז געווען שמואל-יעקבֿ יאַצקאַן (1874—1936), דער ערשטער רעדאַקטאָר און מיט-באַלעבאָס פֿון דער צײַטונג. איצט איז ער כּמעט פֿאַרגעסן געוואָרן, אָבער אין די ערשטע יאָרצענדליקער פֿון דעם פֿאָריקן יאָרהונדערט איז זײַן נאָמען געווען גוט באַקאַנט אין דער ייִדישער סבֿיבֿה און איז אַפֿילו געוואָרן אַ מין שם-דבֿר: "יאָצקאַניזם" האָט מען דעמאָלט אַסאָציִיִרט מיט אַ קאָמערציעלן צוגאַנג צום פּראָצעס פֿון שאַפֿן און פֿאַרשפּרייטן אַ ייִדישע צײַטונג. מיט יאַצקאַנס נאָמען זײַנען פֿאַרבונדן אויך אַנדערע אויסגאַבעס, למשל דער "פּאַריזער הײַנט" (1926—1940) — די ערשטע סטאַבילע ייִדישע טאָגצײַטונג אין מערבֿ-אייראָפּע. הײַנט, אַז ס׳איז געקומען דערצו, האָב איך געעפֿנט אויך אַ שופֿלאָד וווּ עס האָבן זיך געפֿינען מײַן טאַטנס באַשרײַבונגען, שילדערונגען, אָבסערוואַציעס, פֿעליעטאָנען וואָס זײַנען דערשינען אין דער ייִדישער מינכענער פּרעסע וווּ מײַן טאַטע, חיים שמולעוויטש, האָט געשריבן און באַשריבן אונדזער לאַגער־לעבן אַזוי ווי מײַן טאַטע האָט עס געקענט. איך וועל אײַך מכבד זײַן מיט אַ סעריע פֿון מײַן טאַטנס באַשרײַבונגען וואָס וועלן זיכער דערשינען אינעם דאָקומענטאַרן ישׂראלדיקן פֿילם. און אָט וואָס ער שרײַבט: "1945! דײַטשלאַנד איז געלעגן אין חורבֿות, היטלערס טרוים צו מאַכן אייראָפּע ‘יודנריין,’ איז נישט מקיים געוואָרן. די אָפּגעראַטעוועטע רעשטלעך פֿון אייראָפּעיִשן ייִדנטום זײַנען נאָך דער באַפֿרײַונג געבליבן שטעקן אויף דער טמאדיקער דײַטשער ערד, און ווײַטער גענומען חלומען פֿון ממשיך זײַן דאָס לעבן. אָנגעהויבן שטודירן ייִדיש האָב איך אין מיטלשול, וווּ מײַן ענגליש־לערערין (אַ ייִדענע פֿון טאָלעדאָ, אָהײַאָ, מיט דיקע ברילן אײַנגעראַמט אין שוואַרץ, מיט אַ באַגרענעצטן געדולד און נישט־קאָנטראָלירטער צוקער־קראַנקייט) האָט מיר געגעבן אָנצוהערן, אַז זי קען מײַנע פֿויליאַקישע, לעצט־יאָריקע שטיק, און איך דאַרף זיך נעמען צו עפּעס אַ תּכלית. דאָס ערשטע ווערק אויף ייִדיש וואָס כ׳האָב געפּרוּווט צו לייענען, איז געווען שלום אַשס אַ ראָמאַן, וואָס די טעמאַטיק דערפֿון האָט אַרויסגערופֿן פֿאַרחידושטע בליקן בײַ די עלטערן. די מעשׂה וועגן דעם, ווי אַזוי כ׳פֿיל זיך פּערזענלעך פֿאַרבינדן מיט דער צײַטשריפֿט "די גאָלדענע קייט" איז נישט קיין געוויינטלעכע. אין איר פֿיגורירט אַ שטאָט באַלטימאָר, מערילענד, וואָס איז נישט בײַ יעדן אַסאָציִיִרט מיט אונדזער ליטעראַטור. אין יאָר 1947 האָט אַבֿרהם סוצקעווער געפֿלירטעוועט מיטן קאָמוניזם אין פּאַריז, טאַקע בלויז עטלעכע חדשים; ער האָט זיך געשלאָגן דעמאָלט מיט דער דעה, אַוווּ זאָל ער זיך, מיט זײַן משפּחה, באַזעצן — אין קאָלומבוסעס מדינה צי אין ארץ־ישׂראל? מאַקס ווײַנרײַך (וואָס האָט זיך מיט אים יאָרן־לאַנג אַדורכגעשריבן) האָט אים געעצהט בזה הלשון: אַסף מעסערער, דער גרינדער פֿון דער דינאַסטיע, וואָס האָט געבראַכט אַ שם דעם רוסישן באַלעט אין דער וועלט, איז געבוירן געוואָרן אין ווילנע, אין 1903. אין דער משפּחה האָבן אַלע קינדער געטראָגן העברעיִשע נעמען. אַסף האָט זיך נישט געלערנט אין אַ טראַדיציאָנעלער באַלעט־שול; ער האָט זיך בכלל אָנגעהויבן לערנען טאַנצן בײַ זײַנע 15 יאָר; אָבער זײַענדיק פֿון דער נאַטור זייער אַ געראָטענער יונג, איז ער נאָך דרײַ יאָר לערע (1921) אָנגענומען געוואָרן אין דער באַלעט־טרופּע פֿונעם גרויסן טעאַטער אין מאָסקווע. די ערשטע ייִדישע לאַנדווירטשאַפֿטלעכע קאָלאָניעס אין דער רוסישער אימפּעריע זענען אויפֿגעקומען אינעם יאָר 1807. עטלעכע גרופּעס קאָלאָניסטן — דער עיקר, ווײַסרוסישע ליטוואַקעס — האָבן זיך באַזעצט אין דער כערסאָנער גובערניע, מיזרח־אוקראַיִנע, און פֿאַרלייגט דעם יסוד פֿון אַ גאַנצן קלאַס פֿון ייִדן־פּויערים. צום יאָר 1810, זענען אינעם דאָזיקן ראַיאָן שוין געווען נײַן ייִדישע לאַנדווירטשאַפֿטלעכע קאָלאָניעס, וווּ עס האָבן געוווינט שוין 3,640 תּושבֿים. נאָך עטלעכע גאָר שווערע יאָר פֿון מיגראַציע און באַהערשונג פֿונעם נײַעם לעבנס־שטייגער, האָט זיך אין אַ צאָל ייִדישע אַגריקולטור־קאָלאָניעס אַנטוויקלט אַ בליִענדיקע ווירטשאַפֿט. זייער דערפֿאָלג האָט צוגעצויגן דעם אינטערעס פֿון אַ צאָל פֿילאַנטראָפּן און טוער, לאַוו־דווקא אין רוסלאַנד, וועלכע האָבן פֿאָרגעלייגט אַריבערצוברענגען די ייִדישע פֿאַרמער פֿון מיזרח־אייראָפּע אין אַנדערע לענדער. אַ טייל אַזעלכע פּלענער זענען טאַקע פֿאַרווירקלעכט געוואָרן מיט מזל. למשל, באַראָן מאָריס דע הירש, אַ רײַכער דײַטשישער ייִד, האָט געשטיצט די אָרגאַניזאַציע פֿון ייִדישע פֿאַרמער־קאָלאָניעס אין אַרגענטינע, וווּ עס האָט זיך אָנהייב 20סטן יאָרהונדערט געשאַפֿן אַן אוניקאַלע אייגנאַרטיקע קולטור פֿון ייִדישע "גאַוטשאָס". אינעם יאָר 1901 האָט מען געשיקט דעם ערשטן ראַדיאָ־סיגנאַל איבער דעם אַטלאַנטישן אָקעאַן. פֿאַר דעם, איז די קאָמוניקאַציע צווישן אייראָפּע און אַמעריקע געווען באַגרענעצט. הגם דער ערשטער טראַנסאַטלאַנטישער טעלעגראַף־קאַבל האָט אָנגעהויבן אַרבעטן נאָך אינעם יאָר 1858, האָט ער אָפּגעאַרבעט בלויז אַ חודש. דורך די שפּעטערדיקע, מער דערפֿאָלגרײַכע קאַבלען האָט מען געקאָנט איבערשיקן בלויז עטלעכע ווערטער אין אַ שעה צו אַ פּאָר אַבאָנענטן. ערשט אינעם 20סטן יאָרהונדערט, צוליב דער אַנטוויקלונג פֿון דער ראַדיאָ־אַפּאַראַטור, איז געוואָרן מעגלעך גיכע און פֿאַרלאָזלעכע פֿאַרבינדונג צווישן די קאָנטינענטן. אינעם יאָר 1903 האָבן די ברידער אָרוויל און ווילבור רײַט געשאַפֿן דעם ערשטן עראָפּלאַן. דער היסטאָרישער פֿלי האָט פֿאַרלייגט דעם אָנהייב פֿון אַ נײַער תּקופֿה, ווען נישט בלויז אינפֿאָרמאַציע, נאָר די מענטשן אַליין האָבן באַקומען אַ מעגלעכקייט אַרומצופֿאָרן גיך איבער דער וועלט. נישט געקוקט, וואָס דער וויסנשאַפֿטלעכער פּראָגרעס פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט האָט געמאַכט די מענטשן פֿון פֿאַרשיידענע לענדער נענטער איינער צום צווייטן, זענען די טעכנאָלאָגיעס אויך געוואָרן אַ יסוד פֿון דער טויט־מאַשין, וועלכע האָט אומגעבראַכט צענדליקער מיליאָנען נפֿשות בעת די צוויי וועלט־מלחמות. מיט עטלעכע וואָכן צוריק האָט מײַן קאָלעגע הערשל גלעזער געשריבן וועגן דער עטימאָלאָגיע פֿונעם וואָרט "פּאָמידאָרן". פּאָמידאָרן אינטערעסירן מיך אויך, און ניט נאָר ווײַל איך שטאַם פֿון אוקראַיִנע, וווּ עס וואַקסן זייער געשמאַקע פּאָמידאָרן. דער ענין האָט מיך פֿאַראינטערעסירט בײַם לייענען פּרץ מאַרקישעס ראָמאַן "טראָט פֿון דורות". גייט דאָרט די רייד, בפֿרט, וועגן די פּוילישע ייִדן, וועלכע זײַנען אַרײַנגעפֿאַלן אין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד בײַם אָנהייב פֿון דער צווייטער וועלט-מלחמה. איינער פֿון די פּליטים האָט באַשלאָסן צו פֿאַרזעצן פּאָמידאָרן. ווײַטער שטייט אין דעם ראָמאַן געשריבן: |