- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
ישׂראל צינבערג זייער אינטערעסאַנט איז מיר אויך געווען צינבערג. צינבערג האָט אָנגעהויבן פֿון יענער תּקופֿה, וואָס איך האָב שוין פֿריִער פֿאַר [איר] געהאַט אַ האַרציקע באַציִונג: די גאָלדענע תּקופֿה ([ווי] מע האָט דעמאָלט גערופֿן) אין שפּאַניע, פֿון גבֿירול, פֿון יהודה הלוי מיט נאָך אַנדערע. ער האָט געהאַלטן די לעקציעס טאַקע אויף רוסיש, אָבער די טעקסטן פֿון די דאָזיקע אַלע לידער אָדער אַ סך ציטאַטן פֿון פֿאַרשיידענע ביכער פֿלעגט ער געבן אויף העברעיִש. ער פֿלעגט גלײַך איבערזעצן, אָדער ער פֿלעגט אַ מאָל בעטן עמעצן אַן אַנדערן פֿון די תּלמידים, וואָס ער האָט געוווּסט, אַז זיי פֿאַרשטייען, איבערצוזעצן. חוץ דעם האָט זיך מיט צינבערג אײַנגעשטעלט זייער אַ האַרציקע, נאָענטע פֿאַרבינדונג צוליב דעם, וואָס צינבערג האָט געוווינט אַן אָנדערטהאַלבן בלאָק אומגעפֿער פֿון דעם אָרט וווּ מיר האָבן געוווינט. אין דער צײַט, אין אָוונט, ווען ס׳איז ניט געווען וווּ צו גיין, אויך ניט צו גיין מיט אַ מיידל, אויך ניט צו גיין אין טעאַטער (אין טעאַטער בין איך דעמאָלט אַ סך געגאַנגען, דער עיקר נאָך דער רעוואָלוציע, פֿאַר דער רעוואָלוציע), פֿלעג איך זיך אַרײַנכאַפּן צו אים. צינבערג האָט עס ליב געהאַט, דאָס איז געווען פֿאַר אים אַ מין אָפּרו. גימנאַזיע אין ווילנע אַז איך בין אַלט געוואָרן שוין איבער 13 יאָר און געהאַט געענדיקט די פּראָגימנאַזיע, איז געקומען די פּראָבלעם, וווּ שיקט מען מיך ווײַטער זיך לערנען. אין פּאַלאָנגע אַליין איז ניט געווען קיין גימנאַזיע, אין ליבאַווע וואָלט מען ניט אָנגענומען. ערשטנס האָט מען אָנגענומען אומעטום זייער ווייניק ייִדן. ליבאַווע — די גאַנצע קורלענדער גובערניע איז געווען אויסער דעם תּחום־המושבֿ, אויסער יענע גובערניעס וווּ ייִדן האָבן געמעגט וווינען. עס זײַנען נאָר געווען 3 און אין געוויסע שטעט נאָר 5 פּראָצענט ייִדן [אָנגענומען אין די גימנאַזיעס]. דער פֿאַרלאַנג איז געווען אַלע מאָל אַ סך אַ גרעסערער, איז ניט געווען קיין שום האָפֿענונג צו קענען אין ליבאַווע, דאָרטן וווּ מײַן פֿעטער וווינט, וווינען. דעם האַרבסט לערן איך פֿאַרן ביז-גראַדויִר-עולם אַ קורס פֿון רוסיש-ייִדישער געשיכטע (און כ’האָב דווקא אַ קלאַס פֿון גאָר אַ נישקשהדיקער גרייס). קוק איך, פֿאַרשטייט זיך, אַרײַן אין כּלערליי ביכער, כּדי דערפֿרישן אין מײַן זכּרון פֿאַרשיידענע פּרטים פֿון די געשעענישן אין צאַרישן, סאָוועטישן און הײַנטיקן רוסלאַנד. האָב איך זיך פּלוצעם געכאַפּט, אַז הײַיאָר, און דווקא אין אויגוסט און סעפּטעמבער, קען מען אָפּמערקן אַ שטיקל יוביליי. די רייד גייט וועגן דער ערשטער צעטיילונג פֿון פּוילן, אין יאָר 1772. דאָס הייסט, אַז מין 240 יאָר צוריק האָט זיך, אין תּוך אַרײַן, אָנגעהויבן די רוסיש-ייִדישע געשיכטע. אויב פֿריִער פֿלעגן ייִדן זיך נאָר אַרײַנכאַפּן קיין רוסלאַנד, איז זינט 1772 האָט זיך אין לאַנד באַוויזן אַ שטענדיקע ייִדישע באַפֿעלקערונג. ווי מיר ווייסן, האָט מען פּוילן צעטיילט נאָך צוויי מאָל, אין 1793 און 1795, און סוף-כּל-סוף האָט אַזאַ לאַנד אויפֿגעהערט צו עקזיסטירן, לכל-הפּחות ווי אַן אומאָפּהענגיקע מדינה. בינו-לבינו איז רוסלאַנד, וואָס האָט תּמיד געציטערט פֿאַר דער “שעדלעכער השפּעה" פֿון ייִדן, באַרײַכערט געוואָרן מיט אַ ריזיקער ייִדישער באַפֿעלקערונג. דאָס הייסט ניט, אַז שוין סוף 18טן יאָרהונדערט האָבן זיך באַוויזן ייִדן, וואָס האָבן זיך געהאַלטן פֿאַר “רוסישע". דאָס איז געווען אַ לאַנגער פּראָצעס; שוין אָפּגעשמועסט פֿון דעם, וואָס אַ גרויסער חלק ייִדן האָבן זיך קיין מאָל ניט אויפֿגעהערט צו האַלטן פֿאַר פּוילישע. “רוסישע ייִדן" איז, בכלל, אַ טערמין, וואָס שפּיגלט אָפּ ניט אַזוי די געאָגראַפֿיע, ווי די קולטור און די שפּראַך. ס’רובֿ “רוסישע ייִדן" זײַנען דאָך געווען, און בלײַבן, תּושבֿים, געוועזענע צי איצטיקע, פֿון אוקראַיִנע, ווײַסרוסלאַנד, מאָלדאָווע וכ’. ווי אַ קינד, האָב איך אָנטייל גענומען אין אַזוינע זומער־קאָלאָניעס. פֿריִער אין אַ “האַלב־קאָלאָניע" אין אַ דאָרף מאַלאָי־קעשטשיזנע לעבן דער שטאָט לידע, און שפּעטער אין אַ קאָלאָניע וואָס איז געווען אין אַ היילונג־דאָרף נאָוואָיעלנע. אַ “האַלב־קאָלאָניע" איז געווען אַזאַ מין קאָלאָניע, וואָס די קינדער פֿלעגן אַהין קומען אין דער פֿרי און זיך אומקערן צו זיך אַהיים אין די אָוונט־שעהען. אַ “קאָלאָניע" האָט געהייסן, אַז די קינדער געפֿינען זיך דאָרט סײַ בײַ טאָג און סײַ בײַ נאַכט במשך פֿון אַ מאָנאַט צײַט. די איניציאַטאָרן און גרינדער פֿון די קאָלאָניעס זענען געווען די מיטגלידער פֿון דער ייִדישער געזעלשאַפֿט “טאָז", וועלכע האָט געוויס באַקומען שטיצע פֿון די ייִדישע אָרגאַניזאַציעס אין אויסלאַנד. פֿאַר אונדז, קינדער, האָט זיך דאָרט געעפֿנט אַ שיינע וועלט צווישן די פֿעלדער און וועלדער פֿון ווײַסרוסלאַנד, און מיר האָבן דאָרט גענאָסן פֿון לערערס און דערציִער וועלכע האָבן אונדז באַקאַנט געמאַכט מיט פֿאַרשיידענע שפּילן, מיט ליטעראַרישע שריפֿטן אין ייִדיש און אויך מיט גוטע באַדינגונגען פֿון עסן, רוען און חבֿרשאַפֿט. דער באָבעס מיצווה ס׳איז געווען זאַכן, ווען די באָבע פֿלעגט מיר אויך געפֿעלן ווערן. די באָבע פֿלעגט באַזאָרגן, אַז די מאַמע זאָל קאָכן. (די קעכין איז געווען די מאַמע, נישט די באָבע.) ווי נאָר מע האָט זיך דערוווּסט, אַז אין שטעטל איז דאָ אַ קראַנקער, פֿלעגט מען עס קאָכן פֿאַר אים אַ הינדל, אַ האַלב הינדל, פֿלעגט מען שיקן אײַנגעמאַכטס, וואַרעניע פֿון אײַנגעמאַכטס פֿון קאַרשן, פֿון אײַנגעמאַכטס פֿון מאַלינעס. (עמעצער האָט געזאָלט שוויצן, פֿלעגט מען שיקן אײַנגעמאַכטס פֿון מאַלינעס.) איך בין געווען דער עלטסטער זון און איך בין געווען דער וואָס האָט געבראַכט די דאָזיקע זאַכן פֿון גאָר קינדערשע יאָרן אָן, ביז כּמעט די גאַנצע צײַט ווען איך בין געווען אין שטעטל צוזאַמען מיט מײַנע עלטערן. די דאָזיקע [איז] געווען אַ שליחות וואָס איך האָב אַלע מאָל זייער ליב געהאַט. די באָבע פֿלעגט אַכטונג געבן אויף [דעם], דאָס איז געווען, אַזוי צו זאָגן, איינע פֿון אירע הויפּט מיצוות. (זי האָט געהאַט אַ גאַנצע סעריע פֿאַרשיידנסטע מיצוות, וואָס מע קען האַלטן פֿאַר אַ מיצווה אָדער ניט.) זיסיקייטן איך בין געווען, אַגבֿ, פֿון די, וואָס האָבן נישט ליב געהאַט, פֿון מײַנע קינדערשע יאָרן אָן, קיין זיסיקייטן. איין זאַך פֿלעג איך יאָ זייער ליב האָבן און פֿלעג אַפֿילו אַליין גנבֿענען. דאָנערשטיק, פֿרײַטיק פֿלעגט מען באַקן פֿאַרשיידענע געבעקס. זומער פֿלעגט אַלע מאָל זײַן אַ קעזקוכן אָדער אַ שמאַנטקוכן אָדער עפּעס אַזוינס וואָס אין די אַנדערע מקומות איז דאָס ניטאָ. און חוץ דעם ברוינע קיכעלעך, האָניק־קיכעלעך. די דאָזיקע ברוינע קיכעלעך פֿלעג איך זען קריכן אויפֿן בופֿעט — ס׳איז געווען אַ גרויסער, הויכער בופֿעט — פֿלעג איך זען אַרויסכאַפּן וויפֿל מע קען. מע פֿלעגט ברענגען פֿרוכטן פֿון קרים, אויב דער טאַטע פֿלעגט קומען פֿון דרום־רוסלאַנד, אָדער מע פֿלעגט אַ מאָל צושיקן — די אַלע זאַכן פֿלעגן מיך ניט פֿאַראינטערעסירן. [נאָר] די האָניק־קיכעלעך ווער האָט אויסגעטראַכט דעם באַגריף "קליינשטעטלדיקייט"? ווי עס האָט אַנטדעקט פּראָפֿעסאָר אַרקאַדי קאָוועלמאַן, דער ראָש פֿונעם אָפּטייל פֿאַר ייִדישע לימודים אינעם מאָסקווער מלוכישן אוניווערסיטעט, טרעפֿט זיך דאָס דאָזיקע וואָרט צום ערשטן מאָל אין די חיבורים פֿונעם גריכיש־ייִדישן דענקער פֿילאָן פֿון אלכּסנדריה־של–מצרים, אויפֿן שוועל פֿון דער קריסטלעכער תּקופֿה. פֿילאָן האָט צעטיילט ייִדן פֿון זײַן צײַט אויף צוויי מינים׃ די "גרויסשטאָטישע", אויף גריכיש "קאָסמאָפּאָליטן", און די קליינשטעטלדיקע, אויף גריכיש "מיקראָפּאָליטן". קאָוועלמאַן דערקלערט פֿילאָנס צוגאַנג׃ "אַ קליינשטעטלדיקער 'מיקראָפּאָליט’ לייענט תּורה כּפּשוטו און זעט אין איר ניט קיין אַבסטראַקטע פֿילאָסאָפֿישע קאַטעגאָריעס". די גרויסשטאָטישע אינטעליגענטן–"קאָסמאָפּאָליטן", להיפּוך, טײַטשן די תּורה אויס אַלעגאָריש, אין הסכּם מיט די פֿילאָסאָפֿישע שיטות פֿון פּלאַטאָן און אַריסטאָטעל. איך מיין ניט דערמיט סתּם ייִדישע מיטגלידער פֿון דעם שרײַבער-פֿאַראיין. זייער צאָל איז תּמיד געווען אַ גרויסע. שוין דער ערשטער צוזאַמענפֿאָר האָט באַוויזן די ראָלע פֿון ייִדן אין דער סאָוועטישער ליטעראַטור: צווישן די 597 דעלעגאַטן, זײַנען געווען 201 רוסן, 113 ייִדן, 28 גרוזינער, 25 אוקראַיִנער, און אַזוי ווײַטער. אָבער מיך אינטערעסירן, פֿאַרשטייט זיך, די “ייִדישע ייִדן" — די, וואָס האָבן געהערט צו דער ייִדישער ליטעראַטור. און זייער קול האָט זיך אויך געהערט בעתן ערשטן צוזאַמענפֿאָר: דוד בערגעלסאָן און איציק פֿעפֿער האָבן גערעדט; און ניט נאָר זיי. צווישן די דעלעגאַטן פֿון ווײַסרוסלאַנד זײַנען געווען, אַ שטייגער, אויך די דיכטער איזי כאַריק און זעליג אַקסעלראָד. אויסלענדישע ייִדישע שרײַבער זײַנען געקומען ווי געסט. שווערע אַרבעט, איבערגעגעבנקייט, אויסדויער זײַנען די אויסגעשפּראָכענע כאַראַקטער־שטריכן וואָס באַצייכענען סאָניאַס טעטיקייט מיט דעם קולטור־קרײַז אונטער איר אויפֿזיכט. דער לעצטער צוזאַמענקום פֿון סעזאָן — שוין כּמעט אַ טראַדיציע — ווערט געווידמעט דעם פֿאָרטראָג פֿון רבֿקה באַסמאַן בן־חיים, דאָס מאָל וועגן “יונג־ישׂראל" — די לעגענדאַרע גרופּע פֿון ייִדיש־שאַפֿונג אין ישׂראל, וווּ רבֿקה באַסמאַן איז געווען אַ טייל פֿון איר. רבֿקה באַסמאַן, וואָס טריפֿט מיט דיכטונג, ווי פֿון אַן אייביקן קוואַל, און איז אַזוי ברייטגיביק מיט איר אייגענער פּאָעזיע, גיט זיך לײַכט נישט איבער, ווען זי דאַרף דערציילן וועגן אירע “יונג־ישׂראל"־קאָלעגן און חבֿרים און איבער זייער שאַפֿונג. דעריבער זיצט דער עולם אַזוי געשפּאַנט און וואַכזאַם אויסצוהערן דעם פֿאַרכאַפּנדיקן רעפֿעראַט אירן. זיי ווייסן נישט גענוי, אָבער אינטויִטיוו פֿילן זיי, אַז דאָ הערן זיי זיך צו צו אַ זעלטענעם ווידוי־אויפֿטריט וואָס פֿאַר דער לעקטאָרין איז עס אַזוי אייגן און נאָענט במשך יאָרן־לאַנג. די פּליטים עס זײַנען שוין געווען אין ווילנע טויזנטער ייִדישע פּליטים, אַנטלאָפֿענע און אַרויסגעטריבענע פֿון אַ טייל פֿון דער קאָוונער גובערניע, אויך אַ ביסל פֿון דער קורלאַנדער גובערניע. מע האָט געטריבן פֿון די גרענעצן, און עס זײַנען אָנגעקומען אין ווילנע טויזנטער ייִדישע משפּחות, אָרעמע, פֿון כּמעט גאַנץ ליטע; אַ טייל פֿון קאָוונער גובערניע און פֿון ווילנער גובערניע. מע האָט די דאָזיקע משפּחות ביסלעכווײַז עוואַקויִרט פֿון ווילנע. ס׳איז געשאַפֿן געוואָרן דעמאָלט אַ קאָמיטעט, וואָס זײַן צענטער איז געווען אין פּעטראָגראַד, צו קענען אַרויסשיקן פֿון ווילנע די פּליטים און צו קענען זיי אַוועקשיקן ווײַטער אין אַנדערע רוסישע גובערניעס. דאָס ווערן אַ פֿאָלקיסט פֿון אַלע זײַטן אָרעמקייט: כּמעט באָרוועסע קינדער, פֿאַרשמוציקטע קינדער. און עס האָט מיך געצויגן אַהין. נאָכן גיין דאָס ערשטע מאָל פֿלעג איך וועלן גיין דאָס צווייטע מאָל און דאָס דריטע מאָל. און ביסלעכווײַז, אין דעם דאָזיקן פּראָצעס פֿון גיין, בין איך געוואָרן אַ פֿאָלקיסט. און די ווירקונג איז געווען פֿריִער פֿון אַלץ פֿון רוסישער ליטעראַטור, ניט פֿון ייִדישע פֿאָלקיסטישע געדאַנקען וואָס זײַנען דעמאָלט געווען. די פֿרוי האָט מיר נישט געגלייבט אַפֿילו, ווען איך האָב איר געוויזן עטלעכע ביכער אויף ייִדיש, אַרויסגעגעבן אין מאָסקווע אין די 1960—1980ער יאָרן. זי האָט זיך אָבער פֿאַרטראַכט אויף אַ מינוט און געמאַכט אַ חידושדיקן אויספֿיר: די דאָזיקע ביכער מוזן זײַן אַ רעזולטאַט פֿון עפּעס אַ קאָמוניסטישער קאָנספּיראַציע. די סאָוועטישע מלוכה האָט געוואָלט ווײַזן דעם מערבֿ, אַז זי רודפֿט נישט די ייִדישע קולטור, און צוליב דעם אַרויסגעגעבן אַ קליינע צאָל ייִדישע ביכער ספּעציעל מיט אַזאַ ציל. אונדזערע לייענער ווייסן, אַז דעם 12טן אויגוסט, 1952, נאָך אַ פֿאַרמאַכטן טריבונאַל, זענען אין מאָסקווע דערהרגעט געוואָרן די פֿירנדיקע סאָוועטישע ייִדישע שרײַבער. סטאַלינס רעגירונג האָט זיי באַשולדיקט אין שפּיאָנאַזש, פֿאַרראַט און אַנדערע שווערע פֿאַרברעכנס. צי דער דאָזיקער טרויעריק־באַרימטער געריכט־פּראָצעס איז געווען אַן אַקט פֿון ברוטאַלן אַנטיסעמיניזם, צי אַ טייל פֿון סטאַלינס אַלגעמיינער פּאַראַנאָיע, אַכזריות און טאָטאַליטאַריזם; ווי מע זאָל עס נישט דעפֿינירן, האָט דער מאָרד פֿון דער שרײַבער־עליטע פּאַראַליזירט די אַנטוויקלונג פֿון ייִדישער קולטור אינעם ראַטן־פֿאַרבאַנד ביז כרושטשאָווס תּקופֿה. |