ביאָגראַפֿיעס
פֿון מיכל יאַנקיווסקי (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

צווישן די ייִדישע גדולים אין די דראַמאַטיש־גורלדיקע יאָרן פֿון אייראָפּעיִשן ייִדנטום פֿאַרנעמט שמעון דובנאָוו אַ זייער בכּבֿודיק אָרט. זײַן לעבנסווערק "די וועלט־געשיכטע פֿון ייִדישן פֿאָלק" אין צען בענד איז פֿול, אָדער געקירצט, איבערגעזעצט געוואָרן אין כּמעט אַלע קולטור־שפּראַכן. אויף דעם יסוד זײַנען צונויפֿגעשטעלט געוואָרן אַ שלל לערנביכער. זײַנע נאָכפֿאָלגער זײַנען געוואָרן פּרעסטיזשפֿולע ייִדישע היסטאָריקער. דובנאָווס פֿאָרשערישע און געזעלשאַפֿטלעכע טעטיקייט פֿון זײַן יוגנט ביזן לעצטן אָטעם, איז געווען ענג באַהאָפֿטן מיט די פֿריידן און ליידן פֿון פּײַנפֿולן ייִדישן פֿאָלק. פֿאַרוואָס ווערט עס באַטאָנט? ווײַל צענדליקער טויזנטער פֿון זײַנע שטאַמברידער האָבן אין פֿרעמדע רייען געדאגהט ווי אויסצולייזן די רוסישע אימפּעריע און פֿאַר איינס די וועלט.

פּערזענלעכקײטן, רעליגיע, געשיכטע
אליהו בן־אַמוזג

דעם 27סטן אויגוסט האָט דער מחבר פֿון די שורות פֿאַרעפֿנטלעכט אינעם "פֿאָרווערטס" אַן אַרטיקל וועגן וולאַדימיר סאָלאָוויאָוו — אַ באַרימטער רוסישער קריסטלעכער פֿילאָסאָף און אוהבֿ־ישׂראל. זײַנע אידעען האָבן אַרויסגערופֿן אַן אינטערעס בײַ אַ צאָל ייִדישע מיסטיקער.

ווייניק מענטשן ווייסן אָבער וועגן דעם גרויסן איטאַליענישן רבֿ, פֿילאָסאָף און מקובל אליהו בן־אַמוזג (בענאַמאָזעג), וועלכער האָט אויסגעאַרבעט אַן אוניווערסאַלע פֿילאָסאָפֿיע, באַגרינדעט אויף קבלה, וועלכע האָט צוגעצויגן אַ צאָל קריסטלעכע "חסידים". אין אַ סך אַספּעקטן, איז ער געווען אַ ייִדישער "צווילינג" פֿון סאָלאָוויאָוון; אין זייערע געדאַנקען גייען זיי, אָפֿטמאָל, ממש טריט בײַ טריט; ביידע האָבן געלעבט אין דער זעלבער צײַט און ניפֿטר געוואָרן אינעם זעלבן יאָר.

געשיכטע
פֿון עקיבֿא פֿישבין (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

פֿראַנצויזישע מחברין בעאַטריס פֿיליפּ מאַכט אַן אינטערעסאַנטן שפּאַציר איבער דער היסטאָרישער אַנטוויקלונג פֿון ייִדישן פּאַריז זינט 1789 (500 ייִדן דאַן אין פּאַריז), ביז די טרויעריקע יאָרן פֿון דרײַפֿוס־פּראָצעס (פֿאַראַן דעמאָלט אין פּאַריז 70 טויזנט ייִדן)


לאָמיר זאָגן דעם אמת — ייִדן האָבן נישט קיין פֿויגלדיקע היסטאָרישע זכרונות פֿון דער שטאָט פּאַריז. בזמן־המיטלעלטער, ווען פּאַריז איז געווען אַ רײַכע שטאָט, געלאָקט פֿרעמדע פֿון מרחקים, האָבן ייִדן געגעסן דאָ ברויט מיט פּוטער. די שיינע ייִדישע קהילה האָט געהאַט אַ ישיבֿה און גרויסע ייִדישע למדנים — אָבער וואָס איז די פּעולה?

פּאָליטיק, געשיכטע
פֿון יואל מאַטוועיעוו (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
גבֿריאל קון

מיט דרײַ יאָר צוריק, האָט דער מחבר פֿון די שורות אָנגעשריבן אַן אַרטיקל מיט נאָמען "יצחק-נחמן שטיינבערגס ירושה: רעוואָלוציע, עטיק און פֿרומקייט", לכּבֿוד דעם 50סטן יאָרצײַט פֿונעם באַקאַנטן ייִדישן טוער און דענקער. אין מײַן אַרטיקל, האָב איך דערמאָנט, אַז שטיינבערג האָט קריטיקירט דעם "מעכאַנישן" סאָציאַליזם פֿון ס׳רובֿ מאַרקסיסטן, און געהאַלטן, אַז מע קאָן אויפֿבויען אַ יושרדיקע געזעלשאַפֿט בלויז דורך אַ שעפֿערישן און גײַסטיקן פּראָצעס.

די דאָזיקע אידעע שטאַמט פֿונעם באַרימטן ייִדיש־דײַטשישן אַנאַרכיסט און רעוואָלוציאָנער גוסטאַוו לאַנדאַוער. שטיינבערג דערמאָנט כּסדר לאַנדאַוערן, דירעקט און אומדירעקט;

ליטעראַטור, געשיכטע
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
Timothy Snyder. Bloodlands: Europe between Hitler and Stalin.New York: Basic Books, 2010

די פֿראַגע "ווער איז געווען ערגער׃ היטלער אָדער סטאַלין?" קומט כּסדר אויף אין עפֿנטלעכע וויכּוחים אויף היסטאָרישע טעמעס. גאַנץ אָפֿט האָט די דאָזיקע פֿראַגע אַן אַקטועלן פּאָליטישן און אידעאָלאָגישן הינטערגרונט. אין דײַטשלאַנד האָבן אייניקע היסטאָריקער געפּרוּווט פֿאָרשטעלן היטלערן ווי פּשוט אַ "תּלמיד" פֿון סטאַלינס מעטאָדן פֿון טעראָר און מאַסן־מאָרד. אין רוסלאַנד איז פֿאַרשפּרייט די מיינונג, אַז ניט געקוקט אויף זײַן אַכזריות, איז סטאַלין געווען אַן "עפֿעקטיווער מענעדזשער", וואָס האָט מאָדערניזירט די סאָוועטישע ווירטשאַפֿט און האָט געוווּנען די מלחמה.

דאָס נײַע בוך פֿונעם באַגאַבטן אַמעריקאַנער היסטאָריקער טימאָטי סנײַדער באַהאַנדלט דעם גאַנצן ענין אונטער אַן אַנדערן קוקווינקל.

ביאָגראַפֿיעס
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
חנה אַרענדט

דער בריוו־אויסטויש צווישן חנה אַרענדט און לעני יחיל, אַ באַקאַנטע ישׂראלדיקע היסטאָריקערין פֿונעם חורבן, וואָס איז לעצטנס דערשינען (יד־ושם שטודיעס, 2, 2009), איז אַ שפּאַנענדיקער דאָקומענט פֿון דער צײַט אַרום אײַכמאַנס מישפּט. די בריוו באַרירן ענינים, וואָס זײַנען געווען אַקטועל דעמאָלט און בלײַבן אַקטועל איצט. אַרענדט און יחיל האָבן זיך באַקענט און געוואָרן פֿרײַנד אין ירושלים, און דערנאָך האָבן זיי זיך קאָרעספּאָנדירט אין משך פֿון אַ פּאָר יאָר. אָבער די אידעיִשע חילוקי־דעות זײַנען געוואָרן צו שאַרף, און זייער פֿרײַנדשאַפֿט און קאָרעספּאָנדענץ האָט זיך איבערגעריסן.

װעלט פֿון ייִדיש, געשיכטע
אַ זײַט פֿון אַ ייִדישן ספֿר "פּוקח עורים" פֿונעם צווייטן חב״ד־רבין, דובער שניאורי, געדרוקט אין שקלאָוו, 1832

די שטאַרקסטע באַסטיאָנען פֿון דער ייִדישער שפּראַך, וווּ אַלע קינד־און־קייט רעדן טאָג־טעגלעך אויף ייִדיש אין דער היים און אויף דער גאַס, זענען די הײַנטיקע חסידישע קוואַרטאַלן און שטעטלעך אַרום דער וועלט, בפֿרט דער ברוקלינער ראַיאָן וויליאַמסבורג — די היים פֿון צענדליקער טויזנטער סאַטמאַרער חסידים, וועלכע פֿאַרנעמען אומקאָמפּראָמיסלעכע פּאָזיציעס וועגן דער שפּראַך, און האַלטן פֿאַר אַ גרויסער מיצווה צו רעדן דווקא אויף ייִדיש.

אין פֿאַרגלײַך מיט אַ צאָל אַנדערע ענלעכע ערטער, אַזעלכע ווי די בני־ברק אָדער באָראָ־פּאַרק, וווּ מע רעדט שוין מער העברעיִש אָדער ענגליש, לעבן אין וויליאַמסבורג אַ סך קינדער, וואָס קענען בכלל נישט קיין אַנדער לשון, און לערנען זיך ענגליש אויס, שפּעטער, ווי אַ צווייטע שפּראַך.

ביאָגראַפֿיעס
חיים גראַדע, אויגוסט 1959

פֿאַראַכטאָגן מאָנטיק האָט מען אינעם געפּאַקטן זאַל פֿון ייִוואָ אָפּגעמערקט דעם 100־יאָריקן יוביליי פֿונעם גרויסן ייִדישן שרײַבער און פּאָעט, חיים גראַדע, מיט פֿאַרכאַפּנדיקע ליטעראַישע אַנאַליזן פֿון זײַנע ווערק, ווי אויך פּערזענלעכע זכרונות וועגן דעם קאָמפּליצירטן מענטש.

"גראַדע האָט זיך תּמיד געפֿילט צעשפּאָלטן צווישן דאָסטאָיעווסקי און דעם תּלמוד," האָט דערקלערט ד״ר רות ווײַס, פּראָפֿעסאָרין פֿון ייִדישער ליטעראַטור אין האַרוואַרד־אוניווערסיטעט.

געשיכטע
פֿון מרדכי דוניץ (ירושלים)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
דער אָנהייב פֿונעם קיבוץ דגניה, 1911

יעדעס מאָל, ווען איך פֿאָר באַזוכן מײַן זון און זײַן משפּחה אין צפֿון פֿון לאַנד, קיין ראָש־פּינה, שטעל איך זיך אָפּ אין איינעם פֿון די קיבוצים אויפֿן וועג.

דאָס מאָל האָב איך אָפּגעשטאַט אַ וויזיט אין קיבוץ דגניה א׳ — דעם ערשטן קיבוץ אין לאַנד, וואָס איז געגרינדעט געוואָרן מיט 100 יאָר צוריק. נאָך אים זענען אויפֿגעקומען איבערן לאַנד נאָך 273 קיבוצים מיט אַ באַפֿעלקערונג פֿון 126 טויזנט חבֿרים.

ביאָגראַפֿיעס
פֿון מישע לעוו (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
יעלענאַ איוואַנאָוואַ

לעצטנס, עלטער איך זיך מיט דער שנעלקייט פֿון אַ קוריער־צוג און אפֿשר נאָך גיכער. ס’הייסט, נאָך די פֿאַרגאַנגענע יאָרן בענק איך ניט. גיכער פֿאַרקערט. וואָלט, לאָמיר זאָגן, געווען אַ מעגלעכקייט אָנהייבן אַלץ פֿון אָנהייב, וואָלט איך, ניט פֿאַרקלערנדיק זיך, אָפּגעזאָגט. נאָר... פֿיל שווערער ווערט אַריבערצוטראָגן די אומדערטרעגלעכע ישׂראלדיקע היצן, ווי אויך די קעלטן; די ראיה און געהער ווערן אָפּגעשוואַכט, דער קאָפּ דרייט זיך אויף ניט אָפּצושטעלן; די פֿיס בריקעווען זיך און ווילן ניט פֿאָלגן; און, אָפֿן גערעדט, ווערן שוין פֿאַרגעסן נעמען, אַפֿילו פֿון נאָענטע באַקאַנטע.

ביאָגראַפֿיעס
פֿון שיקל פֿישמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

לודוויג (לייזער) זאַמענהאָף

איצט איז שוין קלאָר פֿאַר אַלעמען די געוואַגטקייט און די אַמביציעזקייט פֿון זאַמענהאָפֿס פּלענער צו שאַפֿן אַ נײַ פֿאָלק פֿאַר וועמען "עטישע באַציִונגען" מיט אַלע מענטשן־קינדער (ניט געקוקט אויף זייער פֿאָלק, קולטור, בירגערשאַפֿט צי גלויבן), זאָל זײַן זייער הויפּטציל אין לעבן. איבערצײַגט, אַז כּדי זײַן דערפֿינדונג פֿון "עספּעראַנטאָ" זאָל האָבן אַריכות־ימים, מוז עס קודם־כּל ווערן די ירושה פֿון אַן איבערגעגעבן פֿאָלק, האָט ער עס לכתּחילה געשאָנקען צו די ייִדן פֿון רוסלאַנד.

ביאָגראַפֿיעס
פֿון עקיבֿא פֿישבין (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"


קורץ פֿאַרן סוף פֿון 18טן יאָרהונדערט דערשײַנט רחל, די טאָכטער פֿון ייִדישן עושר, אין צענטער פֿון גײַסטיקן בערלין. ווער איז געווען רחל לעווין? אָט שרײַבט זי: אַ "ייִדישקע אָן פֿיזישן רייץ, אַ פֿרוי מיט גײַסטיקע צרות"; מיט ליידן, מחמת איר לעבן אין אַ לאַנד פֿון אומגלײַכהייט און שׂינאה. מענטשן פֿון איר צײַט האָבן זי באַוווּנדערט; זי באַטראַכט, פֿאַר אַ פֿרויען־זשעני.
הײַנריך הײַנע האָט פּראָקלאַמירט, אַז זי איז "די גײַסטרײַכסטע פֿרוי פֿון אוניווערס!"
רחל האָט געקעמפֿט פֿאַר עמאַנציפּאַציע פֿון דער פֿרוי, פֿאַר פֿרײַהייט און גלײַכהייט פֿון מענטשן אָן אונטערשייד פֿון אָפּשטאַם, "אָן טוישן דעם רעליגיעזן שילד, אָן זיך צו ‘לעגיטימירן’ און ‘צופּאַסן’ זיך צום כּלל" (אירע רייד).