- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
איך מאַך די טערטלעך אויף פֿרישטיק, אָבער מע קען זיי אויך עסן ווי אַ צובײַסן אָדער אַ געזונטן דעזערט. כּדי דאָס צו מאַכן דאַרף מען ניצן אַ טערטל־בעקן, וואָס האָט אָרט אויף 12 טערטלעך. 3/4 טעפּל מעל 1/2 טעפּל ראַזעווע מעל 2/3 טעפּל ברוינער צוקער 2 לעפֿל ווייצנשפּראָץ (wheat germ) 2 לעפֿעלעך צימערינג 1 לעפֿעלע באַקפּראָשיק 1/2 לעפֿעלע באַקסאָדע אַ לעק זאַלץ 2 אייער 1/3 טעפּל קאַנאָלע־בוימל 1 לעפֿל וואַניל 2 טעפּלעך מערן, צעריבן 1/2 טעפּל צעהאַקטער אַנאַנאַס פֿון אַ פּושקע (אָן דעם זאַפֿט)
מײַן חבֿרטע האָט אונדז לעצטנס געבראַכט אַ קאַווע־קוכן מיט מאַרציפּאַן, וואָס איז געווען אַזוי געשמאַק, אַז ביזן סוף פֿון טאָג איז קיין ברעקל נישט געבליבן. אויב איר געפֿינט נישט קיין מאַרציפּאַן אין געשעפֿט, קענט איר ניצן מאַנדל־פּאַסטע (almond paste). שפּריצבוימל 1/2 טעפּל פּוטער 1/2 טעפּל צוקער 1/2 טעפּל ברוינער צוקער 2 אייער 1/2־2 טעפּלעך מעל 1 לעפֿעלע באַקסאָדע 1/2־1 לעפֿעלע באַקפּראָשיק 1 לעפֿעלע וואַניל אָדער ווישניאַק 1/4 לעפֿעלע זאַלץ 1/2־1 טעפּל נישט־פֿעטיקע סמעטענע 1 טעפּל מאַרציפּאַן, צעשניטן אויף שטיקלעך 1/2 טעפּל פּעקאַנען־ניס 1/2 טעפּל צוקער קאַרטאָפֿל און קנאָבל זענען אַזוי געשמאַק צוזאַמען, אַז דאָס ווײַטערדיקער מאכל קען מען אַפֿילו עסן קאַלטערהייט. דערלאַנגט עס מיט פֿיש און אַ סאַלאַט, האָט איר אַ פֿאַרטיקע מאָלצײַט.
1/2־1 פֿונט (0.68 קילאָ) רויטע קאַרטאָפֿל
די שפּײַז־עקספּערטין דזשאָן נייטען האָט פֿאַראַיאָרן אַרויסגעלאָזט אַ קאָכבוך Quiches, Kugels and Couscous (קיש, קוגל און קוסקוס), וועגן איר זוכעניש פֿון ייִדישע מאכלים אין פֿראַנקרײַך. אַ צאָל פֿון אירע רעצעפּטן זענען מילכיק און דערפֿאַר זייער פּאַסיק פֿאַרן יום־טובֿ שבֿועות, ווען ס׳איז אַ טראַדיציע צו עסן מילכיקע פּאָטראַוועס. בײַ די פֿרומע ייִדן איז, אַגבֿ, אַ ביסל אַנדערש: אַז מע קומט אַהיים פֿון שיל, עסט מען טאַקע מילכיקס, אָבער נאָך דעם זעצט מען זיך צו אַ פֿליישיקער סעודה, ווײַל פֿליישיקס איז פֿאַררעכנט פֿאַר מער יום־טובֿדיק. 4 רויע בוריקעס 2 ציבעלעס 2 גאַנצע ציינדלעך קנאָבל 1 לעפֿל צוקער זאַלץ און שוואַרצער פֿעפֿער, לויט אײַער געשמאַק 3 לעפֿל באַלזאַמישע עסיק 1/2 טעפּל ווייניק־פֿעטיקע סמעטענע 4 לעפֿל קריפּ (קראָפּ)
טאָמער ווערט אײַך שוין נימאס צו עסן יעדן טאָג דעם זעלבן סאַלאַט, פּרוּווט אויס דעם רעצעפּט מיט בלעטערקרויט (kale בלע״ז). דאָס האָט זייער אַ הויכן פּראָצענט בעטאַ־קאַראָטין, וויטאַמין K, וויטאַמין C און קאַלציום, און לויט געוויסע שטודיעס, העלפֿט עס צו פֿאַרהיטן קעגן ראַק. די קרוטאָנען און דער באַטעמטער סאָוס פֿון דעם רעצעפּט פֿאַרוואַנדלען די פּשוטע בלעטער אין ממש אַ דעליקאַטעס! 1/2־1 טעפּלעך קוביקלעך אַלט־געבאַקן ברויט 1/3 טעפּל איילבערט־בוימל 1 ציינדל קנאָבל 2 אַנטשאָוס־פֿילעען (anchovy fillets), גוט אויסגעשווענקט שוואַרצער פֿעפֿער, לויט אײַער געשמאַק 3 טעפּלעך צעריסן בלעטערקרויט זאַפֿט פֿון אַ האַלבער לימענע 1/4 טעפּל צעריבענער פּאַרמעזשאַנער קעז 1 האַרט איי, צעשניטן
דאָס איז אַ באַטעמט בײַ־געריכט, וואָס פּאַסט זיך גוט מיט פֿיש און געקאָכטע גרינסן. צו ערשט, באַקט מען עס 10 מינוט, און דערנאָך בראָט מען עס אונטערן פֿײַער, כּדי צוצוברוינען דעם קעז — ווי געשמאַק! 2 לעפֿל נישט־געזאַלצענע פּוטער 3 פֿונט (1.36 קילאָ) קאַרטאָפֿל, געשניטן אין דינע רעפֿטלעך 2 לעפֿל מעל 1 טעפּל אָפּגעשעפּטע מילעך (skim milk) 1 טעפּל נישט־אָפּגעשעפּטע מילעך 1/2־1 לעפֿעלעך זאַלץ 1/2 לעפֿעלע שוואַרצער פֿעפֿער 1/4 לעפֿעלע מושקאַט 1/4 טעפּל צעריבענע שווייצער קעז די פּאָרטוגעזער האָבן ליב צו קאָכן זייער פֿיש אויפֿן אויוון. אויב איר קענט נישט געפֿינען גערייכערטע פּאַפּריקע אין אײַער שפּײַזקראָם, ניצט די געוויינטלעכע פּאַפּריקע; און אויב פֿעלד־גליאַנדער (cilantro) שמעקט אײַך נישט, פֿאַרבײַט עס מיט פּעטרישקע.
אַן אינטערעסאַנטער אופֿן צו עסן לאָקשן פּסח איז צו מאַכן זיי פֿון זוקיני. אין דעם רעצעפּט באַגיסט מען די לאָקשן מיט אַ זייער באַטעמטן קנאָבלדיקן אַוואָקאַדע־סאָוס. ס׳איז געזונט אויך: אַ סך ווייניקער קאַלאָריעס ווי געוויינטלעכע לאָקשן. כּדי אויסצושנײַדן די זוקיני ווי דינע לאָקשן, קען מען ניצן אַן אָפּשיילער אָדער אַ מעסערל, אָבער אויב איר האָט אַ גרינסן־הובל (mandoline slicer) אָדער אַ ספּיראַל־צעשנײַדער (באַקאַנט בלע״ז ווי אַ spiralizer), וועט עס גיין אַ סך גיכער.
"פּאַיעיאַ" איז אַ באַטעמט שפּאַניש מאכל, וואָס באַשטייט פֿון רײַז, פֿלייש (אָדער מולטער־בריאות) און גרינסן. אָט איז אַ וועגעטאַרישער נוסח פֿון דעם רעצעפּט, וואָס פֿאַרבײַט דאָס פֿלייש מיט סויע־וווּרשט. די זאַפֿרען־בענדלעך גיבן צו אַ העל־געלן קאָליר. 2 לעפֿעלעך איילבערט־בוימל 8 אונץ (225 גראַם) סויע־וווּרשט 2 ציינדלעך קנאָבל 1 טעפּל קינאַרע־הערצלעך (artichoke hearts) 1 טעפּל צערעפֿטלטע קאַבאַקלעך (squash)
אַ געראָטענער פֿאָרשפּײַז דאַרף נישט זײַן בלויז געשמאַק, אָבער אויך שיין צום קוקן דערויף. אין דעם באַטעמטן רעצעפּט זעען די אַוואָקאַדע־העלפֿטן אויס ווי שיפֿעלעך — מלא־חן! 3 צײַטיקע "האַס"־אַוואָקאַדעס זאַפֿט פֿון 1 לימענע עטלעכע טראָפּנס שאַרפֿן סאָוס איילבערט־בוימל 2 צײַטיקע פּאָמידאָרן, צעשניטן 2 בינטלעך אַשלעך (גרינע ציבעלעס), צעשניטן זאַלץ, לויט אײַער געשמאַק
אַז מע ברענגט פּורים שלח־מנות פֿאַר דער משפּחה און פֿרײַנד, איז תּמיד גוט אַרײַנצולייגן אַ שטיקל היימיש געבעקס. אָבער אַנשטאָט די געוויינטלעכע המן־טאַשן, פּרוּווט הײַיאָר אויס דעם רעצעפּט פֿאַר מאָן־לעקעך. די מעלה פֿון דעם רעצעפּט ליגט אין דעם וואָס ער ניצט ווייניקער פֿעטס ווי דער טראַדיציאָנעלער מאָן־לעקעך, אָבער איז נאָך אַלץ געשמאַק. 1/3 טעפּל מאָן־קערעלעך 1 לעפֿל צעריבן לימענע־שאָלעכץ 1 טעפּל מילעך מיט בלויז 2% פֿעטס 2 אייער 1/2־1 טעפּלעך צוקער 2 טעפּלעך מעל 1/2־2 לעפֿעלעך באַק־פּראָשיק 1/2 לעפֿעלע צימערינג 1/4 לעפֿעלע מושקאַט 3/4 טעפּל קאַנאָלאַ־בוימל 1 לעפֿעלע וואַניל 1 לעפֿעלע מאַנדלסענץ (almond extract) דאָס וואָרט "פּודינג" איז שווער איבערצוזעצן, אָבער טאָמער האָט איר עס נאָך קיין מאָל נישט פֿאַרזוכט (איך רעד דאָ וועגן דעם אַליין־געמאַכטן פּודינג; נישט די קינסטלעכע וואָס מע קויפֿט אין סופּערמאַרק), האָט איר פֿאַרפֿעלט אַ געשמאַקן דעסערט. אַ שאָקאָלאַד־פּודינג האָט געוויינטלעך אַ הויכן פּראָצענט פֿעטס, ווײַל מע מאַכט עס מיט שמאַנט, אָבער דער רעצעפּט אונטן ניצט מילעך, האָט עס דערפֿאַר בלויז 3 גראַם פֿעטס. מאַכט עס צוזאַמען מיט אײַער קינד אָדער אייניקל, וועט איר ביידע הנאה האָבן, סײַ פֿונעם קאָכן, סײַ פֿונעם עסן. |