- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
בײַ די מאַראָקאַנישע ייִדן מאַכט מען טשאָלנט מיט שאָפֿן־פֿלייש אַנשטאָט רינדערן פֿלייש; נאַהיט (chickpeas) אַנשטאָט די געוויינטלעכע טשאָלנט־בעבלעך, און באַטאַטעס אַנשטאָט קאַרטאָפֿל — און מע גיט צו אַ ביסל האָניק אויך. האָב איך עס אויסגעפּרוּווט, און ס׳איז טאַקע געווען זייער געשמאַק.
3/4 טעפּל רויע נאַהיט
דאָס איז אַ סאַלאַט וואָס מע קען מיטברענגען אויף אַ פּיקניק, אָדער עסן מיט פֿריש ברויט אין אַ הייסער זומער־נאַכט. אויב איר יאָגט זיך מיטן צוגרייטן עסן, קענט איר ניצן די פֿאַרפֿרוירענע קוקורוזע (לאָזט עס זיך צעגיין אַ האַלבע שעה איידער איר מישט עס אַרײַן) אָדער די קוקורוזע פֿון דער פּושקע. אויב אָבער איר האָט יאָ צײַט, איז אַ סך געשמאַקער צו ניצן די זערנעס (kernels) פֿון פֿרישער קוקורוזע, וואָס איר האָט אַליין אָפּגעקאָכט (בערך 15 מינוט). דאָס מאכל פּאַסט זיך צו סײַ צו פֿרישטיק, סײַ צו מיטאָג. ניצט אַ פּאַטעלניע, וואָס קאָן פֿאַרטראָגן די היץ פֿון אַ בראָט־אויוון (broiler).
1 קליינער פּאַטלעזשאַן
שבת מיטאָג האָב איך ליב אויסצושטעלן אויפֿן טיש פֿאַרשיידענע מאכלים אײַנצוטינקען די חלה. דער ווײַטערדיקער רעצעפּט, וואָס איך האָב געפֿונען אויף דער אינטערנעץ, האָט אַזוי אויסגענומען בײַ מײַנע פֿרײַנד, אַז זיי האָבן אָנגעהויבן עס צו צעשיקן דורך בליצפּאָסט. די פּאָמידאָרן קענט איר אָפּנעמען פֿון אַ פּושקע.
1 פּאַטלעזשאַן (eggplant)
דאַכט זיך מיר, אַז יעדן פּסח זע איך אַלץ מער זיסוואַרג אינעם פּסחדיקן אָפּטייל פֿון געשעפֿט, אָבער בדרך־כּלל איז עס נישט נערעוודיק און נישט באַטעמט. וואָס זשע טוט מען, אַז די משפּחה האָט פֿאָרט ליב צו נאַשן? מאַכט מען אַ זיסן פֿרוכט־געבעקס, אויפֿן סמך פֿונעם רעצעפּט אונטן. סע רוקט זיך שוין אָן דער פּסח און איר דאַרפֿט אָנהייבן טראַכטן וועגן דעם סדר־מעניו. אויב איר מאַכט אַ הינדל־יויך, איז דער ישׂראלדיקער רעצעפּט אונטן אַ פּרעכטיקער מיטל אויסצוניצן דאָס געקאָכטע הינדל פֿון דער יויך. דער רעצעפּט וועט מאַכן 10 בלינצעס. איר וועט מיר מוחל זײַן, אָבער קיין ייִדיש וואָרט פֿאַר "בראַוניס" איז פּשוט נישטאָ בנימצא. דער רעצעפּט איז געזינטער ווי געוויינטלעך, ווײַל עס ניצט אַ העלפֿט פֿון דער פּוטער, און פֿאַרבײַט עס מיט אַ ביסל קאַנאָלע־בוימל. מע ניצט אויך ווייניקער אייער, צוקער און מעל. ווי איר וועט אַליין זען, איז עס פּונקט אַזוי געשמאַק ווי די מער פֿעטיקע, זיסערע "בראַוניס". איך האָב שטאַרק ליב די איטאַליענישע לאָקשן (אויך באַקאַנט ווי "פּאַסטאַ"). די פּאָפּולערסטע פּאַסטאַ זענען ספּאַגעטי און מאַקאַראָנדלעך, אָבער עס זענען אויך דאָ אַ טוץ אַנדערע מינים לאָקשן, וואָס יעדער פֿון זיי האָט זײַן אייגענעם כאַראַקטער. איין מין פּאַסטאַ — די אָרזאָ־לאָקשעלעך — זעען אויס ווי רײַז, אָבער ס׳נעמט ווייניקער צײַט זיי צוצוגרייטן. דער ווײַטערדיקער צושפּײַז פּאַסט זיך גוט צו צו פֿיש אָדער הינדל. אַ נײַער אײַנפֿאַל פֿאַר אײַער קינדס שול־מיטאָג: באַשמירט קליינע פּיטאַס (3 אינטשעס אָדער 7.6 צענטימעטער) מיט צעמאָלענע בעבלעך (בעבלעך גיבן צו פּראָטעיִן) און לייגט אַרײַן אין דער פּיטאַ זײַנע באַליבטסטע גרינסן. דאָס איבערגעבליבענע "בעבל־פּוטער" קענט איר ניצן שפּעטער ווי אַ טינקעכץ פֿאַר גרינסן, אָדער פּיטאַ־טשיפּקעלעך. פֿאַראַן מענטשן, וואָס לײַדן פֿון אַן אַלערגיע אויף קליישטאָף (גלוטען) — אַ סובסטאַנץ וואָס געפֿינט זיך אין ווייץ, קוקורוזע און געוויסע אַנדערע תּבֿואות. לכּבֿוד זיי ברענג איך דאָ דאָס געשמאַקע מאכל, וואָס האָט בכלל נישט קיין קליישטאָף. די לעצטע פּאָר יאָר זענען מײַנע לאַטקעס לכּבֿוד חנוכּה אַ סך לײַכטער צו פֿאַרדייען ווי די טראַדיציאָנעלע קאַרטאָפֿל־לאַטקעס, ווײַל איך גיב צו זוקיני. פּרוּווט עס אויס אַליין! צוליב דעם פּיקאַנטן טעם פֿונעם סאַלסאַ־סאָוס אין דעם רעצעפּט, דאַרף מען דאָס מאכל אַפֿילו נישט באַזאַלצן! און די קאָמבינאַציע פֿון די בעבלעך און דעם רײַז גיט צו גענוג פּראָטעיִן, אַז מע קען עס דערלאַנגען צום טיש ווי אַ גאַנצער מאָלצײַט. |