- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
אויב איר דאַרפֿט אײַנפּאַקן אַ מיטאָג צו דער אַרבעט (אָדער פֿאַר אײַער קינד אין שול), מוז עס נישט זײַן קיין קאַלטע מאָלצײַט. הייצט אָן די גרינסן־זופּ און גיסט זי אַרײַן אין אַ טערמאָס, וועט עס נאָך עטלעכע שעה נאָך אַלץ זײַן וואַרעם. פּאַקט אויך אײַן עטלעכע ראַזעווע פּלעצלעך מיט קעז, וועט עס אין איינעם באַטרעפֿן אַ געזונטע מאָלצײַט.
אויב איר האָט ליב ווינטער צו טרינקען טיי מיט פֿריש־געמאַכטע קיכעלעך, מעגט איר אויספּרוּוון דעם געשמאַקן רעצעפּט. מע מאַכט עס מיט געטריקנטע זשורעכלינעס, וואָס זעען אויס ווי רויטע ראָזשינקעס. אַגבֿ, אויף ענגליש האָט מען קאָמבינירט די ווערטער cranberry און raisin, און געמאַכט דערפֿון craisin. אפֿשר זאָל מען זיי אויף ייִדיש רופֿן זשורעזשינקעס?
לינדזן זענען צווישן די געזינטסטע שפּײַזן אין דער וועלט. 1 טעפּל פֿון געקאָכטע לינדזן פֿאַרמאָגט 18 גראַם פּראָטעיִן, 16 גראַם פֿיברע און 37% פֿונעם סכום אײַזן, וואָס אַ מענטש דאַרף אײַננעמען יעדן טאָג. אָבער אָפּקאָכן אַ טעפּל לינדזן איז בײַ ס׳רובֿ מענטשן נישט זייער אינטערעסאַנט. דערפֿאַר וואָלט איר געמעגט אויספּרוּוון דעם רעצעפּט. די גרינסן און געווירצן גיבן עס צו נישט בלויז אַ גוטן טעם, נאָר אַ געשמאַקן ריח אויך. דערלאַנגט עס צום טיש מיט רײַז און אַ סאַלאַט, האָט איר שוין אַ גאָר געזונטע מאָלצײַט.
הײַנטיקע צײַטן עסן אַ סך מענטשן, צוליב געזונט־סיבות, ווייניקער פֿלייש. וואָס טוט מען אָבער, אַז דער גוף דאַרף פּראָטעיִן? מע קאָן עסן בעבלעך, מילכיקס (מילך, יאָגורט אָדער קעז), אָדער פֿיש. לאַקס (מיט לאַקס מיינט מען דאָ דעם פֿרישן לאַקס, salmon, נישט דעם גערייכערטן) איז, דאַכט זיך, פֿון די געשמאַקסטע מינים פֿיש. דערצו גיט איר אָראַנזשענע קאָליר צו אַ געוויסע שיינקייט צום טיש. אין דעם רעצעפּט, עסט מען דעם לאַקס אין איינעם מיט אַן אוגערקע־סאָוס, וואָס איז געשמאַק אַפֿילו קאַלטערהייט. איך האָב ליב אַ מילכיקן קוגל, אָבער געוויינטלעך איז עס צו פֿעט. אין דעם סטרוטשקע־קוגל ניצט מען אָבער אָפּגעשעפּטע מילך און ווייניק־פֿעטיקע סמעטענע. זאָל אײַך ווויל באַקומען!
ווען ס׳רובֿ מענטשן הערן דאָס וואָרט "האַלוואַ", טראַכטן זיי וועגן דעם קלעצל פּאַסטע געמאַכט פֿון צעמאָלענע סימסום־קערעלעך, וואָס צעקרישלט זיך ווען מע עסט עס (און בלײַבט אָפֿט מאָל שטעקן אין די ציין!). איך האָב לעצטנס אָבער אויסגעפּרוּווט אַ רעצעפּט פֿאַר אַ האַלוואַ, וואָס מע מאַכט אין אינדיע, וואָס איז גאָר אַנדערש. זי איז געמאַכט פֿון מאַנע (אויך באַקאַנט ווי פֿאַרינע, אָדער סעמאָלינע), איז ווייך און גלאַטיק, געשמאַק און זייער גרינג צו מאַכן.
הגם ייִדן האָבן ליב קאַרטאָפֿל, עצהן די עקספּערטן צו פֿאַרבײַטן קאַרטאָפֿל אויף באַטאַטן (זיסע קאַרטאָפֿל) ווען נאָר מעגלעך, ווײַל זיי זענען אַ סך געזינטער. אין דעם רעצעפּט קאָכט מען צוערשט אָפּ די באַטאַטן, איידער מע באַקט דעם קוגל, אָבער איר קענט עס מאַכן אַ סך גיכער, אויב איר שטעכט די באַטאַטן עטלעכע מאָל מיט אַ גאָפּל און שטעלט זיי אַרײַן גאַנצערהייט אין מיקראָכוואַלניק.
סוכּות איז אַ טראַדיציע צו עסן האָלישקעס (אויך באַקאַנט ווי האָלופּצעס, פּראַקעס אָדער געוויקלט קרויט), כּדי צו באַדאַנקען דעם אייבערשטן פֿאַרן געראָטענעם שניט. טאָמער באַמיט איר זיך אויסצומײַדן רינדערן פֿלייש, פּרוּווט אויס דעם וועגעטאַרישן רעצעפּט פֿאַר האָלישקעס מיט שוועמלעך. ס׳מאַכט נישט אויס וואָסערע מין שוועמלעך איר ניצט: די געוויינטלעכע ווײַסע, פּאָרטאָבעלאָ, קרימיני אָדער פּאָרציני. 1 לעפֿל איילבערט־בוימל 2 ציבעלעס, צעהאַקט
טשאָלנט — אַ געמיש פֿון פֿלייש, בעבלעך, קאַרטאָפֿל און אַנדערע גרינסן — עסט מען געוויינטלעך שבת מיטאָג, אָבער ער איז אויך פּאַסיק ערבֿ־יום־כּיפּור, פֿאַרן תּענית, ווײַל דאָס פֿלייש און בעבלעך גיבן צו אַ היפּש ביסל פּראָטעיִן. דער ווײַטערדיקער רעצעפּט ניצט הינדל אַנשטאָט רינדערן פֿלייש, ווײַל הינדל האָט ווייניקער פֿעטס און כאָלעסטעראָל. דער טשאָלנט איז גענוג פֿאַר אַכט מענטשן.
אויב איר היט זיך פֿון געזאַלצנס, איז כּדאַי זיך אויסצולערנען עטלעכע אינדישע רעצעפּטן. די בשׂמים און געווירצן פֿון אינדיש קאָכערײַ זענען אַזוי פּיקאַנט, אַז מע דאַרף ווייניק צוזאַלצן. "גאַראַם מאַסאַלאַ" איז אַ געמיש פֿון בשׂמים — אַרײַנגערעכנט פֿעלד־גליאַנדער (coriander), קעמיניק, קאַרדעמאָן, צימערינג, נעגעלעך (cloves) — וואָס מע פֿאַרקויפֿט אינעם באַק־אָפּטייל פֿון שפּײַזקראָם. טאָמער גרייט איר זיך צו גיין אויף אַ פּיקניק מיט אײַערע קרובֿים אָדער פֿרײַנד, מעגט איר מאַכן דאָס מאכל. די פֿליגעלעך קען מען עסן מיט די הענט, און אַלע וועלן הנאה האָבן פֿון אײַנטינקען זיי אינעם אַוואָקאָדאָ־סאָוס.
4 ציינדלעך קנאָבל איך באַמי זיך לעצטנס צו מאַכן מער פֿרוכט־דעסערטן — ערשטנס, ווײַל ס׳איז געזינטער, און צווייטנס, ווײַל נאָך אַ גאַנצן מאָלצײַט בין איך צו זאַט צו עסן לעקעך אָדער קיכלעך. דאָס נאָכגעריכט איז אַזוי באַטעמט, אַז דער לעקעך וועט אײַך גאָר נישט אויספֿעלן. 3 פֿערשקעס 1 לעפֿל ברוינער צוקער 1/2 לעפֿעלע וואַניל |