- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
לכּבֿוד שבֿועות איז געשמאַק צו עסן קעזקוכן. וואָס זשע טוט מען, אַז מע טאָר נישט עסן צו פֿיל פֿעטס? אין פֿאַרגלײַך מיט אַ געוויינטלעכן קעזקוכן, וואָס האָט בערך 20 גראַם פֿעטס, וועלן מיר אײַך הײַנט ווײַזן אַ רעצעפּט, וואָס האָט בלויז 12 גראַם. ס׳האָט אויך מער פּראָטעיִן ווי געוויינטלעך (12 גראַם אַנשטאָט 4), ווײַל מע באַניצט דאָ נישט בלויז שמירקעז און סמעטענע, נאָר אויך ריקאָטאַ־קעז, וואָס איז געזינטער. אָט איז אַ גרינגער צושפּײַז צו הינדל אָדער רינדערן פֿלייש. אויב איר ווילט עס סערווירן בײַ אַ מילכיקער מאָלצײַט, ניצט 1/2 טעפּל ווײַסן ווײַן און לאָזט אַרויס דעם הינדל־יויך. 1 פֿונט (455 גראַם) קליינע ציבעלעס, צעשניטן אויף העלפֿט 2 פֿונט (910 גראַם) דינע מערלעך, אָפּגעשיילט 2 לעפֿל קאַנאָלאַ־בוימל 1 לעפֿל פּוטער, צעלאָזן אָט איז אַ הויפּט־געריכט פֿאַר אײַער סדר, אַרויסגענומען פֿונעם פֿריִער דערמאָנטן קאָכבוך, Passover the Healthy Way. יעדע פֿון די 10 פּאָרציעס באַשטייט פֿון בלויז 266 קאַלאָריעס און 4.5 גראַם פֿעטס! 10 שטיקלעך בייליק (chicken breast) אָן הויט און אָן ביינער 1/2 לעפֿעלע איילבערט־בוימל דער רעצעפּט איז פֿאַר אַ ווײַסן פֿיש־פֿילע, אָבער אויב איר ווילט, קענט איר עס אויך מאַכן מיט אַן אָראַנזשענעם פֿיש ווי לאַקס אָדער סטראָנגע (trout). אויב איר האָט נאָך קיין מאָל נישט געקאָכט מיט קרעמיני־ אָדער שיטאַקע־שוועמלעך (אָפֿט מאָל ניצט מען זיי אין כינעזישע מאכלים), זאָרגט זיך נישט — ס׳איז פּונקט אַזוי גרינג ווי קאָכן מיט געוויינטלעכע שוועמלעך, און גיט צו אַ מער פּיקאַנטן טעם. און ניצט פֿרישן טימיאַן — נישט דעם געטריקנטן וואַריאַנט. דער רעצעפּט איז פֿאַר פֿיר מענטשן.
2 פֿונט (900 גראַם) קרעמיני־ אָדער שיטאַקע־שוועמלעך, צעשניטן אויף דער העלפֿט
מײַן באָבע ליפֿשע פֿלעג אונדז יעדע וואָך אָפּקאָכן אַ געשמאַקע קאַרטאָפֿל־זופּ, וואָס זי האָט געדיכט געמאַכט מיט סמעטענע. אַ חבֿרטע מײַנע האָט מיר אָבער לעצטנס געגעבן צו פֿאַרזוכן איר פֿליישיקע קאַרטאָפֿל־זופּ, וואָס זי האָט געדיכט געמאַכט מיט טרוקענע קאַרטאָפֿל־שנייעלעך, און כ׳מוז זאָגן — ס׳איז פּונקט אַזוי גוט!
אַ הון
אָט איז אַ געשמאַק, פּאַרעווע בײַ־געריכט צו באַגלייטן אַ פֿליישיקן מאָלצײַט:
שוין איבער 14 יאָר וואָס מײַן חבֿרטע דזשודי און איך גייען יעדן זונטיק גאַנץ פֿרי אויף אַ שעה־לאַנגן פֿלינקן שפּאַציר איבער דער געגנט. נישט נאָר איז עס אַ גוטע פֿיזישע געניטונג, ס׳גיט אונדז אויך אַ געלעגנהייט זיך צו טיילן מיט פּלאָטקעס, זיך אַראָפּצורעדן פֿון האַרצן און זיך צו טיילן מיט אונדזערע באַליבטע רעצעפּטן. אָט איז אַ רעצעפּט וואָס זי האָט מיר לעצטנס געגעבן: איך האָב אויסגעפּרוּווט דעם רעצעפּט די פֿאַרגאַנגענע וואָך, און מיר האָבן אַלע געלעקט אונדזערע פֿינגער. הגם מע דאַרף עס באמת בראָטן אונטערן פֿײַער אָדער אויף אַ "גריל", קאָן מען עס אויך בראָטן אין אויוון בײַ 450 גראַד (232 צעלזיוס) אַרום 45 מינוט, אָדער ביז די הינער־שטיקלעך ווערן גוט דורכגעבראָטן. נאָך אַ מעלה: דאָס מאכל האָט ווייניק פֿעטס און זאַלץ, איז עס דעריבער געזונט אויך. געוויסע ייִדן, וואָס פֿאַסטן יום־כּיפּור האָבן אַנטדעקט, אַז דער תּענות קומט אָן אַ סך גרינגער, ווען מע טרינקט פֿריִער אויס אַ גאַנצן פֿלאַש ספּאָרט־געטראַנק, ווי Poweraid אָדער Gatorade. די געטראַנקען באַשטייען פֿון עלעקטראָליטן (נאַטריום, קאַליום און כלאָרידן) — די זעלבע זאַלצן, וואָס געפֿינען זיך אינעם בלוט און אין די קעמערלעך פֿון אַ מענטשן, און וואָס העלפֿן דעם גוף פֿונקציאָנירן ווי געהעריק. דאָס מאכל, באַליבט בײַ די סירישע ייִדן, איז אַ געשמאַקער בײַ־געריכט מיט געבראָטן הינדל אָדער שאָפֿן־פֿלייש, און איז גרינג צוצוגרייטן. איר קענט עס מאַכן מיט אַ שעה פֿריִער. דעקט צו דעם טאָפּ מיט אַ האַנטעכל, איבערן האַנטעך — דאָס שטערצל, און שטעלט דעם טאָפּ אויפֿן אָנגעוואַרעמטן בלעך.
2 לעפֿל איילבערט־בוימל
אינעם פֿריִערדיקן נומער "נײַעס פֿאַר בני־בית" האָב איך דערקלערט ווי צו מאַכן פֿינעף גרינגע סאַלאַטן, וואָס כ׳האָב געפֿונען אין אַ רשימה פֿון 101 סאַלאַטן אין דער "ניו־יאָרק טײַמס" מיט צוויי וואָכן צוריק. זינט דעמאָלט האָב איך כּמעט יעדן אויפֿדערנאַכט צוגעגרייט עטלעכע פֿון די סאַלאַטן, און מײַן מאַן, לייבל, זאָגט, ס׳איז אַזוי געשמאַק, אַז מער ווי דאָס דאַרף ער נישט. (ס׳העלפֿט אויך, אַז איך באַגלייט יעדן מאָלצײַט מיט צוגעברוינט ראַזעווע ברויט אָנגעריבן מיט קנאָבל!) אָט זענען נאָך דרײַ סאַלאַטן פֿון דער זעלבער רשימה. ווידער גיב איך נישט אָן קיין מאָסן ווײַל מיט אַ סאַלאַט קאָן מען זײַן בייגעוודיק. דער שפּײַז־אָפּטייל פֿון דער "ניו־יאָרק טײַמס" האָט פֿאַראַכטאָגן מיטוואָך אויסגערעכנט אַ רשימה פֿון 101 סאַלאַטן, וואָס מע קאָן גיך צונויפֿשטעלן. דער מחבר גיט נישט אָן קיין מאָסן, ווײַל מיט אַ סאַלאַט, קאָן מען זײַן בייגעוודיק. אָט זענען עטלעכע פֿון די אינטערעסאַנטערע מעגלעכקייטן: |