- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
דאָס איז אַ גרינגער בײַ־מאכל צוצוגרייטן, און פּאַסט זיך גוט צו צו כּמעט אַלע הויפּט־געריכטן: פֿיש, הינדל, רינדספֿלייש, אָדער וועגעטאַרישע מאָלצײַטן. די צעקוועטשטע פּאָמידאָרן מעגן זײַן פֿון אַ פּושקע.
3 לעפֿל איילבערט־בוימל
ווען איך עס אין רעסטאָראַן פֿיש, און בפֿרט לאַקס (salmon), חידוש איך זיך תּמיד, ווי אַזוי מאַכן די קאָכערס עס אַזוי געשמאַק, אַז די הויט פֿונעם פֿיש ווערט שיין צוגעברוינט, אָבער אינעווייניק בלײַבט עס ווייך און זאַפֿטיק? נו, סוף־כּל־סוף, האָב איך זיך דערוווּסט דעם סוד! כּדי עס צוצוגרייטן דאַרפֿט איר אָבער האָבן אַ גרויסע היץ־באַוואָרנטע פּאַטעלניע — מיט אַנדערע ווערטער, אַ פּאַטעלניע וואָס מע קען אויך אַרײַנשטעלן אין אויוון. ווען איך פֿלעג, קינדווײַז, לײַדן פֿון בויכווייטיק, פֿלעג מען מיר געבן צו טרינקען אינגבער־וואַסער (ginger ale). ווי עטלעכע מענטשן האָבן מיר לעצטנס געזאָגט, העלפֿט דאָס עסן פֿרישן אינגבער אויך ווען ס׳דרייט זיך דער קאָפּ. אין דעם רעצעפּט, וואָס איך האָב אַדאַפּטירט פֿון דער "ניו־יאָרק טײַמס", קאָמבינירט מען נאַהיט (chickpeas) מיט אינגבער, און דערבײַ שאַפֿט זיך אַ דערפֿרישנדיקער סאַלאַט. זומער־צײַט גלוסט זיך צו זופּן אַ קאַלט געטראַנק, בעת מע לייענט די צײַטונג אָדער אַ ראָמאַן; און אויב דאָס געטראַנק האָט ווייניק פֿעטס — איז נאָך בעסער. פּרוּוט זשע אויס אָט דעם גרינגן רעצעפּט. איר קענט די יאַגדעס אויסמישן אין אַן עלעקטרישן מישער ("בלענדער") אָדער אין אַ קאָכמאַשין (food processor). דאָס איז אַ מאכל צום בראָטן אויף די רעשאָטקע, אָבער טאָמער האָט איר נישט קיין רעשאָטקע, איז עס אויך געשמאַק, געבראָטן אין אויוון. אויב איר קענט נישט געפֿינען קיין מאַנדאַרינען־זאַפֿט, טויג מאַראַנצן־זאַפֿט אויך.
2 לעפֿל קאַנאָלע־בוימל
געוויסע מענטשן שלאָפֿן נישט גוט נאָכן עסן פֿלייש פֿאַר וועטשערע, ווי איך זע בײַ מײַן אייגענער משפּחה. דערפֿאַר זוך איך תּמיד נײַע וועגעטאַרישע רעצעפּטן, אַזוי ווי דער ווײַטערדיקער. אויב איר עסט עס צוזאַמען מיט פֿיש און פֿריש ברויט, וועט איר האָבן אַ פֿײַנע זומערדיקע וועטשערע.
שפּריצבוימל
טאָמער זוכט איר אַ פֿרישן מין דעסערט, פֿאַרזוכט דאָס מאכל. ס׳איז גרינג עס צוצוגרייטן, און אין אַ זומערדיקן טאָג איז עס אַ דערקוויקעניש!
1/4 טעפּל באַלזאַמישער עסיק
איר זוכט אַן אינטערעסאַנטע אַקטיוויטעט פֿאַר די אייניקלעך? העלפֿט זיי מאַכן די געשמאַקע קײַלעכלעך. אַ סך מעלות האָט עס: מע דאַרף עס נישט קאָכן; ס׳איז אַ געזונטער צובײַסן, ווײַל סטאַשקע שמיר (peanut butter) גיט צו פּראָטעיִן, און מילעך — קאַלציום און וויטאַמען "דע"; און די קינדער וועלן זיכער הנאה האָבן פֿון איבערקײַקלען די קײַלעכלעך אין זייערע פֿלינקע הענטעלעך. ווי באַקאַנט, איז בייליק דער געזינטערער טייל פֿון אַ הינדל. אָט איז אַן אופֿן ווי צוצוגרייטן בייליק אויף אַ פּיקאַנטן אופֿן — מיט אַ לימענע־סאָוס. דער רעצעפּט איז פֿאַר צוויי מענטשן. בײַ ייִדן, וואָס טאָרן נישט עסן צו פֿיל נאַטריום — צי דאָס איז צוליב אַ הויכן בלוטדרוק, צי אַ קראַנקייט ווי "מעניערס" — ברענגט דער יום־טובֿ שבֿועות אַרײַן שוועריקייטן. ס׳איז דאָך אַ מינהג צו עסן קעז־קוכן, און אין ס׳רובֿ קעזן איז דער פּראָצענט נאַטריום זייער הויך. אין אַ האַלב־טעפּל צוואָרעך (cottage cheese), למשל, געפֿינט זיך 430 מיליגראַם נאַטריום. אָט האָט איר אַ געזונטן, געשמאַקן פֿרישטיק פֿאַר אַ זונטיק אינדערפֿרי. אויב ס׳איז שווער צו באַקומען פֿרישע טרוסקאַפֿקעס (strawberries), קענט איר ניצן די פֿאַרפֿרוירענע.
3/4 טעפּל מעל
כ׳בין געוואָרן ממש אַ חסידה פֿון די ראַזעווע (whole wheat) פּראָדוקטן. ערשטנס, זענען זיי גרינגער פֿאַרן מאָגן. צווייטנס, צוליב דעם וואָס זיי זעטיקן גיכער אָן, עסט מען ווייניקער — און דאָס מיינט, אַז דער שאַנס פֿון אָנלייגן וואָג איז ווייניקער. דער טעם איז נישט פּונקט דער זעלבער ווי די פּראָדוקטן פֿון ווײַסער מעל, אָבער ס׳האָט זײַן אייגענעם חן.
1 פֿונט (450 גראַם) ראַזעווע לאָקשן
|