פֿאַרשײדנס
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
דאָס "קאָרדאָבאַ־הויז", דער מוסולמענישער צענטער (פּראָיעקט), וואָס רופֿט אַרויס אַ סך פּראָטעסטן

איסלאַם און קריסטנטום — ביידע קענען זיך נישט פֿאַרשעמען. לאָמיר נישט פֿאַרגעסן, אַז רעליגיע איז מאַכט, און אַלע רעליגיעס שמעקן מיטן זעלבן בשׂמים־גערוך. ווען אַ רעליגיע לאָזט זיך אַראָפּ אויף אַן אומשולדיק פֿאָלק, וואָס פֿאַרמאָגט אַן אייגענע קולטור און עקזיסטירט טויזנטער יאָר נאָך אַנאַנד; אויף אַ פֿאָלק, וואָס דינט זייער פֿאַרצײַטיקן גאָט, פֿאַרמאָגט אייגענע זיטן, און אַן אייגענעם לעבנס־שטייגער — באַפֿאַלן פּלוצעם מיסיאָנערן און צווינגען אויף אים אַרויף אַ ווילד־פֿרעמדן גאָט מיט אַ פֿרעמדער קולטור.

טעאַטער
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
אַלאַן בורק

ערשט נישט לאַנג איז מיר אויסגעקומען צו זען אַ פֿאָרשטעלונג וועלכע איז אויפֿגעפֿירט געוואָרן אין דער "שיל פֿאַר קינסטלער," אין טרײַבעקאַ, ניו־יאָרק. די טעאַטראַלע טרופּע רופֿט זיך "קאַבאָש־טעאַטער־קאָמפּאַני," און ס׳איז אַ טייל פֿון אירלענדישן פֿעסטיוואַל וואָס קומט פֿאָר די טעג אין ניו־יאָרק.

איך דערוויס זיך דערבײַ, אַז די גאָר קליינינקע ייִדישע קהילה אין אירלאַנד איז אָנגעקומען אַהין נאָך אין די 1850ער יאָרן, ווען אַ מיעוט פֿון זיי איז אָנגעקומען פֿון דײַטשלאַנד.

פֿאַרשײדנס
פֿון גענאַדי עסטרײַך (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
דאָס הויז פֿונעם יאַכט־קלוב אין סי־גייט, 1890

אין אַ גוטן וועטער און ווען איך פֿויל זיך ניט, גיי איך אויף אַ שפּאַציר פּאַזע דעם אָקעאַן — פֿון ברײַטאָן-ביטש ביז סי-גייט. דער "באָרדוואָק" ציט זיך אויף 2.5 מײַל. אין סי-גייט גופֿא גיי איך זעלטן, אָבער יעדעס מאָל ווען איך בין דאָרטן, טראַכט איך וועגן די אַמאָליקע צײַטן, ווען דאָרטן האָבן געוווינט אַ סך ייִדישע פּען-מענטשן. איינער פֿון די סי-גייטער תּושבֿים, יצחק באַשעוויס זינגער, האָט פֿאַראייביקט די דאָזיקע ברוקלינער געגנט אין אַ צאָל ווערק זײַנע.

טעאַטער
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

מאַרטין ריינאָר אין דער ראָלע פֿון פֿרויד, און מאַרק ה. דאָלד אין דער ראָלע פֿון סי. עס. לויִס אין דער דראַמע

איך קען גאָרנישט געדענקען ווען איך בין געווען אַזוי אַנטציקט פֿון אַ פּיעסע ווי "פֿרוידס לעצטע סעסיע," אָבער מען טאָר נישט פֿאַרלירן די האָפֿענונג, ווײַל עס איז נאָך פֿאַראַן אין דעם ניו־יאָרק אַן אינטעליגענטער טעאַטער־עולם. דער זאַל איז טאַקע געווען געפּאַקט מיט זיי. איך שטעל זיך פֿאָר, אַז ס׳רובֿ צושויער זײַנען געווען פּסיכיאַטערס, פּסיכאָלאָגן און פּסיכאָ־טעראַפּיסטן.

ייִדיש־וועלט

דער דירעקטאָר פֿון דער נײַער מיטלשול, ראַבינער עדוואַרד האַרוויץ (שטייט) 
און אַ טייל פֿון די תּלמידים

מיט פֿיר וואָכן צוריק איז אַ שטיקל נס מקיים געוואָרן אין ברידזשפּאָרט, קאָנעטיקאָט. נישט געקוקט אויף די שווערע עקאָנאָמישע צײַטן, ווען אַ צאָל ייִדישע טאָגשולן זאָרגן זיך, צי זיי וועלן צוליב דער שווערער עקאָנאָמיע קענען בלײַבן אָפֿן, האָט אַ נײַע ייִדישע מיטלשול געפֿײַערט איר חנוכּת־הבית.
דער גאַסט־רעדנער יענעם אָוונט — דער אַמעריקאַנער סענאַטאָר פֿון קאָנעטיקאָט און אַמאָליקער קאַנדידאַט פֿאַר וויצע־פּרעזידענט, דזשאָסעף ליבערמאַן — האָט באַצייכנט די ערשטע 19 תּלמידים פֿון דער "ייִדישער מיטלשול פֿון קאָנעטיקאָט" (Jewish High School of Connecticut) ווי אמתע פּיאָנערן.

ביאָגראַפֿיעס
פֿון שיקל פֿישמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

לודוויג (לייזער) זאַמענהאָף

איצט איז שוין קלאָר פֿאַר אַלעמען די געוואַגטקייט און די אַמביציעזקייט פֿון זאַמענהאָפֿס פּלענער צו שאַפֿן אַ נײַ פֿאָלק פֿאַר וועמען "עטישע באַציִונגען" מיט אַלע מענטשן־קינדער (ניט געקוקט אויף זייער פֿאָלק, קולטור, בירגערשאַפֿט צי גלויבן), זאָל זײַן זייער הויפּטציל אין לעבן. איבערצײַגט, אַז כּדי זײַן דערפֿינדונג פֿון "עספּעראַנטאָ" זאָל האָבן אַריכות־ימים, מוז עס קודם־כּל ווערן די ירושה פֿון אַן איבערגעגעבן פֿאָלק, האָט ער עס לכתּחילה געשאָנקען צו די ייִדן פֿון רוסלאַנד.

ליטעראַטור
פֿון גענאַדי עסטרײַך (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"


ווען איך האָב געקויפֿט נאַטאַליאַ גראָמאָוואַס בוך "דער צעפֿאַל: די דאָליע פֿון אַ סאָוועטישן קריטיקער, 1940ער און 1950ער יאָרן", האָב איך אַפֿילו ניט געטראַכט, אַז די דאָזיקע פֿאָרשונג האָט אַ "ייִדישע דימענסיע". מיך אינטערעסירט בכלל די דאָזיקע תּקופֿה און די דאָזיקע סבֿיבֿה. איך לייען וועגן דעם אַלץ וואָס עס פֿאַלט אַרײַן אין מײַנע הענט, אָבער סײַ-ווי-סײַ בלײַבן מיר ניט קלאָר אַ סך זײַטן פֿון דעם סאָוועטיש-ליטעראַרישן לעבן; וועגן די זייער גוט-באַצאָלטע און זייער גוט-באַזאָרגטע מענטשן, וועלכע האָבן געשאַפֿן די סמעטענע פֿון די מאָסקווער ליטעראַרישע קרײַזן, אָבער זײַנען אין דער אמתן געווען שיִער ניט די סאַמע אומגליקלעכע נפֿשות אין גאַנצן סאָוועטן-פֿאַרבאַנד.

פֿאַרשײדנס
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

איך האָב נישט געגלייבט מײַנע אויגן, נישט געריכט זיך און נישט פֿאָרגעשטעלט זיך, אַז אַ חבֿרה חסידים וועלן זיך פֿאַרשטענדיקן מיט מיר דורך בליצפּאָסט און מיר מכבד זײַן מיט אַזאַ מין בריוועלע אין זייער אייגן לשון.

"מײַן נאָמען איז פֿײַוויש פֿונק (נישט דער אמתער נאָמען), און איך וווין אין ברוקלין. איך בין אַ טאַטע פֿון זיבן זיסע קינדערלעך און איך האָב בע״ה זייער אַ וווילע פֿרוי און אַ גוטע פּרנסה רעלאַטיוו צום הײַנטיגן עקאָנאָמיע. מיר זײַנען צען חסידים וואָס ליינען אײַערע אַרטיקלען וועכנטלעך כּמעט. פֿאַרשטייט זיך אַז מיר זענען מער נישט אַזוי קנאָיש (פֿאַנאַטיש) פֿרום, פֿון אינעווייניג מיר זענען טאָלעראַנט און "אויסגעברענט." אָבער פֿון דערויסען זענען מיר נאָרמאַל חסידיש. מיר האָבן אַלע פֿאַמיליעס. איך וואָלט געוואָלט בעטן טרעפֿן מיט אײַך. מיר וועלן צופֿאָרן אין דער בראָנקס אָדער מאַנהעטן.

פֿאַרשײדנס
פֿון גענאַדי עסטרײַך (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

איך ווייס ניט צי איר האָט עס באַמערקט, אָבער אין פֿראַנקרײַך האָט זיך לעצטנס געטאָן חושך. הונדערטער טויזנטער מענטשן האָבן דעמאָנסטרירט און געסטרײַקט, ווײַל דער פּאַרלאַמענט האָט באַטראַכט (און שוין כּמעט אָנגענומען) אַ געזעץ וועגן אַריבערטראָגן אויף צוויי יאָר שפּעטער דעם עלטער, ווען אַרבעטנדיקע פֿראַנצויזן קענען פּענסיאָנירט ווערן. איצט איז דער עלטער דאָרטן 60 יאָר, בעת דער נײַער געזעץ פֿאַרלענגערט עס ביז 62 יאָר. (מע קען די פֿראַנצויזן סײַ-ווי-סײַ מקנא זײַן — אין אַ סך לענדער, אַרײַנגערעכנט די פֿאַראייניקטע שטאַטן, קען מען נאָר חלומען וועגן אַזאַ לוקסוס פֿאַר עלטערע מענטשן.)

ליטעראַטור
פֿון גענאַדי עסטרײַך (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

מיט אַ וואָך צוריק האָב איך דערמאָנט אין מײַן קאָלומנע, אַז אויף וואַקאַציעס קיין לעטלאַנד זײַנען מיר — מײַן ווײַב און איך — געקומען סוף אויגוסט אָן אונדזער וואַליזע. אין דעם רויטן טשעמאָדאַן זײַנען, אַ חוץ אַנדערע חפֿצים, געלעגן אויך די ביכער, וואָס מיר האָבן פּלאַנירט צו לייענען. האָבן מיר קיין ברירה ניט געהאַט און געמוזט גלײַך גיין און אײַנקויפֿן אַלע נייטיקע זאַכן. קיין פּראָבלעם איז עס, גאָט צו דאַנקען, ניט געווען.

דער ביכער-געשעפֿט, וואָס מיר האָבן געפֿונען, איז געווען אַ האַלב-לעטישער (איך קען ניט די שפּראַך) און האַלב-רוסישער.

פֿאַרשײדנס

ווען טאַטע־מאַמע גטן זיך, באַקומט די מאַמע, בדרך־כּלל, דעם אויפֿזיכט אויף די קינדער. דאָס לייגט זיך אויפֿן שׂכל, ווײַל געוויינטלעך איז די מאַמע (כאָטש לויט די טראַדיציאָנעלע סטערעאָטיפּן) דער מענטש, וואָס קאָכט די מאָלצײַטן, וואַשט די וועש, העלפֿט די קינדער מיט דער היימאַרבעט און לייגט זיי שלאָפֿן.

פֿאַרשײדנס
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

לויט ווי מען גיט איבער, האָט מען אין איראַן אַרעסטירט אַן אשת־איש, וועלכע מ׳באַשולדיקט אין האָבן עסקים מיט עמעצן אויסער איר מאַן. דעריבער האָבן די אַיאַטאָלאַס צוגעפּסקנט זי מכבד זײַן מיט הונדערט שמיץ, און נאַכער זי פֿאַרשטיינערן. די רעליגיעזע שופֿטים האָבן נאָך צוגעשריבן צום פּסק אַזאַ מין ברוך־הבא:

"קיינער טאָר נישט אַרויסווײַזן קיין מיטגעפֿיל אָדער רחמנות, ווײַל אַזוי האָט פֿאַראָרדנט אַלאַ (קאָראַן, 24:2).