- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
אַז איך גיי מיט מײַן חבֿרטע, ליליען, יעדן טאָג אין דער פֿרי — אַרום זעקס זומער און זיבן אַזייגער די רעשט פֿון די סעזאָנען — ווייסט איר דאָך שוין. אָבער אַזוינס, וואָס האָט זיך געטראָפֿן נעכטן אויף אונדזער טעגלעכן שפּאַציר, איז געווען ממש אומגלייבלעך. בדרך־כּלל, דרייען זיך דאָ אַרום מענטשן מיט הינט: מ׳צאַצקעט זיך מיט זיי, מ׳פּילנעוועט זיי ווי אַן אייגן קינד. אָבער קיינער קוקט זיך נישט אום אויף אַ היימלאָזן מענטש, וואָס לעבט אין אונדזער פּאַרק, שלאָפֿט אין אונדזער פּאַרק און איז אַרומגערינגלט מיט אַ אײַנקויף־וועגעלע, וווּ עס שטעקן אַרויס אַלטע געשיר, צונויפֿגעדרייטע שמאַטעס, אַ פֿלעשעלע וואַסער און אַ קאָלדרע. מײַן חבֿרטע ליליען דערציילט מיר דערווײַל, אַז דורך דער צײַט וואָס איך בין נישט דאָ — ס׳הייסט, אין די זומער־ און ווינטער־חדשים — האָט זיך דער מענטש באַזעצט אין פּאַרק, לעבן אונדזער הויז. א מענטש ליגט אויפֿן שפּיטאָל-בעטל און קען ניט רעדן. די דאָקטוירים דאַרפֿן מאַכן אַ באַשלוס וואָס צו טאָן מיט אים. ווי אַזוי טוט מען דאָס? ווי אַזוי רעדט מען אַרום אַזאַ זאַך מיט דער משפּחה? די ביִאָ-עטישע עסטאַבלישמענט אין די אַמעריקאַנער שפּיטעלער האָבן מער ווייניקער שוין אָנגענומען אַ כּלל, אַזאַ מין מעניו פֿון אופֿנים, ווי אַזוי אַרומצורעדן מיט דער משפּחה אַ באַשלוס. מומחים פֿון דער מעדיצינישער עטיק זײַנען אָבער צו ביסלעך געקומען צום אויספֿיר, אַז אַזאַ צוגאַנג טויג מער ניט.
עס וואָלט געווען ניט יושרדיק צו פֿאַרגעסן און פֿאַרשווײַגן אַ וויכטיקן יובֿל אין דעם היסטאָרישן קאַלענדאַר פֿון אונדזער קולטור: מיט הונדערט יאָר צוריק האָט זיך באַוויזן דער ווילנער פֿאַרלאַג פֿון באָריס קלעצקין. אַ מאָל, ווען איך האָב געשריבן אַ בוך וועגן "ראָמאַנטישע באַציִונגען" צווישן ייִדישע שרײַבער און קאָמוניזם, האָב איך געזוכט די ערשטע שפּורן פֿון דעם דאָזיקן פֿאַרלאַג.
רבֿקה מרים רבֿקה מרים איז איינע פֿון די גאָר פֿעיִקע העברעיִשע שרײַבערינס; אַ פּאָעטעסע און קינסטלערין אין מאָלערײַ. זי דערשײַנט אינעם בוך "מיר זײַנען אַלע נאָענט", צווישן אַ פּלעיאַדע פֿון העברעיִשע שריפֿטשטעלער און שריפֿטשטעלערינס. צווישן זיי: אַהרון אַפּלפֿעלד, חיים באר, יצחק בן מרדכי, אַ. כּרמי, אלעזר פֿרײַפֿעלד, שולמית הרבֿן, יהושע כּנז, אַריה ליפֿשיץ, יאל מעדיני, יצחק אורפּז, עמוס עוז, דן פּאַגיס, אסנת פּעטרי, בנימין תּמוז, אַ. ב. יהושוע און נתן זאַך. פֿאַר מיר זײַנען זיי כּמעט געווען פֿרעמד.
זונטיק נאָכמיטאָג, מיט צוויי וואָכן צוריק, האָב איך געהאַלטן אין מיטן וואַשן דאָס געפֿעס אין קיך, ווען פּלוצלינג האָב איך דערזען דורכן פֿענצטער ווי עס ווערט שטאַרק פֿינצטער אין דרויסן, די ביימער וויגן זיך שטאַרק, און עס הייבט אָן צו גיין אַ רעגן. לכתּחילה, איז מיר נישט געווען קיין חידוש, ווײַל דער וועטער נבֿיא האָט געהאַט פֿאָרויסגעזאָגט, אַז נאָך צוויי שטאַרק הייסע, טרוקענע וואָכן וועט, סוף־כּל־סוף, גיין אַ רעגן און אפֿשר אַ שטורעם אויך. אין קיִעוו אַרבעט שוין לאַנג דער אינסטיטוט פֿון יודאַיִק, וואָס איז, ווי איך פֿאַרשטיי עס, ניט קיין ריכטיקע אַקאַדעמישע אינסטיטוציע, אָבער עס טוט עפּעס "אַרום וויסנשאַפֿט". בפֿרט, דרוקט דער אינסטיטוט יאָר-אײַן יאָר-אויס אַ זאַמלבוך, וואָס הייסט "יעהופּעץ" — אַזוי ווי שלום-עליכם האָט אַמאָל גערופֿן קיִעוו אין זײַנע ווערק. די דאָזיקע אויסגאַבע איז צוטריטלעך דורך www.judaica.kiev.ua/Egupez.htm. פֿאַר די לייענער, וואָס קענען רוסיש און אוקראַיִניש, שטעלט עס מיט זיך פֿאָר אַן אינטערעסאַנטן קוואַל פֿון ליטעראַרישע און היסטאָרישע מאַטעריאַלן.
דער שרײַבער אַהרן אַפּלפֿעלד איך מוז זיך מודה זײַן, אַז איך בין אַ קנאַפּע לייענערין פֿון העברעיִשע ליטעראַטן. זינט מיר זײַנען אַוועק פֿון ישׂראל זײַנען שוין פֿאַרלאָפֿן אַ דרײַסיק יערעלעך. איז דערווײַל האָט מײַן העברעיִש גענומען זשאַווערן און מײַן עבֿרית האָט גענומען גיין איבער די הײַזער און בעטלען "ווי זאָגט מען?.." אָבער מיט אַ פּאָר וואָכן צוריק האָב איך אויפֿגעהויבן אַ ביכל אין "אַרבעטער־רינג"־ביכער־קראָם, וואָס האָט געהייסן "מיר זײַנען אַלע נאָענט" — אינטערוויוען און שמועסן מיט אַכצן העברעיִשע שריפֿטשטעלער און פּאָעטן, צווישן זיי מחברים און מחברטעס. אַרויסגעגעבן האָט דאָס בוך זייער אַ פֿעיִקער שרײַבער, אינטערוויואַנט און מיטשמועסער — חיים טשערטאָק.
די קאָמפּיוטער־שפּילערײַען זענען הײַנט ברייט פֿאַרשפּרייט אין דער וועלט, און זענען פּאָפּולער צווישן קינדער און דערוואַקסענע. גענוג מענטשן פּטרן אויף זיי אַ גרויסן טייל פֿון זייער צײַט און ענערגיע. אין עקסטרעמע פֿאַלן, ווערן די סאַמע פֿאַרביסענע "גיימערס" אַזוי שטאַרק אַרײַנגעצויגן אין דער שפּיל און צוגעבונדן צו דעם קאָמפּיוטער, אַז זיי פֿאַרגעסן וועגן אַרבעט און דעם פּערזענלעכן לעבן. אַזאַ "ווירטועלע נאַרקאָמאַניע" קאָן ברענגען צו אַ גט און אַרבעטלאָזיקייט.
ס׳טײַטש — מע טאָר דאָך נישט צייכענען קיין מלאכים! אַזאַ רעאַקציע רופֿט אַרויס בײַ אַ טייל ייִדן דער פּרעכטיקער אילוסטרירטער קינדער־חומש, וואָס מײַן ווײַב האָט געקויפֿט נישט לאַנג צוריק אויף דער אינטערנעץ. דער ישׂראלדיקער מאָלער, זלי סמעכאָוו, געבוירן אין מאָסקווע, האָט באַהאַנדלט די תּורה־פּערסאָנאַזשן אויף אַן אָריגינעלן קינסטלערישן און חנעוודיקן אופֿן: חוה מיט לאַנגע רויטע האָר טראָגט אַ היפּי־בענדל אויף איר קאָפּ; די מלאכים זעען אויס ווי די מיטל־מיזרחדיקע מענער, אָנגעטאָן אין אוראַלטע קליידער און באַפֿליגלט ווי די פֿייעס פֿון "דיסני"־אַנימאַציעס. די אילוסטראַציעס זענען טשיקאַווע, אָבער נישט צו אַנאַכראָניסטיש און פּאָסטמאָדערניסטיש.
אַז מע פֿאָרט אַרום אין גרויס-בריטאַניע און מע פֿאַרפֿאָרט אין אייניקע טיילן פֿון וויילז, קען מען דאָרטן הערן ווי מע רעדט וועלשיש. מיט עטלעכע יאָר צוריק האָבן מיר, מײַן ווײַב און איך, פֿאַרבראַכט אַ פּאָר טעג אין באַנגאָר, וואָס איז דער צענטער פֿון וועלשישער קולטור. האָבן מיר זיך געחידושט צו הערן אַרום זיך אַזוי פֿיל וועלשיש, גערעדט ווי אַ טאָג־טעגלעכע שפּראַך. די סטאַטיסטיק ווײַזט, אַז די צאָל וועלשיש-רעדער איז אַרום 600 טויזנט, בערך 60 פּראָצענט פֿון זיי נוצן דאָס לשון טאָג־טעגלעך. דאָס לערנען זיך אין אַ טאָגשול איז אין די לעצטע יאָרן געוואָרן, אַפֿילו בײַ ניט־אָרטאָדאָקסאַלע משפּחות, אַ קען־צייכן פֿון ערנסטער ייִדישער אידענטיפֿיקאַציע, הן בײַ אַמעריקאַנער ייִדישע עלטערן און הן בײַ די תּלמידים. מער ווי בלויז אַ "לשון־קודש", איז עבֿרית געוואָרן דער דערציִערישער צענטער וווּ עס קומען זיך צונויף די אַלע איבערצײַגונגען און עמאָציעס וואָס האָבן אַ שײַכות צו ייִדישער רעליגיע, קולטור און פֿאָלקזײַן, אי וואָס שייך זייער "אומר", אי וואָס שייך זייער "עושׂה". אַ מעשׂה איז ווי מען דערציילט זי. מ׳דאַרף די מעשׂה דערציילן אייגנאַרטיק, אַ סך מאָל — באַגראַמט, אָבער דער עיקר — באַטעמט. פֿון וואַנען ווייס איך, אַז די ערשטע מעשׂה, וואָס איך גיי אײַך דאָ דערציילן איז אַ גוטע מעשׂה? ווײַל ווען איך האָב זי אַמאָל דערציילט אַ ייִדישן פֿילם־מאַכער פֿון בערלין, איז ער צוריקגעקומען קיין ניו־יאָרק מיט אַלע זײַנע פֿילמיר־אַפּאַראַטלעך; מיט ליכט־עפֿעקטן; מיך אַוועקגעזעצט אין דער אַלטער ייִוואָ־געביידע, און געהייסן דערציילן די מעשׂה אויף דאָס נײַ. |