- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
דער "פֿאָרווערטס", איינע פֿון די באַליבטסטע און חשובֿסטע אינסטיטוציעס אין דער וועלט פֿון אַמעריקאַנער זשורנאַליזם, האָט שוין אָנגעהויבן ברעכן אירע ביז־איצטיקע גרענעצן פֿון טינט און פּאַפּיר, און געוואָרן אַ געהעריקער בירגער פֿון דער נײַער דיגיטאַלישער וועלט. צי איר און אײַער משפּחה לייענט און האָט הנאה פֿונעם "פֿאָרווערטס" שוין דורות לאַנג, צי איר האָט אונדז אַנטדעקט, נאָך דעם ווי אַ "פֿייסבוק"־פֿרײַנד האָט אײַך צוגעשיקט אַ פֿאַרבינדונג צו איינעם פֿון אונדזערע בלאָגס אָדער ווידעאָס, דאַרפֿט איר פֿאַרשטיין וואָס פֿאַראַ פּרטים מיר האָבן בדעה צו בײַטן, און וועלכע אַספּעקטן פֿון אונדזער טעטיקייט וועלן מיר זיך באַמיִען אָנצוהאַלטן אויף להבא.
לויט ווי איך פֿאַרשטיי, וואָלט געווען אַן אָך און וויי צו דער וועלט ווען נישט די ייִדן, די אויסטערלישסטע און אינטערעסאַנטסטע פֿון אַלע פֿעלקער אין אַלע צײַטן. אָן אונדז וואָלט די וועלט אויסגעזען פֿאַראָרעמט און פֿאַראומערט. העלפֿט גאָט און ס’באַווײַזן זיך אויף דער אייבערפֿלאַך פֿון דעם ערדקוגל די פֿילקאָלירטע, שעפֿערישסטע און שאַרף זיניקע אַחינו־בני־ישׂראל, מיט זייער אויסטערלישער געשיכטע, מיט זייער חכמה און זייער אַוועקמאַכן מיט דער האַנט "נישט גוט? ס’וועט זײַן גוט!" מיט זייער טרײַבן קאַטאָוועס און כּסדר פּאָרען זיך אַרום דעם געוויסן פֿון דער וועלט ווי די מוראַשקעס אַרום זייער מלכּה.
די לעצטע צײַט האָבן מיר — מײַן ווײַב און איך — קיין סך מזל ניט געהאַט מיט וואַקאַציעס. אין דעצעמבער האָבן מיר געזאָלט פֿאַרברענגען אַ וואָך אויף אַ קרוז-שיף אין מיטלענדישן ים. אָבער פֿון דעם גאַנצן פּלאַן איז פֿאַרבליבן נאָר אַ פֿאַרדראָס, מחמת אייראָפּע איז געווען פֿאַרשנייט. מיר האָבן פּשוט ניט געהאַט קיין מעגלעכקייט זיך דערקלײַבן ביזן פּאָרט, וווּ די שיף האָט, נעבעך, געוואַרט אויף אונדז. אין יוני איז אונדז ווידער אַ מאָל באַשערט געווען אַוועקצוגיין מיטן ליידיקן, ווען מיר האָבן געפּרוּווט אַרויספֿליִען קיין סלאָוועניע — דאָרטן איז שוין אַלץ געווען באַשטעלט, סײַ בײַם ים און סײַ אין די בערג.
ס׳איז שוין אַ טראַדיציע אויף דער יערלעכער ייִדיש־וואָך פֿון יוגנטרוף, אַז פֿרײַטיק־צו־נאַכטס, נאָכן עסן, רוקט מען צונויף די בענקלעך אין עסצימער, און מע זינגט — אַ מאָל, שעהען לאַנג — זמירות און אַנדערע שבתדיקע לידער אויף ייִדיש. אָבער הײַיאָר, נאָך האַלבער נאַכט, ווען אַ סך פֿון די באַטייליקטע זענען שוין געלעגן אין די בעטן, האָבן בערך דרײַסיק יונגע לײַט, ס׳רובֿ אין די 20ער און 30ער יאָרן, זיך אַראָפּגעגנבֿעט צו דער אָזערע מיט פֿלעשלעך ווײַן און בראָנפֿן, אַרײַן אינעם דערבײַיִקן פּאַוויליאָן און צונויפֿגערוקט דרײַ לאַנגע טישן, כּדי צו פּראַווען אַ פֿאַרברענגען אויף זייער אייגענעם שטייגער.
יעדער מענטש האָט זײַנע חסרונות. למשל, איך געהער ניט צו ליבהאָבער פֿון דזשאַז. אַ ביסל דזשאַז קען איך נאָך אויסהאַלטן, אָבער אָפּזיצן אַ גאַנצן קאָנצערט וואָלט פֿאַר מיר געווען אַ שווערע אָפּקומעניש. דאָך דער נאָמען פֿון עדי ראָזנער (1976—1910), אַ צענטראַלע פֿיגור אין דער סאָוועטישער דזשאַז־געשיכטע, איז מיר, פֿאַרשטייט זיך, גוט באַקאַנט. צו לעבן אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד און ניט הערן וועגן עדי ראָזנערן איז געווען אוממעגלעך, לכל־הפּחות, אין מײַנע צײַטן. לעצטנס קומט פֿאָר אַ מין ווידער־אויפֿקום פֿון עדי ראָזנערן. אָנגעהויבן האָט עס זיך מיט אַ צײַט צוריק, אָבער באַזונדערס שטאַרק פֿילט זיך עס איצט, ווען מע מערקט אָפּ זײַן הונדערט־יאָריקן יוביליי.
אָפֿט באַטראַכטן מיר די ספֿרדישע קהילה ווי איין גאַנצקייט און שיידן נישט אונטער די פֿאַרשיידענע עדות צווישן זיי; פּונקט ווי אַלע אַשכּנזישע ייִדן פֿון כּלערליי לענדער און געגנטן פֿירן זיך אַנדערש אין אַ סך פּרטים; אָבער ווערן אָפֿט באַהאַנדלט ווי איין גרופּע. ייִדן פֿון סיריע, מאַראָקאָ, גריכנלאַנד, טערקײַ און אַנדערע, אַזוי־גערופֿענע "שפּאַניש־פּאָרטוגעזישע" ייִדן, שטאַמען פֿון גירוש־שפּאַניע, אָבער האָבן זיך פֿאַרשפּרייט איבער אַ ברייטן שטח; אין אַמעריקע האָבן זיי אויפֿגעשעטלט זייערע באַזונדערע סינאַגאָגעס. אַ טייל פֿון די ספֿרדישע מינהגים אויף ראָש־השנה זענען ענלעך צו די אַשכּנזישע מינהגים, אָבער אַנדערע — נישט.
ייִדן זענען שוין פֿון לאַנג, לאַנג אַ פֿאָלק מיט כּסדרדיקע שפּראַך-פּראָבלעמען: מוטער-שפּראַך, חבֿרים-שפּראַך, שול-שפּראַך, דאַוון-שפּראַך, אַרבעט-שפּראַך, אימיגראַציע־שפּראַך, אאַז״וו. נאָר דער אמת איז, אַז גאָר אַ סך פֿעלקער האָבן פּונקט די זעלבע (אָדער גאָר ענלעכע) פּראָבלעמען. לאָמיר, למשל, אַ קוק טאָן. ווען דער דרויסן קריכט אַרײַן אינעווייניק דאָס לשון פֿונעם ברייטן דרויסן, וואָס גיט אירע רעדערס אַ צוטריט צו פּאָסטנס און צו כּל־מיני הכנסות, ווערט תּמיד געהאַלטן העכער און באַטראַכט מיט מער דרך־ארץ ווי דאָס לשון פֿון דער אָרעמער היים און פֿון דער אינטימער טאָג־טעגלעכקייט. דאָס דערמאָנט אינעם שײַכות צווישן ייִדיש און ענגליש בײַ נײַ־געקומענע קיין אַמעריקע. אָבער אַזוי ווי ענגליש איז פֿאַרבונדן מיט ייִחוס, ברענגט מען דאָס אַרײַן אין שטוב אויך, און די אינטימקייט ווערט צעטיילט אין צווייען. אויף גיך קען מען ניט שרײַבן. שרײַבן נעמט צײַט. אַ שרײַבער דאַרף זיך אַוועקזעצן באַלד אין דער פֿרי, ערגעץ אין אַ וואַלד לעבן אַ שטיל טײַכל, ווען די ערשטע זונענשטראַלן באַלײַכטן דעם טאַנץ פֿון מיליאַסן פֿליגעלעך און דאָס האַרץ גייט אויס נאָך פּאָעזיע און ליבע צו דער שיינער וועלט. ווען די מוזע און די הייליקע נאַטור שעפּטשען אין אויער אַרײַן די סודות פֿון לעבן און פֿאַר די אויגן שטייען שליחים פֿון באַהאַלטענע פּלאַנעטעס, וואָס ס'קען זיי זען נאָר דער קינסטלער, דער נבֿיא, דער שאַפֿער. אין שטוב איז אַן אָנשיקעניש. אַן אינוואַזיע. שוין אַ פּאָר טעג נאָכאַנאַנד פֿליִען אַרום זשוקלעך, און ערשט דעמאָלט פֿאַלט מיר אײַן אָפּצוזוכן, וווּ זיי באַהאַלטן זיך. וווּ זיי לאַרווען זיך אויס. עס געדויערט ניט צו לאַנג, און איך געפֿין אין שפּײַזאַרניע דאָס זעקל שוואַרצע פֿאַסאָליעס, וווּ די שרצימלעך לעבן אַ גוטן טאָג. זיך געשפּײַזט צו זאַט, האָבן זיך דאָ, די קריכנדיקע ווערעמלעך פֿאַרוואַנדלט אין פֿלאַטערלעך. פֿון אַזאַ בילד האָט מיר געקערט די גאַל. דורכגעטריבן. קלוג. ראַפֿינירט... אָבער גלײַכצײַטיק — אַ ביז גאָר נאַיִוו קינד. פֿאַרשטייט גוט דעם מענטשלעכן מוח, און קוקט אויף דעם כּלל מיט אומשולדיקן תּמימות. ניטאָ אין זײַן טראַכטן קיין פּלאַץ פֿאַר גרויס און גאַנץ; אַלץ ווערט געזען באַזונדער, אָפּגעטיילט איינס פֿונעם אַנדערן. ער אַנאַליזירט גרונטלעך די ביימער, אָבער פֿאַרגעסט, אַז ווען אין אַ גרויסער מאָס און גענוג נאָענט איינער פֿון צווייטן געפֿינען זיך אַ סך ביימער, פֿורעמט זיך אויס אַ נײַער באַגריף — וואַלד.
מיט 110 יאָר צוריק, דעם 12טן אויגוסט 1900, איז געשטאָרבן וולאַדימיר סאָלאָוויאָוו — אַ גרויסער רוסישער פֿילאָסאָף, פּאָעט, קריסטלעכער טעאָלאָג, פּובליציסט און ליטעראַטור־קריטיקער. אין דער ייִדישער וועלט איז ער צום מערסטן באַקאַנט ווי אַ גרויסער באַשיצער פֿון ייִדן און זייערע בירגער־רעכט. סאָלאָוויאָווס לעבן איז געווען טיף פֿאַרבונדן מיט ייִדן. די רוסישע גלחים האָבן אין יענער צײַט כּסדר געפּריידיקט, אַז די ייִדן זענען די "פֿאַרשאָלטענע קינדער פֿונעם שׂטן". ווי אַ זעלטענער אויסנאַם, האָט סאָלאָווויאָוו ביזן לעצטן טאָג פֿון זײַן לעבן געקעמפֿט קעגן אַנטיסעמיטיזם; אַפֿילו אויפֿן טויטן־בעט, אויסגעמאַטערט פֿון דער סכּנותדיקער מחלה, האָט ער געזאָגט תּהילים אויף העברעיִש לטובֿת דעם ייִדישן פֿאָלק.
אַזוי האָט זיך שוין באַקומען, אַז הײַיאָר האָב איך דעם 12טן אויגוסט — די יאָרצײַט נאָך די פֿירנדיקע טוער פֿון דעם סאָוועטיש־ייִדישן אַנטי־פֿאַשיסטישן קאָמיטעט — כּמעט דעם גאַנצן טאָג פֿאַרבראַכט אין דעם "פּאָליטישן אַרכיוו" בײַם אויסערן־מיניסטעריום פֿון דײַטשלאַנד. איך האָב לאַנג זיך געקליבן עס צו טאָן (גאָר ניט אומבאַדינגט אין אויגוסט), ווײַל איך האָב געוווּסט, אַז דאָרטן ליגן פּאַפּירן פֿון פּראָפֿעסאָר מאָריץ זאָבערנהײַם (1872—1933), וואָס האָט זינט 1918 ביז 1933 געאַרבעט בײַם אויסערן־מיניסטעריום ווי אַן עצה-געבער אין ייִדישע ענינים. אַ פֿעיִקער ייִדיש־דײַטשישער סעמיטאָלאָג און אַן אַקטיווער טוער אין ייִדישע קרײַזן, איז זאָבערנהײַם גלײַכצײַטיק געווען אַ דײַטשישער פּאַטריאָט און, דאַכט זיך, קיין גרויסע סתּירות ניט געזען אין דינען ביידע — ייִדישע און דײַטשישע — אינטערעסן. שוין אָפּגעשמועסט פֿון דעם, וואָס ביז 1933 איז עס באַזונדערס שווער ניט געווען. |