- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
בײַ לײַטן איז לעצטנס אָנגענומען געוואָרן, אַז גאָר אַ סך לשונות האַלטן אין איין אויסשטאַרבן, ממש במהרה־בימינו, טאַקע פֿאַר אונדזערע אויגן. אָבער אין דער זעלבער צײַט, האָבן טייל געניטע אָבסערוואַטאָרן באַמערקט ווי נײַע לשונות ווערן גאָר געבוירן! אַ באַווײַז האָט איר: די אַגענטור וואָס פֿאַרנעמט זיך יאָר אײַן און יאָר אויס מיט ציילן די לשונות פֿון דער גאָרער וועלט און די צאָלן פֿון זייערע רעדנערס, דהײַנו: די The Summer Institute of Linguistics, האָט במשך דעם איצטיקן יאָרצענדלינג אָפֿט געפֿונען, אַז די צאָל לשונות אויפֿן וועלטקוגל פֿאַרגרעסערט זיך און ווערט גאָר ניט קלענער! ווי קען דאָס גאָר אַפֿילו געמאָלט זײַן אין אַ תּקופֿה ווען די שפּראַכיקע שוואַרצזעערס פֿון דער מאָדערנער וועלט האַלטן נאָר אין איין "קראַקען" זייער אונטערגאַנג־ליד? דאָס מאָל איז מיר אויסגעקומען צו זען אויף בראָדוויי דעם באַרימטן האָליוווּדער־ און טעלעוויזיע־שטערן אַל פּאַטשינאָ, אין שעקספּירס "דער סוחר פֿון ווענעדיק." דער זאַל איז געווען געפּאַקט. איך דערקען ייִדישע פּנימער. די בינע איז באַצירט ווי אַ הײַנטצײַטיקע וואָל־סטריט־בערזע (מאַרק ווענדלאַנד), די קאָסטיומען (דזשעט גאָלדשטיין) וואָס מ׳קען מסתּמא הײַנט געפֿינען אין אַ לוקסוריעזן געשעפֿט אויף פֿינפֿטער עוועניו "בערגדאָרף־גורדמאַן." בלויז שײַלאָק, דער ייִד (אַל פּאַטשינאָ), דרייט זיך אַרום איבער דער בינע ווי אַן אָפּגעריסענער, היישעריק, פֿאַרשוויצטער פּראָצענטניק. און די ייִדן אַרום אים זעען אויס ווי זיי וואָלטן אַרויסגעקומען פֿון הײַנטיקן וויליאַמסבורג, נעט אָנגעטאָן אין אַ ייִדישן גאַרדעראָב. אין אוריאל ווײַנרײַכס האַנטביכל פֿאַר טוריסטן, Say it in Yiddish (זאָגט עס אויף ייִדיש), גיט ער איבער פֿאַרשידענע טערמינען און פֿראַגעס, וואָס אַ קונה קאָן פֿרעגן ווען ער באַשטעלט אַ צימער אין אַ האָטעל, ווי, למשל, "וויפֿל קאָסט אַ צימער מיט צוויי בעטן?" אָדער "צי סערווירט מען דאָ פֿרישטיק?" אָבער צוליב דעם וואָס ס׳איז הײַנט נישט פֿאַראַן קיין ייִדיש־רעדנדיקע מלוכה, זעט דאָס ביכל אויס מער ווי אַ פֿאַנטאַזיע פֿאַר ייִדישיסטן, איידער אַ פּראַקטישער וועגווײַזער. איך האָב די טעג געלייענט קאָרעקטורן פֿון אַ נײַ בוך, וואָס האָט אַ טוץ מחברים. האָב איך עס איבערגעלייענט און אָפּגעשיקט, און נאָר אין אַ פּאָר טעג אַרום זיך געכאַפּט, אַז מיר אַלע האָבן פֿאַרזען אַ טעות: דער נאָוועליסט פֿויכטוואַנגער טראָגט בײַ אונדז דעם נאָמען לעאָן, וואָס איז ניט ריכטיק. זײַן אמתער נאָמען איז געווען ליִאָן. מע וועט עס, מירטשעם, פֿאַרריכטן, דאָס בוך איז נאָך ניט אַוועק אין דרוקערײַ. אָבער איך מיין, אַז דער דאָזיקער גרײַז און דער פֿאַקט אַליין, וואָס אַזוי פֿיל גוט-אָנגעלייענטע אויגן האָבן עס דורכגעלאָזט, אַנטפּלעקט דעם מצבֿ פֿון פֿויכטוואַנגער און זײַנע ווערק אין דעם הײַנטיקן לעבן: ליִאָן פֿויכטוואַנגער (1884—1958) איז כּמעט אין גאַנצן פֿאַרגעסן געוואָרן, בפֿרט אין דער ענגליש-שפּראַכיקער סבֿיבֿה. קיין איין אַנדער ייִדישע אָרגאַניזאַציע זיצט ניט אויף אַזאַ פּותּיקא, ווי די "קליימס קאָנפֿערענס". זי איז געשאַפֿן געוואָרן אין יאָר 1951, כּדי זיך באַשעפֿטיקן מיט די דײַטשישע אויסצאָלונגען — פֿאַר די מאָנונגען אין שײַכות מיטן חורבן. די ייִדן, וואָס האָבן די רעכט צו באַקומען פֿינאַנציעלע קאָמפּענסאַציעס, זײַנען צעטיילט אויף עטלעכע קאַטעגאָריעס. אייניקע באַקומען אַן איינמאָליקע אויסצאָלונג, דער עיקר פֿאַר מוזן אַנטלויפֿן פֿון די דײַטשן בעת דער צווייטער וועלט-מלחמה. געהערט אַז דער באַרימטער האָליוווּדער אַקטיאָר ריטשאַרד דרײַפֿוס שפּילט אין אַ פּיעסע באַזירט אויף עפּיזאָדן פֿונעם לעבן פֿון דעם באַרימטן וועגווײַזער און תּלמיד־חכם, ר׳ אַבֿרהם־יהושע העשל, האָב איך זיך נישט געפֿוילט און אַוועק אין "טשערי־ליין"־טעאַטער אין וועסט־ווילעדזש, שעפּן נחת. ווער עס קען נישט דעם באַרימטן אַקטיאָר ריטשאַרד דרײַפֿוס, וועלכער האָט שוין אַרײַנגעלייגט אין זײַן פֿילם־קאַריערע אַ קײַמא־לן פֿון 55 יאָר, אַרײַנרעכענענדיק זײַן מי און צײַט אין צענדליקער וווילטעטיקע פֿרידנס־אָרגאַניזאַציעס, קאָנפֿערענצן וווּ ער האָט צונויפֿגעברענגט אין ניו־יאָרק אַלערליי צדדים זשורנאַליסטן פֿון רעכטס ביז לינקס, אַראַבער, פּאַלעסטינער און ישׂראלדיקע אינטעלעקטואַלן, זשורנאַליסטן, צײַטונגס־לײַט, פֿאַרבונדן זײַן טירחה מיט "סי־ען־ען," "בי־בי־סי" און "אַל־דזשיזיראַ."
ס׳איז קלאָר ווי דער טאָג, אַז די אַמעריקאַנער ייִדישער געזעלשאַפֿט מאַכט הײַנט דורך אַ ממשותדיקע ענדערונג. די אײַנגעשטעלטע אינסטיטוציעס, וואָס האָבן רעפּרעזענטירט די ייִדישע קהילה זינט די 1940ער יאָרן, לײַדן איצט פֿון אַ פֿאַלנדיקער מיטגלידערשאַפֿט און שפּילן אַ סך אַ קלענערע ראָלע ווי אַמאָל, בפֿרט בײַם ייִנגערן דור. כּדי אָנצוטאַפּן דעם דופֿק פֿון דער יוגנט, און במילא באַטראַכטן די צוקונפֿט פֿון דער אַמעריקאַנער ייִדישער קהילה, האָט די "אַבֿי־חי פֿונדאַציע" לעצטנס אינטערוויוירט מער ווי 250 פֿרויען און מענער צווישן 22 און 40 יאָר, וואָס פֿירן הײַנט אָן מיט ייִדישע פּראָיעקטן. מע קען זאָגן, אַז דעם 150סטן יוביליי פֿון שלום אַשן האָט מען הײַיאָר כּמעט ניט באַמערקט. אָנהייב יאָר האָב איך עס דערמאָנט אין אונדזער צײַטונג, אָבער דער ענגלישער "פֿאָרווערטס", אַ שטייגער, האָט (אויב איך פּלאָנטער ניט) וועגן דעם יובֿל אין גאַנצן ניט געשריבן, כאָטש דעם ענגליש-רעדנדיקן עולם איז דאָ וואָס צו זאָגן וועגן דעם שרײַבער, וועמענס ביכער מען האָט איבערגעזעצט און זשעדנע געלייענט איבער גאַנץ אַמעריקע. שוין אָפּגעשמועסט פֿון דעם, וואָס אַש איז בשעתּו געווען דער סאַמע באַרימטער מחבר פֿון "פֿאָרווערטס". צוליב זײַנע ווערק פֿלעגן די צײַטונג לייענען אַפֿילו אַזעלכע לײַט, וועלכע זײַנען געווען אידעאָלאָגישע קעגנער פֿון דעם "פֿאָרווערטס"-שניט פֿון סאָציאַליזם. מיט דרײַ יאָר צוריק, האָט דער מחבר פֿון די שורות אָנגעשריבן אַן אַרטיקל מיט נאָמען "יצחק-נחמן שטיינבערגס ירושה: רעוואָלוציע, עטיק און פֿרומקייט", לכּבֿוד דעם 50סטן יאָרצײַט פֿונעם באַקאַנטן ייִדישן טוער און דענקער. אין מײַן אַרטיקל, האָב איך דערמאָנט, אַז שטיינבערג האָט קריטיקירט דעם "מעכאַנישן" סאָציאַליזם פֿון ס׳רובֿ מאַרקסיסטן, און געהאַלטן, אַז מע קאָן אויפֿבויען אַ יושרדיקע געזעלשאַפֿט בלויז דורך אַ שעפֿערישן און גײַסטיקן פּראָצעס. די דאָזיקע אידעע שטאַמט פֿונעם באַרימטן ייִדיש־דײַטשישן אַנאַרכיסט און רעוואָלוציאָנער גוסטאַוו לאַנדאַוער. שטיינבערג דערמאָנט כּסדר לאַנדאַוערן, דירעקט און אומדירעקט; כאָטש מערסטע ייִדן האָבן קיין באַסקן פֿאַר די אויגן אַפֿילו קיין איין מאָל ניט אָנגעקוקט, איז מיר שוין אויסגעקומען אַזש פֿיר מאָל צו זײַן צווישן זיי. די ערשטע באַגעגעניש: זייער אַ טרויעריקע דאָס ערשטע מאָל איז דאָס פֿאָרגעקומען טאַקע אין פֿילאַדעלפֿיע, "וווּ איך האָב מײַנע קינדערישע יאָרן פֿאַרבראַכט" (ביז איך בין אַריבערגעפֿאָרן קיין ניו־יאָרק, כּדי דאָרטן צו באַקומען דעם דאָקטאָראַט). אין פֿילאַדעלפֿיע האָב איך זיך קינדווײַז געלערנט אין די "אַרבעטער־רינג"־שולן, וווּ מיר האָבן איין מאָל אין וואָך זיך פֿאַרנומען מיט "נײַעס פֿון דער וועלט" און דער לערער, גדליה ברעסלער, האָט מיר איבערגעגעבן דעם שפּאַנישן בירגערקריג, ווי מײַן טעמע אויף וועלכער אָפּצוגעבן אַ וואָכיקן באַריכט. פֿאַר מיר איז אָט די טעמע געווען זייער צוגעפּאַסט, ווײַל איך האָב שוין ביז דעמאָלט געהאַט אָנגעהויבן זאַמלען מאַרקעס, כּדי זיך צו באַקענען מיט דער ברייטער וועלט פֿון "פֿעלקער און קלימאַטן". זינט די ששת־ימי־בראשית חלומט די מענטשהייט פֿון אַ בעסערער וועלט, פֿון אַ שענערער וועלט, פֿון אַ יושרדיקער וועלט — אַ מין נירוואַנאַ, אַ שאַנגרילאַ, אַ גן־עדן און אַ מלכות־שמים אויף דער וועלט. מיר חלומען פֿון אַזאַ וועלט שוין צען טויזנט יאָר, זינט דעם אויפֿקום פֿון דער מענטשלעכער ציוויליזאַציע. וואָזשע שטייט אונדז אין וועג? ערשטנס און צום אַלעם: דער מענטש מיט זײַנע בלוטיקע מלחמות, שׂינאה און קינאה, אָרעם און רײַך, מגפֿות און עפּידעמיעס, און דער עיקר — רעליגיעס. איך קען שוין פֿײַווישן אַ שפּאָר ביסל צײַט און האַלט פֿון אים אַ וועלט. ער איז אַ ליבלעכער, שמייכלענדיקער און צוגעלאָזענער מענטש, אַ טײַערער ייִד, און דערצו — אַ גוטער קאָמעדיאַנט. אַמאָל, ווען ער איז געווען נאָך אַ יונגער־מאַן איז ער געווען הויך און ברייטבייניק, גלײַך ווי אַ ווירע. אָבער ווען ס׳איז געקומען צו זײַנע פֿיס, זאָל גאָט שומר און מציל זײַן; גיגאַנטישע פֿיס, אין זיי קען אַרײַן אַ נאָזהאָרן. און פֿײַוויש, ווי נאָר ער איז אַרויף אויף דער בינע מיט זײַנע גראָמאַדנע, ריזיקע פֿיס, אַזוי האָב איך זיך באַלד געשיט פֿון געלעכטער, און ווי נאָר ער האָט געעפֿנט ס׳מויל און געצויגן די ווערטער ווי מען ציט אַ פֿאָדעם פֿון אַ געשטריקטן זאָק, אַזוי האָב איך זיך שוין ווידער געוואַלגערט אויף דער פאָדלאָגע און געהאַלטן זיך בײַ די זײַטן. |