פֿאַרשײדנס
 שיל, אַ צערקווע און אַ מעטשעט אינעם ווײַסרוסישן שטעטל איוויע

דער זעקסטער ליובאַוויטשער רבי, יוסף־יצחק שניאורסאָן, שרײַבט אינעם ערשטן קאַפּיטל פֿון זײַנע זכרונות:

"שוין אַרום דער אַנטשטייוּנג פֿון ליובאַוויטש אין דער גאָר ווײַטער פֿאַרגאַנגענהייט, פֿיגורירט אַ מערקווירדיקע ייִדישע פּערזענלעכקייט, וועמעס אָנדענק אין ניט פֿאַרגעסן געוואָרן אין משך פֿון דורות ביז צו אונדזער אייגענער צײַט. רב מאיר איז געווען זײַן נאָמען. ער האָט געהערט צו יענע צדיקים, וואָס האָבן געוואָלט לעבן נאָר מיט דער פּראַצע פֿון זייערע אייגענע הענט. ניט וועלנדיק בלײַבן אין זײַן אַלטער היים און בכלל וועלנדיק לייגן אַ נײַעם יסוד פֿאַר זײַן עקזיסטענץ און דער עקזיסטענץ פֿון אַנדערע ייִדן, האָט ער מיט דרײַ אַנדערע משפּחות אויסגעוואַנדערט פֿון זייער שטאָט אָדער שטעטל, און אַוועק זוכן ערגעץ אַ פֿאַרוואָרפֿן ווינקל, וווּ זיך צו באַזעצן אויפֿן לאַנד און פֿון דער אייגענער אַרבעט זיך מפֿרנס צו זײַן.

קענטיק, אַז רב מאיר האָט שוין געהאַט געחלומט פֿון שאַפֿן אַ ייִדישע קאָלאָניע — אַ געדאַנק, וואָס איז שפּעטער פֿון די ליובאַוויטשער רביים אויפֿגענומען און דערפֿירט געוואָרן צו גאַנץ פּראַקטישע רעזולטאַטן. וואָרעם, ווי די מעשׂיות, וואָס ווערן דערציילט, האָט דער דאָזיקער רב מאיר זיך טאַקע פֿאַרנומען צו בויען אַ קאָלאָניע דאָרט, וווּ ליובאַוויטש געפֿינט זיך. אַרומגערינגלט מיט וואַלד, און בײַ די ברעגעס פֿון אַ טײַך, איז דער באָדן געווען געוווּנטשן פֿאַר אַ קאָלאָניע. האָבן זיך רב מאיר און די משפּחות, וואָס האָבן אים נאָכגעפֿאָלגט, זיך גענומען צו דער אַרבעט. מע האָט געהאַקט ביימער אין וואַלד און געבויט מיט זיי הײַזער.

געזעלשאַפֿט
אַ סאַטמערער טאַטע מיט די טעכטער אין וויליאַמסבורג

פֿאָרנדיק אויף דער אונטערבאַן, באַמערק איך אַ מאָל ווי ס׳זיצט אַ יונגע פֿרוי, צניעותדיק אָנגעטאָן מיט שוואַרצע געדיכטע זאָקן, און זאָגט תּהילים. אַזוי לערנט מען די מיידלעך אין דער חסידישער וועלט: אויב מע האָט אַ ביסל צײַט, וווּ מע זיצט מיט ליידיקע הענט, זאָל מען זאָגן תּהילים, כּדי נישט צו פֿאַרפֿעלן אַ געלעגנהייט אַרײַנצוברענגען אַ ביסל הייליקייט אין דער וועלט, און במילא אויך העלפֿן אויסצוהיילן די קראַנקע, די פֿאַרוווּנדיקטע און די קימפּעטאָרינס.

דערפֿאַר איז מיר געווען אַ חידוש לעצטנס אויסצוגעפֿינען, אַז אויף אַן אמת פֿאַרשטייען אַ סך פֿון די פֿרויען זייער ווייניק לשון־קודש, צי ס׳איז תּהילים, צי די תּפֿילות וואָס זיי זאָגן יעדן טאָג, ווײַל אין די חסידישע מיידל־שולן, בפֿרט בײַ די סאַטמערער, לערנט מען די מיידלעך בלויז אויף ייִדיש.

כ׳האָב אויסגעפֿרעגט פֿיר יונגע פֿרויען פֿון חסידישע היימען: דרײַ האָבן זיך געלערנט אין די סאַטמערער שולן, און איינע אין אַ וויזשניצער. הגם די פֿיר פֿרויען פֿירן הײַנט מער נישט קיין חסידישן לעבנס־שטייגער, און דערפֿאַר קאָן זייער מיינונג וועגן די שולן זײַן אַ ביסל מער נעגאַטיוו, ווי בײַ די פֿרויען וואָס זענען געבליבן חסידים, קאָן זייער באַשרײַבונג אויך זײַן מער אָפֿנהאַרציק, ווײַל די פֿרויען שרעקן זיך נישט "אויסצוזאָגן פֿון חדר".

פּובליציסטיק
פֿון גענאַדי עסטרײַך (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
יצחק קאָרן

אין אויגוסט 1976 איז אין ישׂראל געשאַפֿן געוואָרן אַן אָרגאַניזאַציע, וועלכער מע האָט געגעבן אַ גרויסאַרטיקן נאָמען: "וועלט-ראַט פֿאַר ייִדיש און ייִדישער קולטור". בראָש דער דאָזיקער אָרגאַניזאַציע איז געשטאַנען יצחק קאָרן, ז״ל — אַ קאָלאָריטפֿולע פֿיגור. מיר האָבן זיך באַקענט מיט צוואַנציק יאָר צוריק, אין ישׂראל, וווּהין איך בין דעמאָלט געקומען פֿון מאָסקווע אויף אַ וואָך, דאַכט זיך, ווי אַ מיטגליד פֿון אַ גרויסער גרופּע ייִדישע אַקטיוויסטן פֿון סאָוועטן-פֿאַרבאַנד. אַזאַ מדינה האָט נאָך דעמאָלט עקזיסטירט, און איר פּרעזידענט איז געווען מיכאַיִל גאָרבאַטשיאָוו. דער "וועלט-ראַט" האָט זיך געגרייט צום סאַמע וויכטיקן מאָמענט אין דער גאַנצער געשיכטע פֿון דער דאָזיקער קאַלט-מלחמהדיקער אָרגאַניזאַציע: צום קאָנגרעס אין מאָסקווע, אין מײַ חודש.

זײַנען געווען, פֿאַרשטייט זיך, פֿראַגעס צו מיר, דעמאָלט נאָך אַ מאָסקווער תּושבֿ. איך האָב פֿאַרגעדענקט, ווי אַ פּאָר ייִדן זײַנען באַזאָרגט געווען מיט דער קוואַליטעט פֿון דעם אַשר-יצר-פּאַפּיר אין די מאָסקווער האָטעלן. און נאָך עפּעס זאַכן פֿון אַזאַ סאָרט. אָבער יצחק קאָרן האָט געהאַט אַ מער ערנסטן ענין. ער האָט מיך אַרײַנגעפֿירט אין זײַן צימער (דאָס איז געווען בײַ אים אין דער היים), צוגעמאַכט די טיר און געזאָגט אַן ערך אַזוי: "הערט זיך אײַן! איך בין, ווי איר ווייסט, דער פּרעזידענט פֿונעם וועלט-ראַט. און מיכאַיִל גאָרבאַטשיאָוו איז דער סאָוועטישער פּרעזידענט. ווי צוויי פּרעזידענטן, האָבן מיר וועגן וואָס צו רעדן. וויל איך בעטן אײַך אײַנצוסדרן אונדז אַ באַגעגעניש".

פֿאַרשײדנס
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

איר ווילט דווקא וויסן וואָס ווערט מגולגל פֿון צײַט צו צײַט אין דעם אַמעריקע? "אַ בינטל בריוו." דערמיט, דאַכט זיך מיר, האָט זיך פֿאַריאַטלט כּמעט דער ערשטער רעדאַקטאָר פֿונעם "פֿאָרווערטס" אַב. קאַהאַן מיט אַ בינטל יאָרן צוריק. און זינט דעמאָלט האָט מען אויפֿגעגראָבן דעם אוצר און גענומען זיך ערנסט צו שטעלן אים אויף די בינע־ברעטער, און דער עולם לעקט די פֿינגער.

דאָס ערשטע מאָל וואָס איך האָב געזען אַן אויפֿפֿירונג פֿונעם "בינטל בריוו" איז געווען אין קעמפּ־בויבעריק (ייִדישע זומער־קאָלאָניע אין רײַנבעק, נ״י). אַהין זײַנען אָנגעקומען מוזיקאַנטן און שפּילער פֿון מאָנטרעאַל, קאַנאַדע, אונטער דער לייטונג און רעזשי פֿון דאָראַ וואַסערמאַן, דער מוטער פֿון ברײַנע וואַסערמאַן; בעת די טאָכטער איז געבליבן אין דער זעלבער בראַנזשע. איך געדענק נאָך ביזן הײַנטיקן טאָג סײַ די בריוו און סײַ די לידער.

דאָס מאָל איז די פֿאָרשטעלונג "אַ בינטל בריוו" פֿאָרגעקומען אין "טענעמענט־מוזיי," אין האַרץ פֿון דער "לאָוער איסט־סײַד," אָרטשאַרד און דילענסי, וווּ ס׳האָט זיך אַמאָל גערוכעוועט מיט נײַע אימיגראַנטן וואָס זײַנען ערשט אַראָפּ פֿון דער שיף, און נאָך געווען צוגעקאָוועט צום שטעטל, צו דער משפּחה, צו אייגענע. אַרומגעקוקט זיך, אַז אין אַמעריקע שאַרט מען נישט קיין גאָלד אין די גאַסן, האָט מען זיך גענומען קלאָגן. פֿאַר וועמען רעדט מען זיך אַראָפּ דאָס האַרץ?

פֿאַרשײדנס
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

די אַמאָליקע שפּרינצע־לאהלע איז הײַנטיקע ליליען, אַ גראַציעזע דאַמע מיט אַן אויעררינגל. מיט פֿינף־זעקס יאָר צוריק האָט זי געפֿונען מײַן נאָמען אינעם "חורבן־מוזיי" פֿון וואַשינגטאָן. זי האָט געהאַלטן דעמאָלט בײַם צונויפֿשטעלן איר אויסשטעלונג וועגן די די־פּי־לאַגערן אין נאָך־מלחמהדיקן דײַטשלאַנד, אַן אויסשטעלונג וואָס איז שפּעטער דערשינען סײַ דאָ, סײַ מעבֿר־לים. בעת איר פֿאָרשאַרבעט, האָט זי מיט אַ מאָל באַמערקט אינעם "חורבן־מוזיי" אַן אַלבאָם מיט לידער וואָס מיר קינדער האָבן געזונגען אין אונדזער לאַגער, הינדערבורג־קאַסערנע אין אולם. ווי אַ נײַן־צען־יעריק מיידעלע האָב איך אָנגעזאַמלט אין לאַגער אַן ערך אַכציק לידער און זיי פֿאַרשריבן אויף ייִדיש, העברעיִש, רוסיש און פּויליש. ליליען איז אַנטציקט געוואָרן פֿון מײַן אַלבאָם און גענומען זיך נאָכפֿרעגן ווער ס׳האָט עס געשריבן, האָט מען איר געזאָגט אַז דאָס געהערט צו מיר. זי האָט נישט פֿאַרלוירן קיין רגע און מיר אָנגעקלונגען פֿון איר היים אין גרייט־נעק, לאָנג־אײַלענד. קודם געוואָלט זיך באַקענען און למען־השם טרעפֿן זיך. אַרויסגעוויזן האָט זיך, אַז מיר זײַנען געגאַנגען אין דעם זעלבן בית־ספֿר "תּרבות" און געהאַט די זעלבע לערער. האָט מען זיך ביידע צוגעכאַפּט צום אַלבאָם און גענומען זינגען יענע פֿאַרגאַנגענע לידער, ווײַל בײַ איר אין די־פּי־לאַגער האָט מען זיי אויך געזונגען.

הײַיאָר, דעם פֿינפֿטן יוני, האָב איך צום ערשטן מאָל באַזוכט דעם "ישׂראל־פּאַראַד" אין ניו־יאָרק. דאָרטן זאַמלען זיך צונויף כּלערליי ייִדישע גרופּעס: סינאַגאָגעס, ייִדישע הילפֿס־אָרגאַניזאַציעס, און אַנדערע מינים ייִדישע אינסטיטוציעס, ווי למשל, "דער נאַציאָנאַלער ייִדיש־טעאַטער — די פֿאָלקסבינע", צו פּאַראַדירן לכּבֿוד מדינת־ישׂראל. ווײַזט אויס, אַז ס’רובֿ פֿון דעם צונויפֿגעזאַמלטן עולם זענען געווען אָדער מאָדערנע אָרטאָדאָקסן, אָדער געוועזענע ישׂראלים, די אַזוי גערופֿענע "יורדים", ווײַל מע האָט דאָרטן געהערט עבֿרית אויף יעדן שריט און טריט. אַ פֿאַרשפּרייטע סצענע איז געווען צו הערן ווי טאַטע־מאַמעס רעדן העברעיִש מיט זייערע קינדער, און די קינדער ענטפֿערן זיי אויף ענגליש. פֿאַרשטייט זיך, אַז פֿון אַזאַ סצענע איז ניטאָ וואָס צו חידושן זיך, זי איז זייער אַ טיפּישע דערשײַנונג צווישן די אימיגראַנטן, און ישׂראלים אין אַמעריקע זענען ניט קיין אויסנאַם.

געשיכטע
פֿון גענאַדי עסטרײַך (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
די עפֿענונג פֿון דער ערשטער זיצונג פֿון דער דריטער דומע, 1907, פּעטערבורג

אין אַ יאָר אַרום וועט מען אין רוסלאַנד, אַ פּנים, פּראַווען דעם 250סטן יוביליי פֿונעם טאָג, ווען — נאָך אַן איבערקערעניש — האָט זיך אויפֿן טראָן אַוועקגעזעצט די מלכּה קאַטערינאַ די צווייטע. ס׳איז אָנגענומען געוואָרן צו האַלטן די תּקופֿה פֿון איר ממשלה, 1762—1796, ווי די בלי-צײַט פֿון דער רוסישער אימפּעריע. אין דער ייִדישער געשיכטע איז עס אויך אַ ביז גאָר וויכטיקע צײַט, ווײַל בימי קאַטערינאַ האָט זיך פֿאַרלייגט דער יסוד פֿונעם רוסישן ייִדנטום. גראָד אין יענע יאָרן איז פּוילן פֿאַרשוווּנדן פֿון דער מאַפּע ווי אַן אומאָפּהענגיקע מדינה, און דער גרעסטער טייל פֿון די פּוילישע טעריטאָריעס און תּושבֿים (ייִדן בתוכם) זײַנען אַריבער צו רוסלאַנד. דער סוף איז געווען, אַז אין משך פֿון דעם 19טן יאָרהונדערט האָבן זיך באַוויזן ייִדן פֿון אַ נײַעם מין — דעם רוסישן.

פֿאַרשײדנס
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

איך זיץ זיך אַזוי און שרײַב מײַנע אַרטיקעלעך און עס פֿעלן מיר אויס ווערטער. איך האַק זיך קאָפּ אָן וואַנט, ווי האָט מען געזאָגט?.. ווי האָט עס די מאַמע געזאָגט?.. און אַ מערכה וואָס יעדעס מאָל וואָס איך דערמאָן זיך אַ וואָרט, פֿאַרשרײַב איך עס. אַזוי אַז איך האָב פֿון וואַנען צו שעפּן.

פֿאַרשטייט זיך, אַז די מאַמע האָט איר ווערטער־אוצר פֿאַרבונדן מיט עפּעס אַ מענטשן, אַ געשעעניש אָדער אַ ברוגז. שלעפּ איך אַרויס פֿון דער פֿאַרגעסענער שפּראַך־וואַליזקע די אוצרות און שטעל זיי צונויף, ווײַל איך דערמאָן זיך ווי מײַן מאַמע האָט זיך באַנוצט מיט אונדזער מאַמע־לשון. ווען מײַן מאַמע האָט געוואָלט אונדז מודיע זײַן אַז אַ חבֿרטע אירע האָט נישט געלעבט בשלום מיט איר מאַן, און אַז זי האָט געליטן געברענטע צרות ס׳גאַנצע לעבן, פֿלעגט זי זאָגן:

"די הויכע רושקע האָט נישט געהאַט קיין גלאַטן שליטוועגס."

ליטעראַטור, ביאָגראַפֿיעס
פֿון גענאַדי עסטרײַך (‫אַמעריקע)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אין "פֿאָרווערטס" האָט לאַנגע יאָרן געאַרבעט מענדל אָשעראָוויטש, איינער פֿון די בעסטע מחברים אין דער געשיכטע פֿון דער צײַטונג. האָט ער אין יולי 1938 געשריבן וועגן מאַקס פּײַן, אַ וויכטיקן טוער פֿון אַמעריקאַנער ייִדישער אַרבעטער-באַוועגונג, און אויך אַ מיטאַרבעטער פֿון "פֿאָרווערטס" אין פֿאַרשיידענע יאָרן. פּײַן איז אין יאָר 1920 געפֿאָרן קיין רוסלאַנד מיט אַ שליחות פֿון "דזשוינט" און פֿאַרלייגט דעם יסוד פֿאַר דער הילף-אַרבעט אין יענע מקומות. ווען ער איז צוריק געקומען קיין ניו-יאָרק, האָט מען בײַ אים געפֿרעגט וועגן דעם מצבֿ אין רוסלאַנד און זײַן מיינונג וועגן דעם סאָוועטישן רעזשים. פּײַן איז געווען אַ מענטש מיט הומאָר און האָט זײַנע אײַנדרוקן באַשריבן דורך אַזאַ מעשׂה:

אַ ייִדענע, וואָס איז געווען מיאוס ווי דער טויט, איז אַ מאָל געקומען צום רבין ער זאָל איר צוּווינטשען, אַז איר מאַן, וואָס איז פֿון איר אַנטלאָפֿן, זאָל קומען צוריק.

געשיכטע, געזעלשאַפֿט, קולטור
פֿון שיקל פֿישמאַן (‫אַמעריקע)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

וואָס שייך דער צאָל פֿון אירע רעדנערס, איז אַראַביש איינע פֿון די שטאַרקסטע און פֿאַרזיכערטסטע לשונות אויף דער וועלט. אַפֿילו ווען מען זאָל רעכענען בלויז די פֿאַר וועמען אַראַביש איז זייער מוטערשפּראַך, באַטרעפֿן זיי הונדערטער מיליאָנען מענטשן און ווען מען גיט נאָך צו אויך די אַלע פֿאַר וועמען אַראַביש איז "בלויז" אַ לשון פֿון רעליגיעזע הצטרכותן, ווערט די צאָל אַראַביש־"באַנוצערס" אַן ערך צוויי מאָל אַזוי פֿיל, אויב ניט נאָך מער! הכּלל, מיר האָבן דאָ צו טאָן מיט אַ גרויס און שטאַרק לשון.

ביאָגראַפֿיעס, ייִדיש־וועלט, פּובליציסטיק, ליטעראַטור
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (‫אַמעריקע)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
חיים גראַדעס יאָקאָ־אָנאָ

ווען אַ צווייטע פֿידל וויל דווקא שפּילן די ראָלע פֿון אַ קאָנצערט־מײַסטער, דעמאָלט זעט איר ווי עס דונערט און עס בליצט אין דער כאַטע. און אַזוי ווי אַמעריקע צוזאַמען מיט דער וועלט, ריכטן אָפּ דעם זיבעציקסטן געבוירן־יאָר פֿון איין "ביטל" — אַן אָנגעזעענער מיטגליד פֿון אַ קאַפּעליע־זינגער, וואָס האָבן זיך אַראָפּגעלאָזט אַהער צו אונדזערע ברעגעס פֿון ענגלאַנד, ווי די היישעריקן, און פֿאַרכאַפּט אַמעריקע מיט זייער געזאַנג, מיט זייערע באַגאַבטע לידער־טעקסטן, מוזיק און העוויות, פּונקט צוגעפּאַסט צו דער שטימונג פֿון די זעכציקער יאָרן. האָט מען זיך אָנגעכאַפּט אין דער "ביטלעמאַניע," ווי צו הייסע לאָקשן, און מ׳לאָזט זיי נישט רוען ביזן הײַנטיקן טאָג.

מיר ווייסן אויך, אַז ס׳האָבן זיך דעמאָלט געפֿונען אַ חבֿרה "באַבי־סאַקטערס." דערמיט קען מען באַצייכענען יונגע מיידלעך און ייִנגלעך, אָנגעזאַפּט מיטן עקסטאַז פֿון זייערע פֿלאַמיקע האָרמאָנען און ענערגיע, האָבן זיי באַלאַגערט די "ביטלס" ווי פֿליגן אויף פֿליגן־פּאַפּיר, וואָס הענגט אַראָפּ פֿון דער סטעליע, מיט געוואַלדן און געשרייען, מיט פֿאַלן אין חלשות און אויסרײַסן זיך די גאָרגלען; דער עיקר — צוצוקומען וואָס נעענטער צו די אימפּאָרטירטע זינגער. דער אמת איז, אַז זיי קומען פֿון קליינינקע שטעטלעך אין ענגלאַנד און האָבן נישט געוווּסט לגמרי מיט וואָס מ׳עסט עס.

פּובליציסטיק
הרבֿ טאָקייער (אין מיטן) רעדט וועגן דעם תּלמוד אין סאָול, דרום־קאָרעע, אויגוסט 2010

ווי אַ סך אַמעריקאַנער רבנים הײַנטיקע צײַטן, פֿאָרט מאַרווין טאָקייער צו סינאַגאָגעס איבערן לאַנד (און אָפֿט מאָל אַפֿילו איבער דער וועלט), וווּ ער גיט לעקציעס וועגן טעמעס פֿון זײַן ספּעציאַליטעט. זײַן טעמע איז אָבער נישט קיין געוויינטלעכע. ווי דער געוועזענער רבֿ פֿון יאַפּאַן (אין די 1960ער און 70ער יאָרן), און דער משגיח פֿון אַלע לענדער אין דרום־אַזיע און דעם ווײַטן מיזרח, ווי אויך אַ מחבר פֿון 20 ביכער אין יאַפּאַניש, איז הרבֿ טאָקייער דערשטוינט, וואָס די אַמעריקאַנער ווייסן אַזוי ווייניק וועגן דער געשיכטע פֿון די ייִדן אין יענעם ראַיאָן.

בעת אַן אינטערוויו מיטן "פֿאָרווערטס" לעצטנס, האָט הרבֿ טאָקייער דערציילט ווי אַזוי ער איז אָנגעקומען צו אַזאַ ראָלע. אין 1960, ווי אַ סטודענט אינעם ייִדישן טעאָלאָגישן סעמינאָר האָט ער זיך געראַנגלט מיט אַ צאָל קשיות וועגן ייִדישער פֿילאָסאָפֿיע און טעאָלאָגיע; האָט עמעצער אים פֿאָרגעלייגט שרײַבן אַ בריוו דעם ליובאַוויטשער רבין,