- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
איצט איז אַ גוטער מאָמענט פֿאַר אומקערן זיך צו די צײַטן פֿון דער קאַלטער מלחמה, ווײַל די אַלטע סאָוועטישע פּראָפּאַגאַנדיסטן, וועלכע האָבן דערלעבט ביז אונדזערע צײַטן, קענען קלײַבן נחת פֿון זיך אַליין: זיי האָבן דאָך יאָרנלאַנג געטענהט, אַז דער אַראַביש-ישׂראלדיקער קאָנפֿליקט מוז געלייזט ווערן לויטן פּרינציפּ פֿון אומקערן זיך צו די גרענעצן, וואָס זײַנען געווען פֿאַר דער זעקס-טאָגיקער מלחמה. איצט זאָגט עס שוין, דאַכט זיך, די גאַנצע (אָפֿיציעלע) וועלט, אַ חוץ דער ישׂראלדיקער רעגירונג. איך בין ניט קיין פּאָליטיקער און רוף זיך ניט אַרויס צו זאָגן מבֿינות וועגן דעם אָדער יענעם צוגאַנג, כאָטש עס לייגט זיך אויפֿן שׂכל, אַז שלום איז וויכטיקער פֿון טעריטאָריעס, בפֿרט נאָך אַז פֿאַר אונדזערע אויגן בײַט זיך די גאַנצע דינאַמיק פֿון געשעענישן אין דער וועלט בכלל, און אין די אַראַבישע לענדער בפֿרט. כ׳בין אויך זיכער, אַז איך בין גאָר ניט דער איינציקער חכם אַזאַ, וואָס פֿירט דורך פּאַראַלעלן צווישן דער אַמאָליקער סאָוועטישער רעטאָריק און דער הײַנטיקער פּאָליטיק פֿון אַמעריקע און אייראָפּע. אַזוי, אַז קיין גרויסע סימפּאַטיעס וועט עס בײַ אַ סך ייִדן, בפֿרט אין ישׂראל, ניט אַרויסרופֿן. אָבער ניט דאָס בין איך אויסן. עס זײַנען דאָ אויך אַנדערע סיבות און תּירוצים פֿאַר רעטראָספּעקטיוו אין די צײַטן פֿון סוף 20סטן יאָרהונדערט. מײַנער אַ חסידישער באַקאַנטער האָט מיר אַמאָל געזאָגט, אַז ס׳איז פֿאַראַן אַ גרויסער חילוק צווישן תּורה־הקדושה און שעקספּירס ווערק. די תּורה איז אַן אומאויסשעפּלעכער קוואַל, וואָס לאָזט זיך אָפּטײַטשן אויף כּלערליי אופֿנים, אָן אַ סוף. אַלע מפֿרשים אין דער וועלט קאָנען נישט דערגרייכן דעם דנאָ פֿון דער ענדלאָזיקער תּורה־חכמה. די פּיעסעס פֿון שעקספּיר, להבֿדיל, ווי מײַן פֿרײַנד האָט דערקלערט, זענען אָבער אינגאַנצן אַנדערש. ווען דו האָסט זיי איבערגעלייענט איין מאָל, צום מערסטן צוויי־דרײַ, איז מער נישטאָ דאָרטן וואָס צו פֿאָרשן און מפֿרש צו זײַן. וואָס שײַך דער הייליקער תּורה, האָט מײַן חבֿר טאַקע ריכטיק געזאָגט. ס׳איז טאַקע בטבֿע זייער אַ קאָמפּליצירטער טעקסט, אַרום וועלכן עס האָט זיך געשאַפֿן אַ גאָר רײַכע אינטערפּרעטאַטיווע טראַדיציע, וואָס דערמעגלעכט צו געפֿינען אָן אַ שיעור נײַע פּשטלעך, רמזים און טיפֿע סודות אַפֿילו אין איין פּסוק; בפֿרט, ווען מע ווענדט אָן אַזאַ "שווערע אַרטילעריע", ווי גימטריאות און אַנדערע קבלה־מיטלען. נעמט דאָס איינציקע וואָרט "בראשית", שטעלט די אותיות איבער אויף אַן אַנדערן אופֿן — און האָט איר שוין 720 פֿאַרשיידענע צירופֿי־אותיות, פֿון וועלכע מע קאָן אויסבויען טויזנטער דרשות. וויסנדיק, צי נישט־וויסנדיק, פֿאַרצייכענען אַ מאָל פּאָעטן און שרײַבער אַ וועלט מיט כאַראַקטעריסטיק וועגן זיך דורך קליינע גראַפֿישע סימבאָלן, וואָס די שרײַבער אַליין צייכענען אין זייערע ביכער אָדער בריוו. דורך דער גראַפֿיק ווערט אַנטפּלעקט דעם שרײַבערס כאַראַקטער, זײַן קונסט־ און וועלט־באַנעם. אָט, למשל, דער פּאָעט פֿריד ווײַנינגער וואָס איך האָב אים געקענט ווי אַ לאָקאַטאָר — געוווינט בײַ אונדז אין בראָנקס אין די 1980ער יאָרן, ווײַנינגער איז אויך געווען אַ מאָלער, וואָס האָט שטענדיק געזוכט און געוואַנדערט איבער דער וועלט. ער איז געווען אַן עסטעט; אַ ליבהאָבער פֿון שיינקייט און אָרדענונג. אין אונדזער בוידעמשטוב האָט ער אויפֿגעשטעלט אַ סטודיאָ, וווּ ער האָט געמאָלן זײַנע איילבילדער, אין וועלכע ער האָט אויסגעדריקט זײַן בענקשאַפֿט נאָך וואָרצלען דורך דעם אימאַזש פֿון אַ בוים. כאָטש ער האָט געמאָלן בײַ אונדז אין הויז, האָט ער אונדז קיין מאָל נישט צוגעלאָזט אָנצוקוקן זײַן ווערק. דער פּראָצעס פֿון מאָלן איז פֿאַר אים געווען אַ פּריוואַטער ענין. נאָך דעם אַרטיקל פֿון מכדכי דוניץ וועגן דער פּטירה פֿון דער אונטערערדישער העלדין בראָניע קליבאַנסקי ("פֿאָרווערטס", אַפּריל 29 — מײַ 5, ז׳ 7), האָבן מיר באַקומען אַ טעלעפֿאָן־קלונג פֿון אַ לייענערין, ברײַנע שובאַק, מער באַקאַנט ווי "בובאַ" צו אירע פֿרײַנד און משפּחה, וועלכע וווינט הײַנט אין ברוקלין. "ווי קען איך באַקומען די שריפֿטן פֿון בראָניע קליבאַנסקי", האָט זי אַ פֿרעג געטאָן. "איך געדענק זי פֿון דער ביאַליסטאָקער געטאָ און איך האָב נישט געוווּסט, אַז זי האָט איבערגעלעבט די מלחמה. איך בין שוין געווען אין ישׂראל עטלעכע מאָל, און מײַנע ביאַליסטאָקער לאַנדסלײַט האָבן מיר קיין מאָל נישט דערציילט, אַז זי געפֿינט זיך אין ישׂראל". ברײַנע שובאַקס׳ (געבוירן ברײַנע דראַנזין) אייגענע געשיכטע בעתן חורבן איז נישט ווייניקער פֿאַרכאַפּנדיק. זי איז אויפֿגעוואַקסן אין ביאַליסטאָק אין אַ משפּחה פֿון שמידן. איר טאַטע איז יונג געשטאָרבן, אָבער פֿיר עלטערע ברידער האָבן ווײַטער געאַרבעט ווי שמידן אין דער שטאָט. די דײַטשן האָבן אָקופּירט די שטאָט אין יוני 1941 און תּיכּף אַרעסטירט גרופּעס ייִדן און זיי דערשאָסן. אירע ברידער זענען געווען צווישן די קרבנות פֿון דער אַקציע, וואָס איז געשען אין אַ זונטיק, האָט מען די קרבנות גערופֿן "די זונטיקדיקע". ברײַנע האָט געוווינט אין געטאָ מיט די טאַטע־מאַמע, אַן עלטערער שוועסטער און איר קליין קינד. ליטעראַרישע איבערזעצונג איז אַ שווערע מלאָכה און אַן עכטע קונסט, וואָס פֿאָדערט אַ סך מי און קאָנצענטראַציע. אַזוי ווי אַ געניטער זייגערמאַכער, מוז אַ גוטער איבערזעצער באַטראַכטן און אַרײַנשטעלן יעדן קליינעם פּרט אויפֿן ריכטיקן אָרט, כּדי דאָס ווערק זאָל קלינגען אויף אַ צווייטער שפּראַך לײַכט און נאַטירלעך. זײַטיקע אומפּראָפֿעסיאָנעלע עצות, בפֿרט ווען זיי האָבן בפֿירוש צו טאָן מיט אידעאָלאָגיע, ברענגען דאָ בלויז אַ היזק. פּונקט אַזוי, אויב עמעצער וועט אויסטראַכטן אַן אידעאָלאָגישן קאַנאָן פֿון צאָן-רעדלעך, נישט האָבנדיק קיין השׂגה אין זייגערמאַכערײַ, וועלן זיך בײַ אים באַקומען, אַנשטאָט זייגערס, אויסטערלישע נוצלאָזיקע שפּילעכלעך, וועלכע טויגן אויף כּפּרות. ס׳איז שווער אויסצומײַדן מאָדנע קוריאָזן, ווען אַ מענטש, וועלכער קען מער־ווייניקער ענגליש, אָבער כּמעט נישט קיין ייִדיש, זעצט איבער יצחק באַשעוויסן פֿון ענגליש אויף רוסיש. אַ העלד מיטן פֿאַמיליע־נאָמען קאָן ווערט פֿאַרוואַנדלט אין "קאָכן", און די באַקאַנטע שדיכע, אַ חבֿרטע פֿון לילית מיטן נאָמען נעמה, קריגט אַ נאָמען, וואָס קלינגט אַפֿילו מער טײַוולאָניש — "נאַמאַך". דער סוד פֿון אַזעלעכע מאָדנע נעמען שטעקט אין דעם, וואָס דער איבערזעצער מיינט, אַז דער שטומער ענגלישער "הא", אין אַזעלכע ווערטער ווי "Kohn" אָדער "Naamah", מוז אַלעמאָל קלינגען אויף רוסיש ווי אַ "חת". איך האָב זיך דערמאָנט וועגן אַ מענטשן, וואָס האָט מיט עטלעכע און דרײַסיק יאָר צוריק געאַרבעט אין דעם זעלבן מאָסקווער אַנשטאַלט ווי איך. אויסגעזען האָט ער נאָרמאַל, כאָטש פֿון מאָל צו מאָל האָט מען געפֿילט, אַז ער האָט זיך געשניטן אויף אַן עקסצענטריקער. אָבער דערנאָך האָט זיך אַרויסגעוויזן, אַז דער דאָזיקער כּמו-נאָרמאַלער מאַנצביל האָט געהאַלטן אויף זײַן טיש אַ צוגאָב-טעלעפֿאָן, דורך וועלכן ער איז כּלומרשט (אָבער אין זײַן קאָפּ — באמת) געווען פֿאַרבונדן דירעקט מיט לעאָניד ברעזשנעוון. דער טעלעפֿאָן האָט אָפּגעשפּיגלט דעם מענטשנס משוגעת: אים האָט זיך אויסגעדאַכט, אַז דער דעמאָלטיקער באַלעבאָס פֿונעם לאַנד, ברעזשנעוו, טעלעפֿאָנירט אים אין אַ שווערער מינוט, כּדי זיך אויסצועצהנען וועגן פֿאַרשיידענע ברענענדיקע ענינים. דאָס גאַנצע משוגעת האָט זיך אַנטפּלעקט, ווען דער מענטש איז געקומען צו די אָנפֿירער פֿונעם אינסטיטוט און זיך געקלאָגט, אַז ער האָט פּשוט ניט געוווּסט, וואָס צו ענטפֿערן ברעזשנעוון, ווען יענער האָט אים געשטעלט אַ האַרבע פֿראַגע: וואָס זאָל מען פֿריִער שטעלן אויף די פֿיס — די אינדוסטריע צי די לאַנדווירטשאַפֿט? דעמאָלט האָט מען זיך געוואָנדן צו דאָקטוירים, און זיי האָבן דעם עצה-געבער פֿאַרשפּאַרט אין אַ משוגעים-הויז. בײַ ייִדן איז דזשאָרדזש וואַשינגטאָן דאָס אייבערשטע פֿון שטייסל. כּמעט אַזוי פֿאַרגעטערט ווי עס איז געווען רוזוועלט. כאָטש מיר קענען בשום־אופֿן נישט פֿאַרגעסן די שיף "סיינט לויִס," מיט וואָס דער פֿאַרגעטערטער פּרעזידענט פֿונעם "ניו־דיעל" האָט אונדז ייִדן מכבד געווען בײַם סאַמע אָנהייבן פֿונעם חורבן. איז פֿאַראַן אַ ייִד, שוין אין אַריכות־ימים, כּן־ירבו, מיטן נאָמען מײַקל, וועלכער האָט מיר אויסגעזאָגט דעם סוד, אַז זײַן ייִדישער נאָמען איז גאָר חיים. ווי עס זאָל נישט זײַן, האָט מײַקל זאַיאָנץ מיר צוגעשיקט אַן אַרבעט איבער וועלכער ער האָט זיך געסטאַרעט איבערצוזעצן פֿון פּויליש אויף ייִדיש, פֿאַרן "פֿאָרווערטס" טאַקע. האָב איך אים געראַטן ער זאָל עס צושיקן דירעקט צום רעדאַקטאָר פֿון "פֿאָרווערטס", באָריס סאַנדלער. האָט ער זיך אַ טראָפּ געקווענקלט. ווי איינער זאָגט, דיך קען איך שוין יאָרן, איז בעסער עס אויס און דערלאַנג עס אויפֿן ריכטיקן אַדרעס. דער זעלבער מײַקל (חיים) זאַיאָנץ איז אָפּגעווען מיט זײַן משפּחה אין פּוילן פֿון 1946 ביז 1959. אַזוי, אַז די קינדער האָבן שוין דאָרט פֿאַרענדיקט די הויכשולן, זיך צוגעאייגנט וויכטיקע פּראָפֿעסיעס. ערשט דעמאָלט זײַנען זיי געקומען קיין אַמעריקע. זעט אויס, אַז מײַקל האָט זיך אַרײַנגעטאָן מיט לײַב און לעבן אין דעם אַמעריקע און געוואָרן אַ מבֿין אויפֿן גרויסן להבֿדיל צווישן פּוילן און די פֿאַראייניקטע שטאַטן. האָט ער גענומען אַרײַנקוקן אין די אַמעריקאַנער ימי־בראשית; ווי געזאָגט, פֿון צײַט צו צײַט באַווײַזן זיך פֿאָרשטעלונגען אויף בראָדוויי אָדער אָף־בראָדוויי אויף ייִדישע טעמעס. די לעצטע מוזיקאַלישע פּיעסע וואָס איך האָב געזען לעצטנס, הייסט טאַקע "מענטשן אויפֿן בילד," וווּ די דראַמאַטורגין, אײַריס רעינער־דאַרט, האָט אַוועקגעגעבן פֿופֿצן יאָר פֿון איר לעבן אָנצושרײַבן די פּיעסע. די פֿאָרשטעלונג פֿאַרמאָגט אָריגינעלע מוזיק, פֿאַרפֿאַסט פֿון מײַק סטאָלער און אַרטי באַטלער, רעזשיסירט פֿון לענאַרד פֿאָגליאַ. די סיפּור־המעשׂה האָט טאַקע צו טאָן מיט מענטשן אויפֿן בילד. אַן אַלטע פֿאָטאָגראַפֿיע פֿון די אַקטיאָרן אין אַמאָליקן וואַרשעווער ייִדישן טעאַטער, וואָס ווי נאָר דאָס ליכט באַלײַכט זיי, לעבן זיי צוריק אויף. די הויפּט־ראָליסטקע רייזל ראַבינאָוויטש (דאַנאַ מוירפֿי), וועלכע שפּילט די מוטער, די באָבע פֿון דער אַקטריסע וואָס קומט אַרויס פֿון וואַרשעווער ייִדישן טעאַטער, שפּינט די געשיכטע פֿון אַמאָליקן ייִדישן טעאַטער־רעפּערטואַר אין אַמאָליקן וואַרשע. פֿאַרשטייט זיך, נישט אויף ייִדיש, נאָר אויף ענגליש. צווישן זיי, סצענעס פֿון שעקספּיר צי פֿון "דיבוק," לידער ווי "אויפֿן פּריפּעטשיק," דווקא אויף ייִדיש, וואָס די באָבע זינגט איר אייניקל דזשעני (רייטשל רעשעף). דאָס אַקטריסעלע איז צען יאָר אַלט. זי שפּילט סײַ די טאָכטער און סײַ דאָס אייניקל, זי זינגט און טאַנצט. איך מוז פֿאָרויסזאָגן, אַז איר קאַריערע אין טעאַטער אָדער פֿילמען איז געחתמעט. מע הערט לעצטנס אַ סך וועגן יונגע לײַט, וואָס פֿאַרלאָזן די חסידישע וועלט. אַפֿילו אויב זיי היטן נאָך די מיצוות, שושקעט מען זיך, אַז זיי זענען "אַראָפ פֿון דרך", פּשוט ווײַל זיי לעבן אין דער פֿרײַער געזעלשאַפֿט, און זענען מער נישט אונטער דער שליטה פֿון דער חסידישער קהילה. אויב אָבער אַ גאַנצע משפּחה פֿאַרלאָזט די חסידישע וועלט, און שיקט זייערע קינדער הײַנט אין אַ מאָדערן־אָרטאָדאָקסישער טאָגשול — הייסט דאָס אויך, אַז זיי זענען "אַראָפ פֿון דרך"? בפֿרט אַז זיי דערציִען די קינדער ווײַטער אויף אַ געשמאַקן ייִדיש, זענען געוואָרן געטרײַע לייענער פֿונעם "פֿאָרווערטס", און חלומען וועגן ברענגען זייערע קינדער אויף דער "ייִדיש־וואָך" פֿון "יוגנטרוף"? ערשט לעצטנס האָב איך זיך באַקענט מיט אַזאַ משפּחה: טאַטע־מאַמע זענען ביידע 33 יאָר, האָבן פֿיר קינדער, און ביז מיט 1/2־3 יאָר צוריק, האָבן זיי געלעבט אין אַ שטרענג־חסידישער קהילה. בעת אַן אינטערוויו מיטן "פֿאָרווערטס" האָבן די עלטערן, נחום און חיה ווײַס (נישט זייערע אמתע נעמען), דערציילט וועגן דעם פּײַנלעכן פּראָצעס וואָס האָט זיי דערפֿירט צו פֿאַרלאָזן די קהילה, מיטן תּנאַי, אַז מע זאָל נישט איבערגעבן דעם נאָמען פֿון דער שטאָט, וווּ זיי וווינען הײַנט. די געשיכטע איז אַ פֿאַרכאַפּנדיקע, ווײַל ביידע זענען זיי אינטעליגענטע, טאַלאַנטירטע מענטשן, וואָס דריקן אויס, אויף אַ טיף־פּערזענלעכן אופֿן, די געפֿילן, וועלכע אַנדערע חסידים לעבן אפֿשר, אויך איבער, אָבער האָבן מורא עס אַרויפֿצוברענגען אויף די ליפּן. מיט אַ יאָר פֿופֿצן, צי אַפֿילו מער, צוריק האָב איך פּלוצעם דערהאַלטן אַ בריוו פֿון אַן עלטערן ייִדישן שרײַבער. איך האָב דעמאָלט געוווינט אין אָקספֿאָרד, און דאָס בריוול איז אָנגעקומען פֿון ניו-יאָרק. די רייד איז אין אים געגאַנגען וועגן דעם ייִדישן פּען-קלוב — דעמאָלט האָב איך זיך, אַ פּנים, צום ערשטן דערוווּסט וועגן זײַן עקזיסטענץ. צו יענער צײַט האָב איך שוין זיכער געוווּסט וועגן דעם אינטערנאַציאָנאַלן פּען-קלוב גופֿא, ווײַל רוסישע צײַטונגען האָבן אין די "פּערעסטרויקע"-יאָרן געשריבן וועגן דער דאָזיקער אָרגאַניזאַציע, בפֿרט וועגן דעם פֿאַקט, וואָס סאָוועטישע מחברים האָבן באַקומען צו איר אַ צוטריט אין 1989. אַגבֿ, פֿאַרן פֿאָרזיצער פֿון דער סאָוועטישער בראַנזשע האָט מען אויסגעוויילט דעם שרײַבער אַנאַטאָלי ריבאַקאָוו, וואָס איז באַקאַנט געוואָרן אַ דאַנק עטלעכע ראָמאַנען, אַרײַנגערעכנט דעם חורבן-ראָמאַן "שווערער זאַמד". אָבער — צוריק צום בריוו. דער ניו-יאָרקער שרײַבער האָט מיר דערציילט, אַז די ייִדישע פּען-מענטשן זײַנען צו יענער צײַט שוין אַלט געוואָרן און האָבן שוועריקייטן מיט אונטערהאַלטן דעם ייִדישן פּען-קלוב ווי אַ פֿונקציאָנירנדיקע אָרגאַניזאַציע. באַזונדערס שווער איז געווען צו באַטייליקן זיך אין די רעגולערע צונויפֿקומענישן פֿון דעם אינטערנאַציאָנאַלן קלוב. האָט ער בײַ מיר געפֿרעגט צי איך וואָלט געווען אַ בעלן זיך צו באַשעפֿטיקן מיט דעם קלוב און אים פֿאָרצושטעלן בעת די צוזאַמענפֿאָרן. אין ניו־יאָרק האָט זיך דאָנערשטיק דעם 5טן מײַ געעפֿנט דער 25סטער ישׂראל־פֿילם־פֿעסטיוואַל וואָס וועט דויערן ביז מײַ 19, און אין דער זעלבער צײַט קומט ער פֿאָר אין מיאַמי און לאָס־אַנדזשעלעס. און ס׳איז ניט צופֿעליק, ווײַל די דרײַ אַמעריקאַנער שטעט זענען באַוווינט מיט דער גרעסטער ייִדישער און ישׂראלדיקער באַפֿעלקערונג. דער פֿילם־אויסקלײַב איז גאָר אַ רײַכער און ער נעמט אַרײַן אי גרויסע קינאָ־ווערק, אי קליינע אומאָפּהענגיקע פֿילמען; אי פֿיקציע, אי דאָקומענטאַרן. מע וועט דאָרטן ווײַזן די סאַמע נײַע ישׂראלדיקע פֿילמען און איך קען עדות זאָגן, אַז ווי עס ווײַזט אויס, וועט דער פֿעסטיוואַל האָבן אַ גרויסן קאָמערציעלן דערפֿאָלג, וועדליק דעם פֿול געפּאַקטן גרעסטן זאַל, שבת־צו־נאַכטס, אינעם קינאָ־קאָמפּלעקס אויף דער אַפּער־וועסט־סײַד. מיר איז שוין אויסגעקומען צו זען איין פֿילם פֿונעם רעזשיסאָר אבֿי נשר וואָס האָט מיך, ווי אַ חיפֿהער, זייער פֿאַראינטערעסירט צוליב דעם פֿאַקט, אַז דער גאַנצער סיפּור־המעשׂה געשעט אין חיפֿה בעת דעם הייסן זומער 1968, מיט די אַלע היסטאָרישע געשעענישן פֿון יענער צײַט אינעם הינטערגרונט. דער פֿילם הייסט אויף עבֿרית "פּעם הייתי" (אַמאָל בין איך געווען) אָבער אויף ענגליש האָט מען אים איבערגעזעצט ווי The Matchmaker (דער שדכן). לעצטנס איז אַוועק אין דער אייביקייט דער באַרימטער האָליוווּדער רעזשיסאָר סידני לומעט. ער האָט זיך דאָראָבעט צו אַ גלענצנדיקער קאַריערע צוליב זײַן העכסט אָנערקענטן טאַלאַנט בײַם רעזשיסירן די באַרימטסטע פֿילמען וואָס זײַנען אַרויס פֿון דער פֿילם־בראַנזשע וואָס רופֿט זיך "האָליוווּד." דאָס עפּעלע פֿאַלט דאָך נישט ווײַט פֿון ביימעלע. איז זײַן טאַטע, ברוך לומעט, געווען אַ ייִדישער אַקטיאָר אין פֿילאַדעלפֿיע, ווײַל ניו־יאָרק האָט אים נישט געוואָלט אָנערקענען. דער עיקר, די "היברו אַקטאָרס־יוניאָן," וווּ די אָפּשאַצער זײַנען געווען נישט קיין אַנדערע ווי די אַמאָליקע ייִדישע אַקטריסעס און אַקטיאָרן, זינגער, קאָמיקער, פֿאַרווײַלער און סתּם נאָכשלעפּער. זיי האָבן געהיט זייערע פּאָזיציעס ווי אַן אויג אין קאָפּ און נישט צוגעלאָזט קיין יונגע טאַלאַנטן צום וואָרט. פֿלעגט די יוניאָן שיקן די נײַע כּוחות אין די פּראָווינצן, און אַז עס איז די יונגע, נישט־אָנערקענטע שוישפּילער געלונגען, זײַנען זיי, סוף־כּל־סוף, צוגעקומען צום טעלערל פֿון הימל. אַזוי איז געווען מיט פּאָל מיוני (מוני ווײַסנפֿרוינד). ער האָט זיך שפּעטער געמאַכט אַ רענאָמע אין האָליוווּד און געמאַכט אַ ריזיקע פֿילם־קאַריערע; יוסף בולאָוו, וועלכער האָט פֿאַרכּישופֿט בראָדוויי מיט זײַן שפּילן און אַ סך אַנדערע. ס׳איז נישט געווען לײַכט אָנערקענט צו ווערן. |