- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
"ווען איך, טײַערע בעלאַ, וואָלט געשריבן בריוו ווי אַן אמתער שרײַבער — וואָלט איך זיי בעסער געמאָלן. פֿאַר ווערטער שעם איך זיך. מע דאַרף זיי שטענדיק אויסבעסערן. אָבער מיר ווילט זיך דיר שרײַבן, כּדי דו זאָלסט מיר ענטפֿערן און שרײַבן וועגן אַלץ, וועגן אַלץ". בריוו פֿון מאַרק שאַגאַל צו בעלאַ שאַגאַל, ציטירט אינעם באַנד "די ערשטע באַגעגעניש". די ייִדישע אַקטריסע, זינגערין און דראַמאַטורגין פֿון טאָראָנטאָ, טערעזע טובֿה, האָט די וואָך פֿאָרגעשטעלט איר פּיעסע אויף ענגליש ״Bella: The Color of Love״ וועגן דעם לעבן פֿון בעלאַ שאַגאַל, אַ ייִדישע שרײַבערין און מאַרק שאַגאַלס ערשטע פֿרוי. די איין־פּערזאָניקע דראַמע איז געווען אַ טייל פֿונעם "פֿילאַדעלפֿיער אינטערנאַציאָנאַלן פֿעסטיוואַל פֿון קונסט", און האָט צוגעצויגן אַ גרויסן עולם יעדן אָוונט. דורך מאָנאָלאָג, מוזיק און פּראָיעקטירטע שאַגאַל־בילדער אויף דער וואַנט, האָט טובֿה במשך פֿון צוויי שעה איבערגעגעבן סײַ די ליבע, סײַ די קאָנפֿליקטן צווישן בעלאַ און מאַרק. די שטורמישע געשעענישן פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט, די רוסישע רעוואָלוציע און די צווייטע וועלט־מלחמה האָבן נישט לײַכט געמאַכט זייער צוזאַמענלעבן, אַזוי אויך אַן אָנגעשטרענגטס. דער גרויסער איטאַליענישער דיכטער דאַנטע אַליגערי (1265—1326) האָט אָנגעשריבן אַן אויסערגעוויינטלעך ווערק וועגן דער גרויסקייט פֿון דער פֿאָלקשפּראַך. שפּעטער האָבן אַנדערע אויך געשריבן ביכער וואָס האָבן אָפּגעגעבן אַ סך קאָמפּלימענטן זייערע רעדשפּראַכן, מחמת די רעדשפּראַכן זענען אין זייערע אויגן געווען שיין, אמתדיק, קלוג, קאָלירפֿול, אאַז״וו, אין פֿאַרגלײַך מיט די קלאַסישע שפּראַכן מיט וועלכע אַלע האָבן דעמאָלט שטאָלצירט און מיט וועלכע זיי האָבן קאָנקורירט (בפֿרט נאָך בכּתבֿ). אָבער לויט מערסטע קאָמענטאַטאָרס פֿונעם מיטלעלטער זענען די רעדשפּראַכן געווען ניט גענוג פּאָלירט, רעגלמעסיק און לגמרי ניט דרך־ארצדיק. דאַנטעס גרויסער אויפֿטו איז געווען וואָס ער האָט דערזען דעם חן, די צאַרטקייט און די ראַפֿינירטע אויסדריקלעכקייט ("עלאָקווענץ") פֿון דער פּשוטער שפּראַך פֿון דעם אַ״ג "פּראָסטן המון". אין 19טן יאָרהונדערט איז אַזאַ אַנטדעקונג שוין געוואָרן אַלטמאָדיש לגבי די מערבֿ־לשונות, נאָר אין מיזרח־אייראָפּע האָט מען זיך נאָך געדאַרפֿט אײַנשטעלן פֿאַר זיי, למשל ווי עס האָט דאָס געטאָן וווּק קאַראַדזשיץ לגבי סערביש. הײַנט צו טאָג אָבער דרייט זיך דאָס דריידל אָפֿט אויף צוריק. אין אַ סך לשונות באַמערקט מען, אַז שרײַבערס און אינטעליגענטע לייענערס האָבן ווידער גרויסע טענות, דער עיקר ווי מען שרײַבט די רעדשפּראַכן, אָבער ניט זעלטן אויך ווי מען רעדט זיי אַרויס. אין דער אמתן, האָב איך זיך געקליבן צו שרײַבן וועגן דעם פּרעזידענט אָבאַמאַס מעטריקע. פֿון איין זײַט האָט די גאַנצע טעמע קיין ווערט ניט, ס׳איז פּשוט אַ טראַגי־קאָמעדיע מיט דאָנאַלד טראָמפּן אין דער ראָלע פֿונעם הויפּט-לץ. (ניט צופֿעליק איז דאָך זײַן טשופּרינע אַזאַ קלאָונישע.) פֿון אַן אַנדער זײַט, צוזאַמען מיט די ציפֿערן פֿון אויספֿרעגן, איז עס אַן אָפּשפּיגלונג פֿון זייער אַ טרויעריקן פֿענאָמען אין אַמעריקאַנער לעבן און אַ שלעכטער סימן פֿאַרן צווייטן טערמין פֿונעם איצטיקן פּרעזידענט. סײַדן וועט ער מוזן טאַקע קאָנקורירן מיט דעם זעלבן טראָמפּן צי מיט אַן אַנדערן שוואַכינקן קאַנדידאַט פֿון אַזאַ שניט. אָבער איך וועל שרײַבן וועגן אַן אַנדער זאַך, דהײַנו: טשערנאָביל, וואָס איז אַרײַן אין דער געשיכטע נאָכן באמת שוואַרצן טאָג, דעם 26סטן אַפּריל 1986, ווען עס האָט זיך אויפֿגעריסן אַ בלאָק פֿון דער אַטאָם-סטאַנציע. די רוסישע טעלעוויזיע, און די מעדיאַ בכלל, האָט לעצטנס וועגן טשערנאָביל זייער אַ סך גערעדט און געשריבן. בפֿרט נאָך, אַז די קאַטאַסטראָפֿע מיט 25 יאָר צוריק האָט הײַנט אַ פֿרישן, טראַגישן אָפּקלאַנג אין יאַפּאַן. מיר פֿײַערן איצט אַרקאַדי יאַגודאַיעווס 75סטן יוביליי און לייגן פֿאָר אונדזערע לייענער זײַן רעפּאָרטאַזש, געווידמעט זײַנע קאָלעגן, די מענטשן, וואָס זעען די וועלט דורך אַ "דריט אויג" מע זאָגט, אַז אַ גוטער פֿײַערלעשער קומט צו דער שׂרפֿה מיט אַ האַלבער שעה פֿריִער, איידער דאָס פֿײַער ברעכט אויס. נו, און אַ גוטער פֿאָטאָ־רעפּאָרטער? מאַטיאַס רוס — דער פֿליִער־אַמאַטאָר פֿון האַמבורג, וואָס האָט געגנבֿעט די סאָוועטישע גרענעץ אויף זײַן ספּאָרטיוון עראָפּלאַן און געלאַנדט אין מאָסקווע, אַקוראַט אויפֿן רויטן פּלאַץ, — איז נאָך געהאַט געפֿלויגן איבער פֿינלאַנד, ווען אַרקאַדי יאַגודאַיעוו, מיט זײַן שוואַכן פֿאָטאָ־אַפּאַראַטל "זעניט" האָט שוין ווי אַרויסגעקוקט אויף אים, דרייענדיק זיך לעבן דעם קלויסטער פֿון "וואַסילי בלאַזשעני". אין די פֿריִערדיקע פּרשיות האָבן מיר כּסדר באַטראַכט אַ געוויסן לייטמאָטיוו, וואָס נעמט אַרום דעם גאַנצן חומש "ויקראָ": די באַציִונג צווישן דעם מענטשלעכן אייגענעם ווילן און דעם ג־טלעכן רוף פֿון אויבן. אין דער הײַנטיקער סדרה ווערן דערקלערט נײַע אַספּעקטן פֿונעם זעלבן מאָטיוו. "קדושים תּהיו כּי קדוש אַני" — "איר זאָלט זײַן הייליק, ווײַל איך בין הייליק". אַזוי האָט דער אייבערשטער געהייסן משה רבינו איבערצוגעבן די ייִדן. ווײַטער אין דער פּרשה, ווערט כּמעט דער זעלבער אָנזאָג איבערגעחזרט נאָך צוויי מאָל מיט אַ ביסל אַנדערע ווערטער. די חרדישע, בפֿרט די חסידישע, סבֿיבֿה, וואָס איז איצט אַזוי שטאַרק אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן, האָט אין די פֿריִע יאָרן פֿון דער מיזרח-אייראָפּעיִשער ייִדישער אימיגראַציע פֿאַרנומען אַ ניט צו פֿאַרגלײַכן מער באַשיידן אָרט אין ניו-יאָרק און אַנדערע שטעט אין צפֿון-אַמעריקע. די רביים האָבן זיך גאָר ניט געאײַלט צו פֿאָרן אויפֿן מערבֿדיקן ברעג פֿון דעם אַטלאַנטישן אָקעאַן און ניט געעצהט זייערע חסידים צו פֿאָרן אַהין, ווײַל די "גאָלדענע מדינה" האָט ניט געהאַט קיין גוטן שם צווישן פֿרומע ייִדן. מע האָט געהאַלטן, אַז אין אַמעריקע גייען אַוועק אַ סך ייִדן אויף קרומע, גוייִשע וועגן. כ’וויל ווידער אַ מאָל אָנרירן די טעמע פֿון דער שארית־הפּליטה וואָס האָט אויפֿגעטאָן פּילאי־פּלאָים, וווּנדער איבער וווּנדער, ממש נסים, גלײַך נאָכן שלוס פֿון דער היטלעריסטישער מלחמה. ווען מען רעדט וועגן נסים בײַ אונדז, איז דער נס פֿאַרשאַרט געוואָרן אין אַ זײַט. פֿאַרשטענדלעך, אַז דער חורבן האָט איבערגעווויגן אַלע חורבנות, אָבער דער ווילן צום לעבן, דער דראַנג אויפֿצולעבן זיך אויף ס’נײַ, נישט געקוקט אויף דעם וואָס מיר זײַנען אַדורכגעגאַנגען, קען זײַן פֿאַררעכנט פֿאַר איינעם פֿון די גרעסטע נסים אין אונדזער לאַנגער ייִדישער געשיכטע. די פּאָרטוגעזער האָבן ליב צו קאָכן זייער פֿיש אויפֿן אויוון. אויב איר קענט נישט געפֿינען גערייכערטע פּאַפּריקע אין אײַער שפּײַזקראָם, ניצט די געוויינטלעכע פּאַפּריקע; און אויב פֿעלד־גליאַנדער (cilantro) שמעקט אײַך נישט, פֿאַרבײַט עס מיט פּעטרישקע. במשך פֿון די לעצטע צוואַנציק יאָר האָט זיך צעוואַקסן אַ נײַער מינהג בײַ אַ צאָל ליבעראַלע שילן און ייִדישע קהילה־צענטערס איבער אַמעריקע: עטלעכע וואָכן פֿאַר פּסח פּראַווען פֿרויען זייער אייגענעם סדר, וווּ מע באַטאָנט די אויפֿטוען פֿון די העלדינס פֿון יציאת־מצרים, און מע גיט אָפּ כּבֿוד די וויכטיקע פֿרויען פֿון דער ייִדישער געשיכטע בכלל. אין אַן אַרטיקל אויף דער וועבזײַט פֿון דער "פֿרויען־ליגע פֿון קאָנסערוואַטיוון יודאַיִזם" פֿאַראַיאָרן, האָט ליסאַ קאָגען, די בילדונג־דירעקטאָרין פֿון דער אָרגאַניזאַציע, דערקלערט, פֿאַר וואָס די סדרים זענען אַזוי וויכטיק: "איינע פֿון די גרעסטע איראָניעס פֿון פּסח איז אַז, פֿון איין זײַט, פֿײַערן מיר די פֿרײַהייט פֿון שקלאַפֿערײַ, אָבער פֿון דער צווייטער זײַט, האָרעווען די פֿרויען נעבעך אַזוי שווער צוצוגרייטן אויף פּסח, אַז זיי ווערן צו מיד אָפּצושאַצן דעם יום־טובֿ! דערצו, ווען זיי זעצן זיך (סוף־כּל־סוף!) שוין אַוועק צום סדר, ווערט באַלד קלאָר, אַז קיין איין פֿרוי ווערט נישט דערמאָנט אין דער הגדה. דער פּסחדיקער סדר ווערט געפֿירט אין דער טראַדיציאָנעלער ייִדישער וועלט אויף דעם זעלבן, מער־ווייניקער סטאַנדאַרטן, שטייגער. עס זענען אָבער פֿאַראַן פֿאַרשיידענע אינטערעסאַנטע חילוקים. לאָמיר זיך אָפּשטעלן אויף די חסידישע מינהגים. דער ווײַסער קיטל בײַ אַ סך ייִדן טוט זיך דער ראָש־המשפּחה אָן בײַם סדר אין אַ ווײַסן קיטל. דער נצי״בֿ, הרבֿ נפֿתּלי־צבֿי בערלין, אַ באַקאַנטער ליטווישער גאון, האָט געזאָגט, אַז דער קיטל דערמאָנט אונדז אינעם קרבן־פּסח, וואָס מע האָט געגעסן אָנגעטאָן אין ווײַסע מלבושים. דער "מגן־אַבֿרהם" און אַנדערע באַקאַנטע פּוסקים דערקלערן, אַז דער קיטל, וואָס זעט אויס ווי תּכריכים, דערמאָנט אונדז, מיר זאָלן זיך נישט צעווילדעווען צופֿיל בײַם סדר.
דעם טראַדיציאָנעלן פּסח־סדר ריכט מען אָפּ דאָס יאָר אין ייִדישע היימען איבער דער וועלט, און די אַלטע הגדה, כּמעט צוויי טויזנט יאָר אַלט, וועט מען לייענען בײַ דער געלעגנהייט. דער עלטסטער הגדה־כּתבֿ־יד שטאַמט פֿונעם 10טן יאָרהונדערט, און מע האָט אָנגעהויבן צו דרוקן הגדות, ווי באַזונדערע ווערק און נישט ווי אַ טייל פֿון אַ מחזור, אינעם 13טן יאָרהונדערט אין שפּאַניע און איטאַליע. דער טעקסט פֿון דער הגדה במשך פֿון די יאָרן איז געבליבן דער זעלבער, אָבער דאָ און דאָרט האָט מען עפּעס צוגעגעבן און אַוועקגענומען. "חד גדיא" און "אחד מי יודע", למשל, האָט מען צוגעגעבן אינעם 15טן יאָרהונדערט און זיי זענען געוואָרן אַזוי באַליבט, אַז מע האָט זיי געהאַלטן ווי אַ טייל פֿונעם סדר. פּאַראָדיעס פֿון דער הגדה האָט מען אָנגעהויבן צו דרוקן אינעם 19טן יאָרהונדערט, און מע קען הײַנט אין אַ גוטער ביבליאָטעק געפֿינען אָן אַ שיעור דוגמאות פֿון די הגדה־פּאַראָדיעס. איינס, דאָס ווייס איך איינס, דאָס איז אונדזער גאָט, דער וואָס לעבט, און דער וואָס שוועבט, אין הימל און אויף דער ערד. די ערשטע סטראָפֿע פֿונעם ייִדישן נוסח פֿונעם הגדה־ליד "אחד מי יודע" שטאַמט פֿון דער אַזוי־גערופֿענער "קאָפּענהאַגער הגדה", וואָס איז געדרוקט געוואָרן אין 1739 אין אַלטאָנאַ־האַמבורג, דײַטשלאַנד. דער קינסטלער פֿון די אילוסטראַציעס אין דער הגדה, וואָס איז אויף לשון־קודש און ייִדיש, האָט געמאָלן אורי פֿײַוווּש, דער זון פֿון יצחק־אײַזיק סגל. דאָס ליד, מיט ענלעכע ווערטער, זינגט מען נאָך הײַנט, בפֿרט אין ליטוויש־ייִדישע היימען. די אַנדערע סטראָפֿעס פֿונעם ליד אין דער אַלטער הגדה זינגט מען אַזוי: צוויי זענען די "טאַוויל"; דרײַ זענען די "פֿעטער"; פֿיר זענען די "מיטער"; פֿינף "די ביכער", זעקס "לערנונג", זיבן "פֿײַערונג", אַכט "באַשנײַדונג", נײַן "געווינערין", צען "די צען געבאָט", עלף "שטערן", צוועלף "געשלעכט", און דרײַצן "די זיטן". צווישן נח פּרילוצקיס ערשטע עסייען וועגן ייִדישן פֿאָלקלאָר, וואָס ער האָט אָפּגעדרוקט אין דער פּסח־בײַלאַגע פֿון דער וואַרשעווער צײַטונג "אונדזער לעבן" אין 1910, איז געווען זײַן קליינע שטודיע "פֿאָלקס חד־גדיא: אַ בלעטל פֿאָלקלאָר". ער האָט באַשלאָסן צו שרײַבן וועגן די לידער צוליב זייער עלטער און ייִחוס; און פּרילוצקי איז געווען גערעכט — עס זעט אויס, אַז די פּסחדיקע לידער אויף ייִדיש, בפֿרט די וואַריאַנטן פֿון "אחד מי יודע" און "חד גדיא", זענען פֿון די עלטסטע לידער וואָס ווערן נאָך הײַנט געזונגען. |