- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
וואָלט מען זיך געקענט פֿאָרשטעלן, אַז דאָס אָרעמסטע שטעטל אין אַמעריקע לײַדט פֿון הונגער, דחקות און נויט; קען מען זיך פֿאָרשטעלן ווי קינדער וואָס לויפֿן אַרום נאַקעט און באָרוועס, פֿון בעטלען, פֿון שנאָרען, פֿון געהאַקטע וווּנדן. וואָלט מען דאָך געקענט מיינען, אַז דאָס שטעטעלע געפֿינט זיך ערגעץ אין די ווײַטע אַפּאַליישיען־בערג, ערגעץ אין העק וועלט, אָדער אין טעקסאַס, אין אַ שטעטל וואָס גרענעצט זיך מיט מעקסיקע, און אפֿשר אויף אַן אינדיאַנער רעזערוואַציע, פֿול מיט יתומים און קראַנקע און היימלאָזע מענטשן וואָס זוכן צו דערנערן זיך פֿון די מיסט־קעסטלעך. אָבער דאָ רעדט זיך גאָר פֿון אַ ייִדיש שטעטל, וווּ יעדעס הויז איז ווערט אַ מאַיאָנטעק, וווּ מען פֿירט טײַערע געשעפֿטן און אויטאָס, וווּ מען קינדלט אויף וואָס די וועלט שטייט, און די קינדער זעען אויס גוט געפֿלעגט, גוט אָנגעטאָן און גוט אויסגעהיט פֿון אַ פֿרעמד אויג. אַ שטעטעלע וואָס רעדט לויטער ייִדיש; אַגבֿ, אַ צעבראָכענעם ייִדיש; וווּ אַ שיל צום דאַווענען נעמט אַרײַן צען טויזנט מתפּללים, וווּ די געשעפֿטן זײַנען געפּאַקט מיט אַל־דאָס־גוטס, און יעדער אַדורכגייער רעדט אויף אַ צעלולאַרן טעלעפֿאָנדעלע. מ׳מאַכט געשעפֿטן אויף וואָס די וועלט שטייט. מ׳האַנדלט, מ׳וואַנדלט און מ׳שטעקט אַרויס אַ פֿײַג ווען עס קומט צו די געלטער וואָס מ׳באַקומט פֿון דער פֿעדעראַלער און שטאַטישער רעגירונג פֿאַר זייער דחקות. דאָס שטעטעלע הייסט קרית־יואל, אויפֿן נאָמען פֿון זייער גאָטזעליקן, פֿאַרשטאָרבענעם רבין יואל טענענבוים ז״ל, וואָס ס׳האָט זיך ערשט גערודערט מיט אַ געוויסער צײַט צוריק מיט זײַנע זינדעלעך וואָס האָבן זיך געהאַקט איבער דעם טאַטנס ירושה; אויף אַזוי פֿיל, אַז מען איז נישט געגאַנגען אין בית־דין־שטוב, נאָר אָנגעקומען צום שטאָטישן געריכט. האָט מען זיך געשפּאָלטן און פֿאַרטיילט זיך מיט די יוצרות. איינער פֿון זיי זיצט אין קרית־יואל און דער צווייטער — אין וויליאַמסבורג; און לאָמיר האָפֿן, אַז דער סיכסוך צווישן די צוויי ברידער איז געקומען צום שלוס.
די ייִוואָ־זומער־פּראָגראַם
The YIVO Summer Program visits the Forverts
אַ מאָרד פֿון אַ קינד שאָקירט און רופֿט אַרויס אַ גרויל אין יעדער געזעלשאַפֿט. פֿון דעסטוועגן, איז די הריגה פֿונעם 8־יאָריקן חסידישן ייִנגל, לייבי קלעצקי, אין ברוקלין פֿאַראַכטאָגן מאָנטיק, געווען אַ יחיד־במינו: ערשטנס, וואָס דער מערדער, לוי אַהרן, האָט נאָכן דערשטיקן דאָס קינד געטאָן אַ שוידערלעכע זאַך — צעשניטן דעם קערפּער — און צווייטנס, ווײַל דער 35־יאָריקער אַהרן איז אַליין אַ פֿרומער ייִד, "אַן אייגענער", אַזוי צו זאָגן. יענעם מאָנטיק נאָכמיטאָג איז קלעצקי אַהיימגעגאַנגען פֿונעם "בויאַנער טאָג־לאַגער" אויף 44סטער גאַס און 12טער עוועניו אין קענסינגטאָן, אַ געגנט האַרט לעבן באָראָ־פּאַרק. דאָס ייִנגל האָט געהאַט זיך געבעטן בײַ טאַטע־מאַמע צו לאָזן אים אַהיימגיין אַליין, און מע האָט געהאַט אָפּגערעדט, אַז זיי וועלן אים טרעפֿן אין מיטן וועג, אויף 50סטער גאַס און 13טער עוועניו. ווען דאָס קינד איז נישט געקומען צום באַשטימטן אָרט, האָט די משפּחה געקלונגען דעם באָראָ־פּאַרק־צווײַג פֿון "שומרים" — אַ פּאַטראָל־אָרגאַניזאַציע פֿון 150 פֿרומע וואָלונטירן, וואָס האָבן זיך פֿאַרשפּרייט איבער דעם ראַיאָן, זוכנדיק דאָס קינד. אַז מע האָט נאָך צוויי שעה און אַ האַלב נאָך אַלץ עס נישט געפֿונען, האָט מען אינפֿאָרמירט די פּאָליציי. במשך פֿונעם קומענדיקן מעת־לעת האָבן טויזנטער מענטשן געהאָלפֿן מיטן אויפֿהענגען מעלדונגען און זוכן רמזים, וווּ דאָס קינד קאָן זײַן. מיטוואָך פֿאַרטאָג האָט די פּאָליציי געפֿונען אַ טייל פֿון קלעצקיס אבֿרים אין אַהרנס פֿריזער. ווען מע האָט געפֿרעגט אים, פֿאַר וואָס האָט ער דערהרגעט דאָס קינד, האָט ער געענטפֿערט, אַז ער האָט זיך איבערגעשראָקן, ווען ער האָט דערזען ווי מאַסן מענטשן זוכן עס. אויף דער פֿראַגע, וווּ איז דאָס איבעריקע געביין פֿונעם קינד, האָט ער זיי געבראַכט צו אַ מיסטפּלאַץ אין דער שכנותדיקער געגנט, פּאַרק סלאָופּ, וווּ דער מת איז געלעגן אין אַ רויטער וואַליזע. האָב איך אײַך אַמאָל דערציילט וועגן מײַן חבֿרטע פֿייגעלע? מסתּמא ניין, ווײַל ביז אַהער האָב איך נישט געקענט אָנרירן די טעמע. זי איז צו גראַפֿיש. איך האָב זיך באַקענט מיט פֿייגעלען ווען מיר זײַנען נאָך געווען קינדער אין אַ די־פּי־לאַגער אין דײַטשלאַנד. אַלט זײַנען מיר געווען דעמאָלט אַ יאָר נײַן אָדער צען. זי איז געווען אַ חנעוודיק מיידעלע. אַ בלאָנדע, אַ שמייכלענדיקע, אַ שפּילעוודיקע, אַ שעמעוודיקע ביז גאָר, און ליב געהאַט צו שטיפֿן. פּונקט דאָס פֿאַרקערטע פֿון מיר. זומערס פֿלעגן מיר אַרויסנעמען קליינע קאָלדערקעלעך און אַרומלויפֿן מיט זיי איבערן לאַגער; די ייִנגלעך נאָך אונדז, און די פֿרייד מיטן געלעכטער האָט געקענט פֿאַרגלאָשען די אַרבע־פּינות־העולם. מיר פֿלעגן אַרויפֿקלעטערן אויף אַ הויכן בוים און פֿייגעלע פֿלעגט זיך רייצן מיט דער חבֿרה ייִנגלעך. זיי האָבן אַרומגעקרײַזט אַרום דעם בוים, געמאַכט הקפֿות, אַרויפֿגעשריגן, אַז אויב זיי וועלן אונדז זאַטאַשטשען וועלן זיי אונדז אָנברעכן די ביינער, אַזוי אַז מיר וועלן זיי געדענקען אויף אייביק. ווען דער קוכער האָט הילכיק צוזאַמענגעקלאַפּט צוויי פּאַטעלניעס און אָנגעזאָגט דעם לאַגער אַז ס׳איז מיטאָג צײַט און מ׳קען שוין קומען נאָך ברויט און קאַווע, זײַנען זיי אַנטלאָפֿן און מיר זײַנען נאָך לאַנג געזעסן און הנאה געהאַט פֿון דער אוטשעכע (פֿרייד). פֿייגעלע איז מיט דער צײַט אָפּגעפֿאָרן קיין אַמעריקע מיט איר מאַמען, צוויי פֿעטערס, אַ מומע און איר מאַן, און מער האָב איך נישט געהערט פֿון איר. קומענדיק קיין אַמעריקע בין איך שוין געווען דרײַצן און פּלוצעם זי באַגעגנט אין גאַס לעבן דעם אָמאָליקן "האַיאַס", אויף לאַפֿאַיעט־גאַס, וווּ עס געפֿינט זיך הײַנט צו טאָג דער שעקספּיר־פֿעסיוואַל, יוסף פּאַפּס פּאַבליק־טעאַטער. אוי, האָבן מיר זיך דערפֿרייט, זיך אַרומגעכאַפּט, ממש נישט געקענט זיך אָפּרײַסן איינער פֿון אַנדערן ביז זי האָט מיר געזאָגט, אַז זיי וווינען אין "אַלפֿאַבעט־סיטי," אַכטע גאַס און עוועניו "די." פֿאָלג מיך אַ גאַנג, ווײַל מיר האָבן דעמאָלט געוווינט אין דרום־בראָנקס בײַם סאַמע ראָג פֿון טרײַבאָראָ־בריק. הײַנט הייסט די בריק אויפֿן נאָמען פֿון ראָבערט קענעדי. אינעם פֿאָריקן נומער פֿון "פֿאָרווערטס" איז פֿאַרעפֿנטלעכט געוואָרן מרכדי דוניצס אַרטיקל וועגן די אַנומלטיקע קאָנטראָווערסאַלע דעמאָנסטראַציעס פֿון פֿרומע נאַציאָנאַליסטן אין ישׂראל, אונטערן קעפּל "רבנים קעגן די געזעצן פֿון לאַנד". די טרויעריקע און באַדראָענדיקע מעשׂה, וועלכע דוניץ האָט געשילדערט, האָט אַ לאַנגע געשיכטע און איז פֿאַרבונדן מיטן נע־ונד אין דער הײַנטיקער חב״ד־באַוועגונג. מיט עטלעכע חדשים צוריק האָט די ישׂראלדיקע פּאָליציי פֿאַרדעכטיקט הרבֿ דובֿ ליאור, אַ באַקאַנטן ליובאַוויטשער רבֿ און אַ פֿירער פֿון די עקסטרעם־רעכטע ייִשובֿניקעס, אין פּרעדיקן שׂינאה קעגן די נישט־ייִדן און קעגן דער ישׂראלדיקער רעגירונג. ליאור האָט געשטיצט דעם ספֿר "תּורת־המלך", וווּ עס ווערט דערקלערט, אַז אַ ייִד האָט, כּלומרשט, רעכט צו דערהרגענען אַלע גויים, וועלכע דערוועגן זיך אַרויסצוטרעטן קעגן מדינת־ישׂראל, צוזאַמען מיט זייערע קינדער. דער מחבר פֿונעם דאָזיקן ספֿר, הרבֿ יצחק שאַפּירא, אויך אַ ליובאַוויטשער רבֿ און אויך אַ פֿירער פֿון די ייִשובֿניקעס, דערקלערט גאַנץ קלאָר, אַז אַלע גויים, אַפֿילו די בעסטע צווישן זיי, זענען אונטערמענטשן, וועלכע קאָנען נישט פֿאַרגליכן ווערן מיט די הייליקע ייִדן. דערפֿאַר, הגם מע טאָר נישט אומברענגען אַ גוי סתּם אַזוי, אָן קיין סיבה, דאַרפֿן נישט די ייִדן, לויט שאַפּיראס מיינונונג, צערעמאָניעווען זיך צופֿיל מיט די פֿאָרשטייער פֿון אַנדערע פֿעלקער. מיט עטלעכע וואָכן צוריק בין איך געווען אין דעם אוניווערסיטעט פֿון אילינוי, וואָס געפֿינט זיך בערך 140 מײַל פֿון שיקאַגאָ, צווישן צוויי ניט קיין גרויסע שטעטלעך: אורבאַנאַ און שאַמפּיין. דער אוניווערסיטעט האָט אַ גוטן אַקאַדעמישן ייִחוס און אַן אינטערעס צו ייִדיש, וואָס מאַכט אים גלײַך פֿאַר אַ זייער גוטן. סוף יוני איז דאָרטן פֿאָרגעקומען אַ צוויי-טאָגיקע קאָנפֿערענץ, וועלכע האָט צונויפֿגעפֿירט בײַ איין טיש אַקאַדעמיקער, וועלכע באַשעפֿטיקן זיך מיט סאָוועטישע, ווי אויך נאָך-סאָוועטישע, ליטעראַטורן און קולטורן אויף דרײַ שפּראַכן — ייִדיש, רוסיש און אוקראַיִניש. עס האָט זיך באַקומען אַ געראָטענע צונויפֿקומעניש, וועלכע וואָלט געווען אוממעגלעך אָן האַריעט מוראַוו, אַ פּראָפֿעסאָר פֿון רוסישער ליטעראַטור, אינטערעסירט זי זיך שוין אַ היפּש ביסל צײַט מיט ייִדיש און ייִדישער ליטעראַטור. איר נײַ בוך, וואָס וועט אין קורצן אַרויסגיין אין פֿאַרלאַג פֿון סטענפֿאָרד-אוניווערסיטעט, Music from a Speeding Train: Jewish Literature in Post-Revolutionary Russia, אַנאַליזירט ליטעראַרישע ווערק אויף ביידע שפּראַכן, רוסיש און ייִדיש. דאָס איז ניט די ערשטע אַקאַדעמישע אונטערנעמונג, וואָס קלײַבט צונויף אין אורבאַנאַ-שאַמפּיין מענטשן פֿון פֿאַרשיידענע געביטן פֿון רוסיש-ייִדישער קולטור און געשיכטע. עס גרייט זיך איצט אַ באַנד, געווידמעט דעם אָנדענק פֿון דזשאָן קליִער, דעם באַקאַנטן היסטאָריקער פֿון ייִדישן לעבן אין רוסלאַנד. דער באַנד איז באַזירט אויף רעפֿעראַטן פֿון אַ קאָנפֿערענץ אין אורבאַנאַ-שאַמפּיין. עס האָט צוויי רעדאַקטאָרן – די שוין דערמאָנטע פּראָפֿעסאָרין מוראַוו און דעם היסטאָריקער יודזשין אַוורוטין. עס איז ניט צופֿעליק, אַז וואַדים יענדרייקאָס נײַער דאָקומענטאַר "די פֿרוי מיט פֿינף העלפֿאַנדן" וועגן אַ זיבן-און-אַכציק־יאָריקער איבערזעצערין פֿון רוסיש אויף דײַטש, הייבט זיך אָן מיט אַ בילד פֿון אַ באַן, וואָס פֿאָרט איבער אַ בריק. בעת די קליינע ליכטלעך שימערירן דורך די פֿענצטער פֿון דער באַן, הערט מען דעם קול פֿון דער העלדין פֿונעם פֿילם, סוועטלאַנאַ גײַער׃ "טײַערער פֿרײַנד, זעסטו דען נישט, אַז אַלץ וואָס מען זעט מיט די אויגן, איז בלויז אַן אָפּשפּיגלונג פֿון דעם אומזעיִקן? טײַערער פֿרײַנד, הערסטו דען נישט, אַז דער לעבנס־אָפּקלאַנג איז נאָר אַ ווידערקול פֿון די אַריבערשטײַגנדיקע האַרמאָניעס? טײַערער פֿרײַנד, פֿילסטו דען נישט, אַז גאָרניט עקזיסטירט ניט אין דער וועלט, אַהוץ דעם, וואָס איין האַרץ רעדט צו אַן אַנדערן, אָן ווערטער?" זי לייענט אַן אויסצוג אין דײַטש, ווערטער וואָס זי האָט איבערגעזעצט פֿון רוסיש; ווערטער וואָס פֿאַרכאַפּן זי, ווײַל זיי האָבן אַ שײַכות צו זאָגן עפּעס אָן ווערטער, און דאָס פֿאַרשאַפֿט איר הנאה. אויב עפּעס ווערט געזאָגט אָן ווערטער, דאַרף מען עס ניט איבערזעצן. סוועטלאַנאַ גײַער ווערט באַטראַכט צו זײַן דער בעסטער איבערזעצער פֿון רוסישער ליטעראַטור אויף דײַטש. אינעם טיטל פֿונעם פֿילם פֿאַררופֿט מען זיך אויף דאָסטאָיעווסקיס גרעסטע ליטעראַרישע ווערק וואָס גײַער האָט איבערגעזעצט. זי אַליין רופֿט יעדן באַנד — אַן "העלפֿאַנד". עס דערמאָנט זיך מיר אַ פּורים אין ארץ־ישׂראל, ווען מיר האָבן דאָרט געוווינט. ס׳איז פּונקט אויסגעפֿאַלן דער יום־טובֿ פּורים, ווען מײַן בנימעלע איז געגאַנגען אין גן־ילדים, דאָס הייסט, קינדער־גאָרטן. איז די לערערין דעמאָלט געווען אין די פֿערציקער יאָרן, און זי האָט געלערנט לערער די חכמה פֿון פּעדאַגאָגיע. איך האָב געזען, אַז זי מערקט נישט אָפּ דעם יום־טובֿ פּורים אין קלאַס, האָב איך זי געפֿרעגט: "היתּכן! ווי קומט עס, אַז איר פֿײַערט נישט פּורים אין בנימעלעס קינדער־גאָרטן?" האָט מיר די לערערין אויפֿגעקלערט, אַז זי גלייבט נישט בכלל דער גאַנצער מגילת־אסתּר, ווײַל דעם יום־טובֿ האָט מען געפּראַוועט אין גלות. צווייטנס, איז אַחשוורוש גלאַט געווען אַ מלך אַ שיכּור, אַ גוי; און אסתּר המלכּה — איינע פֿון זײַנע קעפּסווײַבער אין קעניגלעכן הויף. "מרדכי הצדיק," האָט זי מיר אַרײַנגעשושקעט אין אויער, "איז געווען אַ מיאוסער גלות־ייִד, וועלכער האָט אַרײַנגעשטעקט זײַן לאַנגע נאָז אין פֿרעמדע טעפּלעך. נישט אַנדערש ווי ער האָט געדרייט מיטן גראָבן פֿינגער ווי עס האָט זיך אים געלוינט. המן איז טאַקע געווען אַ רשע. דאַרף מען אים דערפֿאַר נישט דערמאָנען". און איר צונג האָט זיך געדרייט בײַ איר אין מויל ווי אויף שרויפֿן אַהין און צוריק ווי אַן אומרו (pendulum) אויף אַ וואַנטזייגער. געזען מיט וועמען איך האָב דאָ צו טאָן, האָב איך גענומען ס׳וואָרט: בײַ מיר אין שטוב ליגן עטלעכע ראָמאַנען און דערציילונג־זאַמלונגען פֿון חסידישע און אַנדערע פֿרומע שרײַבער. ווי עס זעט אויס, איז דער ציל פֿון די ביכער אַ צוויי־פֿאַכיקער: ערשטנס, צו פֿאַרווײַלן די לייענער, אַוודאי, אָבער צווייטנס, צו אינספּירירן אים (אָדער זי) וועגן דער פּראַכט פֿון גאָטס וועלט; אָנצוּווײַזן ווי אַזוי אַ מענטש קען געפֿינען אַ גײַסטיקן חיזוק אַפֿילו פֿון די פּשוטסטע טאָג־טעגלעכע געשעענישן. די ביכער זענען זייער פּאָזיטיוו־געשטימט, און מײַדן אויס לשון־הרע (מיט אַנדערע ווערטער, קריטיק און נעגאַטיווע באַמערקונגען). דער ציל קלינגט שיין. די פּראָבלעם איז אָבער, אַז די העלדן קומען אויס איין־זײַטיק. איך קען זיך מיט זיי נישט אידענטיפֿיצירן ווײַל אין מיר אַליין געפֿינען זיך דאָך סײַ פּאָזיטיווע, סײַ נעגאַטיווע געפֿילן; סײַ האָפֿענונגען, סײַ אַנטוישונגען; סײַ פֿרייד, סײַ כּעס. דערפֿאַר, ווען איך לייען אַזאַ דערציילונג, קען איך נישט מיטפֿילן מיטן שרײַבער, סײַדן ער ווײַזט אָן זײַנע, אָדער זײַן העלדס אמתדיקע געפֿילן און געדאַנקען. במשך פֿון די לעצטע צען יאָר האָט זיך אָבער געפֿונען אַ חסידישער שרײַבער אויף דער אינטערנעץ, וואָס שרײַבט יאָ פֿון האַרצן, און טאַקע אויף ייִדיש. מיט אַ קריטיש אויג און אַ שאַרפֿן הומאָר, גיט ער איבער זײַנע אָבסערוואַציעס סײַ פֿון דער חסידישער, סײַ פֿון דער סעקולערער געזעלשאַפֿט: וועגן ליבע און חתונה האָבן, וועגן ערלעכקייט און היפּאָקריטסווע, אַפֿילו וועגן זײַנע אייגענע סעסיעס בײַ אַ סעקולערער פּסיכאָטעראַפּעווטין. ער שרײַבט די אָבסערוואַציעס אונטערן פּסעוודאָנים, קטלא קניא (דער טײַטש דערפֿון: "אַיִר־שנײַדער" אָדער "פֿאַרשטאָפּטן קאָפּ"), אינעם בלאָג* http://www.katlekanye.blogspot.com אויב איך פֿיר ריכטיק דעם חשבון, איז עס מײַן פֿערטער (און זיכער דער לעצטער) אַרטיקל "וועגן מאָסקווע", און ווי פֿריִער, וועט דאָ גיין די רייד ניט אַזוי וועגן מאָסקווע גופֿא, ווי וועגן מײַנע "אויסגראָבונגען" אין מאָסקווער אַרכיוון. צווישן די מאַטעריאַלן, וועלכע איך האָב באַצײַטנס באַשטעלט אין די אַרכיוון, איז געווען אויך די סטענאָגראַמע פֿון אַ זיצונג פֿונעם שלום-עליכם-קאָמיטעט אין נאָוועמבער 1938. כ׳האָב עס געוואָלט לייענען, ווײַל צו דער צײַט ווען דער דאָזיקער נומער פֿון "פֿאָרווערטס" וועט פֿאַרעפֿנטלעכט ווערן, וועט דער אָקספֿאָרדער פֿאַרלאַג "לעגענדאַ" אָנהייבן אַרבעטן איבערן באַנד Translating Sholem Aleichem: History, Politics and Art ("איבערזעצנדיק שלום-עליכם: געשיכטע, פּאָליטיק און קונסט"). ווי אַ שותּף אין דעם דאָזיקן פּראָיעקט, האָב איך געוואָלט פֿאַרפּינקטלעכן עטלעכע זאַכן פֿאַר מײַן קאַפּיטל, וואָס הייסט "סאָוועטישער שלום-עליכם". די סטענאָגראַמע האָט זיך אַרויסגעוויזן פֿאַר אַ דאָקומענט, וואָס איז אָנגעלאָדן מיט מער אינפֿאָרמאַציע איידער איך האָב זיך פֿאָרגעשטעלט. דער דאָזיקער באַריכט פֿון אַ זיצונג פֿאַרדינט, מע זאָל אים פֿאַרעפֿנטלעכן און קאָמענטירן. אָבער דאָס איז אַן אַנדער מעשׂה. און איצט, וועל איך זיך אָפּשטעלן נאָר אויף אַ פּאָר פּרטים. אין קאָלומביע־אוניווערסיטעט איז די טעג פֿאָרגעקומען אַ פּאַנעל־דיסקוסיע, מיטן אָנטייל פֿונעם מחבר, טימאָטי סנײַדער, וועלכער האָט ערשט נישט לאַנג אַרויסגעגעבן אַ בוך וועגן היטלערן און סטאַלינען, און ווער פֿון זיי ביידן איז געווען אַ גרעסערער מערדער, טיראַן, סאַדיסט, אַ פּסיכאָפּאַט און געליטן פֿון פּאַראַנאָיע וכ׳. לויט דעם מחבר קומט אויס אַז היטלער האָט איבערגעצויגן דאָס שטריקל און איבערגעשטיגן סטאַלינען. נאָך אַלעמען, סטאַלין האָט זיך אונטערגענומען אויפֿצושטעלן אַרום זיך אַ וועלט פֿון קבֿרים אויף קבֿרים, אָפֿיציעל אײַנגעשטעלט שקלאַפֿן־דינסט און צעטראָטן מענטשלעכע פֿרײַהייט אין די סיבירער טײַגעס, קעלטן און פֿרעסט. נישט איין גולאַג און פֿון דאָרט איז מען זעלטן אַרויס מיט גאַנצע ביינער, אָדער אויסגעגאַנגען פֿון הונגער, קרענק און שווערער שקלאַפֿן־אַרבעט. אַרום דעם פּאָדיום אין קאָלומביע זײַנען געזעסן פּראָפֿעסאָרן וועלכע האָבן זיך אָפּגעגעבן מיט פּוילישע, אוקראַיִנישע און ליטווישע שטודיעס. זיי האָבן אַרײַנגעקוקט אין צוגעגרייטע רעפֿעראַטן, געפּינטלט מיט די אויגן. יעדעס מאָל מ׳האָט דערמאָנט דעם חורבן, האָט מען זיך געדרייט אויפֿן קאָרעק ווי אַ בער אויף אַ שטריק. דער פֿאַרגלײַך צווישן די צוויי מערדער־טיראַנען קומט בײַ מיר אויס גראָטעסקער בײַשפּיל. דער מחבר ציטירט אַ סך ציפֿערן, אַ וועלט מיט סטאַטיסטיק און דאָקומענטאַציע, און קומט צום אויספֿיר, אַז ביידע — סטאַלין און היטלער — זײַנען געווען פּסיכאָפּאַטן, און נישט נאָר געהאַט בדעה אײַנצושלינגען דעם גאַנצן ערדקוגל, נאָר אויך אין צווישנצײַט עלימינירן גאַנצע פֿעלקערשאַפֿטן וואָס האָבן בײַ זיי אונטערגעצונדן די בלוטן. מיט אירע הויכע עלעקטרישע גיטאַר־קלאַנגען, און די שוואַרצע קאָסטיומען פֿון די מוזיקער, איז די ראָק־און־ראָל־מוזיק, וואָס רופֿט זיך "אינדוסטריעלער מעטאַל", געוויינטלעך נישט באַטראַכט ווי ייִדישלעך. אין ישׂראל, אָבער, שפּילט די אינדוסטריעלע־מעטאַל־גרופּע "געוואָלט" (Gevolt), און זי זינגט אויף ייִדיש! אָבער דאָ שטעלט זיך אַ פֿראַגע: צי מאַכן זיי חוזק, אָדער — צי איז דאָס אַן ערנסטער פּרוּוו אויפֿצופֿרישן אַלטע ייִדישע "שלאַגערס", און אַזוי אַרום ווערן די פּיאָנערן פֿון "ייִדיש־מעטאַל"? עס זעט אויס, אַז "געוואָלט" נעמט זייער ערנסט דעם פּראָיעקט צו אַנטוויקלען אַ "ייִדישע מעטאַל"־מוזיק און האָט לעצטנס אַרויסגעגעבן איר ערשט קאָמפּאַקטל אויף מאַמע־לשון: "אַלף־בית". דאָס איז, בסך־הכּל, איר צווייטע רעקאָרדירונג. די ערשטע איז אַרויס מיט פֿינף יאָר צוריק אויף רוסיש. דער קלאַנג פֿון דער גרופּע איז אַ רעשיקער, אָבער דאָך, מעלאָדיש, און עס דערמאָנט אין דער דערפֿאָלגרײַכער דײַטשישער אינדוסטריעל־מעטאַלענער גרופּע "ראַמשטײַן", מיט איר ספּעציפֿישן עלעקטראָניש־מעטאַלענעם סטיל, און בפֿרט — מיטן געזאַנג. דאָס קול פֿון אַנאַטאָלי באָנדער פֿון דער גרופּע "געוואָלט" קלינגט זייער ענלעך צו דעם קול פֿון טיל לינדעמאַנס — דער הויפּט־זינגער פֿון "ראַמשטײַן"; די גרופּע, וואָס האָט זיך באַרימט געמאַכט מיט לידער ווי: "דו האַסט", "אַמעריקאַ" און "מוטער". די לעצטע שורות פֿון ראַמשטיינס "מוטער" זענען (איבערגעזעצט פֿון דײַטש אויף ייִדיש): |