- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
אַנשטאָט צו פֿאַרברענגען ראָש־השנה בײַ זיך אין דער היים ווי איך טו יעדעס יאָר, האָב איך הײַיאָר באַשלאָסן צו טאָן עפּעס גאָר אַנדערש. כ׳האָב פֿאַרשריבן מײַן משפּחה אין אַ ראָש־השנה־פּראָגראַם אָרגאַניזירט פֿון דער קירובֿ־אָרגאַניזאַציע "גייטווייס" (Gateways), וואָס איז פֿאָרגעקומען פֿון מיטוואָך אויף דער נאַכט (ערבֿ־יום־טובֿ) ביז זונטיק אין דער פֿרי, אין אַ האָטעל אין סטאַמפֿאָרד, קאָנעטיקאָט. "קירובֿ" איז אַ רעלאַטיוו נײַ וואָרט, וואָס מיינט אינספּירירן נישט־פֿרומע ייִדן צו אַנטוויקלען אַ באַציִונג מיטן אייבערשטן, צו לערנען תּורה און היטן די מיצוות. די באַקאַנטסטע קירובֿ־אָרגאַניזאַציע הײַנט איז חב״ד, אָבער די צוויי אָרגאַניזאַציעס זענען פֿאָרט זייער אַנדערש. חב״ד דינט ווי אַ ליכטטורעם פֿאַר ייִדן, בפֿרט די סעקולערע, אין אַלע ווינקלען פֿון דער וועלט, דורך באַרזאָרגן זיי מיט מאָלצײַטן שבת און יום־טובֿ; העלפֿן זיי קריגן כּשר עסן אָדער מוטיקן זיי צו צינדן שבת־ליכט אָדער לייגן תּפֿילין. "גייטווייס" פֿונקציאָנירט גאָר אַנדערש. אַנשטאָט צו אַרבעטן מיט באַזונדערע יחידים און משפּחות, אָרגאַניזירט זי גרויסע אונטערנעמונגען אין האָטעלן, וווּ נישט־פֿרומע ייִדן — סײַ יחידים, סײַ משפּחות — קענען קומען הערן לעקציעס און דבֿרי־תּורה פֿון כאַריזמאַטישע רבנים, וואָס ווייסן ווי אַזוי צו קאָמוניקירן מיט מענטשן, וואָס קענען נישט קיין לשון־קודש און ווייסן ווייניק וועגן ייִדישקייט. די לעצטע צוואַנציק יאָר בין איך געבענטשט מיט פֿולע קלאַסן ייִדיש־סטודענטן כּן־ירבו. זיי באַשטייען פֿון שוועסטער אָדער ברידער, קרובֿים נאָענטע און ווײַטע פֿון מײַנע פֿריִערדיקע קלאַסן מיט יאָרן צוריק. דער אמת איז אַז אַלע מײַנע דרײַ קורסן פֿונעם האַרבסט־סעמעסטער, ווי אַלע מאָל, האָבן אַ שיינע צאָל סטודענטן. נעכטן האָט אַ טײַערע סטודענטקע פֿון מיטעלן קלאַס אַרײַנגעברענגט לכּבֿוד ערבֿ־שבת אַ טשאָלנט אין קלאַס, און דער אַראָמאַט האָט זיך פֿאַרשפּרייט נישט נאָר איבערן קאָרידאָר פֿון אונדזער שטאָק, נאָר חבֿרה האָט דערשפּירט דעם ריח נאָך גייענדיק אויף די טרעפּ. דאָס איז געווען דער תּלמידהס ערשטער פּרוּוו אין איר לעבן, וואָס זי האָט זיך אונטערגענומען, צוצוגרייטן אַ שבתדיק מאכל, נאָך דערצו אַ טשאָלנט. קיינער האָט עס בײַ איר נישט באַשטעלט, ס׳איז איר אָנגעקומען ספּאָנטאַן. איין סטודענטקע אין אָנהייבער־קלאַס רוימט מיר אײַן אין אויער אַז זי שטאַמט פֿון דעם בעל־שם־טובֿ. די פֿרייד פֿון ייִדיש אין קלאַס איז אָנשטעקנדיק. איין מיידל זיצט מיר עפּעס נאָענט צום בחור, און אַז זי פֿאַרשפּעטיקט זיך האַלט ער פֿאַר איר דאָס אָרט. איך באַמערק ווי זי שטריקט עפּעס. פֿרעג איך זי: ש. אַנ־סקיס דראַמע "דער דיבוק" איז זיכער די פֿאַרשפּרייטסטע פּיעסע וואָס די ייִדישע דראַמאַטורגיע האָט געשאַפֿן. די דראַמע האָט מען נישט בלויז איבערגעזעצט אויף פֿאַרשיידענע שפּראַכן, נאָר אויך באַאַרבעט אין פֿאַרשיידענע טעאַטראַלישע זשאַנערן — אַ טאַנץ, אַן אָפּערע, אַ דראַמע פֿאַר בלויז צוויי כאַראַקטערן. לעצטנס איז צוגעקומען נאָך אַ באַאַרבעטונג פֿונעם קלאַסישן ווערק: פֿון דער אַמאָליקער אַמעריקאַנער טעלעוויזיע. דאָס יאָר האָט "דער אַרכיוו פֿון אַמעריקאַנער טעלעוויזיע" אָנגעהויבן אַרויסלאָזן אַלטע טעלעוויזיע־פּראָגראַמען פֿון די 1950ער יאָרן אין אַ ווידעאָ־קאָמפּאַקטל־פֿאָרמאַט. צווישן די נײַע ווידעאָ־קאָמפּאַקטלעך האָט מען אויך אַרויסגעגעבן צוויי פּיעסעס אויף ייִדישע טעמעס פֿון דער פּראָגראַם־סעריע "די דראַמע פֿון דער וואָך": די ערשטע — "די וועלט פֿון שלום־עליכם"; און די צווייטע — "דער דיבוק", רעזשיסירט פֿונעם יונגן, אָבער שפּעטער מער באַקאַנטן, סידני לומעט, באַאַרבעט פֿון יוסף ליס, מיט די אַקטיאָרן קאַראָל לאָרענץ, טעאָדאָר ביקעל און לודוויג דאָאַט. פּראָגראַמען וועגן ייִדן, אָדער מיט אַ ייִדישן טעם, האָט מען אַ סך זעלטענער געזען אויף טעלעוויזיע אין די 1950ער יאָרן אין פֿאַרגלײַך מיט די 1960ער און 1970ער יאָרן, ווען דער ייִדישער הומאָר האָט ממש דאָמינירט אין דער אַמעריקאַנער פּאָפּולערער קולטור. דערפֿאַר איז וויכטיק צו זען די אַלטע סעריעס פֿון דער תּקופֿה, ווײַל זיי גיבן אונדז אַן אַרײַנבליק אין דער אַמעריקאַנער געזעלשאַפֿט פֿון יענער צײַט און ווי אַזוי די ייִדן האָבן געוואָלט, אַז אַמעריקע זאָל באַטראַכטן און אָפּשאַצן ייִדישקייט און די ייִדישע געשיכטע, געציילטע יאָרן נאָכן חורבן פֿון די ייִדן אין מיזרח־אייראָפּע. ימים-נוראָים און אַנדערע טעג אין לוח, וואָס זײַנען וויכטיק פֿאַר אַ ייִדן פֿון אַ גאַנץ יאָר, שפּילן אין מײַן לעבן נאָר אַ ריין פֿונקציאָנעלע ראָלע. למשל, איך האָב עס אין זינען בײַם פּלאַנירן מײַנע קלאַסן, ווײַל איך האָב דרך-ארץ פֿאַר רעליגיעזע געפֿילן פֿון מײַנע סטודענטן. מיט אַזאַ דרך-ארץ בין איך אויסגעוואַקסן, אין איין דירה מיטן זיידן, וואָס איז געווען פֿרום ביז גאָר, און מיט די עלטערן, וועלכע זײַנען געווען קולטורעלע ייִדן (כאָטש זיי האָבן זיך אַזוי ניט גערופֿן). ייִדישע יום-טובֿים זײַנען געווען אַ טייל פֿון אונדזער לעבן, אָבער מיר האָבן זיי געפּראַוועט וועלטלעך — מיט מצה אויף פּסח, אָבער ברויט האָט מען ניט אויפֿגעהערט צו קויפֿן און עסן. אין די יאָרן, ווען איך בין געווען אַ "רעפֿוזניק" אין מאָסקווע, האָב איך זיך ניט איין מאָל באַטייליקט אין "ריכטיקן" פּראַווען ייִדישע יום-טובֿים. בדרך-כּלל, האָבן עס געטאָן מענטשן, וועלכע זײַנען אַליין געווען אין גאַנצן וועלטלעך, אָבער געהאַלטן, אַז אַזוי האָט געדאַרפֿט זיך אויפֿפֿירן אַ "ריכטיקער" ייִד, וואָס איז שוין געווען מיט איין פֿוס אין ניט-קאָמוניסטישן אויסלאַנד. אייניקע זײַנען בהדרגה געוואָרן באמת פֿרום, צי לכל-הפּחות — פֿרומעוואַטע; בײַ אַנדערע זײַנען די ריטואַלן אַרײַן אין זייער וועלטלעכן לעבן. איך בין פֿאַרבליבן אָן אַ זײַט — ניט אַהין און ניט אַהער. איך געפֿין פֿאַר זיך גענוג ייִדישקייט אין קולטור, געשיכטע. און כ’האָב דרך-ארץ צו אַנדערע מינים ייִדישקייט, אָבער נאָר צו אַזעלכע מינים, און אַזעלכע יחידים, וועלכע פֿאַרלירן ניט די טאָלעראַנץ צו אַנדערשקייט. מוזיק איז בעצם אינטערנאַציאָנאַל. הגם מע קאָן אָפֿט גרינג דערקענען ייִדישע, ציגײַנערישע, אירלענדישע, אַראַבישע, אינדישע און אַנדערע עטנישע פֿאָלק־מעלאָדיעס, מישן זיך פֿאַרשיידענע מוזיקאַלישע טראַדיציעס כּסדר צונויף; נײַע, חידושדיקע פֿאָרמען פֿון מוזיק ווערן געוויינטלעך געשאַפֿן דווקא דורכן קולטור־אויסטויש. למשל, די כּלי־זמר־מוזיק, וועלכע ווערט אָפֿט באַטראַכט ווי "ריין־ייִדישע", איז אויפֿגעקומען ווי אַ סינטעז פֿון אַלט־ייִדישע, טערקישע, רומענישע, גריכישע און סלאַווישע לידער. אַ נאָך מער בולטע סלאַווישע השפּעה הערט זיך אין די חסידישע ניגונים; אַ טייל פֿון זיי זענען אַלטע אוקראַיִנישע און ווײַסרוסישע פֿאָלקס־מעלאָדיעס, צו וועלכע די חסידים האָבן צוגעטראַכט אַן אייגענעם טעקסט אָדער זינגען זיי אָן ווערטער. אין געוויסע פֿאַלן זענען אַפֿילו די ווערטער סלאַווישע — און פֿאָרט, ווערט דער ניגון באַטראַכט ווי אַ הונדערט־פּראָצענט ייִדישער. דער דאָזיקער פּראָצעס קומט פֿאָר נישט בלויז מיט די מוזיקאַלישע ווערק פֿון די אַנאָנימע פֿאָלקס־זינגער, נאָר צומאָל אויך מיט די לידער פֿון די באַקאַנטע מחברים. צום בײַשפּיל, האָט נעמי שמר, די באַקאַנטע ישׂראלדיקע פּאָעטעסע און קאָמפּאָזיטאָרין, וועלכע האָט געשאַפֿן דאָס באַרימטע העברעיִשע ליד "ירושלים של זהבֿ" ("די גאָלדענע ירושלים") דערקלערט, אַז זי האָט אויסגענוצט אַן אַלט באַסקיש וויגליד, וואָס הייסט ״Pelle Joxepe״ ("דער נאַרישער יוסף"), ווי אַ יסוד פֿון איר ווערק. לעצטנס, האָב איך זיך ווידער דערוווּסט, אַז מע האָט אויך הײַיאָר באַצייכנט דזשאָנס־האָפּקינס אין באַלטימאָר, מערילענד (מײַן אַרבעטפּלאַץ) פֿאַר דעם בעסטן שפּיטאָל אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן. דאָס באַטרעפֿט שוין דאָס 21סטע יאָר נאָכאַנאַנד וואָס מע האָט דערלאַנגט דעם שפּיטאָל אַזאַ כּבֿוד, וואָס כאַפּט אַרום רייטינגס אין 16 ספּעציאַליטעטן. אַוודאי, וועל איך שטאָלצירן מיט אַזאַ כּבֿוד, ווײַל דעם שפּיטאָלס גליק איז מײַן גליק אויך. שטעלט זיך אָבער די פֿראַגע — וואָס מיינט דאָס טאַקע? וואָס לאָזט אונדז הערן אַזאַ באַצייכענונג, אַז אַזאַ אַנשטאַלט איז דער "בעסטער שפּיטאָל"? אָנהייבן דאַרף מען פֿונעם זשורנאַל. די צײַטשריפֿט הייסט "יו-עס ניוס", און אין יאָר "איקס" האָט מען דאָרט אָנגעהויבן אויספֿרעגן דאָקטוירים איבערן לאַנד, וועלכע שפּיטעלער זײַנען כּלומרשט די "בעסטע." מע האָט ניט געבעטן בײַ די אויסגעפֿרעגטע, און ניט אָנגעווענדט אין זייער רייטינג, קיין אָביעקטיווע כּללים פֿאַר דער קוואַליטעט פֿון שפּיטעלער. צו זײַן אַ פּראָגרעסיווער ייִד אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן און נישט האָבן קיין אייגענע מיינונג מכּוח דעם, וואָס עס טוט זיך אין ישׂראל, איז אוממעגלעך. מע ראַנגלט זיך כּסדר מיט ישׂראל און מיט ציוניזם. אויף די קאַמפּוסן און אויף דער ייִדישער גאַס רעדט מען שטענדיק וועגן דעם. צי דאַרף מען אומבאַדינגט שטיצן ישׂראל, נישט געקוקט אויף דער פּאָליטיק, וואָס ס’ווערט געפֿירט דאָרטן? וואָס זאָל, למשל, טאָן אַ יונגער קריטיקער, ווען מע לייגט אים פֿאָר אַן אומזיסטע נסיעה אין דער ייִדישער מדינה אין די ראַמען פֿון דעם "תּגלית"־פּראָיעקט (אָדער "געבורטרעכט" אויף ענגליש)? ס’רובֿ מענטשן וואָלטן מסתּמא זיך געפֿרייט אויף דער מציאה און זיכער אויסגעניצט אַזאַ געלעגנהייט. שׂרה גלידען, אַ דרײַסיק־יעריקע אײַנוווינערין פֿון ברוקלין האָט זיך, פֿאַרשטייט זיך, אויך געפֿרייט. אָבער זי האָט באַשלאָסן ניט בלויז פֿאָרן, נאָר אויך אָנצושרײַבן אַ גאַנץ אויטאָביאָגראַפֿיש בוך וועגן דער איבערלעבונג. דאָס בוך, אונטער דעם טיטל "ווי צו פֿאַרשטיין ישׂראל אין 60 טעג אָדער ווייניקער" (How to understand ISRAEL in 60 days or less) געהערט צו דעם זשאַנער פֿון געמעל-ראָמאַן, וווּ דער גאַנצער סיפּור-המעשׂה ווערט באַגלייט מיט צייכענונגען. בעסער געזאָגט, דער טעקסט אַליין שפּילט די ראָלע פֿון דעם באַגלייטער פֿאַר די צייכענונגען. שׂרה גלידער דערציילט עס אַזוי: "מײַן צייכענונג-סטיל איז ניט רעאַליזם. די וואָס האָבן מיך אינספּירירט אויף דעם זענען, צום מערסטנס, די אייראָפּעיִשע (בפֿרט פֿראַנצויזישע) קאַריקאַטוריסטן; למשל, די טין-טין וויצבילדער פֿון דעם בעלגיער זשאָרזש רעמי (און מע באַמערקט גלײַך, אַז איר הויפּט-כאַראַקטער איז אַ מין ווײַבלעכע ווערסיע פֿון טין-טין — ע.מ.). אויב זיך נישט קאָנצענטרירן צו פֿיל אויף די גאָר קליינטשיקע פֿיזישע עלעמענטן, איז פֿאַרן לייענער זיך גרינגער צו אידענטיפֿיצירן מיט די כאַראַקטערן. איך האָב ניט געוואָלט, צום בײַשפּיל, אַז אַ מאַנצביל זאָל מיינען, אַז עס רעדט זיך וועגן אַ ראָמאַן פֿאַר פֿרויען צוליב דעם וואָס דער הויפּט-כאַראַקטער איז אַ פֿרוי." איך בין ערשט צוריקגעקומען פֿון דער פֿאָרשטעלונג וואָס מען שטעלט איצט אין "סיינט לוקס"־טעאַטער. עס געפֿינט זיך אויף דער 46סטער גאַס, נומ׳ 308 אין מאַנהעטן. דאָרט שפּילט מען אַ פּיעסע וועגן דער נאָענטער פֿרײַנדשאַפֿט צווישן דעם פּרעזידענט הערי ס. טרומאַן און זײַן נאָענטן חבֿר — עדי דזשייקאָבסאָן. די פֿאָרשטעלונג ווערט געשטעלט לכּבֿוד דער אַנטשטייונג פֿון מדינת־ישׂראל. מענטשן וואָס זײַנען אויפֿגעוואַקסן אין די פֿופֿציקער יאָרן האָבן געקענט אונדזער אַמאָליקן פּרעזידענט טרומאַן. עס ווײַזט זיך אַרויס אַז אין די הויכע קלאַסן איז ער דווקא נישט געגאַנגען, געווען אַ פּראָסט און פּשוטער בשׂר־ודם, אַ פּשוטער מענטש אָן פֿאָראורטיילן. ער האָט זיך אויסגעטויגט אין באַאַרבעטן די ערד און אַפֿילו געוואָרן אַ פֿאַרמער אין זײַן געבורט־שטעטל קענזעס־סיטי, מיזורי. ער האָט פּרובירט פֿאַרשיידענע מלאָכות, ביז ער האָט זיך אָנגעשטויסן אין עדין, דזשייקאָבסאָנען, הייסט עס (ריק גראָסמאַן). עדי איז אַ ייִד, אַ פֿאָלקסמענטש, אַ פּראָסט און פּשוטער פֿאָלקסמענטש וואָס אַזעלכע עדיס קען מען נאָך הײַנט געפֿינען צווישן דעם עלטערן דור. האָבן הערי (ריק היקס) און עדי געעפֿנט אַ קלייט — אַ כּל־בו פֿון אַלערליי זאַכן — צווישן זיי קליידונג, כּלים פֿאַר דער ווירטשאַפֿט און אַנדערע שמאָנצעס. ביידע אויסגעקומען גלענצנדיק. הערי איז געווען ווײַט פֿון זײַן אַן אַנטיסעמיט, כאָטש ער איז געווען אַ מענטש פֿון דער נאַטור וואָס האָט ליב געהאַט צו שעלטן. דעם 5טן סעפּטעמבער, 1882, זענען זיך צונויפֿגעקומען אַן ערך צען טויזנט מענטשן אין דער שטאָט ניו־יאָרק פֿאַרן ערשטן "לייבאָר־דיי"־פּאַראַד. זיי האָבן מאַרשירט פֿון "סיטי־האָל" (ראָטהויז), פֿאַרבײַ "יוניאָן־סקווער" און זיך פֿאַרקערעוועט צו דער 42סטער גאַס. דאָרטן האָבן זיי זיך פֿאַרגונען אַ פּיקניק, אַ קאָנצערט און דרשות פֿון פּאָליטיקער און אַרבעטער־פֿירערס. די גאַנצע אונטערנעמונג איז אָרגאַניזירט געוואָרן מיט גרויס התמדה דורך דעם "צענטראַלן אַרבעטער־קאָמיטעט" פֿון ניו־יאָרק, אַ "דאַך־אָרגאַניזאַציע" אין וועלכער עס זענען געווען אָנגעשלאָסן פֿאָרשטייערס פֿון גאָר אַ סך לאָקאַלע יוניאָנס. היסטאָריקער דעבאַטירן נאָך אַלץ צווישן זיך וועגן דעם וועמענס געדאַנק עס איז געווען מלחתּחילה. נאָר ס׳איז קלאָר, אַז ס׳איז אַרויסגעוואַקסן פֿון די רייען פֿון דער אָרגאַניזירטער אַרבעטערשאַפֿט אין אַ צײַט ווען זיי האָבן געוואָלט באַווײַזן דעם כּוח פֿון דער באַוועגונג און פֿאָדערן פֿאַרבעסערונגען אין זייערע אַרבעטס־באַדינגונגען. דער פּאַראַד איז געווען אַ המצאה פֿון דער־אָ דעמאָלטיקער פֿראַטערנאַלער אָרגאַניזאַציע "די ריטער פֿון קאָלומבוס". באַלד נאָך אַזאַ דערפֿאָלג האָט די פֿירערשאַפֿט פֿון דער אָרגאַניזאַציע אָנגענומען אַ באַשלוס יעדן יאָר ווידער אַ מאָל צו אָרגאַניזירן אַזאַ פּאַראַד (און נאָך אַ גרעסערן אַפֿילו, פֿאַרשטייט זיך) און דעם פּאַראַד־טאָג אַ נאָמען געגעבן "אַרבעטער־טאָג" (אויף ענגליש: "לייבאָר־דיי") אין אָנערקענונג פֿון די וואָס אַרבעטן און אויף וועמענס אַרבעט מיר שטיצן זיך אַלע. די אייראָפּעיִשע אַרבעטער־פּאַרטייען האָבן שוין פֿריִער געיובֿלט דעם ערשטן מײַ כּדי דערמיט צוצוציִען נײַע מיטגלידער. אָבער די אַמעריקאַנער האָבן בכּיוון אויסגעקליבן גאָר אַן אַנדער דאַטע (פּינקטלעך דעפֿינירט ווי "דער ערשטער מאָנטיק נאָכן ערשטן דינסטיק פֿון סעפּטעמבער") כּדי מען זאָל זיי, חלילה, ניט פֿאַרמישן מיט די קאָמוניסטן. מיט אַ צײַט צוריק האָב איך פֿאַרענדיקט שרײַבן אַ קאַפּיטל פֿאַר אַ בוך, און עס וועט אויך, אפֿשר, אַרויסגיין ווי אַ באַזונדערער זשורנאַל-אַרטיקל. די רייד גייט וועגן דעם ווי אַזוי דער "פֿאָרווערטס" האָט מיט 75 יאָר צוריק, אין 1936, אויפֿגענומען די נײַע סאָוועטישע קאָנסטיטוציע, וועלכע איז באַקאַנט געוואָרן ווי "סטאַלינס קאָנסטיטוציע". מיר שײַנט, אַז קיין איין אַנדער אַמעריקאַנער צײַטונג האָט ניט אויסגעטיילט דער דאָזיקער טעמע אַזוי פֿיל אָרט, ווי דער "פֿאָרווערטס". דעם 25סטן יוני 1936 האָט די צײַטונג פֿאַרעפֿנטלעכט דעם פֿולן טעקסט פֿון דעם פּראָיעקט פֿון דער קאָנסטיטוציע, און מיט אַ וואָך פֿריִער, דעם 17טן יוני, האָט די צײַטונג פֿאַרבעטן אירע לייענער צו שרײַבן וועגן זייער באַציִונג צו דער סאָוועטישער קאָנסטיטוציאָנעלער רעפֿאָרם. ס’איז צוגעזאָגט געוואָרן, אַז די בריוו וועט מען ניט צענזורירן. דער איינציקער תּנאַי, וואָס איז געשטעלט געוואָרן, האָט געהאַט צו טאָן מיט אַ טעכנישער פֿראַגע — אַז מע זאָל זיך ניט שטאַרק צעשרײַבן, דאָס הייסט, אַז די בריוו זאָלן זײַן ניט לענגער פֿון 1,200 ווערטער. אַן ערך ביז מיט-סעפּטעמבער 1936 האָט דער "פֿאָרווערטס" פֿאַרעפֿנטלעכט אַכט צענדליק בריוו. בלויז דרײַ פֿון זיי האָבן אַרײַנגעשיקט פֿרויען. לויט אַלע סימנים נאָך, זײַנען דאָס געווען "אמתע" בריוו, און ניט קיין פּראָדוקטן פֿון זשורנאַליסטישער שאַפֿערישקייט, וואָס האָט זיך תּמיד געפֿילט אין דעם "בינטל בריוו". כאַראַקטעריש, אַז בעת די האַרצרײַסנדיקע געשיכטעס פֿון דעם "בינטל בריוו" פֿלעגט מען אונטערשרײַבן מיט נעמען פֿון דער הפֿטורה, האָבן די אָפּרופֿן אויף דער קאָנסטיטוציע געהאַט, בדרך-כּלל, פּינקטלעכע נעמען, אַדרעסן און צו מאָל אַפֿילו פּרטים פֿון דער אַפֿיליאַציע אין "אַרבעטער-רינג". ווען די פֿאַרוואַלטונג־מיטגלידער פֿון דער "ביאַליסטאָקער היים" — אַן אָנגעזעענער מושבֿ־זקנים אין ניו־יאָרק — האָבן דעם זומער געמאָלדן, אַז די 80־יאָריקע אינסטיטוציע וועט זיך שליסן אין אָקטאָבער, האָבן זיי זיך מסתּמא נישט געריכט אויף די פּראָטעסטן, וואָס דאָס וועט אַרויסרופֿן. די פֿאַרוואַלטונג זאָגט, אַז זי האָט נישט געהאַט קיין ברירה, ווײַל דער צענטער פֿאַרלירט יעדעס יאָר 3 מיליאָן דאָלאַר, צוליב די הויכע הוצאָות פֿון אויפֿהאַלטן דעם בנין און די פֿאַרקלענערטע צוריקצאָלונגען פֿון "מעדיקייד". אָבער אַ צאָל אַקטיוויסטן טענהן, אַז דער באַשלוס פֿון דער פֿאַרוואַלטונג צו פֿאַרקויפֿן דעם שכנותדיקן בנין פֿאַראַיאָרן רופֿט אַרויס חשד וועגן די אמתע כּוונות פֿון דער פֿאַרוואַלטונג, און בפֿרט וועגן איר פֿאָרזיצער, אײַראַ מייסטער, וואָס, זיי טענהן, האָט אָפּגעלעקט אַ ביינדל דערפֿון. נישט געקוקט אויף די פּראָטעסטן און דער אומצופֿרידנקייט בײַ אַ טייל פֿון די ייִדן פֿון דער שארית־הפּליטה, און ווילנער ייִדן בפֿרט, איז דער געפּלאַנטער אָוונט בײַם ניו־יאָרקער ייִוואָ — "די ווילנער געטאָ־איבערלעבונג" — לזכּרון די ייִדן פֿון דער ווילנער געטאָ, דורכגעגאַנגען בשלום. ס׳רובֿ אינעם עולם זענען געווען צופֿרידן מיט דער אונטערנעמונג, וואָס איז פֿאָרגעקומען דעם 22סטן סעפּטעמבער. די פּראָטעסטן האָבן זיך קאָנצענטרירט אַרום דעם באַשלוס צו פֿאַרבעטן דעם ליטווישן אויסערן־מיניסטער. צום סוף, איז דער מיניסטער, אַודראָניוס אַזשובאַליס, נישט געקומען בײַ צײַטנס און דער ליטווישער קאָנסול אין אַמעריקע האָט געלייענט דעם מיניסטערס קורצע רעדע. עס זעט אויס, אַז דער מיניסטער איז געווען אויף אַ קבלת־פּנים און וועטשערע מיט הילאַרי קלינטאָן, און האָט זיך נישט געקענט באַפֿרײַען. ער האָט זיך שטילערהייט אַרײַנגערוקט אין מיטן דער פּראָגראַם, אָבער האָט זיך אין איר נישט באַטייליקט. |