- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
אַזוי פֿירט זיך עס שוין אין משך פֿון יאָרצענדליקער — אַרום דעם 12טן אויגוסט שרײַבט די ייִדישע פּרעסע וועגן די געשעענישן אין 1952 און, בכלל, אין די לעצטע יאָרן פֿון סטאַלינס ממשלה, ווען דער גזלנישער קאָמוניסטישער רעזשים האָט חרובֿ געמאַכט די גאַנצע פֿאַרבליבענע אינפֿראַסטרוקטור פֿון דעם סאָוועטיש-ייִדישן קולטור־לעבן און אומגעבראַכט די סמעטענע פֿון דער סאָוועטיש-ייִדישער קולטור. און דער דאָזיקער ריטואַל איז וויכטיק, ווײַל ווי אַלע ריטואַלן האָט ער דעם ציל פֿון ניט פֿאַרגעסן די מענטשן און ניט מוחל זײַן די גזלנים. מע פֿאַרגעסט עס אויך ניט אין רוסלאַנד. אָנהייב יוני, ווען איך בין געווען אין מאָסקווע, האָב איך געקויפֿט צוויי ביכער, וועלכע זײַנען פֿריִער ניט געווען אין מײַן ביבליאָטעק. ביידע זײַנען אַרויס אין יאָר 2010, כאָטש דער ראָמאַן "די מערדער אין ווײַסע כאַלאַטן, אָדער ווי סטאַלין האָט געגרייט אַ ייִדישן פּאָגראָם" (Убийцы в белых халатах, или Как Сталин готовил еврейский погром) פֿון וואַלענטין עראַשאָוו איז גאָר ניט קיין נײַער. דער שרײַבער איז געשטאָרבן נאָך אין 1999, און דער דאָזיקער ראָמאַן איז תּחילת אַרויס אין 1990 אונטערן טיטל "די קאָרידאָרן פֿון טויט". "די מערדער אין ווײַסע כאַלאַטן" איז אַ פֿאַנטאַסמאַגאָריע אויף דער טעמע פֿון דער אַרויסשיקונג פֿון ייִדן קיין סיביר, וועלכע עס האָט כּלומרשט געגרייט סטאַלין אין די לעצטע חדשים פֿון זײַן לעבן. עראַשאָוו האָט געשאַפֿן אַ סיפּור-המעשׂה, וואָס לייענט זיך גאַנץ גוט, כאָטש עס האָט אַ קנאַפּן שײַכות צו דער היסטאָרישער רעאַלקייט. צוריק גערעדט, האָט דער מחבר ניט געשטעלט פֿאַר זיך דעם ציל צו זײַן אַ היסטאָריקער. עראַשאָוו האָט געשאַפֿן אַ מעגלעכן (לויט זײַן קינסטלערישער פֿאַנטאַזיע) סצענאַר פֿון די געשעענישן, וועלכע וואָלטן געקענט פֿאָרקומען, אויב דער מלך-המוות וואָלט זיך פֿאַרהײַעט אין מאַרץ 1953 און ניט באַפֿרײַט די וועלט, און די סאָוועטישע ייִדן בתוכם, פֿון סטאַלינען. זײַן געשיכטע האָט אַ סך דראַמאַטישע עפּיזאָדן, אַרײַנגערעכנט דאָס הענגען אויף תּליות פֿון ייִדישע דאָקטוירים, און צו טאָן עס אויפֿן רויטן פּלאַץ, פֿאַר די אויגן פֿון טויזנטער בירגער. די קונסט־אויסשטעלונג "ליאָנעל פֿײַנינגער: בײַם ראַנד פֿון דער ערד" האָט זיך געעפֿנט אין "וויטני־מוזיי" אין ניו־יאָרק סוף יוני און וועט בלײַבן אויסגעשטעלט ביז מיטן פֿון אָקטאָבער 2011. פֿײַנינגער איז באַקאַנט ווי איינער פֿון די וויכטיקסטע קינסטלער אין דער "באַוהאַוז"־באַוועגונג, אָבער די דאָזיקע רעטראָספּעקטיווע אויסשטעלונג, די ערשטע אין לאַנד אין 45 יאָר, וועט אַנטפּלעקן אַ טיפֿערן און ברייטערן קינסטלער. ליאָנעל פֿײַנינגער (1871—1956) שטאַמט פֿון די דײַטשן אין ניו־יאָרק. ס'איז נישט קלאָר, צי ער האָט געשטאַמט פֿון ייִדן צי נישט. זײַן טאַטע איז געווען אַ מוזיקער, און ווען דער 16־יאָריקער ליאָנעל איז געפֿאָרן קיין דײַטשלאַנד, איז דער ציל געווען ממשיך צו זײַן זײַן מוזיקאַלישע דערציִונג; צו זײַן טאַטנס פֿאַרדראָס, האָט ער אין גיכן געביטן דעם פֿאָקוס פֿון זײַן שטודיע אויף קונסט. אַזוי ווי ער האָט פֿאַרברענגט 50 יאָר אין דײַטשלאַנד, ווערט ער אָפֿט פֿאַררעכנט ווי אַ דײַטשער קינסטלער, אָבער די אויסשטעלונג הייבט אַרויס דווקא די צוויי־בירגערישקייט פֿון זײַן לעבן און שאַפֿן. אין 1894 האָט ער אָנגעהויבן צייכענען פּאָליטישע קאַריקאַטורן און סאַטירשע אילוסטראַציעס אין דײַטשע וואָכנבלעטער און האָט זיך קונה־שם געווען ווי אַ קאַריקאַטוריסט. אין אַמעריקע האָט די צײַטונג "שיקאַגע זונטיק טריבון" אים פֿאַרבעטן צו שאַפֿן אַ וועכנטלעכע בילדערשטרײַף, און זײַנע צוויי קאָמיקס־רובריקן "Wee Willie Winkies World" און "The Kin-der-kids", מיט זייער עקספּערימענטאַלישן כאַראַקטער, האַלט מען ווי פּיאָנערישע ווערק אין דער געשיכטע פֿון קאָמיקס. זײַן חוש פֿון הומאָר, און ליבשאַפֿט צו פֿאַנטאַסטישע סוזשעטן האָט זיך בולט אַנטפּלעקט אין דעם קונסט־זשאַנער. אין דער אויסשטעלונג פֿאַרשאַפֿן די עטלעכע פֿילפֿאַרביקע זײַטן קאָמיקס פֿון די אַלטע צײַטונגען אַ קינדערישע הנאה בײַם עולם. דער גרינדער און דער פּרעזידענט פֿון דער אָרגאַניזאַציע "דזשיי־סטריט", דזשעראַמי בן-עמי, האָט לעצטנס פֿאַרעפֿנטלעכט אַ נײַ בוך מיטן טיטל: "אַ נײַ קול פֿאַר ישׂראל: קעמפֿן פֿאַר דעם קיום פֿון דער ייִדישער נאַציע" A New Voice for Israel: Fighting for the Survival of the Jewish) (Nation. "דזשיי-סטריט" דעפֿינירט זיך ווי אַ פּראָ-שלום און פּראָ-ישׂראל אַמעריקאַנער שתּדלנות-אָרגאַניזאַציע (לאַבי), וואָס איז געגרינדעט געוואָרן מיט קנאַפּע דרײַ יאָר צוריק און האָט שוין דערגרייכט אַ ממשותדיקע צאָל שטיצערס (אַרום 180 טויזנט). דאָס בוך איז געשריבן אין דער ערשטער פּערזאָן און ס׳איז האַלב אויטאָביאָגראַפֿיש און האַלב וועגן דעם פּאָליטישן הינטערגרונט פֿון "דזשיי-סטריטס" גרינדונג. אינעם ערשטן טייל ווערט דערציילט ווי זײַן זיידע האָט זיך צעבונטעוועט קעגן דער פֿרומער סבֿיבֿה פֿון חב״ד, וווּ דער אָרטיקער חב״ד־רבי האָט אים געזאָגט ניט אַוועקצופֿאָרן קיין ארץ-ישׂראל, ווײַל דער משיח איז נאָך ניט געקומען, און איז עולה געווען אין 1881 (אַ תּקופֿה, וואָס ווערט איצט גערעכנט ווי "די ערשטע עליה"). זײַן טאַטע "דער סאַברע" איז אַריבער פֿונעם סאָציאַליסטיש-ציוניסטישן לאַגער צו דעם רעכטן אצ״ל (די ראָשי-תּיבֿות פֿון: ארגון צבֿאי לאומי, אַ מיליטערישע נאַציאָנאַלע אָרגאַניזאַציע) פֿון זשאַבאָטינסקין מיטן ציל צו ראַטעווען וואָס מער פֿון די גערודפֿטע ייִדן בשעת דער צווייטער וועלט מלחמה. אויף זייערע באַמיִונגען אין יענער צײַט האָט די ציוניסטישע פֿירערשאַפֿט — אין באַשטאַנד פֿונעם לינקן ציוניסטישן לאַגער — געקוקט מיט אַ בייז אויג. און יצחק בן-עמי האָט דער מדינה און בן-גוריונען קיינמאָל ניט געקענט מוחל זײַן פֿאַרן דערטרינקן די שיף "אַלטאַלענאַ" (יצחק איז אַליין געווען אויף איר) און האָט באַשלאָסן זיך צו באַזעצן אין אַמעריקע, וווּ ער איז לכתּחילה געהאַט געפֿאָרן ווי אַ געלט-זאַמלער פֿאַרן אצ״ל. דער זון דזשעראַמי, וואָס איז שוין געבוירן געוואָרן אין דער אַפּער-וועסט-סײַד פֿון מאַנהעטן, האָט געגעבן אַ ספּעציעלן אינטערוויו דעם "פֿאָרווערטס" אין שײַכות מיטן פֿאַרעפֿנטלעכן פֿון זײַן בוך: געוויינטלעך, הייבט זיך די געשיכטע פֿון חסידישע באַוועגונגען אָן, ווען זייער גרינדער פֿאַרזאַמלט די ערשטע גרופּע תּלמידים און ווײַזט זיי אָן אַ געוויסן דרך אין עבֿודת־השם, באַגלייט מיט אַ ספּעציפֿישער סיסטעם פֿון מינהגים. ווען דער רבי ווערט ניפֿטר און לאָזט נישט איבער קיין יורשים, ווערט די באַוועגונג אָפֿט צו ביסלעך בטל. די חסידים גייען געוויינטלעך אַריבער צו אַן אַנדער רבין, וועלכער פֿירט זײַנע נאָכפֿאָלגער אויף אַ וועג, וואָס זעט אויס ענלעך צו דעם גײַסטיקן דרך פֿונעם פֿריִערדיקן מנהיג. אַ טייל חסידישע באַוועגונגען בלײַבן אַקטיוו אָן אַ לעבעדיקן רבין, אָבער בלײַבן פֿאַרגליווערט, שטרעבנדיק אָפּצוהיטן גענוי די הנהגות פֿונעם רבין אָן קיין נײַע חידושים. מיט 200 יאָר צוריק, ח״י תּשרי תּקע״א (1810), דעם צווייטן טאָג פֿון חול־המועד סוכּות, איז ניפֿטר געוואָרן רבי נחמן בראַצלעווער — אַ יונגער חסידישער מנהיג, וועלכער האָט אַ סך געליטן אין זײַן קורצן לעבן פֿון קראַנקייטן און רדיפֿות, און אויסגעגאַנגען פֿון טובערקולאָז אין עלטער פֿון 38 יאָר. אין פֿאַרגלײַך מיט אַ סך אַנדערע רביים פֿון יענער צײַט, וועלכע זענען געבליבן פֿאַקטיש אומבאַקאַנט, אָדער באַקאַנט בלויז ווי האַלב־לעגענדאַרע פֿיגורן צווישן געוויסע חסידישע גרופּעס, איז רבי נחמנס טויט געוואָרן דער אָנהייב־פּונקט אין דער געשיכטע פֿון זײַן באַוועגונג. דעם קומענדיקן ראָש־השנה איז דער 200־יעריקער יוביליי פֿונעם יערלעכן צוזאַמענטרעף פֿון די בראַצלעווער חסידים אין אומאַן, בײַם קבֿר פֿון זייער רבין. איך האָב נישט אַנטדעקט אַמעריקע לגבי האַרטנעקיקע מענטשן וואָס זײַנען פֿאַרקנעכט צו זייערע איבערצײַגונגען. אַ סך מאָל פֿאַרוואַנדלען זיי זיך אין אומטאָלעראַנטע דעמאַגאָגן, עקסטרעמיסטן, און בעלי־כּוח. די וועלט פֿאַרמאָגט אַ שלל פֿון דעם מין, און מיר ייִדן אויך. אָט וועל איך אָנכאַפּן אַזאַ געניאַלן הומאָריסט און שרײַבער ווי משה נאַדיר (יצחק רײַז). ער איז געווען פֿאַרבלענדט פֿונעם ראַטן־פֿאַרבאַנד; וואָס הייסט פֿאַרבלענדט!? געשריבן ביכער און לידער, עסייען און אַרטיקלען מיט לויב־געזאַנגען פֿאַרן רויטן גן־עדן. דאָס האָט ער געטאָן אין די צוואַנציקער און דרײַסיקער יאָרן. ממש ס׳האָבן זיך אויף אונדז ייִדן אַראָפּגעלאָזט משיחס צײַטן, כאָטש נעם און פּאַק אײַן דאָס פּעקל מיט זעקל און קוליע זיך אַריבער צו די ווײַסע בערן. די פּען האָט ער געקענט האַלטן אין האַנט, האָט ער זי באַנוצט ווי אַ שווערד, אָפּצוהאַקן קעפּ פֿון יענע וואָס גלייבן אים נישט. ער האָט געשטורעמט אויף דער ליטעראַרישער קאָנקורענציע, זיי אָנגערופֿן מיט יום־טובֿדיקע נעמען און געשאָלטן מיט דער בלאָטע צו גלײַך. איז געקומען אַ צײַט, און ער האָט אין די דרײַסיקער יאָרן געמאַכט אַ רײַזע אַהין, וווּ די זון לײַכט אַ גאַנצן מעת־לעת, וווּ מ׳באָדט זיך אין פּאָמעראַנצן־זאַפֿט, וווּ די צונג ליגט נישט, כּלומרשט, אין קימפּעט און מ׳מעג זי לאָזן לויפֿן וווּהין דאָס האַרץ גלוסט. געזען האָט ער פּלוצעם דאָס פֿאַרקערטע: אַ גיהנום, הונגער, נויט, אַרעסטן, אומשולדיקע קרבנות, פֿאַרניכטונג פֿון דער ייִדישער פּרעסע און שולן, טעאַטער און קונסט. אײַ! האָט ער זיך געקראַצט אין דער פּאה און באַשלאָסן, אַז רויט איז טויט. אין די 1960ער און 70ער יאָרן איז געווען זייער שווער צו זײַן אַ ייִדישער שרײַבער — דאָס הייסט, אַ שרײַבער אויף ייִדיש — נישט בלויז צוליב פּרנסה, נאָר אויך צוליב עמאָציאָנעלע סיבות. בײַ די ייִדן אין אַמעריקע און אין אויסלאַנד, און ספּעציעל אין ישׂראל, איז ייִדיש געווען די שפּראַך פֿונעם עלטערן דור, פֿון דער פֿאַרגאַנגענהייט. דערפֿאַר האָט מען אויף די כּלערליי ייִדיש־רעדנדיקע אונטערנעמונגען — די באַנקעטן פֿונעם "קולטור־קאָנגרעס" און "בונד", און לעקציעס פֿון "פּען־קלוב" און ייִוו״אָ — געזען כּמעט בלויז גראָע קעפּ. הײַנט זענען די ייִדן איבער דער וועלט אַ סך וואַרעמער געשטימט צו ייִדיש נאָר, צום באַדויערן, זענען ס׳רובֿ פֿון יענעם דור ייִדישע שרײַבער און אינטעליגענטן שוין אויף יענער וועלט. אַליין אַ טאָכטער פֿונעם ייִדישן פֿילאָלאָג און לעקסיגראַף, ד״ר מרדכי שעכטער, וואָס האָט אָנגעשריבן 10 ביכער און אָן אַ שיעור אַרטיקלען, כּדי צו הייבן דעם ניוואָ פֿונעם גערעדטן און געשריבענעם ייִדיש — איז מיר לעצטנס אײַנגעפֿאַלן, אַז ס׳וואָלט געווען כּדאַי צונויפֿצוברענגען די קינדער פֿון ייִדישע שרײַבער (בפֿרט די שרײַבער, וועלכע זענען געבוירן געוואָרן אין מיזרח־אייראָפּע) אויף אַן אָוונט, כּדי צו דערגיין, צי אונדזערע געשיכטעס זענען טאַקע געווען ענלעך, און אויב יאָ, ווי אַזוי. אַ דאַנק דער אינטערנעץ, האָב איך זיך פֿאַרבונדן מיט צען קינדער פֿון ייִדישע שרײַבער אין אַמעריקע, קאַנאַדע און ישׂראל, און פֿאָרגעלייגט, אַז מיר זאָלן דורכפֿירן אַ שמועס, אָדער עלעקטראָניש, אָדער פּנים־אל־פּנים. ווען איך האָב זיך דערוווּסט, אַז עטלעכע פֿון די אויסלענדער קלײַבן זיך זומערצײַט צו קומען קיין אַמעריקע, האָב איך באַשטימט אַ דאַטע און פֿאַרבעטן אַלעמען צו זיך אַהיים אויף אַ וועטשערע. מערסטע צײַטונגען מיינען, אַז זייערע לייענער האָבן ניט קיין געדולד און ניט קיין אינטערעס צו לייענען באַריכות וועגן גאָר־גאָר לשונות וואָס ווערן איצט פֿון דאָס נײַ געפֿאָרשט. וויפֿל האָבן מערסטע צײַטונגען אונדז דען דערציילט וועגן דעם 21־בענדיקן ווערטערבוך וואָס איז לעצטנס אַרויס פֿון די בבֿלישע און אַסירישע וואַריאַנטן וואָס מען האָט שוין 2,000 יאָר ניט גערעדט און וואָס עס האָט געדויערט 200 יאָר זיי צו דעשיפֿרירן און 90 יאָר זיי צוצוגרייטן צום דרוק? מיר איז דאָס אַלץ גאָר שטאַרק אינטערעסאַנט, און ניט סתּם ווײַל איך בין אַ סאָציאָלינגוויסט, נאָר ווײַל איך בין אַ שטיקל בעל־בטחון אויך. איך גלייב, אַז קיין זאַך וואָס ייִדן שאַפֿן פֿאַר די דורות וועט ניט פֿאַרלוירנגיין און אַז עס וועלן זיך תּמיד באַווײַזן מבֿינים אָט די שאַפֿונגען אָפּצושאַצן און זיי אויסצוטײַטשן און פֿון דאָס נײַ זיי צו באַלעבן, פֿאַרשפּרייטן און פֿאַרפּירסומען. אַקאַדיש דאָס לשון מיט וועלכן דאָס ווערטערבוך גיט זיך אָפּ איז "אַקאַדיש", דאָס לשון אויף וועלכן דער גרויסער מלך סאָרגאַן האָט אָנגעפֿירט מיט דער סאַמע ערשטער וועלט־אימפּעריע, די אַקאַדישע אימפּעריע, מיט אַן ערך 26 הונדערט יאָר פֿאַר דער נײַער צײַטרעכענונג. אויף אָט דעם זעלבן לשון האָט האַמוראַבי פֿאַרפֿעסטיקט דעם ערשטן געזעצן־קאָדעקס מיט אַן ערך 1,900 יאָר פֿאַר דער נײַער צײַטרעכענונג, און דאָס ערשטע ריזיקע ווערק פֿון דער וועלט־ליטעראַטור, דער "עפּאָס פֿון גאַלגאַמעש", איז אָנגעשריבן געוואָרן. אויף אָט דעם לשון האָט נבֿוכדנצר דער צווייטער אויפֿגעבויט די באַרימטע "הענגענדיקע גערטנער פֿון בבֿל". ס’איז געווען די ערשטע וועלטשפּראַך פֿון האַנדל־ און געשעפֿט־פֿירונג בכלל, פֿון באַוואַסערן די ריזיקע מידבריות אין מיטל־מיזרח און פֿון פֿאָרויסזאָגן די צוקונפֿט און דעם רצון פֿון די געטער. ס’איז אַ ניט־פֿאַרבײַטלעך לשון פֿאַר יעדן איינעם וואָס וויל זיך דערגרונטעווען צו די עיקר־יסודות פֿון דער מעסאָפּאָטאַמישער וועלט. אַקאַדיש איז מסתּמא געווען די סאַמע ערשטע שרײַבשפּראַך אויף דער וועלט, אַ "פֿלעקלשריפֿט" דורך וועלכער מען קען עד־היום דערגרייכן צוריק צו די סומערישע כּתבֿים פֿון קנאַפּע 4,000 יאָר צוריק; די כּתבֿים פֿון די סאַמע עלטסטע שטעט און צענטערס פֿון לייענעוודיקייט בײַ די ברעגן פֿון די טײַכן פּרת און חידוקל אין טיילן פֿון דער הײַנטיקער סיריע און איראַק, פֿון די מקומות פֿון וועלכע אונדזער אַבֿרהם אָבֿינו אַליין האָט אויך געשטאַמט. איך בין אַ בעל-חובֿ, און שוין אַ לענגערע צײַט פֿיל איך אויף מײַנע פּלייצעס די משׂא פֿון דער שולד. בדרך-כּלל אײַל איך זיך טיילן מיט אַלעמען, און צום אַלעם ערשטן מיט דער "פֿאָרווערטס"-סבֿיבֿה, אַז אין מײַנע הענט איז אַרײַנגעפֿאַלן אַ געראָטן בוך. אָבער דאָס מאָל האָב איך זיך פֿאַרהײַעט און טו עס איצט מיט גרויס פֿאַרשפּעטיקונג נאָך דעם איבערלייענען — און טאַקע הנאה האָבן פֿונעם לייענען — די מאָנאָגראַפֿיע פֿון רבקה מאַרגאָליס Jewish Roots, Canadian Soil ("ייִדישע שורשים, קאַנאַדער באָדן"), וואָס איז אַרויס הײַיאָר, אָבער איז באַזירט אויף איר דאָקטאָר-דיסערטאַציע, פֿאַרטיידיקט אין 2005 אין קאָלאָמביע-אוניווערסיטעט. פֿאַר וואָס האָב איך געמאַכט אַ שווײַג אויף עטלעכע חדשים? ווײַל וועגן אַ גוט בוך איז, בכלל, שווערער צו שרײַבן. ניט צו פֿאַרגלײַכן גרינגער איז אָפּצופּטרן אַ רעצענזיע וועגן אַ באַנד, צו וועלכן דו האָסט ערנסטע טענות. אַ טענה נאָך אָ טענה — און די רעצענזיע איז שוין גרייט. און אַז מע האָט ניט קיין טענות צי מע האָט ווייניק טענות? און איך האָב זיי טאַקע זייער ווייניק צו מאַרגאָליסעס בוך. פֿאַרקערט — נאָר גוטע זאַכן (לכל-הפּחות, פֿון מײַן קוקווינקל) קען מען זאָגן און שרײַבן וועגן דעם פֿילזײַטיקן אַנאַליז פֿון דעם אוניקאַלן פֿענאָמען — דעם ייִדישן קולטור-צענטער אין מאָנטרעאָל, וואָס האָט זיך באַוויזן ווי אַ פֿאָרפּאָסט פֿון מיזרח-אייראָפּעיִשער קולטור און עס בלײַבט נאָך אַלץ אַ יש. כאָטש דער איצטיקער פֿאַרנעם איז, פֿאַרשטייט זיך, ניט אַזאַ ווי אַמאָל, בפֿרט צווישן די וועלט-מלחמות, דאָך באַגעגנט מען נאָך אַלץ יונגע מאָנטרעאָלער, וואָס ווערן ניט פֿאַרלוירן אין ייִדיש; און די טעאַטראַלע ירידים, ממש וועלט-צוזאַמענפֿאָרן, דערמאָנען אונדז וועגן דער וויכטיקייט פֿון ייִדישן מאָנטרעאָל. רבֿקה מאַרגאָליסעס בוך דערקלערט דעם דאָזיקן פֿענאָמען דורך, אין תּוך אַרײַן, דרײַ פֿאַקטאָרן. קודם-כּל, די ייִדישע קולטור-סבֿיבֿה אין דער שטאָט האָט געהאַט דעם מזל צו אַנטוויקלען זיך אין דער מיט פֿון דעם היגן ענגליש-פֿראַנצויזישן, פּראָטעסטאַנטיש-קאַטוילישן סענדוויטש. דאָס איז דאָך געווען אַ משוגענע וועלט — אַ וועלט וווּ, למשל, ייִדישע קינדער האָט מען אין דער ביוראָקראַטישער סיסטעם צוגעגלײַכט צו פּראָטעסטאַנטישע! כאַפּנדיק די לופֿט אין קאָלומביע, בעת אין דרויסן האָט געבושעוועט דער ווינטער, דערזע איך פּלוצעם אַ חבֿרה־מאַנטע אָנגעטאָן אַזוי: אַ וואָלענעם טשיפּעק אויפֿן קאָפּ, אַ שווערן ווינטער־מאַנטל מיט אַ באַשלאָק (hood), אַ פּאָר שטיוול אויסגעבעט מיט פֿעל און פֿון אונטן אַ דורכזיכטיק זשאָרזשעטן (satin)־קליידל. מיט אַ מאָל איז פֿאַר מיר אויפֿגעשוווּמען די מעשׂה מיטן זשאָרזשעטן־קליידל. פֿאַרלאָפֿן האָט זיך די געשיכטע אין רוסלאַנד, אין דער שטאָט סאַראַטאָוו, וווּ מיר האָבן געוווינט אין צײַט פֿון דער מלחמה. עס האָבן זיך גענומען באַווײַזן בײַ אונדז אין שטאָט ביעזשענצעס (refugees), אַנטלאָפֿענע פֿון פּוילן, אַנטלאָפֿענע פֿון היטלערן, געשפּירט דעם טויט אונטער זייערע טריט און געציטערט פֿאַרן לעבן. מײַן טאַטע האָט דעמאָלט געאַרבעט אין אַ "זאַוואָד־סנאַבזשעניע" (באַזאָרגונג). אַ פֿאַבריק וואָס האָט באַזאָרגט מיליטער אויפֿן פֿראָנט מיט שינעלן און שטיוול, צווישן אַ באַרג אַנדערע זאַכן. איך בין דעמאָלט געווען אַ קינד, אָבער דער טאַטע האָט נישט אויפֿגעהערט רעדן דערפֿון. האָט זיך אַמאָל געטראָפֿן אַז בײַם אַהיימגיין פֿון דער אַרבעט איין אָוונט, האָט ער באַמערקט אַ יונגן־מאַן וואָס איז געלעגן לעבן דעם פּלויט פֿון דער פֿאַבריק און זיך באַגאָסן מיט ביטערע טרערן. דער טאַטע האָט זיך אָפּגעשטעלט און גענומען צו אים רעדן אויף רוסיש. אָבער יענער האָט נישט פֿאַרשטאַנען קיין וואָרט. ער האָט גערעדט ייִדיש. דערהערט אַזאַ מעשׂה האָט מײַן טאַטע אָנגעהויבן אויספֿרעגן אים אין וואָס דאָ גייט און ווי קומט אַ ייִדישער יונגער־מאַן צו אַזאַ מצבֿ. יענער האָט צווישן די טרערן אים דערציילט, אַז ער הייסט נפֿתּלי ראָטנבערג און אַז ער קומט פֿון לאָדזש. עס האָט זיך אַרויסגעוויזן, אַז אים האָט זײַן עלטערע שוועסטער אײַנגעפּאַקט אַ וואַליזקע אין דער היים און אים אַריבערגעפֿירט די גרענעץ קיין רוסלאַנד. זי האָט אים אָנגעזאָגט, אַז זי לויפֿט צוריק קיין לאָדזש אַריבערפֿירן איר ייִנגערע שוועסטער צעליען, און באַלד וועלן זיך אַלע טרעפֿן בשלום. אַרויסגעוויזן האָט זיך, אַז די שוועסטער האָט שוין נישט באַוויזן צוריקצוקומען און ער איז געבליבן מיט דער וואַליזקע, און די וואַליזקע האָט מען בײַ אים צוגעגנבֿעט. איז ער דאָ אין גאַנצן פֿאַרלוירן, ווייסט נישט וווּ זיך צו קערן. דעם שטענדיקן לייענער פֿון "ווײַטער" דאַרף מען ניט דערקלערן ווער עס איז געווען מאַקס ווײַנרײַך. און דאָך — פֿון צײַט צו צײַט קומען צו נײַע לייענער, אַזוי אַז עס וועט ניט שאַטן צו דערמאָנען זיי, אַז די רייד גייט וועגן אַ מענטשן, לגבי וועלכן עס קלינגען ניט צו הויך אַזעלכע באָמבאַסטישע ווערטער ווי: "געניאַלער" און "לעגענדאַרער". דעם 29סטן יאַנואַר 2012 וועט ווערן 43 יאָר זינט זײַן פּטירה. פֿאַר אָט די יאָרן האָבן זיך געביטן עטלעכע דורות אין דער ייִדישער אַקאַדעמישער וועלט. אָבער קיינער האָט זיך אַפֿילו ניט דערנענטערט צום ניוואָ פֿון מאַקס ווײַנרײַכן, כאָטש אייניקע זאַכן זײַנען, בלי-ספֿק, פֿאַרעלטערט געוואָרן אין זײַנע פֿילצאָליקע אַרבעטן. וואָס טראַכט מען צום אַלעם ערשטן, ווען מען הערט דעם נאָמען "נטורי־קרתּא"? דורכויס אַנטי-ציוניסטיש, פֿאַררעטערס, קאַריקאַטורן פֿון פֿרומע ייִדן, חבֿרים פֿון דעם ימח-שׁמוניק אַכמאַדינעדזשאַד, אָדער פּשוט אַ באַנדע משוגעים, וואָס זאָגן זיך אָפּ שוין לאַנגע יאָרן אַראָפּצוקריכן פֿונעם דאַך? אַלע ענטפֿערס זענען די געוויינטלעכע ריכטיקע ענטפֿערס, אָבער לויט דעם דאָקומענטאַר־פֿילם, וואָס מע האַלט בײַם פֿאַרענדיקן, זענען עפּעס אָט די חסידים אינגאַנצן גאָר אַנדערש. זיי קומען אַרויס אינעם פֿילם ווי אַ מין מענטשן־רעכט גרופּע, וואָס איז באַזאָרגט מיט די רעכטן פֿון די פּאַלעסטינער און צילעוועט מסביר צו זײַן פֿאַר דער וועלט דעם גרויסן חילוק צווישן "עכטער ייִדישקייט" און ציוניזם. דער פֿילם דערמאָנט ניט, למשל, זייערע וואַרעמע באַציִונגען מיט יענעם איראַנישן פֿירער, עפּעס וואָס אַפֿילו אַנטי-ציוניסטישע גרופּעס ווי סאַטמאַר האָבן לגנאַי אָפּגעשאַצט. העטער טענצער, די רעזשיסאָרין פונעם פֿילם טענהט, אַז "דער פֿילם פֿאָקוסירט זיך טאַקע אויף די באַציִונגען פֿון נטורי־קרתּאניקעס מיט פּאַלעסטינע און פּאַלעסטינער, אָבער ער באַהאַנדלט אויכעט זייער אַרבעט ווי אַקטיוויסטן, וואָס פּרוּוון צו שאַפֿן בריקן מיט דער גאַנצער מוסולמענישער און אַראַבישער וועלט. זיי האַלטן זיך אָן אין דער געשיכטע פֿון אַ בשותּפֿותדיק לעבן צווישן ייִדן און מוסולמענער (פֿאַר 1948). בעת זיי שמועסן מיט די אַראַבער און מוסולמענער, דערמאָנען זיי דאָס דאָזיקע בשותּפֿותדיק לעבן, ווען ס׳איז געווען אַ מין שלום און מע האָט געלעבט ווי שכנים; דער ענין פֿון נאַציאָנאַליזם האָט נאָך ניט עקזיסטירט. ווען זיי האָבן געלעבט אונטער סעקולערע אָדער ניט-ייִדישע ממשלות, איז געווען קאָ-עקזיסטענץ." סוף פֿרילינג האָב איך זיך פֿאַררעגיסטרירט אויפֿן Facebook, וואָס — ווי איך ווייס איצט — האָט אויך אַ ייִדישן נאָמען: פּנים-בוך. אַמאָליקע צײַטן וואָלט עמעצער גלײַך באַשלאָסן, אַז גאָר ניט צופֿעליק האָב איך עס געטאָן דווקא סוף פֿרילינג, ווען אַ סך קרענק פֿלעגט מען פֿאַרבינדן מיט אַוויטאַמינאָז. הײַנט איז עס, אָבער, ניט אַקטועל — מיר וווינען ניט אין סאָמאַלי און באַקומען גענוג, צי אַפֿילו איבערגענוג, וויטאַמינען אין משך פֿונעם גאַנצן יאָר. אַזוי צי אַזוי, אָבער ס’וואַקסט די צאָל לײַט, וועלכע זײַנע געוואָרן מײַנע פּנים-ביכיקע פֿרײַנד. צומאָל זײַנען דאָס מענטשן, מיט וועלכע איך האָב לאַנגע יאָרן קיין קאָנטאַקטן ניט געהאַט, און עטלעכע זײַנען מיר נאָך אַלץ ניט באַקאַנט — לכל-הפּחות, אַזוי דאַכט זיך מיר. איך אַליין נוץ עס זייער זעלטן, וואָס איז אפֿשר אַ נאַרישקייט. אָבער מיר געפֿעלט צו באַקומען אינפֿאָרמאַציע פֿון אַנדערע מיטגלידער פֿון דער פּנים-ביכיקער קהילה. מיך חידושט, אַגבֿ, פֿאַר וואָס אונדזער צײַטונג איגנאָרירט נאָך אַלץ דעם דאָזיקן וויכטיקן קאַנאַל פֿאַר פֿאַרשפּרייטן אינפֿאָרמאַציע. טאַקע דורך דעם פּנים-בוך האָב איך באַקומען די בשׂורה-טובֿה פֿון דעם פּעטערבורגער רוסישן זשורנאַל "נאַראָד קניגי וו מירע קניג" ("עם-הספֿר אין דער ביכער-וועלט"), מיט אַן אונטערקעפּל, וואָס דערקלערט דעם זשאַנער פֿון דער אויסגאַבע: איבערזיכט פֿון ייִדישע ביכער. דער דאָזיקער זשורנאַל גייט אַרויס שוין אין משך פֿון 16 יאָר, זינט אויגוסט 1995. יעדע צוויי חדשים באַקומט דער לייענער אַ העפֿט, פֿול מיט אינטעלעקטועלער סחורה. אין ענגלאַנד, וווּ איך געפֿין זיך איצט, האָב איך לעצטנס באַקומען דעם נומער 91, וואָס איז אַרויס אין אַפּריל חודש. אָבער איצט וועל איך קענען לייענען דעם זשורנאַל אין אינטערנעץ! וועגן דעם האָט מען מיר טאַקע אינפֿאָרמירט דורך דעם פּנים-בוך, אַז דער עלעקטראָנישער נוסח איז צוטריטלעך געוואָרן לויטן אַדרעס www.narodknigi.ru. הגם די פֿולע טעקסטן זײַנען אויף רוסיש, קען מען אויך לייענען ענגלישע קיצורים. |