- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
איך האָב שוין אַ סך מאָל געטראַכט: ווען איך וואָלט געווען אַ רעזשיסאָר אָדער אַ סצענאַריסט און געהאַט אַ מעגלעכקייט צו מאַכן פֿילמען אויף ייִדיש, פֿון וואָס פֿאַר אַ מין פֿילם וואָלט איך אָנגעהויבן מײַן קינעמאַטאָגראַפֿישע טעטיקייט? אפֿשר עפּעס נאָך די מאָטיוון פֿונעם "סטאַר־טרעק"? איינער פֿון די הויפּט־אַקטיאָרן אינעם ערשטן אָריגינעלן סעריאַל, לעאָנאַרד נימוי, איז דאָך אַ ייִדיש־רעדנדיקער ייִד, וועלכער געהערט צו דעם פֿאָלק פֿונעם פּלאַנעט וווּלקאַן, וווּ די אײַנוווינער זעען אויס אין אַ סך אַספּעקטן ווי די ליטוואַקעס — טיפּישע קאַלט־שׂכלדיקע "צלם־קעפּ", גרויסע ליבהאָבער פֿון לאָגישע פּילפּולים — און דערצו באַגריסן זיי איינער דעם צווייטן מיט צונויפֿגעלייגטע פֿינגער, אַזוי ווי כּהנים בײַם דוכנען. אין עטלעכע וואָכן אַרום, דעם 3טן מאַרץ, וועט ווערן 150 יאָר זינט דער באַפֿרײַונג פֿון רוסישע — ביז אַהער לײַב-אייגענע — פּויערים. אין דער אמתן, האָט מען די פֿאַרשקלאַפֿונג אָפּגעשאַפֿן נאָך פֿריִער אין אַ צאָל מערבֿדיקע געגנטן פֿון דער אימפּעריע. אָבער ס’רובֿ פּויערים זײַנען געוואָרן פֿרײַ נאָר אין 1861, ווען דער אימפּעראַטאָר, אַלעקסאַנדער דער צווייטער, האָט אונטערגעשריבן דעם מאַניפֿעסט. דאָס הייסט ניט, אַז אַלעמען האָט עס גלײַך געבראַכט מזל. אייניקע זײַנען געוואָרן פֿרײַ, אָבער קיין ערד ניט באַקומען. אַנדערע האָבן באַקומען זייער ווייניק ערד. אָבער עפּעס אַ חלק פֿון די פּויערים האָבן זיך פֿריִער אָדער שפּעטער אַרויפֿגעאַרבעט אין די דערפֿער, וווּ זיי האָבן געוווינט אָדער אין די שטעט וווּהין זיי האָבן מיגרירט. די מיגראַנטן האָבן ניט געמאַכט גרינגער דאָס לעבן פֿאַר דער ייִדישער באַפֿעלקערונג, ווײַל פֿון דערפֿער אין שטעט זײַנען געקומען קאָנקורענטן. זיי, די געוועזענע לײַב-אייגענע פּויערים, האָבן געעפֿנט נײַע געשעפֿטן, אַנדערע האָבן זיך באַשעפֿטיקט מיט מלאכה. גאָר ניט אַלע ייִדן זײַנען געווען פֿעיִק צו געווינען אין דעם דאָזיקן פֿאַרמעסט. אָבער דאָס הייסט ניט, אַז די באַפֿרײַונג פֿון פּויערים און די אַלגעמיינע אַנטוויקלונג פֿון דער געזעלשאַפֿט האָט געבראַכט נאָר צרות פֿאַר ייִדן. כ׳דאַרף אײַך נישט זאָגן, אַז מיר האָבן ערשט איבערגעטראָטן די שוועל פֿונעם יאָר 2011, און וויפֿל הויכשולן מיר זאָלן נישט האָבן אַדורכגעמאַכט, וויפֿל אוניווערסיטעטן און דערציִונגס־אַנשטאַלטן מיר זאָלן נישט האָבן געענדיקט, האָבן מיר זיך אָפּגעלערנט אַ פֿײַג לגבי זיך אַליין און אונדזער בלוטיקער, אוממענטשלעכער און צו מאָל אומציוויליזירטער מענטשלעכער געשיכטע. מיר זײַנען פֿאַרבליבן די זעלבע בלוטדאָרשטיקע, זשעדנע, געלט־גײַציקע, ראַסנהאַסערישע, פֿאַנאַטישע אויסטײַטשער פֿון אונדזערע הייליקע ביכער. מ׳קען ממש דערטרונקען ווערן אין דעם אַלעם וואָס דער מענטש איז גענייגט אָפּצוטאָן — אַמאָל צוליב יענעם, אַמאָל צוליב הונגער, ווײַל דער מאָגן פֿאָדערט ס׳זײַניקע; דאָס בלוט צינד זיך אָן, די אויגן זוכן, די טויט־מכשירים טאַנצן אַ קאָמאַרסקע, און הײַדאַ, דאַווײַ. מ׳באַפֿאַלט יענעם, יענעמס לאַנד, יענעמס האָב־און־גוטס, דער עיקר, מ׳זעטיקט זיך נישט. אויב איר רייכערט, אָדער קענט עמעצן וואָס רייכערט, האָט איר זיכער געהערט גענוג מוסר-רייד פֿון אײַער דאָקטער, אַז איר מוזט אויפֿהערן. ניט וועגן דעם רעדט זיך אין דעם אַרטיקל. יעדער רייכערער (אָדער זײַן קרובֿ) האָט מורא פֿאַר אַ קאָנקרעטער געזונט-פּראָבלעם, פֿאַרבונדן מיטן רייכערן: מע פֿלעג עס רופֿן — "יענע מחלה"; דער ראַק, ובפֿרט לונגען-ראַק. איז דאָ אַן אופֿן נאָכצוזוכן אַזאַ ראַק פֿון פֿריִער, און צו פֿאַרהיטן דערמיט די קרענק נאָך איידער זי אַנטוויקלט זיך? עטלעכע שטודיעס האָט מען שוין געהאַט דורכגעפֿירט וועגן פּשוטע רענטגענס (איקס-שטראַלן), ווי אַ מיטל נאָכצוזוכן לונגען-ראַק, און פֿון דעם האָט זיך אויסגעלאָזט אַ בוידעם — נעגאַטיווע רעזולטאַטן. אויסגעקוקט האָט מען אָבער אויף דעם זיכערן ענטפֿער וואָס האָט געזאָלט קומען פֿון אַ גרויסער שטודיע פֿון "סי-טי"-באַקוקן ["קאַט־סקאַן"] צווישן רייכערערס. דעם 30סטן יאַנואַר, אין לעטברידזש, אַלבערטאַ, קאַנאַדע, איז געשטאָרבן די שרײַבערין חוה ראָזענפֿאַרב אין עלטער פֿון 87 יאָר, איינע פֿון די אָנגעזעענסטע ייִדישע פּראָזע־שרײַבערנס נאָכן חורבן; בפֿרט אין קאַנאַדע, וווּ זי האָט זיך באַזעצט אין 1950. אירע עפּישע ווערק זענען געווען אַ זעלטנקייט, ספּעציעל פֿאַר אַ פֿרויען־שרײַבערין אויף ייִדיש. חוה ראָזענפֿאַרב איז געבוירן געוואָרן דעם 9טן פֿעברואַר 1923. אירע טאַטע־מאַמע זענען געווען אַקטיוו אין "בונד" און ראָזענפֿאַרב האָט זיך געלערנט אין דער בונדישער "מעדעם"־שול. אין לאָדזשער געטאָ, אין 1941, האָט זי גראַדויִרט פֿון גימנאַזיום. אין געטאָ האָט זי געוויזן אירע ערשטע לידער דעם פּאָעט שׂימחה־בונעם שײַעוויטש און ער האָט זי מקרבֿ געווען און אַרײַנגענומען אינעם קרײַז פֿון דער שרײַבער־גרופּע אין געטאָ — די ייִנגסטע צווישן זיי. טײַערע אַרויסגעבער פֿונעם זשורנאַל "ווײַטער", טײַערע רעדאַקטאָרן: כ׳האָב נאָר וואָס באַקומען דעם נײַעם נומער (43, נאָוועמבער 2010) פֿונעם זשורנאַל "ווײַטער", דאָס מאָל נאָר 7 עקזעמפּלאַרן. (ביז אַהער האָט איר מיר יעדן חודש געשיקט 13. אַ שיינעם דאַנק!) די צאָל סטודענטן, וואָס נעמען אַן אָנטייל אין ייִדיש-קורסן אין האַמבורג, איז אָבער אַ וואַקסנדיקע. דעם זמן לערנען זיך ייִדיש אַרום 50 סטודענטן — אויף פֿאַרשיידענע מדרגות, פֿאַרשטייט זיך. מײַן נײַער אינטענסיווער אַרײַנפֿיר אין דער ייִדישער שפּראַך, וואָס האָט זיך אָנגעהויבן דעם חודש, האָט אַזש 19 תּלמידים, ס׳רובֿ פֿון זיי יונגע מענטשן. איז זײַט אַזוי גוט און שיקט מיר מער עקזעמפּלאַרן. (אויך פֿונעם נאָוועמבער-נומער, אויב איר האָט נאָך.) 25 וואָלט געווען אַ גוטע צאָל. איך טייל זיי אויס אין מײַנע קורסן פֿאַר אָנהייבערס און מיטנדיקע ווי לייענוואַרג און ניץ אַ מאָל אַן אַרטיקל אין מײַנע לעקציעס. די טעג איז מיר אָנגעקומען אַ בליצפּאָסט, וווּ איך האָב געמוזט זיך פֿאַרבײַסן די ליפּן. דאָס בליצפּאָסטל קומט פֿון איינער וואָס הייסט דאָראַ בראַמסאָן, וווּ זי שרײַבט: איך שרײַב צו לאָזן אײַך וויסן וועגן אַן אויסער ווי געוויינטלעכער געלעגנהייט פֿאַר סטודענטן וואָס זײַנען פֿאַראינטערעסירט צו שטודירן מעבֿר־לים. אונדזער פּראָגראַם הייסט 'אוישוויץ־ייִדישער צענטער,’ צוגעפּאַסט פֿאַר סטודענטן וואָס ווילן זיך לערנען אין די מרחקים. אַן אייגנאַרטיקער פֿילם־נוסח פֿון שעקספּירס באַוווּסטער טראַגעדיע "ראָמעאָ און דזשוליעט" האָט פֿאַראַכטאָגן זונטיק געהאַט זײַן פּרעמיערע אויפֿן יערלעכן "ניו־יאָרקער ייִדישן קינאָ־פֿעסטיוואַל", און האָט צוגעצויגן אַזאַ גרויסן עולם, אַז ס׳איז גלײַך אויספֿאַרקויפֿט געוואָרן. די סיבה פֿאַרן אינטערעס אין דעם פֿילם, וואָס הייסט "ראָמעאָ און דזשוליעט אויף ייִדיש", איז, אַ פּנים, צוליב די אַקטיאָרן: ס׳רובֿ פֿון זיי זענען ליבעראַל־חסידישע און געוועזענע חסידישע יונגע לײַט — אַ זעלטענע זאַך אין אַן אַמעריקאַנער הויפּטפֿילם. די קעמפֿנדיקע משפּחות מאָנטעגיו און קאַפּיולעט זענען דאָ פֿאַרוואַנדלט אין אַ קאַמף צווישן די סאַטמערער און די ליובאַוויטשער, און די פּאָעטישע שורות פֿון שעקספּיר דעקלאַמירן די העלדן אויף אַ "הײַמישן" חסידישן ייִדיש. ס׳איז מסתּמא אויך דאָס ערשטע מאָל, וואָס ראָמעאָ טראָגט ברילן... די, וואָס פֿאַרנעמען זיך נישט מיט אַ פֿעסטער מלאָכה, ווערן אָנגערופֿן אויף ייִדיש "לופֿטמענטשן". הגם דאָס דאָזיקע וואָרט האָט אַן איראָנישן טעם, באַשרײַבט עס עטלעכע מינים שיכטן פֿון דער געזעלשאַפֿט, גוטע און שלעכטע. אינעם יאָר 1901, האָט דער באַקאַנטער קאָנטראָווערסאַלער ציוניסטישער דענקער מאַקס נאָרדוי אָנגעשריבן אַ בריוו אויף דײַטש, וווּ עס ווערט קריטיקירט דער לעבנסשטייגער פֿון די מיזרח־אייראָפּעיִשע ייִדן. ער האָט געטענהט, אַז דאָס לעבן אין גלות האָט פֿאַרוואַנדלט די ייִדן אין אַ "לופֿטפֿאָלק" פֿון "לופֿטמענטשן". נאָרדויס ווערק, בפֿרט זײַן בוך "דעגענעראַציע", זענען אָנגעזאַפּט מיט אַ טיפֿער שׂינאה צו דער מיזרח־אייראָפּעיִשער ייִדישער קולטור, וועלכע ער האָט באַטראַכט ווי אַ "דעגענעראַטישע". אַ צאָל פֿאָרשער פֿון ייִדישער עטימאָלאָגיע האַלטן, אַז נישט געקוקט אויף נאָרדויס געדאַנקען, וועלכע האָבן מערקווירדיק משפּיע געווען אויף דעם אַנטיסעמיטיזם פֿון די נאַציס, האָט ער געשאַפֿן דאָס וואָרט "לופֿטמענטש". מיט 60 יאָר צוריק, דעם 27סטן יאַנואַר 1951, האָט מען אין ריגע, דער הויפּטשטאָט פֿון לעטלאַנד, אַרעסטירט דעם ייִדישן שרײַבער מאַרק (משה) ראַזומני. די מאַשין פֿון סטאַליניסטישע רעפּרעסיעס האָט אַרײַנגענומען אין איר "אַרבעט" נאָך איין ייִדישן אינטעלעקטואַל, וועמענס נאָמען ווערט הײַנט דערמאָנט זייער און זייער זעלטן. אמת, קיין שרײַענדיקן ליטעראַרישן נאָמען האָט ראַזומני ניט געהאַט אויך אין די יאָרן פֿון זײַן לעבן, 1896—1988. טיילווײַז איז עס געווען פֿאַרבונדן מיטן כאַראַקטער גופֿא פֿון זײַן שאַפֿערישער פּראָדוקציע, וואָס איז ניט געשטאַנען אין צענטער פֿון דעם ליטעראַרישן לעבן. דערצו נאָך האָט ער געוווינט אין אַן אָרט, וואָס האָט מיט זיך פֿאָרגעשטעלט אַ פּראָווינץ אויף דער ייִדישער מאַפּע, אַ פּראָווינץ אין פֿאַרגלײַך ניט בלויז מיט פּוילן, סאָוועטן-פֿאַרבאַנד און אַמעריקע, נאָר אויך אַפֿילו מיט ענגלאַנד און פֿראַנקרײַך. די מעשׂה האָט זיך פֿאַרלאָפֿן נישט לאַנג צוריק, ממש מיט אַ וואָך צוריק. מײַן טעלעפֿאָן האָט מיר אָפּגעריסן דאָס אויער: "נו?" — האָב איך גענומען אַ סאַרקאַסטישן טאָן, ווײַל די דעלעגאַטן צו די וואַלן האָבן נישט אויפֿגעהערט צו האַקן מיר אַ טשײַניק; צוגערעדט פֿאַר וועמען איך זאָל שטימען. "וואָס הייסט נו?" — האָט מיר אַ באַליידיקטע פֿרויען־שטימע געענטפֿערט. "מיט וועמען האָב איך די זכיה צו רעדן?" — האָב איך געוואָלט וויסן. "וואָס?, דו דערקענסט שוין נישט דײַן גוטע חבֿרטע פֿריידעלען." מיט אַ יאָרהונדערט צוריק, אין דעצעמבער 1910, האָט אין ניו-יאָרק אָנגעהויבן אַרבעטן די "ערשטע נאַציאָנאַל-ראַדיקאַלע שולע", פֿון וועלכער עס ווערט בדרך-כּלל געפֿירט די געשיכטע פֿון ייִדישער שולבילדונג אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן. (זען איציק גאָטעסמאַנס אַרטיקל אין "פֿאָרווערטס", דעם 3טן דעצעמבער 2010 — https://yiddish2.forward.com/node/3328) אין עטלעכע וואָכן אַרום, שוין אין 1911, האָט מען באַשטימט דעם דירעקטאָר פֿון דער שול. געווען איז ער יואל ענטין (1875–1959), אַ פּענמענטש און אַ לערער. אין 1891 איז ער געקומען קיין אַמעריקע און איז געווען טעטיק אין ייִדישע סאָציאַליסטישע קרײַזן. זײַנע אַרטיקלען וועגן ייִדיש האָבן זיך באַוויזן אין "פֿאָרווערטס" נאָך אין יאָר 1903. קעגן די יהודים", דאָס הייסט דעם דײַטשיש-ייִדישן עסטאַבלישמענט, איז געווען געצילט זײַן אַרטיקל "אונדזער אָרעמער מאַמע-לשון" (דעם 18טן אויסגוסט 1903), אין וועלכן ער האָט, בפֿרט, געטענהט, אַז: |