- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
(סוף פֿון דער לעצטער וואָך) די קאָלומביע־סטודענטן וואָס שטודירן ייִדיש, זײַנען הײַנט ס׳רובֿ אַ פּראָדוקט פֿון מאָדערנע אָרטאָדאָקסישע היימען. ס׳איז גאָר אַן אַנדער סגאַל מענטש און ייִד. זיי זוכן אַ וועג צו זיך, צו דער משפּחה, צו דער אַמאָליקער שעפֿערישקייט פֿון אונדזער פֿאָלק. זיי ווילן פֿאָלקס־מעשׂיות אויף ייִדיש, פּאָעזיע און מוזיק אויף ייִדיש, ליטעראַטור און אונדזער קולטור־געשיכטע אויף ייִדיש. דאָס איז אַ כוואַליע סטודענטן מיט נײַגעריקע אויגן, און ווען איך דערזע דעם פֿינקל אין זיי, דעם שמייכל אויפֿן פּנים, די פֿרייד פֿון אַנטדעקן זייערס, בין איך פֿון די גליכלעכע. פֿאַרגעסט נישט אַז די אַרבעטן האָבן זיי געשריבן די סאַמע ערשטע וואָך פֿון סעפּטעמבער. זעץ איך זיי איבער. און איצט לייענט ווײַטער: אַ גרופּע ייִדן, וועלכע זענען געבוירן געוואָרן אין עקוואַדאָר און זיך שפּעטער צעפֿאָרן איבער דער וועלט, האָט מיט דרײַ וואָכן צוריק זיך אומגעקערט אויף אַן עמאָציאָנעלן ווידערטרעף אין זייער היימלאַנד. ס׳רובֿ פֿון די 48 ייִדן, וועלכע זענען אָנגעקומען פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן, דרום־אַפֿריקע און ישׂראל, זענען דערצויגן געוואָרן אין דער גרעסטער שטאָט אין עקוואַדאָר, ווײַאַקיל (Guayaquil), און טאַקע דאָרט האָט מען פֿאַרבראַכט די ערשטע זעקס טעג פֿונעם ווידערטרעף. דעם לעצטן טייל פֿונעם טור האָט מען באַזוכט די ייִדישע ערטער אין דער קרוינשטאָט, קיטאָ (Quito), וווּ עס וווינט הײַנט ס׳רובֿ פֿון דער ייִדישער באַפֿעלקערונג. בערך 70 ייִדן וווינען אין ווײַאַקיל, און 500 אין קיטאָ. אין די 1950ער און 60ער יאָרן איז אָבער געווען גאָר אַנדערש; דעמאָלט האָבן אין עקוואַדאָר געוווינט נאָענט צו 4,000 ייִדן. פֿרײַטיק־צו־נאַכטס, פֿאַרן קידוש, זאָגט מען אין די חסידישע קהילות אַ תּפֿילה אויף לשון־תּרגום, וואָס קלינגט ווי אַ באַצויבעריש מיסטיש געדיכט: "אתקינו סעודתא דמהימנותא שלימתא חדותא דמלכּא קדישא; אתקינו סעודתא דמלכּא; דאָ היא סעודתא דחקל תּפּוחין קדישין וזעיר אַנפּין ועתּיקא קדישא אתין לסעדה בהדה". נישט בלויז דער קלאַנג און ריטעם, נאָר דער באַדײַט פֿון דער דאָזיקער תּפֿילה איז אַ באַצויבעריש־סודותפֿולער: "גרייט צו אַ סעודה פֿון אמונה־שלימה, אַ שׂימחה פֿונעם הייליקן מלך; גרייט צו אַ סעודה פֿאַרן מלך; דאָס איז אַ סעודה פֿונעם הייליקן עפּל־סאָד, פֿון זעיר־אַנפּין און פֿון עתּיקא־קדישא, וואָס קומען צו דער סעודה צוזאַמען מיט איר". שבת בײַטאָג און בײַ די שלוש־סעודות זאָגט מען ענלעכע תּפֿילות; דער זעלבער מאָטיוו וועגן דעם "הייליקן עפּל־סוד" פֿאַרנעמט אויך אַ צענטראַל אָרט אין די פֿרײַטיק־צו־נאַכטיקע זמירות, ווו עס ווערט דורך דעם עראָטישן סימבאָליזם באַזונגען דער מיסטישער פֿאַרבאַנד צווישן דעם הקדוש־ברוך־הוא און זײַן שכינה. אין אַ יאָר אַרום וועלן מיר, מירטשעם, אָפּמערקן 115 יאָר זינט ס'איז געשאַפֿן געוואָרן אונדזער צײַטונג. זי האָט זיך באַוויזן ווי אַ בײַ-פּראָדוקט פֿון אינטריגעס אין די סאָציאַליסטישע קרײַזן, וועלכע האָבן מיט זיך פֿאָרגעשטעלט אַ פֿאַרשיידנשפּראַכיקע סבֿיבֿה, אין וועלכער מע האָט נאָך געדאַרפֿט אויסזוכן אַ מענטשן מיט אַ ווייניק-געהרגעטן ענגליש. דײַטש איז אין יענע יאָרן געווען די הויפּט-שפּראַך פֿון דער סאָציאַליסטישער אַרבעטער-פּאַרטיי, אין וועלכער עס האָט דאָמינירט דאַניעל דעלעאָן, אַ פּאַרשוין פֿון אַ סך שפּראַכן און קולטורן. אַב. קאַהאַן און נאָך אַ צאָל ייִדישע סאָציאַליסטן האָבן קרום געקוקט אויף דעלעאָנען. איצט איז שווער צו זאָגן, וועלכע סיבות — פּערזענלעכע צי אידעאָלאָגישע — זײַנען געווען שטאַרקער, אָבער אויסגעלאָזט האָט זיך, אַז זיי האָבן באַשלאָסן צו מאַכן שבת פֿאַר זיך, אָן דעלעאָנען. מע האָט זיך צעבוצקעווען און געשאַפֿן אַ באַזונדערע צײַטונג, מיטן דײַטשישן נאָמען "פֿאָרווערטס", וועלכע איז שפּעטער, אין יאָר 1901, געוואָרן אַ פֿאָרום פֿאַר דער נײַ-געשאַפֿענער סאָציאַליסטישער פּאַרטיי. (המשך פֿון דער לעצטער וואָך) דער עלעמענט סטודענטן וואָס לערנען זיך ייִדיש הײַנט אין קאָלומביע, איז אַן אויסנאַמיקער. זיי זײַנען ערנסט, פֿילן זיך געקניפּט און געבונדן מיט דער משפּחה, מיטן ייִדישן פֿאָלק און מיט ישׂראל. די איינציקע זאַך וואָס ס׳פֿעלט זיי איז די קולטור־געשיכטע פֿון זייער פֿאָלק. די ריזיקע אויפֿטוען, די העלדישקייטן, די שעפֿערישקייט, און וואָס שטייט אונטער דער לאָזונג "עם־הספֿר". דעריבער שלינגען זיי יעדן אַספּעקט פֿון אונדזערע אויפֿטוען אין גלות, סײַ אינעם ערשטן גלות־בבֿל, וווּ זיי האָבן זיך ממש פֿאָרמירט ווי אַ פֿאָלק, געשאַפֿן די גמרא, פֿאַראייניקט אַ פֿרעמדשפּראַך ווי אַראַמעיִש מיט העברעיִש, און אויפֿגעשטעלט אַ רײַך ייִדיש לעבן ווי אינעם אַמעריקעס גלות־אַמעריקע, גלות־אייראָפּע אין אונדזער צעשפּרייטקייט איבער לענדער און קאָנטינענטן, באַוויזן על־פּי נס אונדז צונויפֿשמעלצן ווי אַ פֿאָלק. דאָס אַלץ ווערט געלערנט אין קלאַס, צווישן גראַמאַטיק, מוזיק, מעשׂיות פֿון אַלטן קוואַל, ליטעראַטור, חורבן און מדינת־ישׂראל. און איצט לייענט ווײַטער: מיט עטלעכע וואָכן צוריק האָט מען אין ייִוואָ אָפּגעמערקט דעם 120סטן געבוירנטאָג פֿון דעם ייִדישן אַקטיאָר און רעזשיסאָר שלמה מיכאָעלס. איך האָב זיך אויך באַטייליקט אין דער ייִוואָ-אונטערנעמונג, און שוין נאָך אָפּדברן מײַנס האָב איך, זיצנדיק אין זאַל, זיך דערמאָנט, ווי מיר איז אויסגעקומען אָפּצומערקן עפּעס אַ דאַטע, פֿאַרבונדן מיט מיכאָעלסן — אָדער זײַן געבוירנטאָג אָדער דעם טאָג פֿון זײַן טראַגישן טויט. געווען איז עס אין מאָסקווע, אין 1988 אָדער 1989, דאָס הייסט, אין דער צײַט פֿון מיכאַיִל גאָרבאַטשיאָווס "פּערעסטרויקע". מאָדנע יאָרן זײַנען עס געווען: פֿון איין זײַט איז שוין אַ סך דערלויבט געוואָרן צו טאָן, אָבער גלײַכצײַטיק האָט נאָך אַלץ געאַרבעט די גאַנצע סאָוועטישע סיסטעם, מיט דער פּאַרטיי, קיי-דזשי-בי און אַנדערע זאַכן. האָט איר געוווּסט, אַז דער אַקטיאָר עדוואַרד דזשי. ראָבינזאָן איז געבוירן געוואָרן אין בוקאַרעשט מיטן נאָמען עמנואל גאָלדענבערג? אַז דער קינסטלער און קאַריקאַטוריסט שואל שטיינבערג איז געבוירן געוואָרן אינעם שטעטל ראַמניקו סאַראַט, רומעניע, און איז ערשט געקומען קיין אַמעריקע אין 1942, ווען ער איז געווען 28 יאָר אַלט? אַז דער דזשעז־פֿלייטיסט, הערבי מאַן, איז דער זון פֿון רומענישע ייִדן? אין זײַן נײַ בוך האָט דער ביבליאָטעקער און פֿאָרשער וולאַדימיר ווערטסמאַן, געשטרעבט צו באַקענען דעם ברייטערן אַמעריקאַנער עולם מיט די דערגרייכונגען פֿון די רומענישע ייִדן אין אַמעריקע און קאַנאַדע. לויט זײַן רעכענונג, האָט מען געקענט אין יאָר 2010 פּראַווען 160 יאָר זינט רומענישע ייִדן זײַנען געקומען קיין אַמעריקע, און 140 יאָר פֿון ייִדישע רומעניש־אַמעריקאַנער דיפּלאָמטישע פֿאַרבינדונגען. דער ערשטער אַמעריקאַנער קאָנסול אין רומעניע, דער ייִד בנימין פּיישאָטאָ, האָט געדינט דאָ פֿון 1870 ביז 1875. דער איצטיקער אַמעריקאַנער קאָנסול אין רומעניע איז אויך אַ ייִד — מאַרק גיטענשטיין. לויט אַ באַקאַנטן ווערטל, טאָר מען נישט אָפּשאַצן אַ בוך לויט זײַן טאָוול. דער איינציקער אויסנאַם פֿונעם דאָזיקן כּלל זענען די אילוסיטרירטע קונסט־אויסגאַבעס. ס׳רובֿ קלאַסישע ווערק פֿון וועלט־ליטעראַטור ווערן געדרוקט דווקא מאָנאָטאָניש־באַשיידן; אַדרבה, שרײַענדיקע בונטע טאָוולען זענען אָפֿט אַ סימן פֿון שונד־ביכער. וואָס קאָן מען זאָגן, אָבער, ווען אַ בוך האָט בכלל נישט קיין טאָוול, און אַפֿילו נישט קיין זײַטן אינעם טראַדיציאָנעלן זין פֿון וואָרט; און ווערט פֿאַרשפּרייט בלויז אויף דער אינטערנעץ, אַנשטאָט דער געוויינטלעכער פּאַפּיר־פֿאָרעם? אַ טייל ליטעראַטור־קריטיקער — אַפֿילו די, וואָס פֿאַרשטייען גאַנץ גוט דאָס דערמאָנטע שפּריכווערטל — באַציִען זיך צו דער נעץ־ליטעראַטור נאָך אַלץ מיט אַ חשד. די רוסישע לייענער האָבן לעצטנס צוגעטראַכט אַ ספּעציעל וואָרט, "сетература" — כּדי אונטערצושטרײַכן דעם חילוק צווישן דער "אינטעראַטור" און די קאָנווענציאָנעלע פּאַפּירענע ביכער. קודם־כּל, פֿונעם סאַמע ערשטן בליק, דערזעט מען אַז קאַזואַ אַועדאַס מײַסטערווערק איז אויך אַ יאַפּאַניש־קונסטווערק. עס שטייט שטאָלץ און עלעגאַנט, אײַנגעקעסטלט אין אַן אַרומנעמיק קאַרטאָנען קעסטעלע, דעקאָראַטיוו אויסגעכּתבֿעט און באַקעפּלט מיט גרויסע, קידוש־לבֿנהדיקע, יאַפּאַנישע "אותיות", וואָס זייער מיין איז: "ייִדיש־יאַפּאַניש ווערטערבוך". דער צונויפֿשטעלער פֿונעם איבערראַשנדיקן (מען וואָלט אַפֿילו געקענט זאָגן "אָטעם־פֿאַרכאַפּנדיקן") ווערטערבוך איז אַ פּראָפֿעסאָר אין דעם אָנגעזעענעם יאַפּאַנישן אוניווערסיטעט "פֿוקואָקאַ", וווּ ער לייענט שוין העכער ווי אַ דריטל־יאָרהונדערט לעקציעס פֿון ייִדישער שפּראַך און ליטעראַטור. לעת־עתּה האָט שוין פּראָפֿעסאָר אַועדאַ אַרויסגעגעבן עטלעכע וויכטיקע ווערק אינעם שטח פֿון ייִדיש, דהײַנו: אַ ייִדישע גראַמאַטיק, אַן אַנטאָלאָגיע פֿון ייִדישע דערציילונגען, אַ לערנבוך פֿון ייִדישע אויסדרוקן און אַ בוך שפּראַך־געניטונגען, אַלץ פֿאַר יאַפּאַניש־רעדערס. מען קען זיך משער זײַן פֿון דער גרייס פֿונעם ווערטערבוך אַליין (1,302 זז׳ + 20 זז׳ אויפֿקלערונגען וועגן דעם ווי אַזוי זיך צו באַנוצן מיטן בוך). אַועדאַ גופֿא האָט אַרײַנגעלייגט אין אָט דער אַרבעט גאָר אַ סך יאָרן און געזונט, און דער פֿאַרלאַג "דייגאַקוסוואַרין" — אַן אוצר מיט געלט! (המשך פֿון דער לעצטער וואָך) אינטערעסאַנט צו באַמערקן, אַז ס׳רובֿ פֿון מײַנע סטודענטן זײַנען אייניקלעך פֿון לעבן געבליבענע נאָך אונדזער קאַטאַסטראָפֿע, און כאָטש די באָבעס מיט די זיידעס טיילן זיך זעלטן מיט זייערע קינדער און אייניקלעך, מיט דעם וואָס זיי האָבן איבערגעלעבט אין צײַט פֿון דער מלחמה, דאָך לעבט דער יונגער דור, דווקא די מאָדערנע אָרטאָדאָקסן, מיטן באַוווּסטזײַן אַז זייערע נאָענטע טראָגן אין זיך אַ שווערן יאָך מיט איבערלעבונגען. מען פֿילט אין זייערע שריפֿטן אַ נאָענטקייט צו זייערע ליבסטע, און דאָס איז דערפֿאַר ווײַל די משפּחה האַלט זיך צוזאַמען. עס פֿאַרבינדט זיי דער שבת, דער יום־טובֿ און די ייִדישע שפּראַך. און איצט לייענט ווײַטער.
ס’איז ניט אויסגעשלאָסן, אַז איך בין דער לעצטער, ווער עס האָט באַמערקט דאָס דאָזיקע ווינקעלע אין אינטערנעץ:
http://www.gazetaeao.ru/ דער חורבן פֿון דעם אַשכּנזישן ייִדנטום אין אייראָפּע איז און וועט פֿאַרבלײַבן לדור־דורות אַ יחיד־במינודיקייט אין דער וועלט־געשיכטע. נישט געקוקט דערויף וואָס די אַכזריותדיקע מערדערײַען זײַנען געוואָרן אַ טאָג־טעגלעכע דערשײַנונג און ווערן זייער אָפֿט באַצייכנט מיטן נאָמען "האָלאָקאָסט", אײַנגעשלאָסן יחידים און קרײַזן וואָס פֿאַרלייקענען דעם חורבן בכלל — איז עס אָבער אַ פֿאַקט, אַז דער חורבן שטייט נאָך אַלץ אויפֿן סדר־היום, אויף דעם געוויסן פֿון דער וועלט. די צאָל ביכער, מעמואַרן און דראַמאַטישע אויפֿפֿירונגען זאָגן עדות, אַז דווקא דער נאָך־מלחמהדיקער דור זוכט ענטפֿערס אויף די ביז איצט נישט־געשטעלטע פֿראַגעס, און האָט דעם מוט אויסצופֿאָרשן די מעשׂי־אָבֿות בשעת דער מלחמה. |