- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
מיט עטלעכע וואָכן צוריק, ווען מיר האָבן אָנגעהויבן לייענען דעם דריטן חלק פֿונעם חומש, "ויקראָ", האָבן מיר באַמערקט, אַז אַזוי ווי דער ערשטער טייל פֿון דער תּורה, "בראשית", וווּ עס גייט אַ רייד וועגן דעם וועלט-באַשאַף, און דער צווייטער טייל, "שמות", וואָס דערציילט וועגן דער פאָרמירונג פונעם ייִדישן פאָלק ווי אַ גרופּע און וועגן דער אַנטוויקלונג פֿון דער מענטשלעכער געזעלשאַפֿט אין אַלגעמיין, האָט דער לייטמאָטיוו פֿונעם דריטן תּורה־טייל אויך צו טאָן מיט אַן אָנהייב און אַנטוויקלונג. דער חומש "ויקראָ" עפֿנט זיך מיט אַ פֿראַזע, וווּ דער אייבערשטער ווערט נישט דירעקט דערמאָנט: און ער — דאָס הייסט, דער רבונו־של־עולם — האָט אים גערופֿן. ס׳איז מערקווירדיק, אַז דער נאָמען פֿונעם מענטש, צו וועלכן דער אייבערשטער האָּט זיך געווענדט — משה רבינו — ווערט אין דער דאָזיקער פֿראַזע אויך נישט דערמאָנט. (פֿון "פֿאָרווערטס", דעצעמבער 24, 1978) דער ביז איצט נישט אָפּגעשאַצטער פֿאַרדינסט פֿון יצחק באַשעוויס איז דער וואָס שוין אין די אָנהייב 1930ער יאָרן, מיטן דערשײַנען פֿון זײַן "דער שׂטן אין גאָרײַ", האָט ער צעבראָכן די אָפּגערעדטע פֿאָרמעס און טאַבוס אין דער ייִדישער ליטעראַטור. נאַטירלעך האָט אין דער קלאַסישער ייִדישער פּראָזע אויך ביז באַשעוויסן געשפּילט די קאָמפּאָזיציע פֿון נאַטור און מענטש, גענוי אַזוי ווי אין אַלע ליטעראַטורן. אָבער בנוגע דעם מענטש, ביז וועלכער גרענעץ צו שילדערן אים אין זײַנע לײַדנשאַפֿטן און שטאַרקע באַגערן, האָבן געהערשט צוימען און אָפּגערעדטע פֿאָרמעס. אַזוי איז אויך ווי פֿאַרמענטשלעכט געוואָרן די נאַטור אין זיסלעכקייט. געטאָ פֿון כּתריאל ברוידאָ מיר שטייען בײַ די ווענט שווער צו זען די וועלט דורך ענגע מויערן, (אַן איבערבליק פֿון דער פֿרויען־זײַט צווישן 1919 און 1979) במשך פֿון די ערשטע פֿופֿציק יאָר פֿונעם "פֿאָרווערטס", איז דער ציל פֿונעם רעדאַקטאָר, אַב קאַהאַן, געווען זייער קלאָר: נישט בלויז איבערגעבן די נײַעס צו די ייִדישע אימיגראַנטן אויף אַ שפּראַך וואָס זיי האָבן געקענט, אָבער אויך העלפֿן זיי אַרײַנצופּאַסן זיך אין דער אַמעריקאַנער געזעלשאַפֿט; בפֿרט — צו ווערן אַקטיווע מיטגלידער פֿון דער אַלגעמיינער אַרבעטער־באַוועגונג. ראָסינס רעטראָספּעקטיווע אויסשטעלונג אינעם "מירמל־פּאַלאַץ", דעם סאַמע פּרעכטיקן פֿון די פּעטערבורגער פּאַלאַצן, וואָס דינט ווי אַן אָפּטייל פֿונעם "רוסישן מוזיי", האָט באַשטעטיקט זײַן סטאַטוס ווי אַ קלאַסיקער פֿון דער מאָדערנער רוסישער קונסט. דער וועג צו דעם דאָזיקן שפּיץ איז געווען אַ לאַנגער און אַ שווערער. געבוירן אין האָמעל אין 1937, האָט ראָסין — דעמאָלט האָט ער געטראָגן זײַן אמתדיקן נאָמען אַלבערט סאָלאָמאָנאָוויטש רויזין — שטודירט קונסט אין די קונסט־אינסטיטוטן פֿון לענינגראַד און מאָסקווע. דערנאָך, אַנשטאָט צו זוכן גליקן אין די הויפּטשטעט, איז ער אַוועק אין אַ ווײַטן דאָרף אין אַרכאַנגעלסק־געגנט אין צפֿון־רוסלאַנד, וווּ ער האָט אין משך פֿון דרײַ יאָר געאַרבעט ווי אַ קונסט־לערער אין אַ מיטלשול. די דאָזיקע צײַט פֿון וווינען אין סאַמע געדיכט פֿון רוסישן פֿאָלק האָט אויסגעפֿורעמט ראָסינס וועלטאַנשויונג ווי אַ מענטש און ווי אַ קינסטלער. דאָ האָט ער בהדרגה געפֿונען זײַן אייגנאַרטיקן סטיל, וואָס אייניקע קונסט־קריטיקער האַלטן פֿאַר אַ גילגול פֿונעם דײַטשישן עקספּרעסיאָניזם פֿון דער תּקופֿה נאָך דער ערשטער וועלט־מלחמה. ראָסין נעמט זײַנע פּערסאָנאַזשן פֿון פֿאַרשידענע סאָציאַלע שיכטן, אָבער די סאַמע באַליבטע העלדן זײַנע זײַנען קבצנים, קאַליקעס, און היימלאָזע מענער און פֿרויען פֿונעם סאַמע דנאָ פֿון דער געזעלשאַפֿט. דער קינסטלער שמואל זאַגאַט (1890—1964) איז געבוירן געוואָרן אין ליטע און האָט פֿון 1912 ביז 1919 אָנגעפֿירט מיט אַ "קאָמיקס"־רובריק אין דער ניו־יאָרקער צײַטונג "וואַרהײַט". נאָך דעם האָט ער געשאַפֿן זײַנע קאַריקאַטורן פֿאַרן "פֿאָרווערטס" מער ווי פֿערציק יאָר. אַ בוך מיט זײַנע צייכענונגען איז געדרוקט געוואָרן אין 1972 נאָך זײַן טויט. אין 1976 האָט דער "מאַגעס"־מוזיי, אין בערקלי, קאַליפֿאָרניע, אויסגעשטעלט זײַנע ווערק. ער איז אויך באַקאַנט פֿאַר זײַנע פֿאָטאָגראַפֿיעס פֿונעם ייִדישן לעבן אויף דער איסט־סײַד. שמואל זאַגאַט איז געווען מער לינק־געשטימט ווי דער "פֿאָרווערטס", און אין דער זעלבער צײַט וואָס ער האָט געדרוקט די הומאָריסטישע קאַריקאַטורן האָט ער אויך, אונטער פֿאַרשיידענע פּסעוודאָנימען, אָפּגעדרוקט זײַנע אַנדערע פּאָליטישע ווערק אין די לינקע ייִדישע און ענגלישע פּובליקאַציעס אין די 1930ער און 1940ער יאָרן. אין דעם פֿילם "ראַנד־באַמערקונג" (הערת שוליים) פֿאַרברענגט דער העלד צענדליקער יאָרן בײַם פֿאָרשן אַלטע כּתבֿ־ידן, ביז עס שטעלט זיך אַרויס, אַז אַ צווייטער פֿאָרשער איז אים פֿאַרלאָפֿן דעם וועג און אַנטדעקט דעם אָריגינאַל, פֿון וועלכן די אַלע אַנדערע כּתבֿ־ידן שטאַמען אָפּ. אַזוי אַרום איז זײַן גאַנצע טירחה געווען אומזיסט. כּדי איך זאָל בעסער פֿאַרגעדענקען יענעם עפּיזאָד, איז טאַקע געשען דאָס זעלבע מיט מיר: איך האָב אָנגעשריבן אַ רעצענזיע אויף דעם פֿילם, אָבער ניט באַמערקט, אַז אַנדערע האָבן עס שוין געטאָן פֿריִער. דעריבער פֿאַרלאָז איך זיך אויפֿן לייענערס זכּרון צו געדענקען דעם סיפּור־המעשׂה פֿונעם פֿילם און שרײַב דאָ בלויז די היסטאָרישע באַטראַכטונגען. יוסף רומשינסקי און זײַן ראָמאַן "דער דריטער דור" אינעם "פֿאָרווערטס"־אַרכיוו האָבן מיר געפֿונען דעם כּתבֿ־יד פֿונעם ראָמאַן "דער דריטער דור" פֿונעם קאָמפּאָזיטאָר יוסף רומשינסקי. ער איז געבוירן געוואָרן אין ווילנע אין 1881, און איז אין דער יונגט געוואָרן אַ "נאָטן־פֿרעסער" — דאָס הייסט, געהאַט די פֿעיִקייט און געווען פֿליסיק אין לייענען מוזיק־נאָטן. בײַ זײַנע קנאַפּע 20 יאָר, האָט ער שוין דיריגירט מיט כאָרן, שטודירט קלאַסישע מוזיק און אָנגעהויבן שאַפֿן זײַנע אייגענע ווערק. צוליב דעם פּריזיוו (מיליטער־דינסט) איז ער אַוועקגעפֿאָרן קיין לאָנדאָן אין 1903, און אָנגעקומען קיין אַמעריקע אין 1904. דאָ, ווערט ער אין גיכן איינער פֿון די וויכטיקסטע קאָמפּאָזיטאָרן אין דער געשיכטע פֿונעם אַמעריקאַנער ייִדישן טעאַטער. ער האָט אויך געשאַפֿן ליטורגישע ווערק, און בכלל געוואָרן אַן אָנפֿירנדיקער כּוח אינעם אַמעריקאַנער ייִדישן טעאַטער. ער איז געשטאָרבן אין 1956. דער חתם־סופֿר האָט באַמערקט, אַז זינצהיים איז געווען "מגלה טפּח ומכּסה טפֿחיים" — דאָס הייסט, אַז ער האָט זיך געגעבן אַן עצה, ווי אַזוי צו געבן באַפֿרידנדיקע ענטפֿערס אויף נאַפּאָלעאָנס קשיות, און פֿאָרט נישט אַרויסצוזאָגן אַזעלכע ענינים, וואָס וואָלטן געקאָנט ברענגען דעם אימפּעראַטאָר אין כּעס. אויב מע לייענט איבער געוויסע דאָקומענטן, וועלכע זינצהיים האָט אונטערגעשריבן, באַווײַזט זיך אַ מערקווירדיקער, אַפֿילו אַ ראַדיקאַלער, חילוק אינעם געדאַנקען־גאַנג פֿון די דאָזיקע צוויי רבנים. זינצהיים איז געווען באַקאַנט אין זײַן תּקופֿה ווי דער גרעסטער תּלמיד־חכם אין פֿראַנקרײַך. זײַן וויכטיקער גמרא־פּירוש, "יד דוד", זענען פֿאַרעפֿנטלעכט געוואָרן אין אָפֿענבאַך, אינעם יאָר 1799, און איז איבערגעדרוקט געוואָרן אין די 1960ער יאָרן דורך "מכון ירושלים". צום מערסטן איז ער אָבער באַקאַנט ווי דער ראָש פֿון נאַפּאָלעאָנס סנהדרין, וועלכער האָט באַהאַנדלט און גוטגעהייסן די תּשובֿות אויף 12 קשיות, וועלכע דער פֿראַנצויזישער אימפּעראַטאָר האָט געפֿרעגט בײַ די ייִדישע אָנגעזעענע פּערזענלעכקייטן און מנהיגים. נאַפּאָלעאָן איז געבליבן צופֿרידן מיט די ענטפֿערס, און האָט געשטעלט זינצהיימען ווי דעם ערשטן הויפּט־רבֿ פֿון דער "צענטראַלער קאָנסיסטאָריע" — אַן אָרגאַניזאַציע, וועלכע ווערט נאָך אַלץ באַטראַכט ווי די וויכטיקסטע ייִדישע אינסטיטוציע אין פֿראַנקרײַך. (פֿון "פֿאָרווערטס"־אַרכיוו, פֿעברואַבער 13, 1964) זייער חשובֿער רעדאַקטאָר אָנהייבן וועל איך אַזוי, ווי שלום־עליכם הייבט אָן זײַן "מאָטל פּייסי דעם חזנס": משה העס איז געבוירן געוואָרן אין דער שטאָט באָן (דײַטשלאַנד) אין יאָר 1812 אין אַ משפּחה פֿון רבנים און תּלמידי־חכמים. זייער הויז האָט געטובֿלט אין פֿרום ייִדישן גײַסט ווײַט פֿון די נײַע ווינטן וואָס האָבן דאַן אַרומגעכאַפּט די ייִדישע סבֿיבֿה. זייער הויז איז געווען פֿון רײַכן סוחרישן שטאַנד. דער קליינער משה האָט זיך דערצויגן אין דער היים פֿון זיידן וואָס איז געווען אַ ייִד פֿון אַלטן שניט ייִדישע סוחרים תּלמידי־חכמים, וואָס אײַנגעטונקען אין ייִדישע לעבנסזאַפֿטן, האָבן זיי געהיט דעם גײַסט פֿון ייִדישן לעבן. משה העס האָט פֿון זיידן גאַנצע עמערס ייִדיש וויסן געשעפּט. דער פֿרום־האַרציקער ייִד האָט באַאײַנדרוקט דאָס קינד מיט זײַן וויסן, מיט זײַן טיפֿער אמונה אין נצח־ישׂראל — ער האָט אים באַאײַנדרוקט מיט זײַן האַרבן געשטעל לגבי די אַסימילאַטאָרן אין דער ייִדישער סבֿיבֿה. אין זײַן בוך "רוים און ירושלים" טוט משה העס דערמאָנען דעם זיידן זײַנעם: "אַ גאַנץ יאָר, נאָך זײַנע טעגלעכע געשעפֿטן, פֿלעגט דער זיידע ביז האַלבער נאַכט לערנען תּלמוד מיט מפֿרשים: ער פֿלעגט לייענען פֿאַר זײַנע אייניקלעך אַגדות וועגן חורבן־ירושלים, און די שניי־ווײַסע באָרד פֿון אַלטן מאַן האָט זיך באַנעצט מיט טרערן. יאָ — אויך מיר, קינדער, פֿלעגן נישט קאָנען אײַנהאַלטן זיך פֿון געוויין; באַזונדערס, ווען ער האָט דערציילט ווי די מאַמע רחל איז אויפֿגעשטאַנען פֿון קבֿר און געקלאָגט אויף אירע אומגליקלעכע קינדער". |