Video Banner
‫פֿון רעדאַקציע

שוין עטלעכע טעג, אַז דער געוועזענער אַמעריקאַנער פּרעזידענט דזשימי קאַרטער דרייט זיך אינעם מיטעלן מיזרח, און ווייניק ווער, סײַ די ישׂראלים, סײַ די אַראַבער, סײַ די מערבֿ־וועלט בכלל קענען פֿאַרשטיין, וואָס האָט ער דאָרט פֿאַרלוירן און וואָס וויל ער דאָרט געפֿינען.

אין ישׂראל האָט מען זיך באַצויגן צו קאַרטערס באַגעגענישן מיט די פֿירער פֿונעם טעראָריסטישן "כאַמאַס" — נעגאַטיוו. נאָך מער: די איצטיקע רעגירונגס־פֿירער אין ישׂראל, האָבן אַפֿילו אויסגעמיטן זיך צו טרעפֿן מיט אים. די אַמעריקאַנער פּרעסע שרײַבט, אַז קאַרטער קערט זיך אום אַהיים "מיט ליידיקע הענט".


קונסט
אַ חתונה אין שטעטל

אין דער קונסט־גאַלעריע — "גאָלדמאַן־אַרט־גאַלערי" — פֿונעם וואַשינגטאָנער "ייִדי­שער קהילה־צענטער", ראָקוויל, מערי­לאַנד, שטעלט מען איצט אויס די מאָלערײַען און צייכענונגען פֿונעם ישׂראלדיקן קינסטלער אַלכּסנדר ווײַסמאַן. די אויסשטעלונג הייסט: "אַ בגד מיט אַ סך קאָלירן: די שטרעבונג פֿאַר ייִדישן אַחדות".


פּובליציסטיק, געשיכטע
פֿון מרדכי דוניץ
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
טעמפּלערס אין דער קאָלאָניע ווילהעלמאַ

אין די איצטיקע טעג און וואָכן, אין צוגאָב צו אונדזער אַלטן, טראַדיציאָנעלן יום־טובֿ פּסח, מיט אַלע זײַנע זיטן און מינהגים, מערקן מיר אָפּ קאַרדינאַלע היסטאָרישע דאַטעס אין אונדזער ייִדישן קאַלענדאַר, וואָס זענען אַ פּועל־יוצא פֿון געשעענישן און איבערלעבונגען, פֿאַרלאָפֿן אין אונדזער דור. מיר זענען געווען דירעקטע אָנטייל נעמער, אָדער לעבעדיקע עדות פֿון די דאָזיקע געשעענישן פֿון דער נאָענט אָדער פֿון דער ווײַט.


דאָס פּינטעלע ייִדיש

טאָמאַס סאָקסבערגער איז געבוירן געוואָרן אין עסטרײַך אין 1965. ער האָט זיך געלערנט יודאַיִסטיק אין ווינער אוניווערסיטעט, שטודירט ייִדיש אויף אָקספֿאָרדער זומער־פּראָגראַמען און באַקומען אַ מאַגיסטער אין ייִדיש־לימודים אין לאָנדאָנער אוניווערסיטעט. זײַן עיקרדיקער פֿאָרשונג־געביט איז די ייִדישע קולטור־געשיכטע אין ווין. ער האָט פֿאַרעפֿנטלעכט אַ ריי וויסנשאַפֿטלעכע אַרטיקלען, ליטעראַרישע איבערזעצונגען פֿון ייִדיש אויף דײַטש, ווי אויך זײַנע אייגענע לידער און קורצע פּראָזע אויף ייִדיש אין עטלעכע ייִדישע זשורנאַלן און אַלמאַנאַכן.


פּאָליטיק
פֿון אַבאַ גפֿן (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

דער חורבן, גוט באַקאַנט אויף דער גאָרער וועלט מיטן העברעיִשן באַגריף "שואה", איז דער באַצייכענונגס־נאָמען פֿאַר דער סיסטעמאַטישער פֿאַרניכטונג פֿון ייִדישן פֿאָלק, וואָס די נאַציס און זייערע קאָלאַבאָ­ראַטאָרן האָבן דורכגעפֿירט אין פֿארלויף פֿון דער צווייטער וועלט־מלחמה.

די אַנטיסעמיטישע רדיפֿות זענען נישט געווען קיין זעלטענע דערשײַנונג אין דער ייִדישער געשיכטע. אָבער דער חורבן איז געוואָרן אַן אויסנאַמלעכע געשעעניש מיט זײַן דימענסיע, מעטאָדן און אויך מיט דער אידעאָלאָגיע, וואָס האָט עקזיסטירט הינטער אים: ער איז געווען אַ ראַסיסטישער און נישט קיין רעליגיעזער.


פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

דעם זיבעטן טאָג נאָך יציאת־מצרים האָבן די ייִדן דערגרייכט דעם ברעג פֿונעם ים־סוף. די מיצרישע אַרמיי האָט זיי געפּרוּווט נאָכצויאָגן, נאָר ס׳איז געשען אַ נס: דער ים האָט זיך געשפּאָלטן, און די ייִדן האָבן זיך געראַטעוועט פֿון זייערע פֿאַרשקלאַפֿער. צוליב דער גרויסקייט פֿונעם דאָזיקן נס, ווערן די לעצטע צוויי טעג פֿון פּסח פֿאַררעכנט פֿאַר אַ יום־טובֿ. אין די חסידישע קהילות מאַכט מען דעם לעצטן טאָג פֿון פּסח, די לעצטע פּאָר שעה פֿונעם יום־טובֿ, אַ ספּעציעלע "משיחס סעודה", וואָס סימבאָליזירט די קומענדיקע גאולה;