Video Banner
‫פֿון רעדאַקציע

ס‘רובֿ ייִדן איבער דער וועלט פֿײַערן די טעג מיט שטאָלץ און ווירדע דעם 60סטן יוביליי פֿון מדינת־ישׂראל. עס שאַפֿט זיך אָבער אַן אײַנדרוק, אַז אין ישׂראל גופֿא איז די שטימונג נישט גאָר אַ פֿײַערלעכע; ווי מע וואָלט זיך אַליין נישט פֿאַרגינען אַזאַ שיינע שׂימחה. פֿאַר וואָס זשע באַקומט זיך אַזוי, אַז די תּפֿוצות טראָגן זיך מער אַרום מיט מדינת־ישׂראל, ווי די ישׂראלים מיט זייער אייגענער היים?


קונסט
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
מאַן ריי. טרערן, 1936

די נײַע אויסשטעלונג אינעם לאָנדאָנער מוזיי "טייט־מאָדערן" אַנטפּלעקט ניט קיין נײַע נעמען אָדער ריכטונגען אין דער מאָדערנער קונסט. אַנשטאָט דעם, ברענגט זי צונויף די ווערק פֿון דרײַ קלאַסיקער, וועלכע האָבן באַשטימט די ריכטונג פֿון דער אייראָפּעיִשער און אַמעריקאַנער קונסט אינעם 20סטן יאָרהונדערט׃ מאַרסעל דושאַן, פֿראַנסיס פּיקאַביאַ און מאַן ריי. זייער שעפֿערישע צוזאַמענאַרבעט האָט זיך אָנגעהויבן אין ניו־יאָרק ערבֿ דער ערשטער וועלט־מלחמה און האָט שפּעטער ממשיך געווען אין פּאַריז.


פּובליציסטיק
פֿון יחיאל שיינטוך (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
מרדכי שטריגלער

צו מרדכי שטריגלערס 10טע יאָרצײַט ברענגען מיר אַ ספּעציעלן אַרטיקל, אָנגעשריבן פֿאַרן "פֿאָרווערטס", אַ מין הקדמה צו אַ גרעסערן חיבור, וואָס באַהאַנדלט די באַציִונגען און ווידעראַנאַנדן צווישן דעם געוועזענעם רעדאַקטאָר פֿון "פֿאָרווערטס" און דעם גרינדער און אָנפֿירער פֿון מדינת־ישׂראל דוד בן־גוריון. צוליב טעכנישע סיבות און מאַנגל אין אָרט, ווערן דאָ נישט אָנגעוויזן די מקורים, אויף וועלכע עס שטיצט זיך אָט די הקדמה. זיי וועלן אָנגעגעבן ווערן בפֿירוש אין אַ גרעסערן חיבור. דער מחבר פֿון דעם אַרטיקל שטיצט זיך, צווישן אַנדערן, אויף שטריגלערס בריוו צו ייִדישע שרײַבער, אַרכיוו־מאַטעריאַלן, מינדלעכע אינטערוויוען, צײַטונגס־אַרטיקלען און געדרוקטע אָפּהאַנדלונגען.
די רעדאַקציע


‫אינטערװיוען
פֿון דובֿ שטולבאַך (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
צבֿי־הײַנריך גרעץ

די קאָנסערוואַטיווע באַוועגונג אינעם 60סטן יאָרטאָג פֿון מדינת־ישׂראל. — אינטערוויו מיטן ראַבײַ ענדראָ סאַקס, ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרווערטס"

די קאָנסערוואַטיווע, גלײַך ווי די רעפֿאָר­מער, זענען אַ נישט־אָרטאָדאָקסישע רעליגיע­זע באַוועגונג, וואָס איז טעטיק אין ישׂראל זינט צענדליקער יאָרן. מען קאָן זאָגן וועגן די קאָנסערוואַטיווע, אַז זיי געפֿינען זיך צווישן דער אָרטאָדאָקסיע און רעפֿאָרעם, ווײַל זיי שטיצן אונטער די הלכה און ייִדי­שע טראַדיציעס.


פּובליציסטיק
פֿון אַבאַ גפֿן
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

בעת מיר פֿײַערן 60 יאָר מדינת־ישׂראל, קען מען מאַכן דעם חשבון מיט די ווערטער: קאָלאָסאַלע דערגרייכונגען און באַאומרויִקנ­דיקע דערשײַנונגען. טעאָדאָר הערצל האָט פֿאַרשריבן אין זײַן טאָגבוך נאָכן ערשטן ציוניסטישן קאָנגרעס אין יאָר 1897 דאָס פֿאָלגנדיקע: "צו רעזומירן דעם קאָנגרעס אין איין פּסוק — אַ זאַך, וואָס איך וואָלט נישט געוואַגט צו טאָן עפֿנטלעך — דאַרף געזאָגט ווערן, אַז אין באַזעל האָב איך געשאַפֿן די ייִדישע מדינה.


פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

די תּורה זאָגט בײַם אָנהייב פֿון דער פּרשה, אַז אַ כּהן טאָר זיך נישט מטמא זײַן דורך אַ טויטן, אַחוץ געוויסע אויסנעמלעכע פֿאַלן. אין דער פּרשה ווערן אויך אָנגעגעבן אַ צאָל אַנדערע מיצוות, וואָס האָבן צו טאָן מיט די כּהנים: מיט וועמען זיי זאָלן חתונה האָבן, און אין וועלכע פֿאַלן זיי טאָרן נישט ברענגען קיין קרבנות אינעם בית-המיקדש.